חינוך מיט א שטרענגע האנט, ארבייט מער נישט!
מענטשן זאגן "איך וויל מיר נישט בייגן צו די היינטיגע וועלט", "איך בין נישט גרייט אנצונעמען אז מ'דארף אכטונג געבן אויף יעדע ווארט ווי אזוי צו רעדן צו קינדער", "אונזערע עלטערן האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון האלטן א שטרענגע האנט", אבער פארגעס נישט צוויי זאכן. ערשטנס: אונזערע עלטערן האבן געהאט אזויפיל גוטע חלקים וואס מיר האבן נישט (צב"ש רואיגקייט שמחת החיים, לויטערע ערליכקייט, לעבן מיט'ן באשעפער א.א.וו.) וואס האט געדעקט און פארהיילט זייער שטרענגע חלק.
צווייטנס: אז דעמאלט איז די גאנצע וועלט געווען געזונט און מער דיצפלינירט און דרך ארצ'דיג, אפילו להבדיל אין די פאבליק סקולס האט מען גאר שטרענג באשטראפט פאר יעדע פארלעצונג, אבער היינט ווען די וועלט האט זיך אינגאנצן געטוישט און מ'קען נישט צוריקדרייען דעם זייגער, וועט דער וועג אין מציאות נישט ארבייטן. פונקט ווי אונזערע קינדער און אייניקלעך קענען נישט גלייבן ווען מיר זאגן זיי אז ווען מיר זענען געווען קינדער האבן מיר נישט געהאט קיין עיר-קאנדישאן און מ'איז געשלאפן אין די גרעסטע היצן ווען מ'איז געווען דורכגעווייקט מיט שווייס, און אפילו אונז אליין קענען שוין אויך נישט אויסהאלטן אין די היצן אן קיין עיר-קאנדישאן, ווייל אלעס ווענדט זיך אין די געוואוינהייט און אין די מציאות, אפגעזען צו ס'דארף אזוי זיין אדער נישט.
יעצט ווען דער מציאות אין די וועלט היינט איז, אז יעדעס קינד כמעט ווערט נשפע פון זיין סביבה, פון די גאס, ווייל היינט פארט אלעס מיט א סיסטעם, צוליב די גרויסע פאפולעישן איז שוין נישט דא קיין יחיד'ישע חינוך נאר סיסטעמאטיש, פונקט ווי אלע קליינע גראסעריס זענען געווארן סופערמארקעטס. אפילו ביי אונז אין די ישיבות איז אלעס זייער ליבעראל און מיט פרייהייט. בחורים ווערן נישט באהאנדלט מיט קיין שטרענגע האנט, מ'מוז כמעט נישט איינהאלטן זמנים ביים זיך לייגן און ביים אויפשטיין, מ'מוז זיך נישט שטעלן צום פארהער, מ'מוז גארנישט, אלעס גייט מיט פרייהייט.
און אויב נאר אינדערהיים וועט ער שפירן א שטרענגע האנט וועט דאס צוריקשפרינגען,אמאל שטארק און אמאל שוואך, אונטערשטע שורה איז אז ס'ארבעט נישט! איך פארשטיי דיר זייער גוט אז דו ווילסט מחנך זיין דיין קינד פונקט ווי דיין טאטע האט דיר מחנך געווען, און ביסט גערעכט, אבער מיט'ן מציאות קענסטו דיר נישט שלאגן ווייל ס'איז שטארקער פון דיר.
פארגעס נישט ס'איז א קראנקע דור, א דור וואס גוסס'ט ל"ע, און א חולה האט א אנדערע דין און א אנדערע צוגאנג ווי א געזונטער.
ביז אהער איז פון דעם ארטיקל.
פאר מיר איז דאס געווען א חידוש צו הערן פונעם דיין שליט"א די ווערטער, אבער ער רעדט דברים של טעם.
וואס זאגט דער עולם דערצו?
דעם ארטיקל
https://www.dropbox.com/scl/fi/bewvsgz6 ... ydfzb&dl=0