למעלה משבעים האט געשריבן:ווארד2007 האט געשריבן: די זעלבע זאך וואס ער ברענגט דארט וועגן שאר גליות משלימין, דוכט זיך אז דער מקור איז א מגלה עמוקות
מיינסט דאס ? די לעצטע שטיקל פון שמות.
יא טאקע דאס מיין איך.
אגב אז מיר טרעפן זיך אין פ' בא וועל איך מעתיק זיין הפלא'דיג ווארט וואס איך האב געזען אין תפארת יונתן יענע וואך.
ער זאגט פארואס איז די מכת חשך געווען דריי טעג, ווייל אידן האבן זיך דעמאלטס גע'מל'ט, און ביום שלישי למילה איז מען שוואך, און די מצרים וואלט זיי דעמאלטס אויסגעהרגט, דערפאר איז געווען 3 טעג חושך די מצרים האבןם זיך נישט געקענט רירן און גארנישט געקענט טון.
===
ואגב אשאול את היודעים והבקיאים, אין תפארת יונתן שטייט נישט קיין מ"מ, איך זיך שטארק א מקור דערפאר אין מדרש צו וכו' אז מען האט זיך געמלט ביי מכת חשך, ווייל אין כללית איז משמע אז מען האט זיך געמלט ערשט פאר מכת בכורות ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח