דיונים ועיונים בפרשת בא

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

דיונים ועיונים בפרשת בא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די וואך גייט פרשת בא,

און די סדרה ווערט פארגעזעצט די פארציילונגען פון די ניסים אין מצרים, ווי אויך די שווערע מכות וואס די מצרים האבן אריינגעכאפט, איידער די אידן האבן זיי פארלאזט אויף אייביג.
ס'איז דא זייער אסאך אינטערעסאנטע מדרשים אויף די וואך, מ'בעט ווער עס ווייסט עפעס, זאל זיך יאווען און שרייבן,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קול קורא במדבר.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יאנאש,
די וואך גייט שוין פר' בשלח, מ'דארף עפענען א נייעם אשכול, אפשר דארט וועט מען האבן וואס צושרייבן, אבער דא קענסטו פארגעסן אז איינער זאל נאך מגיב זיין,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך ווייס נישט צו דו זאלסט אפילו טרייען.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נעווער גיב אפ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צייטליך האט ווייזט אויס ערליך מתפלל געווען למען לא ניגע לריק, אז זיין אשכול וואס איז ריקם ריקם מדברי תורה על פרשת השבוע זאל ארויפגעשלעפט ווערן צום אויבערפלאך לכבוד פרשת בא דהאי שתא תשס"ח.

איך וועל אנהייבן מיט א שיין ווארט וואס איך האב געזען אינעם הערליכן ספר מהרי"ל דיסקין: עס שטייט אין פסוק (שמות י', ה') וכסה את עין הארץ ולא יוכל לראות את הארץ, טייטשט ער דאס אויף די היישעריקן זעלבסט, אז די ערשטע גרופע היישעריקן וועלן פארדעקן דעם עין הארץ, דאס טייטש אז זיי וועלן ארומפליען אין די לופטן און מאכן א צווישנשייד צווישן די הימל און ערד, און זיי וועלן קומען אין אזעלכע מאסן אז די ליכטיגקייט פון די זון וועט נישט דערגרייכן דאס ערד, אזוי ארום וועלן די אנדערע היישעריקן וואס פליען אויף די ערד נישט קענען זעהן וואס זיי עסן, און א בלינדער ווערט דאך נישט זאט... וועלן זיי עסן און עסן "ואכל את יתר הפליטה וגו' ואכל את כל העץ וגו' ומלאו בתיך ובתי כל עבדיך ובתי כל מצרים" זיי וועלן פשוט זיין הונגעריג צוליב די טונקלקייט וואס זייערע קאלעגען וועלן פאראורזאכן.

יעצט האב איך געזען אז דער כלי יקר זאגט די זעלבע געדאנק אויפן פלאץ עיין שם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יום א' בא תשס"ח לפ"ק פה היימישע קרעטשמע יצ"ו

די וואך איז דער מצוה פון קרבן פסח, אידישע קינדער האבן זוכה געווען מקיים צו זיין דעם ערשטן מצוה בבחינת מצווה ועושה (ספעציעל פאר זיי, אויסער מילה וועלכע איז שוין געווען בעפאר) וואס בזכותה זענען זיי ארויס פון מצרים, בדמיך חיי.

איז פארהאן ביי קרבן פסח א דין אז אויב איינער פון די בני הבית אדער אפי' אן עבד כנעני איז נישט געמל'ט כדין, איז עס מעכב דעם פאטער/בעה"ב פון צו מאכן דעם קרבן פסח, ומלתה אותו אז יאכל בו זאגט די תוה"ק די וואך.

קומט דער הייליגער בני יששכר בספרו דרך פקודיך און שטעלט אויף אן אינטערעסאנטע חקירה, וויאזוי איז אויב עמיצער האט א קינד שהגיע זמנו למול, ער איז שוין אריבער אכט טאג אלט, אבער ער האט ל"ע א מיחוש אדער ס'איז געל און להלכה קען מען דעם ברית נישט מאכן, צו זאג איך אז למעשה איז דאס מעכב דעם פאטער מלעשות הפסח, אדער היות די הלכה איז דאך אויף זיין זייט און ס'לאזט אים נישט מאכן דעם ברית משום פקו"נ, הייסט דאס נישט קיין עיכוב ומחיוב בדבר.

למעשה דער בנ"י פירט אויס מיט א ראיה פון בל תאחר, אז אויף אזא פאל הייסט נישט קיין עיכוב ומחויב לקיים מצוות קרבן פסח כהלכתו, ובמהרה נזכה לעשותו.

איז דאך אלעס זייער שיין, איין גרויסער פליאה איז אבער דא, והוא אז דער בני יששכר דערמאנט נישט קיין ווארט אז אין מס' יבמות דף ע"א א. ווערט לכאורה דער גאנצער ענין באהאנדלט בטוב טעם, מיט א ראיה פון קרבן פסח זעלבסט, אז וויבאלד די תוה"ק זאגט די וואך
(שמות יב) המול לו כל זכר אמר רחמנא ואז יקרב לעשותו והאי לאו בר מהילא הוא
איז לכאורה זייער קשה אויפן בני יששכר שלא הזכיר מאומה מזה, והביא ממרחק לחמו פון בל תאחר.

למעשה, בין איך נישט דער איינציגער וואס פרעגט די קשיא, נאר א שואל פרעגט אט די הארבע קשיא ביי זיין אייניקל בא"ב ר' צבי אלימלך מ'בלאזוב הובא בספרו שו"ת צבי לצדיק, ווי דער שואל מחמת חומר הנושא קלערט צו ענטפערן אז דער בנ"י רעדט אויף א פאל וואס דער פאטער איז בתחילה געווען א פושע ווען ער האט נישט מל געווען זיין קינד בזמנו, נאר שפעטער כשעשה תשובה כדי לקיים מצוות קרבן פסח האט דער אייבירשטער אזוי געפירט ונחלה הילד אזוי אז היינט-צו-טאגס איז ער שוין טאקע אן אונס, פון דעם רעדט דאך שוין נישט די גמרא, ברענגט ער א ראיה פון בל תאחר אז אפי' ביי דעם סוכ"ס איז עס באונס ולא נקרא עיכוב.

דער צבי לצדיק זעלבסט איז נישט ניחא דעם תירוץ, ער זאגט אז דער בנ"י רעדט באופן ווען עס איז נאר א ספק פיקוח נפש, איז דאך עס נישט קיין וודאי אונס און פון דעם רעדט נישט די גמרא.

אלענפאלס, איז דאס גאר א שטארקער פלא אז דער בני יששכר זאל גארנישט דערמאנען דעם גאנצען שקליא וטריא, און וואו דער צבי לצדיק זאגט אז דער רמב"ם ברענגט דאך אויך דעם ענין ולא הזכיר מזה כלום, הפלא ופלא.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אינטרעסאנט..
אז דער צבי לצדיק וואונדערט זיך שוין, וואס קען מען נאך צולייגן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אז מ'רעדט שוין פונעם צבי לצדיק,

אז מ'קוקט אריין אין זיינע תשובות, ווען ס'האנדלט זיך איבער אן ענין פון ספרי זקינו כזה שהבאנו, לייגט ער אלעס אויף א זייט, כדי להצדיק את הצדיק מעיקרא, כעי"ז זעהט מען ביי אייניקלעך פון מרן הדב"ח ז"ל.

ב"ה שאנה ה' לידי אז אין די זעלבע טאג שעסקתי בגמרא הלז במס' יבמות, בו ביום ראיתי את הספר צבי לצדיק ושמחתי בו כמוצא שלל רב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אבער דעם וואס דער שואל שם וויל אריילערנען אינעם דרך פקודיך אז ווען עס איז תחילתו בפשיעה וסופו באונס אז דאס ווערט באטראכט ווי אן אונס גמור, ומחויב לעשות הפסח, געדענק איך אז דאס איז א מחלוקת ביי הל' תפלה ווי דער דין איז אז ווען איינער האט באונס פארפאסט א תפלה ברויך ער דאס משלים זיין מיט צוויי שמו"ע ביי די נעקסטע תפלה.

זענען די פוסקים דן ווען איינער האט בתחילה פושע געווען מיט'ן נישט דאווענען, אבער ער האט נאך געהאט צייט, נאר שפעטער האט זיך געמאכט אן אונס, וואס דער דין איז.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג יאנואר 07, 2008 12:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קרעמער האט געשריבן: צייטליך האט ווייזט אויס ערליך מתפלל געווען למען לא ניגע לריק, אז זיין אשכול וואס איז ריקם ריקם מדברי תורה על פרשת השבוע זאל ארויפגעשלעפט ווערן צום אויבערפלאך לכבוד פרשת בא דהאי שתא תשס"ח.

איך וועל אנהייבן מיט א שיין ווארט וואס איך האב געזען אינעם הערליכן ספר מהרי"ל דיסקין: עס שטייט אין פסוק (שמות י', ה') וכסה את עין הארץ ולא יוכל לראות את הארץ, טייטשט ער דאס אויף די היישעריקן זעלבסט, אז די ערשטע גרופע היישעריקן וועלן פארדעקן דעם עין הארץ, דאס טייטש אז זיי וועלן ארומפליען אין די לופטן און מאכן א צווישנשייד צווישן די הימל און ערד, און זיי וועלן קומען אין אזעלכע מאסן אז די ליכטיגקייט פון די זון וועט נישט דערגרייכן דאס ערד, אזוי ארום וועלן די אנדערע היישעריקן וואס פליען אויף די ערד נישט קענען זעהן וואס זיי עסן, און א בלינדער ווערט דאך נישט זאט... וועלן זיי עסן און עסן "ואכל את יתר הפליטה וגו' ואכל את כל העץ וגו' ומלאו בתיך ובתי כל עבדיך ובתי כל מצרים" זיי וועלן פשוט זיין הונגעריג צוליב די טונקלקייט וואס זייערע קאלעגען וועלן פאראורזאכן.

יעצט האב איך געזען אז דער כלי יקר זאגט די זעלבע געדאנק אויפן פלאץ עיין שם.


אינעם דבר יום ביומו האב איך געזען אז היינט איז די יארצייט פון ר' יושע לייב זצ"ל, ברענג איך פריש אראפ דאס ווארט לעילוי נשמתו. ווער עס וויל שפרינגן אמאל פאר שמחת התורה, זאל אריינבליקן אינעם ספר בפנים, יעדע תורה דארט איז ראוי צוקישט צו ווערן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בשעתו איז מיר שווער געווארן, און כ'אב פארגעסן צו פאוסטן.

רשי ברענגט פון אגדה אז יעדע מכה האט משמש געווען זיבן טעג. ער שרייבט עס ביי מכת דם.

פארוואס ביי חושך איז נאר געווען זעקס טעג? דריי וימש חושך, און דריי ולא קמו איש מתחתיו ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ארויפגעברענגט לכבוד פרשת בא
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע:אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שטייט ביי מכת ארבה ואחריו לא יהי' כן פרעגט רש"י הק' עס שטייט זאך ביי יואל אז עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא ארבה קומט אויס אז דארט איז געווען מער ווי דא, ענפערט רש"י אז ביי משה רבינו איז געווען נאר איין מין אין עס איז געווען אזוי סאך פון די מין וואס דאס וועט שוין קיינמאל מער נישט זיין אבער ביי יואל איז געווען אפאר מינים ילק חסיל גזם, די ראשונים פרעגן אז לכאורה שטייט דאך אין תהילים ויתן לחסיל יבולם ויגיעם לארבה נאך שטייט אמר ויבוא ארבה וילק ואין מספר, די בעלי תוס' ענפערן אז איה"נ ביי משה איז געווען אפאר מינים אבער ביי יואל איז געווען מער מינים נאך א תירוץ זאגן זיי אין אויך די חזקוני אז ביי משה רבינו זענען געקומען אלע צוזאמען אבער ביי יואל איז געווען יעדער מין עקסטער אזוי ווי עס שטייט יתר הגזם אכל הארבה, ממילא אזויפיל וויפיל עס איז געווען ביי משה רבינו אויף איינמאל וועט קיינמאל מער נישט זיין, און וויפיל עס איז געווען פון איין מין ביי יואל איז קיינמאל נישט געווען, (כדי לשבר את האוזן וועל איך מאכן א משל, לאמיר זאגן עס איז דא דריי מינים, ביי משה איז געווען מיליאן פון אלע צוזאמען 333.333 פון יעדע, ביי יואל איז געווען 500.000 פון יעדע מין עקסטער, קומט אויס אז מיליאן אויף איין מאל איז קיינמאל נישט געווען נאר אין מצרים, אין 500.000 פון די מין איז אויך קיינמאל נישט געווען נאר ביי יואל).

די רמב"ן וויל קודם ענפערן אז רש"י מיינט אפשר צו זאגן אז פון די מין "ארבה" איז געווען מער ביי משה אין פון די אנדערע מינים איז געווען מער ביי יואל, אבער ער זאגט אז עס איז דברים בטלים, ער ענפערט די קשיא אז עס גייט ארויף אויף די ווערטער בכל גבול מצרים וואס שטייט פארדעם, אז אין מצרים איז קיינמאל מער נישט געווען אזא ארבה, אין ביי יואל רעדט ער פון ארץ ישראל אז דארט איז קיינמאל נאך נישט געווען אזא ארבה, די טעם פארוואס אין מצרים איז נישטא קיין ארבה זאגט ער אז ארבה קומט נאר אויף טריקענע פלעצער אדער ווען עס איז נישטא קיין רעגן אזוי ווי מען זעהט ביי יואל, ממילא מצרים וואס איז א נאסע לאנד פונעם יאור איז נישטא דארט קיין ארבה, נאך א סיבה ברענגט ער פון רבינו חננאל אז פון יענע צייט פון משה רבינו ביז היינט איז נאך קיינמאל נישט געווען קיין היישעריקן אין מצרים, און אפילו ווען זיי קומען קיין ארץ ישראל דורך מצרים עסען זיי נישט פון די מצרישע תבואה, ווייל עס שטייט לא נשאר ארבה אחד בכל גבול מצרים און די הייליגע תורה איז א נצחיות, משא"כ ביי צפרדע וואס שטייט רק ביאור תשארנה קען מען נאך טרעפן היינט אין יאור (זיין לשון איז לפיכך נשאר אלתמצח עד עכשיו, אזוי ווי די אבן עזרא זאגט אין וארא בשם יש אומרים אז צפרדע איז געווען קראקאדילן (עליגעיטארס בלע"ז) עיי"ש אבער דאס איז שוין א עקסטערע שמועס) און אויף דעם שטייט שיחו בכל נפלאותיו.

נאך א פשט זאגט די רמב"ן אז די זאך פון ארבה איז א כסדר'דיגע ערשיינונג און דאס איז דאך אויך געקומען מיטן ווינט אזויווי עס קומט געווענדליך, וועגן דעם זאגט די פסוק אז זאלסט נישט מיינען אז עס איז געווען א מקרה וואס מאכט כסדר, ווייל עס איז געווען אין מצרים אזויפיל היישעריקן וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען ווען עס איז געקומען בדרך הטבע, ממילא מוז זיין אז עס איז געווען א מכה וואס דער באשעפער האט געשיקט, דאס מיינט די פסוק אז פארדעם אין נאכדעם ווען עס איז געקומען בדרך הטבע איז נישט געווען אזויפיל ממילא ווייסט מען אז עס איז יעצט א מכה פונעם באשעפער, אין די זעלבע פשט איז אויך דארט ביי יואל.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גבאי ביהמד האט געשריבן: ארויפגעברענגט לכבוד פרשת בא



יישר-כחכם, אזוי ארום האב איך איבערגעלרנט א סוגיא וואס איך האב געלרנט פאריאר פר' בא (עי' לעיל) וקיימתי המצוות עשה של השמר לך פן תשכח.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ארויף
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ווי איז דער מקור אז "קושי השעבוד" האט משלים געווען די 400 וואס די יודען זענען געווען אין מצרים?
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

קוק די מקור אין יפה תואר שמו"ר פט"ו ס"א
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אינטערסאנט,דא צייכענט ער צו אז עס איז גאר א מדרש.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... ada&st=%22 קושי+השעבוד+השלים%22
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פעיזש 71 אדער עמוד ל
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

[url=http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?sits=1&req=4888&st=%u05E7%u05D5%u05E9%u05D9%20%u05D4%u05E9%u05E2%u05D1%u05D5%u05D3]דא[/url]
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

נקוט כלל זה בידך בפרט אין פריערדיגע ספרים
ווען מען ברענגט עפעס פון א מדרש מיינט נישט אז דו וועסט עס היינט טרעפן אין א מדרש שבידינו, (דאס פאדערט זיך א באזונדערע אשכול אויף די אלע מדרשים פליאים מהיכן מקור מוצאם) דער מחבר ספר האט נישט געהאט די צייט אדער געפונען פאר וויכטיג צו נאכזוכן דעם מראי מקום אויף א דבר הידוע האט ער געשריבן מדרש.

למעשה, אדרבה טרעף עס אין מדרש
די זעלבע זאך וואס ער ברענגט דארט וועגן שאר גליות משלימין, דוכט זיך אז דער מקור איז א מגלה עמוקות

אגב, האב איך אינזין געהאט צו עפענען א אשכול מיט אלע (? אסאך) תירוצים פארוואס מען איז ארויס פאר די צייט, ווייסט איינער אויב מען רעדט שוין דא ערגעץ דערפון אויף א גרויסן פארנעם?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ווארד2007 האט געשריבן: די זעלבע זאך וואס ער ברענגט דארט וועגן שאר גליות משלימין, דוכט זיך אז דער מקור איז א מגלה עמוקות

מיינסט דאס ? די לעצטע שטיקל פון שמות.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין פונעם צבי לצדיק,

אז מ'קוקט אריין אין זיינע תשובות, ווען ס'האנדלט זיך איבער אן ענין פון ספרי זקינו כזה שהבאנו, לייגט ער אלעס אויף א זייט, כדי להצדיק את הצדיק מעיקרא, כעי"ז זעהט מען ביי אייניקלעך פון מרן הדב"ח ז"ל.
בזכרוני, תשובה מהצבי לצדיק לש"ב ר' יוסף בנימין רייך אב"ד העליטש, ששואל אודות מאמר מזקנם שלכאורה סותר וכו'
והצבי לצדיק עונה לו בשתיים, ראשית אולי זקנם לפי שעה נעלם ממנו דברי חז"ל אלו,
ושנית אולי היה זקוק לפעול ישועה למי שהוא, אז עיקם את הדברים למען ימשוך ישועה להנצרך,
רואים מזה שלא היה הצבי לצדיק שוואנץ לדברי זקנו . . .
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שוועמל האט געשריבן: רשי ברענגט פון אגדה אז יעדע מכה האט משמש געווען זיבן טעג. ער שרייבט עס ביי מכת דם.

פארוואס ביי חושך איז נאר געווען זעקס טעג? דריי וימש חושך, און דריי ולא קמו איש מתחתיו ?

עיין במדרש רבה פרשה י"ד ג, רבותינו אמרו וכו' און די זיבעטע טאג פון מכת חושך איז געווען ביי דעם ים סוף.
ועמך כולם צדיקים
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”