עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

@מאטל שניידער , איך מעג ציטירן פון א ספר אן אנדערע מהלך צו לעשן עין הרע?
אלט געזעסענער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:38 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט געזעסענער »

מיין גאנצע אפיס טרייסעלט פאר געלעכטער.
נאדיר א גרינער
פומפדותא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:58 am
בילד
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אלט געזעסענער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 1:36 pm

מיין גאנצע אפיס טרייסעלט פאר געלעכטער.
נאדיר א גרינער
פומפדותא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:58 am
בילד
יעפ. גוט איז נישט דאס ווארט.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 1:31 pm
דאס איז למעשה נישט קיין קושיא, נאכדעם וואס די גמרא זאגט אז 99% פראצענט....
א. שטייט נישט 99 אויף אנדערע זאכן אויסער מיתה.
ב. פון דארט איז אפשר שווער קעגן "לעשן" ווייל ס'שטייט נישט מ'קען עפעס טוהן דערצו. וצע"ק.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

להודות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 1:38 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 1:31 pm
דאס איז למעשה נישט קיין קושיא, נאכדעם וואס די גמרא זאגט אז 99% פראצענט....
א. שטייט נישט 99 אויף אנדערע זאכן אויסער מיתה.
ב. פון דארט איז אפשר שווער קעגן "לעשן" ווייל ס'שטייט נישט מ'קען עפעס טוהן דערצו. וצע"ק.
א. אמת, אבער ס'איז קאמען סענס.
ב. ס'איז טאקע שווער אז חז"ל געבן נישט קיין קלארע עצות, אבער אפשר ווילן זיי אז מ'זאל טאקע נישט אויפרייסן יענעם די אויגן?! אדער אז מ'זאל זיין מער פארגינעריש איינער צום אנדערן?! (איך ווארט אויף רשות פון @מאטל שניידער , צו קענען ציטירן וואס איז לענ"ד באמת דער מהלך פון חז"ל. אויב באקום איך עס נישט, וואלט איך דיך געבעטן אז דו זאלסט עס איינלאדענען אין אנדערן אשכול. שכוח.).
בכל אופן איז עס נישט קיין פירכא, ווייל סוכ"ס טרעפן מיר נאך גענוג סגולות אין ספרי קודש, און דיין קושיא וואלט דאך געדארפט שווער זיין לגבי אלע סגולות. און אפילו אז די ספעציפישע סגולה ווערט נישט דערמאנט, איז עס אבער דאך מקובל, כאמור.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 1:32 pm
@מאטל שניידער , איך מעג ציטירן פון א ספר אן אנדערע מהלך צו לעשן עין הרע?
פארוואס נישט? איך גיי נישט טארגעטן DIYers... איך גיי טארגעטן מענטשן וואס ווילן באצאהלן פאר א סערוויס
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קאפּיטל א: לאמיר באקעמפן "עין הרע"
וואונטשן גוטס פאר יענעם העלפט באמת פאר מיר

די משנה (אבות פ"ב מ"ט) רעכנט אויס "עין טובה" אלס איינס פון די וויכטיגסטע מידות וואס א מענטש דארף קונה זיין. ווידעראום "עין רע" איז איינס פון די ערגסטע מידות, פון וואס מ'דארף זיך גאר שטארק דערווייטערן. "עין טובה" מיינט צו פארגינען אנדערע אז זיי זאלן האבן פון אלעם גוטן. "עין רעה" מיינט דאס פארקערטע, אז אן אוממענטש זאל חלילה וועלן אז פאר יענעם זאל נישט גיין גוט, למשל כדי צו פארזיכערן אז קיינער שטייגט אים נישט איבער.

דארף מען מורא האבן פון עין הרע?
ניין און ניינציג פּראצענט מענטשהייט שטארבט רח"ל פון עין הרע (ב"מ קז:).
בפשטות רעדט מען פון דעם וואס אנדערע קוקן מיט עין הרע, וואס קען חלילה שאטן פאר דעם אויף וועמען מ'האט געקוקט. אסאך צדיקים האבן פּרובירט זיך צו היטן פון עין הרע, און אויך פשוט'ע מענטשן, יעדער לויט זיין מצב.
רבי יוחנן זאגט אבער אן אינטערעסאנטע זאך (ברכות כ.), אז וויבאלד ער שטאמט פון יוסף הצדיק, דארף ער בכלל נישט מורא האבן פון קיין "עין הרע" און אויף דעם האט ער זיך פארלאזט להלכה ולמעשה. מיר ווילן פארשטיין וואספארא שייכות דאס האט, אז אויב מ'שטאמט פון יוסף הצדיק איז מען פארזיכערט קעגן עין הרע? צי האט עס עפּעס מיט יחוס? מסתמא ליגט דא א לימוד וואס מיר קענען פיין פארנוצן.
איז אזוי. דער הייליגער בעל שם טוב הק' זי"ע טייטשט "ה' צלך" – השי"ת איז דיין שאטן. אזויווי א שאטן מאכט נאך די באוועגונגען פון א מענטש, אזוי אויך שפּיגלט כביכול דער רבוש"ע אפּ פּינקטליך וויאזוי מיר פירן זיך אויף.
דאס זעלבע איז בנוגע עין הרע. ווילאנג איינער איז נישט אינגאנצן ריין דערפון און אמאל קוקט ער נאך אויף יענעם מיט עין הרע, דער דארף זיך טאקע אכטונג געבן ווייל ס'קען פּונקט אזוי קומען זיין וועג ח"ו. אבער אז מ'פארגינט א צווייטן אידיש קינד מיט דאס גאנצע הארץ, מען ווייזט ארויס אהבת ישראל במחשבה, דיבור און מעשה, און חלילה קיינמאל נישט מיט קיין עין הרע, איז עס א בחינה פון ה' צלך. דער רבוש"ע וועט שוין זען דערצו, אז אפילו יענעמ'ס עין הרע זאל דיר נישט שאדן .
פארקערט, דער עין טובה וואס מ'האט צו אנדערע, שפּיגלט זיך אפּ אויף צוריק און ברענגט אים א זיס לעכטיג לעבן פון אלעם גוטן.
דער הייליגער אמורא רבי יוחנן האט געהאט די געוואלדיגע מידה פון עין טובה, און ער האט עס אָנגעהאלטן מיט א פעסטקייט אין יעדן מצב, אז גארנישט זאל אים נישט אוועקרירן דערפון. קיין עין הרע איז ביי אים בכלל נישט שייך געווען, ער האט אייביג פארגינען יעדן און משפיע געווען פאר אלעמען נאר גוטס.
ער האט זיכער געקענט דערקלערן מיט רעכט, אז ער האט נישט וואס מורא צו האבן פון אן עין הרע. ווייל אז מען קוקט נישט קיינמאל אויף יענעם מיט אן עין הרע, דארף מען גארנישט מורא האבן.

דער געוואלדיגער כח פון עין טובה
די מידה פון "עין טובה" איז געבויעט אויף מידת היסוד פון יוסף הצדיק, הסתפקות, מ'פילט א זאטקייט אין נפש, אלעס איז גוט און גאר געשמאק. איך קען מיך ערלויבן צו דאנקען אויף וואס השי"ת שיקט מיר. השי"ת קען מיר שיקן נאך אויב ער וויל, און איך דארף נישט זיין קארג אויף זיין חשבון.
איך גיי יא מכיר זיין די טובה וואס ער שיקט און אים דאנקען דערפאר מיט'ן גאנצן הארץ. ווען איך וועל דארפן נאך, וועל איך אים בעטן נאכאמאל, ער איז אייביג גרייט צו הערן.
הסתפקות איז נאר שייך אז מ'האט גענוג תקיפות, מ'פילט זיך נישט אָנגעוויזן. ס'איז מסתמא א גרויסע און שווערע עבודה, אבער ווער ס'איז גרייט צו ארבעטן זענען די פארדינסטן ביז'ן הימל. ס'לוינט זיך און דו קענסט באמת זיין דארט, נישט קיין חילוק וואו דו ביסט אין אנדערע תחומים פון לעבן.
איך גיי נישט צוריקווארפן די טובות וואס השי"ת געט מיר, מיט די נארישע איינרעדעניש, אז אזוי גייט מען כביכול צווינגען דעם אייבערשטן מיר צו שיקן נאך. דאס איז כפיית טובה און נישט-מענטשליך בכלל, אבער עס העלפט סייווי נישט. אויך דארף איך נישט קוקן אומפארגינעריש אויף יענעם, ווען ער האט מער פון מיר.
השי"ת שענקט אונז כסדר נאך גוטס, ווייל מטבע הטוב להטיב. אבער די נעגאטיווקייט וואס האלט אונז צוריק פון אנערקענען דערין, איז בעצם דאס זעלבע וואס לאזט נישט בעטן השי"ת פאר נאך, און אויך דאס זעלבע מידה וואס לאזט נישט קוקן מיט א גוט אויג צו פארגינען יענעם.
כדי עס צו בייקומען, דארף מען זיין פעסט און שטארק ביי זיך און נוצן דאס פעסטקייט נאר צום גוטן. מ'פארזיכערט זיך אין השי"ת און מ'זעט איין מיט'ן גאנצן הארץ, אז ער האט גענוג פאר ביידן און פאר יעדן. איך דארף גארנישט צולייגן.
אויב דארף איך מיך עפּעס אריינמישן דא, איז עס נישט אויף ח"ו אפּשטעלן די השפעה פון יענעם, אויס מורא אז אפשר וועט יענער בלייבן מיט מער. איך וויל נישט ווערן קיין כלי פאר רשעות, איך וועל דאך גארנישט האבן דערפון, צום סוף וועט עס ח"ו צוריקקומען צו מיר און שעדיגן מיך אליין. ניין! איך וועל בעטן השי"ת אז ער זאל דווקא יא משפיע זיין גוטס פאר יענעם, אפשר וועט השי"ת משפיע זיין מער אויך פאר מיר. פאר מיר איז זיכער דאס בעסער, ווי איידער צו וואונטשן ח"ו שלעכטס פאר יענעם.
כל המתפלל בעד חבירו, והוא צריך לאותו דבר, הוא נענה תחילה (ב"ק צב.). ווער ס'איז מתפלל אז פאר יענעם זאל גיין גוט, אינדערצייט וואס ער איז אליין אָנגעוויזן אויף פּונקט דער זעלבער זאך, דעמאלט ווערט ער באמת געהאלפן נאך פריער פון יענעם. דאס איז דער שכר פאר'ן זיין גענוג שטארק און זיך האלטן פעסט אקעגן די אייגענע געפילן פון שלעכטיגקייט.

די שרעקליכע נסיונות אין דעם ענין
דאס געפיל שפּילט אויף דיין אייגענע אָנגעוויזנקייט אין געלט, דזשאב, שידוך, אפילו קינדער אא"וו, דו דארפסט עס טאקע זייער וויכטיג. אפשר איז דיין מצב חלילה טאקע שרעקליך. ס'איז קלאר ווי דער טאג און ביטער ווי דער נאכט. דו מוזסט די אלע זאכן האבן עמערדזשענסי.
ס'איז ביטער שווער צוצוקוקן ווי יענער האט און איך נישט. זיכער איז שווער צו בעטן און האפן אז יענער זאל געהאלפן ווערן, און צו זיין גרייט דערויף אפילו פאר'ן פּרייז, אז דאס מיינט באוואוסטזיניג צוקוקן וויאזוי יענער באקומט עס פריער פון מיר, ס'רייסט דאס הארץ. אוי וויי! יעדער האט, ווען וועל "איך" געהאלפן ווערן?
דאך פילסטו נישט פאר וויכטיג צוריקצוהאלטן פון יענעם. אדרבא! ביסט גרייט צו מתפלל זיין פאר יענעם איידער פאר זיך. דו ווייסט מיט א קלארקייט אז השי"ת האט גענוג פאר ביידע און אז ער איז דער וואס טיילט. דו האלטסט דיך דערמיט מיט א פעסטקייט, דו ווערסט נישט צעבראכן.
תפלה איז נישט קיין מיטל צו קאנטראלירן דעם אייבערשטן, דאס איז דאך נישט מעגליך. פארקערט, מ'דארף מעורר זיין א רצון כביכול צו משפיע זיין גוטס, עפּעס וואס השי"ת וויל סייווי סיי. ער ווארט נאר אז מ'זאל בעטן, און ער האט כביכול הנאה ווען מיר טוען דאס. באמת קען דאך השי"ת העלפן אפילו אָן קיין תפלות בכלל. די גאנצע סיבה פארוואס ער לאזט צו פּראבלעמען אויף דער וועלט, איז כדי אז זיינע ליבע קינדערלעך זאלן פילן א צורך זיך צו דערנענטערן צו אים, אנערקענען אז אלעס איז תלוי אין אים.
די סיבה פארוואס ער געט דיר א געלעגנהייט צו בעטן, איז באמת א מתנה וואס ער שענקט דיר, און דער תכלית איז כדי דו זאלסט ווערן נאנט צו אים, אינאיינעם מיט אלע דיינע געפילן, פּאָזיטיוו ווי נעגאטיוו. דאס חשוב'סטע ביי השי"ת איז, אז דו האסט ענדערש אינזינען געהאט א צווייטן. אויף דעם וועג קענסטו אויסדריקן אמת'ע געטריישאפט און דאדורך אנקומען אסאך נאנטער צו אים.
ווען מ'איז משפיע גוטסקייט און הארציגקייט מיט אַן עין טובה אויף דער וועלט, ברענגט מען מיט דעם אַן עין טובה אויף זיך אליין. פּראקטיש ווייסט דאך יעדער אז מ'איז שיין צו מענטשן זענען זיי מסתמא שיין צו דיר, אבער א אידישע נשמה האט א הימלישן כח וואס גייט פיל ווייטער פון דעם!
ווען דאס וואס דו וואונטשסט פאר יענעם, ווערט טאקע מקויים ביי יענעם דורך דיין געוואלדיגן פּאזיטיוון כח, וועט עס האבן נישט ווייניגער השפעה אויף דיר זעלבסט. סוף כל סוף האסטו עס משפיע געווען. אבער וואַרט נישט קיין דאנק פון יענעם, יענער איז א בשר ודם, און ער קען דיר גארנישט געבן. השי"ת קען יא, קוק דיך אום אין דיין לעבן און באמערק די אלע מורא'דיגע טובות וואס ער געט דיר.
אלס א יישר כח צו השי"ת, בענטש דו אים צוריק, מיט דער ברכה וואס ער גארט אזוי שטארק צו הערן פון דיר. סך הכל וויל ער אז דו זאלסט מיטהאלטן מיטן שטערקסטן נחת רוח וואס ער האט פון זיין בריאה, צו עפענען דעם קוואל פון ברכות אז עס זאל זיך גיסן נאך פאר זיינע קינדערלעך וועמען ער האט ליב.
רבי יוחנן האט זוכה געווען צו זיין דער רבי פון אלע אמוראים אין ארץ ישראל, און רוב מאל איז די הלכה ווי אים. וואספארא זכיה העלפט ווערן אזוי שטארק אנגענומען?
די גמרא שטעלט אוועק א געוויסע כלל פון (סנהדרין צג:) "וה' עמו, שהלכה כמותו". דער וואס שטעלט דעם רבוש"ע'ס רצון פריער פון זיינע אייגענע באדערפענישן, ער איז גרייט צו מאכן פאר השי"ת כביכול דעם רצון וואס ער וויל, צו געבן נאך פאר זיינע ליבע קינדערלעך, וועט השי"ת זיין נאנט צו אים און די הלכה איז אויך אזויווי אים.

וויאזוי מאכט מען דעם שווערן טויש?
מיר פארשטייען שוין אז מיטן בוחר זיין צו נוצן דיינע געפילן, ווערטער און מעשים אויף צו פארמערן גוטסקייט אויף דער וועלט, וועסטו אויטאמאטיש פארשפּרייטן אן עין טוב פאר'ן גאנצן ארום.
די עבודה הייבט זיך אן ביי זיך זעלבסט. אן עין טובה דארף קודם זיין פעסט אויפגעבויעט ביי זיך אין הארצן, ביז צו קענען משפיע זיין די גוטע סחורה צו די ברייטערע וועלט. א מענטש דארף זיין פּאזיטיוו מיט זיך אליינס; ער דארף פארנעמען זיין אייגענעם גאנצן מציאות און זען ברכה דערין.
ווען עפּעס גייט חלילה נישט גוט, קום נישט צוגיין ווי אן עקשנות'דיגער נעמער פול מיט טענות הלמאי ער האט נישט גענוג באקומען. און זיכער נישט ווי א תקיפות'דיגע קאנטראלירער, צו שפּילן ברוגז כאילו השי"ת איז עפּעס מחוייב.
השי"ת איז דיר גארנישט מחוייב! פארקערט, דו ביסט מחוייב צו אנערקענען די טובה וואס השי"ת געט דיר יא, און זיך צו מכניע זיין צום רצון פון השי"ת "לויט וויאזוי השי"ת פארשטייט צו טון מיט אים". די הכנעה וואס מ'נוצט דארף זיין אן אמת'ער הכנעה, און אזוי אויך א תקיפות מוז זיין אן אמת'ע. דער ציל דארף זיין כדי אנצוגיין אין לעבן און נישט צו קאנטראלירן.
דער צוגאַנג פון תקיפות, איז נישט צו צווינגען א צווייטן צו טון וואס איך וויל. ס'איז פשוט צו פילן גענוג מאסגעבנד און אומשטאנד צו טון וויפיל ס'איז שייך פון די אייגענע באדערפענישן און נישט דארפן כסדר זיין אָנגעוויזן אין יענעם, אבער אויך, צו קענען אומגיין מיט אנדערע אויף א וועג אז ס'זאל בענעפיטירן פאר יעדן. ווען איינער פילט זיך און פירט זיך אזוי, שטייט אים דער יענער קיינמאל נישט אין וועג.
יעצט באהעפט דער מידה צו חסד און זיי משפיע פאר יענעם. ווען דו קענסט, טו טאקע א חסד בפועל. ווען ס'איז נישטא פאר דיר וואס צו טון, וואונטש אים כאטש אן. קוק אויף אים מיט די ליבליכע בליקן, וואס זאגן אָן נאר גוטס.
נאר ווען מ'איז אליין צופרידן מיט זיך און מ'האט זיך באמת אליין ליב, קען מען ארויסגיין און טיילן עין טובה פאר אנדערע.
ווען די אייגענע פעסטקייט איז שטערקער פון די אייגענע נעגאטיווע געפילן, נישט ווייל זיי עקזיסטירן נישט, נאר ווייל איך וויל זיי נישט. מ'האט א טיפע עין טובה פאר זיך אליינס, מ'פארגינט זיך צו באקומען מער פונעם אייבערשטן אליינס, קען מען האבן אן אמת'ע עין טובה פאר יענעם.
אז מען לעבט אזוי, קען קיין עין הרע נישט חל זיין. אזויווי ער איז דאך גוט צו יענעם און איז בעצם משפיע פאר יענעם, וועט יענער מסתמא קוקן גוט אויף אים. אבער אפילו אויב ס'מאכט זיך איינער וואס שיקט חלילה יא אן עין הרע אין דיין ריכטונג, ווערט עס אויטאמאטיש איבערגעדרייט צו גוטס, אפילו אויב דו טוסט גארנישט וועגן דעם.
פּונקט ווי דו קענסט איבערדרייען לטובה די נעגאטיווע מחשבות וואס גנב'ען זיך אמאל אריין אין הארץ, צי לגבי זיך אדער אויף יענעם, דורך דיין פעסטע פּאזיטיווקייט. אזוי קענסטו אויך איבערדרייען די נעגאטיווקייט פון א צווייטן, דורכ'ן זיך האלטן שטארק מיט בטחון אין השי"ת. פּאזיטיווקייט האט דעם כח פון בויען, סיי זיך און סיי יענעם. און אז דאס פּאזיטיווקייט האט נישט מורא פאר גארנישט, וועט עס אי"ה טאקע נאר מחזק זיין און בויען. דו האלט דיך נאר כסדר מיט דיין שטרעבן צו פארמערן גוטס פאר יעדן.
קנאה ארויס, עין טובה אריין
יא, איך וויל טאקע דאס וואס יענער האט, און אמאל אמאל... באפאלן מיך טאקע יא אזעלכע געפילן פון קנאה צו שעדיגן דאס גוטס וואס איז באשערט פאר יענעם. אבער א מינוט, וואס וועל איך פארדינען?! לאמיר זיך האלטן קלאר: דער איינציגסטער וועג צו משפיע זיין גוטס פאר מיר, איז דורכ'ן האבן אן עין טובה אויף יענעם. און דאס גיי איך טאקע טון! און יא, איך פארגין יענעם מיט'ן גאנצן הארץ. וויאזוי קען איך עס טון? ווייל איך גלייב באמונה שלמה אז וואס איז באשערט פאר יענעם איז פון אויבן, און איך ווייס אז אזוי בין איך ממשיך גוטס פאר מיר אויך.
אויב מ'איז חלילה מקנא יענעם און מ'קוקט אויף אים מיט אן עין רע, איז עס א רח"ל פגם אין אמונה און א פגם אין די אייגענע מידות. יא ס'איז שווער. אבער פאר די אייגענע טובה דארף מען זיך שטארקן און אפילו ארויסזאגן מיט'ן מויל:
"יא, איך פארגין יענעם אלעס גוטס מיט זיין רוחניות און מיט זיין גשמיות. יא, איך גלייב באמונה שלמה אז דאס איז באשערט פאר יענעם פון אויבן און איך פארגין אים מיט'ן גאנצן הארץ.
יענער האט נחת פון די קינדער? געוואלדיג! השי"ת האט נאך ערליכע סאלדאטן אין זיין ארמיי. יענער האט פרנסה? געוואלדיג! ב"ה אז פאר מיין ליבן טאטנ'ס א קינד גייט אזוי גוט. יענער האט א שיינע הויז? געוואלדיג! אפשר ברענגט עס אים הרחבת הדעת און עס העלפט אים ארויס אין עבודת השם".
אלעס איז באשערט פון אויבן און מיין פליכט איז צו האבן אן עין טובה. ס'איז סיי פאר יענעמ'ס טובה, סיי פאר מיין אייגענע טובה און סיי פאר די טובה פון דער גאנצער וועלט. און דער עיקר, צוליב'ן רצון פון השי"ת וואס האט באשאפן די וועלט.
ווען א מענטש לעבט אזוי, איז ער אייביג פרייליך און צופרידן. ער הייבט זיך אויף און דערהייבט זיין פאמיליע און זיין סביבה. זיין גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטן, ער ווערט דער באליבטער "רבי יוחנן" צווישן זיינע באקאנטע. ער ברענגט אן עין טובה אויף זיך, דורכ'ן זען דער וועלט מיט אן עין טובה.

"יהא שמיה רבא מברך"
ווען איינער ענטפערט "יהא שמיה רבא מברך וכו'" מיטן גאנצן כח, צערייסט מען אלע שלעכטע גזירות אפילו ח"ו פון זיינע גאנצע זיבעציג יאר (שבת קיט:).
וואס מיינט עס מיטן גאנצער כח? רש"י זאגט אז עס מיינט מיט זיין גאנצע כוונה, און תוספות זאגט אז עס מיינט פשוט, יא! מיט זיין גאנצן כח.
און דאס דארף מען שוין פארשטיין, מילא 'א גאנצע כוונה' איז פשט נישט צו טראכטן פון קיין אנדערע זאכן. אבער וואס איז די געדאנק פון א "גאנצער כח"?
די גמרא פארציילט (ברכות ג.) אז דער הייליגער תנא רבי יוסי איז אמאל אריין אין א חורבה צו דאווענען, זייענדיג ערגעץ אונטערוועגנס. דארט אין דער חורבה, האט ער געהערט א בת קול ווי די שכינה הקדושה וויינט און קלאגט ווי א טויבעלע און זאגט "וויי איז פאר די קינדער, וואס צוליב זייערע זינד האב איך פארברענט דאס בית המקדש וכו'".
ארויסגעקומנדיג אינדרויסן האט אים אליהו הנביא אפּגעווארט. אליהו האט אים מודיע געווען אז נישט נאר יעצט גייט ארויס אזא בת קול, נאר יעדעס מאל וואס אידישע קינדער קומען אין שול אריין ענטפערן "יהא שמיה רבא וכו'", ווערט כביכול השי"ת פול מיט רחמנות אויף אידישע קינדער. עס שאפן זיך כביכול אזעלכע געגועים וואס דערנענטערן השי"ת צו אונז און זענען מעורר אז ער זאל אונז אויסלייזן פון גלות.
דאס גרעסטע נחת רוח ביים בורא כל עולמים, איז צו שענקען גוטס פאר אידישע קינדער. און מיר זענען די אויסדערוועלטע, פאר וועמען השי"ת האט געשאנקען דעם כח אז ווען מיר קוקן ארויס צו אים און מיר בעטן אים צו משפיע זיין גוטס פאר אידן, זאל עס טאקע געשען. אבער איין תנאי איז דא דערביי, אז מיר האבן נישט אינזינען בלויז זיך אליין. מיר בעטן ביי השי"ת אז ער זאל ערפילן זיין אייגענעם רצון צו געבן גוטס, און אז דאס גוטס זאל טאקע זיין פאר אלע זיינע קינדער.
נאר דעמאלט איז פשט אז מ'מיינט טאקע דעם אייבערשטן. מ'קען נישט בעטן ביי השי"ת אז ער זאל געבן נאר פאר מיר, און פאר א צווייטן אידיש קינד, וואס איז פּונקט אזוי השי"ת'ס קינד ווי איך בין, זאל ח"ו נישט גיין אזוי גוט.
"יהא שמיה רבא" איז אראמיש, און ס'ווערט דארט אין די גמרא איבערגעטייטש אויף לשון קודש אלס "יהי שמו הגדול מבורך", זיין גרויסער נאמען זאל בענטשן .
מיט 'גרויס' מיינט מען די מידה פון חסד . און די כוונה איז צו מסביר זיין, אז ווען מיר רעדן דא פון השי"ת'ס נאמען, מיינט מען דעם נאמען פון גרויסקייט, דהיינו די מידה וואס זוכט צו משפיע זיין מער און מער חסדים טובים פאר גאנץ כלל ישראל. און די תפילה פון "מברך" מיינט טאקע, אז עס זאל בענטשן יעדן מיט כל טוב וטוב.
ווייל דאס איז כביכול השי"ת'ס רצון, ער וויל בענטשן. און ער האט כביכול איבערגעגעבן דעם כח אין אונזערע הענט, אז מיר זאלן שאפן ביי אים דעם פאקטישן רצון צו בענטשן יעדן. און ער ערווארטעט אז מיר זאלן עס זאגן מיט'ן גאנצן הארץ און מיט דער גאנצער כוונה, און ממש דער גאנצער כח. קיין פּיצל חלק פון אונז זאל נישט זוכן ח"ו צו טראכטן ביי זיך אנדערש.
און דאס וועלן מיר טאקע טון.
מיר האלטן נישט צוריק פון קיין שום אידיש קינד, וואס איז כביכול דעם באשעפער'ס א קינד: קיין טראפּ רייכטום, קיין טראפּ גליק, קיין טראפּ נחת, קיין טראפּ צופרידנקייט, קיין טראפּ שמחה, קיין טראפּ קלוגשאפט, קיין טראפּ געלונגענקייט, קיין הנאה. מיר זענען גרייט צו שענקען פאר יעדן: דאס מערסטע רייכטום, דאס מערסטע גליק, דאס מערסטע נחת, דאס מערסטע צופרידנקייט, דאס מערסטע שמחה, דאס מערסטע קלוגשאפט, דאס מערסטע געלונגענקייט, דאס מערסטע הנאה, און מיר וואונטשן דאס פאר יעדן מיט'ן גאנצן הארץ.
און מיר טוען עס פאר השי"ת'ס וועגן! מיר זענען כביכול מעורר ביי אים דעם נחת רוח צו אויספירן טאקע אט די גוטסקייט וואס ער וויל אליין. און זיכער וועלן מיר אים ח"ו נישט אפּהאלטן פון זיין גוטן ווילן.
וואס באקומען מיר פאר דעם? אלערליי גזירות רעות וואס לויערן ח"ו אויף אונזער קאפּ, וועלן זיך צעגיין אין רויך ווי א זייפן בלאז. אין א צייט וואס דו ביסט פארנומען צו משפיע זיין נאר גוטס, גלייך פונעם מקור הברכות צו אלע באליבטע קינדער פון כביכול, האט קיינער נישט די העזה צו פארפירן אז ס'זאל דיר ח"ו גיין עפּעס שלעכט. און אויב ח"ו יא, וועט עס גלייך צוריקקלאפּן.
דער גרויסער הייליגער תנא און כהן גדול רבי ישמעאל בן אלישע (ברכות ז.) האט באקומען די געוואלדיגע זכיה צו הערן פון השי"ת אליין אזא איינלאדונג כביכול אים צו בענטשן. פּאסירט האט עס, ווען ער איז ארויס פון קודש הקדשים נאכ'ן מקטיר געווען די קטורת. ער האט געוויסט וואספארא הייליגע ברכה השי"ת ווארט צו הערן פון אים, און אט דאס האט ער טאקע געגעבן:
"יהי רצון מלפניך שיכבשו רחמיך את כעסך, ויגולו רחמיך על מידותיך, ותתנהג עם בניך במידת הרחמים ותכנס להם לפנים משורת הדין."
ווייס אז השי"ת ערווארטעט פון דיר דער זעלבער ברכה, אפילו דו הערסט נישט דער בקשה גלייך פון כביכול. אבער איין זאך, זאלסט עס שענקען מיט'ן גאנצן הארץ. ווען דו זאגסט "יהא שמיה רבא מברך וכו'" טו עס מיט'ן גאנצן כח, לאז נישט קיין פּלאץ אין דיין גוף ונשמה פאר גארנישט אנדערש, זיכער נישט פאר עפּעס וואס איז ח"ו סותר.
השי"ת פרייעט זיך מיט אזא וואונטש דיינעם, און ער וועט עס ערפילן מיט אזא שלמות'דיגע גוטסקייט ווי נאר ער קען.

עין הרע אין רוחניות
ווי איראניש ס'זעט אויס, וועלן מענטשן ענדערש פארגינען פאר יענעם גשמיות'דיגע דערגרייכונגען ווי איידער רוחניות'דיגע. און די סיבה איז, ווייל טיף אינעווייניג ווייסט א מענטש אז גשמיות איז גארנישט אזוי וויכטיג ווי רוחניות. אבער איין מינוט: וועמען טוסטו אפּ? וועמען פארגינסטו נישט?
איינער האט ב"ה מסיים געווען ש"ס, וועלן מענטשן אונטערייסן: הא? ער קען עס טאקע? ער האט אויך געלערנט מהרש"א?
– ס'איז אזוי נאריש! פארוואס טראכסטו אזוי? פארוואס רעדסטו אזוי? דו פארגינסט אים נישט? וואס האט יענער געטון? ער האט סך הכל געטון וואס דער אייבערשטער וויל פון אים!
אפשר קען ער טאקע נישט אזוי גוט ווי מ'וויל, אפשר האט ער טאקע נישט געלערנט קיין מהרש"א. און אפשר איז טאקע דיין האלב ש"ס מיט מהרש"א חשוב'ער ווי זיין גאנץ ש"ס אָן מהרש"א. לגבי דיר אליין זיכער. אבער פארוואס קנאקסטו אוועק דעם אייבערשטנ'ס נחת רוח? פארוואס דערביטערסטו דאס לעבן פון לומדי תורה? פון עובדי השי"ת? וואס ווילסטו דערגרייכן מיט דעם?
אבער אפילו לגבי גשמיות איז עס אויך אזוי, השי"ת האט הנאה ווען פאר אידן גייט גוט, און האט כביכול צער ווען פאר אידן גייט שלעכט. פארוואס מצער זיין דעם אייבערשטן? ווער גייט צום סוף ליידן דערפון?

אקעגן קנאה און נסיונות
לאמיר צעברעכן דאס אומפארגינערישקייט מיט'ן גאנצן כח, מיט'ן גאנצן קנאק. לאמיר געדענקען אז עין רעה איז נישט קיין נאטירליכע מידה. ס'איז אן אומגעזונטער צוזאמשטעל פון דריי מידות (השגה און גבורה, און געווענליך מיט הכנעה), לאז נישט אז ס'זאל דיך איבערנעמען. הבא להרגך השכם להרגו (ברכות סב:, סנהדרין עב. ועוד).
דער "אבן עזרא" איז מסביר דעם איסור פון (שמות כ, יד) לא תחמוד, אז א מענטש גלוסט קיינמאל נישט צו עפּעס וואס האט גארנישט מיט אים. אז יא, זעט ער אויס ווי דעם יעניגן וואס איז מקנא דעם 'פויגל' הלמאי ער קען פליען, אינדערצייט וואס ער דער 'מובחר היצירה' קען עס נישט בשום אופן.
אזא קלארקייט האט מען נאר ווען מ'איז געהעריג דא, מ'דערשפּירט דאס מציאות פון דער נאנט. די תקיפות און הכנעה זענען אנגעצינדן צוזאמען. אזא איינער איז געזונט אין אלע שטחים פון לעבן. אין סיי וועלכע פעלד ער איז עוסק, לערנט ער זיך צו גיין אין איינקלאַנג מיט'ן מציאות. מ'אנטוויקלט כשרונות אויף א פּראקטישע פארנעם, נישט טעארעטיש. מ'האט נישט קיין "פייגעלעך" אין קאפּ.
א מענטש וואס איז אזוי אין זיין התנהגות און אין זיינע געפילן, איז אים אסאך גרינגער צו ביישטיין אלע סארט רייצונגען. ער איז באהאפטן צום מציאות און פון דעם האט ער טאקע הנאה. ער וויל נישט וויסן פון עפּעס וואס באלאַנגט נישט צו אים, און גלוסט נישט קיין אומרעאליסטישע זאכן.
דאס איז אן אנדערע בחינה פון "עין טוב" וואס האט אויך צוטון מיט יוסף הצדיק, ער שטייט ביי אלע רייצונגען. און די ברכה דערפון איז אז: בן פורת יוסף, בן פורת עלי עין. יוסף האט חן, ער פארגינט פאר יעדן און יעדער פארגינט אים.
למעשה איז אלעס איין יסוד, דאס זעלבע פּאזיטיווע תקיפות וואס בינדט צו א מענטש צום מציאות, העלפט אויך צו קוקן אויף דער וועלט פּאזיטיוו, צו בענטשן יעדן און פארגינען יעדן. זיך נישט דערלאזן פון נעגאטיווע מחשבות וואס ברענגען צו מער באדערפעניש און אָנגעוויזנקייט, און מאכן ח"ו קריגעריש און אומצופרידן. אזא איינער קען עס טון מיט זיין גאנצן כח הבחירה, און פילט זיך נישט געצווינגען אין גארנישט.
רבי יוחנן איז זיכער נישט דער איינציגסטער פארבליבענער אייניקל פון יוסף הצדיק. אבער ער האט יא אהערגעשטעלט דעם מידה פון יוסף הצדיק אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן. ער איז געווען פעסט און שטארק מיט בטחון אינעם קל חי, און ער האט עס אויסגענוצט אויף צו פארשפּרייטן גוטסקייט, ליבליכקייט און גוטע וואונטשן.
ער האט געוואלט אז פאר יעדן זאל גיין גוט. פון זיין הייליג הארץ איז נישט ארויסגעשיקט געווארן קיין שום קנאה, קריטיק אדער אומפארגינערישקייט, אין קיין שום ריכטונג, ממילא האבן נישט אזעלכע זאכן שולט געווען אויף אים אויך נישט.
הלוואי זאלן מיר זיין אייביג דארט! לאמיר איינמאל פּרובירן מיט'ן גאנצן כח:
"השי"ת זאל אייך בענטשן מיט אלעס גוטס, די בעסטע קינדער, די שענסטע שידוכים, דאס געשמאקסטע הויז, דאס מערסטע געלט. אלעס זאל קלאפּן ביי אייך, איר זאלט הנאה האבן פון אייער לעבן, אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. איר זאלט יא האבן פון ביידע וועלטן און אויף דעם שטערקסטן פארנעם, תורה וגדולה במקום אחד אזויווי ביי רבי און רב אשי (סנהדרין לו.)".

תמצית: איינער וואס זיין תקיפות איז גענוג שטארק, און ניצט אויס זיין שטארקייט אויף צו פארשפּרייטן גוטמוטיגקייט, דער וואונטשט אלעס גוטס פאר'ן גאנצן ארום. און ער טוט עס פון די טיפענישן פון הארץ. אזויווי אלע שלעכטע געפילן וואס קומען אים אריין, דרייעט ער איבער פאר גוטס, אזוי קען ער אויך איבערדרייען די אומפארגינערישקייטן און שלעכטיגקייטן פונעם ארום אויף גוטס.
אויף אים קען נישט שולט זיין קיין שום עין רעה ח"ו, נאר אדרבא, זיינע ברכות ווערן מקויים.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

wow @המברך יתברך באמת'דיג ווערט אן אייגענער אשכול, ממש א שאד אזא זאך זאל באהאלטן ווערן דא צווישן די "סקעממערס"
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מאטל שניידער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 3:53 pm
"סקעממערס"

איך האב שוין מורא אז יענער (וואס האט געשריבן אז דו טראגסט דעם עולם אויף א רייד) איז גערעכט!

אבער אין אמת'ן, ווייסט די מעשה פונעם הייליגן שאגת אריה וואס האט ארייגעשריבן די עשרת הדברות אינעם פנקס הקהילה (ניין, נישט די פון די אייוועלט קברנים).
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 3:57 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 3:53 pm
"סקעממערס"

איך האב שוין מורא אז יענער (וואס האט געשריבן אז דו טראגסט דעם עולם אויף א רייד) איז גערעכט!

אבער אין אמת'ן, ווייסט די מעשה פונעם הייליגן שאגת אריה וואס האט ארייגעשריבן די עשרת הדברות אינעם פנקס הקהילה (ניין, נישט די פון די אייוועלט קברנים).
אלעס איז לשיטתם
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

ערשטע אפדעיט: מיין לעשער גיסט נישט קיין בליי!
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

צווייטע אפדעיט: מיין לעשער זאגט ער "טשעקט" נישט אויב ס'איז דא עין הרע, ער לעשט עין הרע, בשעת ער לעשט קען ער אמאל זען אויב ס'איז דא שטארקע עין הרע, ער טענה'ט אז סקענען נעמען איז נישט א זאך וואס ער האט מקובל

אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

תגובה דורך אדמדם »

מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 6:53 pm
צווייטע אפדעיט: מיין לעשער זאגט ער "טשעקט" נישט אויב ס'איז דא עין הרע, ער לעשט עין הרע, בשעת ער לעשט קען ער אמאל זען אויב ס'איז דא שטארקע עין הרע, ער טענה'ט אז סקענען נעמען איז נישט א זאך וואס ער האט מקובל
הייסט אסאך מאל לעשט ער אפי' ס'גארנישט דא?
ער איז א זורע ואינו קוצר פאר געלט...
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

אפדעיט: אזוי ווי אונז זעמער דערגאנגען אז עס קומט ברעיקינג ניוז אין די אינדוסטריע אין די קומענדיקע וואכן האבן מיר געשטעלט אונזער פלאן אויף צייטווייליגע פויזע.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
pop
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 11:20 pm
אפדעיט: אזוי ווי אונז זעמער דערגאנגען אז עס קומט ברעיקינג ניוז אין די אינדוסטריע אין די קומענדיקע וואכן האבן מיר געשטעלט אונזער פלאן אויף צייטווייליגע פויזע.
אפשר גיב עפעס ארויס?
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

pop האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 11:33 pm

עס גייט טוישן די גאנצע אינדוסטריע
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

תגובה דורך מיט מזל »

מאטל שניידער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:00 am

עס גייט ארויף גיין אויף די New York Stock Exchange ???

מיט מזל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:14 am
מאטל שניידער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:00 am
pop האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 11:33 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 11:20 pm
אפדעיט: אזוי ווי אונז זעמער דערגאנגען אז עס קומט ברעיקינג ניוז אין די אינדוסטריע אין די קומענדיקע וואכן האבן מיר געשטעלט אונזער פלאן אויף צייטווייליגע פויזע.
אפשר גיב עפעס ארויס?
עס גייט טוישן די גאנצע אינדוסטריע
עס גייט ארויף גיין אויף די New York Stock Exchange ???
ווארעם!
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

א חוצפה: באקומען א טעקסט
?Need a yeshuau
Combine power of zos chanukah with removing eyin hara & sign up 2day
.Rply YES for special offer
בלא בלא בלא
בענה הנטפתי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:31 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענה הנטפתי »

כ'האב א ידיד וואס איז אויפגעסיינט אויף מעמבערשיפ ביי א באוואוסטע שפרעכער שוין א שיינע פָּאר יאר און צום וואונדער האט ער נאך צרות צרורות ה''י
איינער ווייסט אפשר פארוואס???...
מהרי הנטפתי חלד בן בענה הנטופתי (דברי הימים א' י''א ל')
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

דער אשכול האט א סגולה צו מאכן פרייליך און אוועקנעמען סטרעס...

בדוק ומנוסה
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 3:43 pm
קאפּיטל א: לאמיר באקעמפן "עין הרע"
וואונטשן גוטס פאר יענעם העלפט באמת פאר מיר

די משנה (אבות פ"ב מ"ט) רעכנט אויס "עין טובה" אלס איינס פון די וויכטיגסטע מידות וואס א מענטש דארף קונה זיין. ווידעראום "עין רע" איז איינס פון די ערגסטע מידות, פון וואס מ'דארף זיך גאר שטארק דערווייטערן. "עין טובה" מיינט צו פארגינען אנדערע אז זיי זאלן האבן פון אלעם גוטן. "עין רעה" מיינט דאס פארקערטע, אז אן אוממענטש זאל חלילה וועלן אז פאר יענעם זאל נישט גיין גוט, למשל כדי צו פארזיכערן אז קיינער שטייגט אים נישט איבער.

דארף מען מורא האבן פון עין הרע?
ניין און ניינציג פּראצענט מענטשהייט שטארבט רח"ל פון עין הרע (ב"מ קז:).
בפשטות רעדט מען פון דעם וואס אנדערע קוקן מיט עין הרע, וואס קען חלילה שאטן פאר דעם אויף וועמען מ'האט געקוקט. אסאך צדיקים האבן פּרובירט זיך צו היטן פון עין הרע, און אויך פשוט'ע מענטשן, יעדער לויט זיין מצב.
רבי יוחנן זאגט אבער אן אינטערעסאנטע זאך (ברכות כ.), אז וויבאלד ער שטאמט פון יוסף הצדיק, דארף ער בכלל נישט מורא האבן פון קיין "עין הרע" און אויף דעם האט ער זיך פארלאזט להלכה ולמעשה. מיר ווילן פארשטיין וואספארא שייכות דאס האט, אז אויב מ'שטאמט פון יוסף הצדיק איז מען פארזיכערט קעגן עין הרע? צי האט עס עפּעס מיט יחוס? מסתמא ליגט דא א לימוד וואס מיר קענען פיין פארנוצן.
איז אזוי. דער הייליגער בעל שם טוב הק' זי"ע טייטשט "ה' צלך" – השי"ת איז דיין שאטן. אזויווי א שאטן מאכט נאך די באוועגונגען פון א מענטש, אזוי אויך שפּיגלט כביכול דער רבוש"ע אפּ פּינקטליך וויאזוי מיר פירן זיך אויף.
דאס זעלבע איז בנוגע עין הרע. ווילאנג איינער איז נישט אינגאנצן ריין דערפון און אמאל קוקט ער נאך אויף יענעם מיט עין הרע, דער דארף זיך טאקע אכטונג געבן ווייל ס'קען פּונקט אזוי קומען זיין וועג ח"ו. אבער אז מ'פארגינט א צווייטן אידיש קינד מיט דאס גאנצע הארץ, מען ווייזט ארויס אהבת ישראל במחשבה, דיבור און מעשה, און חלילה קיינמאל נישט מיט קיין עין הרע, איז עס א בחינה פון ה' צלך. דער רבוש"ע וועט שוין זען דערצו, אז אפילו יענעמ'ס עין הרע זאל דיר נישט שאדן .
פארקערט, דער עין טובה וואס מ'האט צו אנדערע, שפּיגלט זיך אפּ אויף צוריק און ברענגט אים א זיס לעכטיג לעבן פון אלעם גוטן.
דער הייליגער אמורא רבי יוחנן האט געהאט די געוואלדיגע מידה פון עין טובה, און ער האט עס אָנגעהאלטן מיט א פעסטקייט אין יעדן מצב, אז גארנישט זאל אים נישט אוועקרירן דערפון. קיין עין הרע איז ביי אים בכלל נישט שייך געווען, ער האט אייביג פארגינען יעדן און משפיע געווען פאר אלעמען נאר גוטס.
ער האט זיכער געקענט דערקלערן מיט רעכט, אז ער האט נישט וואס מורא צו האבן פון אן עין הרע. ווייל אז מען קוקט נישט קיינמאל אויף יענעם מיט אן עין הרע, דארף מען גארנישט מורא האבן.

דער געוואלדיגער כח פון עין טובה
די מידה פון "עין טובה" איז געבויעט אויף מידת היסוד פון יוסף הצדיק, הסתפקות, מ'פילט א זאטקייט אין נפש, אלעס איז גוט און גאר געשמאק. איך קען מיך ערלויבן צו דאנקען אויף וואס השי"ת שיקט מיר. השי"ת קען מיר שיקן נאך אויב ער וויל, און איך דארף נישט זיין קארג אויף זיין חשבון.
איך גיי יא מכיר זיין די טובה וואס ער שיקט און אים דאנקען דערפאר מיט'ן גאנצן הארץ. ווען איך וועל דארפן נאך, וועל איך אים בעטן נאכאמאל, ער איז אייביג גרייט צו הערן.
הסתפקות איז נאר שייך אז מ'האט גענוג תקיפות, מ'פילט זיך נישט אָנגעוויזן. ס'איז מסתמא א גרויסע און שווערע עבודה, אבער ווער ס'איז גרייט צו ארבעטן זענען די פארדינסטן ביז'ן הימל. ס'לוינט זיך און דו קענסט באמת זיין דארט, נישט קיין חילוק וואו דו ביסט אין אנדערע תחומים פון לעבן.
איך גיי נישט צוריקווארפן די טובות וואס השי"ת געט מיר, מיט די נארישע איינרעדעניש, אז אזוי גייט מען כביכול צווינגען דעם אייבערשטן מיר צו שיקן נאך. דאס איז כפיית טובה און נישט-מענטשליך בכלל, אבער עס העלפט סייווי נישט. אויך דארף איך נישט קוקן אומפארגינעריש אויף יענעם, ווען ער האט מער פון מיר.
השי"ת שענקט אונז כסדר נאך גוטס, ווייל מטבע הטוב להטיב. אבער די נעגאטיווקייט וואס האלט אונז צוריק פון אנערקענען דערין, איז בעצם דאס זעלבע וואס לאזט נישט בעטן השי"ת פאר נאך, און אויך דאס זעלבע מידה וואס לאזט נישט קוקן מיט א גוט אויג צו פארגינען יענעם.
כדי עס צו בייקומען, דארף מען זיין פעסט און שטארק ביי זיך און נוצן דאס פעסטקייט נאר צום גוטן. מ'פארזיכערט זיך אין השי"ת און מ'זעט איין מיט'ן גאנצן הארץ, אז ער האט גענוג פאר ביידן און פאר יעדן. איך דארף גארנישט צולייגן.
אויב דארף איך מיך עפּעס אריינמישן דא, איז עס נישט אויף ח"ו אפּשטעלן די השפעה פון יענעם, אויס מורא אז אפשר וועט יענער בלייבן מיט מער. איך וויל נישט ווערן קיין כלי פאר רשעות, איך וועל דאך גארנישט האבן דערפון, צום סוף וועט עס ח"ו צוריקקומען צו מיר און שעדיגן מיך אליין. ניין! איך וועל בעטן השי"ת אז ער זאל דווקא יא משפיע זיין גוטס פאר יענעם, אפשר וועט השי"ת משפיע זיין מער אויך פאר מיר. פאר מיר איז זיכער דאס בעסער, ווי איידער צו וואונטשן ח"ו שלעכטס פאר יענעם.
כל המתפלל בעד חבירו, והוא צריך לאותו דבר, הוא נענה תחילה (ב"ק צב.). ווער ס'איז מתפלל אז פאר יענעם זאל גיין גוט, אינדערצייט וואס ער איז אליין אָנגעוויזן אויף פּונקט דער זעלבער זאך, דעמאלט ווערט ער באמת געהאלפן נאך פריער פון יענעם. דאס איז דער שכר פאר'ן זיין גענוג שטארק און זיך האלטן פעסט אקעגן די אייגענע געפילן פון שלעכטיגקייט.

די שרעקליכע נסיונות אין דעם ענין
דאס געפיל שפּילט אויף דיין אייגענע אָנגעוויזנקייט אין געלט, דזשאב, שידוך, אפילו קינדער אא"וו, דו דארפסט עס טאקע זייער וויכטיג. אפשר איז דיין מצב חלילה טאקע שרעקליך. ס'איז קלאר ווי דער טאג און ביטער ווי דער נאכט. דו מוזסט די אלע זאכן האבן עמערדזשענסי.
ס'איז ביטער שווער צוצוקוקן ווי יענער האט און איך נישט. זיכער איז שווער צו בעטן און האפן אז יענער זאל געהאלפן ווערן, און צו זיין גרייט דערויף אפילו פאר'ן פּרייז, אז דאס מיינט באוואוסטזיניג צוקוקן וויאזוי יענער באקומט עס פריער פון מיר, ס'רייסט דאס הארץ. אוי וויי! יעדער האט, ווען וועל "איך" געהאלפן ווערן?
דאך פילסטו נישט פאר וויכטיג צוריקצוהאלטן פון יענעם. אדרבא! ביסט גרייט צו מתפלל זיין פאר יענעם איידער פאר זיך. דו ווייסט מיט א קלארקייט אז השי"ת האט גענוג פאר ביידע און אז ער איז דער וואס טיילט. דו האלטסט דיך דערמיט מיט א פעסטקייט, דו ווערסט נישט צעבראכן.
תפלה איז נישט קיין מיטל צו קאנטראלירן דעם אייבערשטן, דאס איז דאך נישט מעגליך. פארקערט, מ'דארף מעורר זיין א רצון כביכול צו משפיע זיין גוטס, עפּעס וואס השי"ת וויל סייווי סיי. ער ווארט נאר אז מ'זאל בעטן, און ער האט כביכול הנאה ווען מיר טוען דאס. באמת קען דאך השי"ת העלפן אפילו אָן קיין תפלות בכלל. די גאנצע סיבה פארוואס ער לאזט צו פּראבלעמען אויף דער וועלט, איז כדי אז זיינע ליבע קינדערלעך זאלן פילן א צורך זיך צו דערנענטערן צו אים, אנערקענען אז אלעס איז תלוי אין אים.
די סיבה פארוואס ער געט דיר א געלעגנהייט צו בעטן, איז באמת א מתנה וואס ער שענקט דיר, און דער תכלית איז כדי דו זאלסט ווערן נאנט צו אים, אינאיינעם מיט אלע דיינע געפילן, פּאָזיטיוו ווי נעגאטיוו. דאס חשוב'סטע ביי השי"ת איז, אז דו האסט ענדערש אינזינען געהאט א צווייטן. אויף דעם וועג קענסטו אויסדריקן אמת'ע געטריישאפט און דאדורך אנקומען אסאך נאנטער צו אים.
ווען מ'איז משפיע גוטסקייט און הארציגקייט מיט אַן עין טובה אויף דער וועלט, ברענגט מען מיט דעם אַן עין טובה אויף זיך אליין. פּראקטיש ווייסט דאך יעדער אז מ'איז שיין צו מענטשן זענען זיי מסתמא שיין צו דיר, אבער א אידישע נשמה האט א הימלישן כח וואס גייט פיל ווייטער פון דעם!
ווען דאס וואס דו וואונטשסט פאר יענעם, ווערט טאקע מקויים ביי יענעם דורך דיין געוואלדיגן פּאזיטיוון כח, וועט עס האבן נישט ווייניגער השפעה אויף דיר זעלבסט. סוף כל סוף האסטו עס משפיע געווען. אבער וואַרט נישט קיין דאנק פון יענעם, יענער איז א בשר ודם, און ער קען דיר גארנישט געבן. השי"ת קען יא, קוק דיך אום אין דיין לעבן און באמערק די אלע מורא'דיגע טובות וואס ער געט דיר.
אלס א יישר כח צו השי"ת, בענטש דו אים צוריק, מיט דער ברכה וואס ער גארט אזוי שטארק צו הערן פון דיר. סך הכל וויל ער אז דו זאלסט מיטהאלטן מיטן שטערקסטן נחת רוח וואס ער האט פון זיין בריאה, צו עפענען דעם קוואל פון ברכות אז עס זאל זיך גיסן נאך פאר זיינע קינדערלעך וועמען ער האט ליב.
רבי יוחנן האט זוכה געווען צו זיין דער רבי פון אלע אמוראים אין ארץ ישראל, און רוב מאל איז די הלכה ווי אים. וואספארא זכיה העלפט ווערן אזוי שטארק אנגענומען?
די גמרא שטעלט אוועק א געוויסע כלל פון (סנהדרין צג:) "וה' עמו, שהלכה כמותו". דער וואס שטעלט דעם רבוש"ע'ס רצון פריער פון זיינע אייגענע באדערפענישן, ער איז גרייט צו מאכן פאר השי"ת כביכול דעם רצון וואס ער וויל, צו געבן נאך פאר זיינע ליבע קינדערלעך, וועט השי"ת זיין נאנט צו אים און די הלכה איז אויך אזויווי אים.

וויאזוי מאכט מען דעם שווערן טויש?
מיר פארשטייען שוין אז מיטן בוחר זיין צו נוצן דיינע געפילן, ווערטער און מעשים אויף צו פארמערן גוטסקייט אויף דער וועלט, וועסטו אויטאמאטיש פארשפּרייטן אן עין טוב פאר'ן גאנצן ארום.
די עבודה הייבט זיך אן ביי זיך זעלבסט. אן עין טובה דארף קודם זיין פעסט אויפגעבויעט ביי זיך אין הארצן, ביז צו קענען משפיע זיין די גוטע סחורה צו די ברייטערע וועלט. א מענטש דארף זיין פּאזיטיוו מיט זיך אליינס; ער דארף פארנעמען זיין אייגענעם גאנצן מציאות און זען ברכה דערין.
ווען עפּעס גייט חלילה נישט גוט, קום נישט צוגיין ווי אן עקשנות'דיגער נעמער פול מיט טענות הלמאי ער האט נישט גענוג באקומען. און זיכער נישט ווי א תקיפות'דיגע קאנטראלירער, צו שפּילן ברוגז כאילו השי"ת איז עפּעס מחוייב.
השי"ת איז דיר גארנישט מחוייב! פארקערט, דו ביסט מחוייב צו אנערקענען די טובה וואס השי"ת געט דיר יא, און זיך צו מכניע זיין צום רצון פון השי"ת "לויט וויאזוי השי"ת פארשטייט צו טון מיט אים". די הכנעה וואס מ'נוצט דארף זיין אן אמת'ער הכנעה, און אזוי אויך א תקיפות מוז זיין אן אמת'ע. דער ציל דארף זיין כדי אנצוגיין אין לעבן און נישט צו קאנטראלירן.
דער צוגאַנג פון תקיפות, איז נישט צו צווינגען א צווייטן צו טון וואס איך וויל. ס'איז פשוט צו פילן גענוג מאסגעבנד און אומשטאנד צו טון וויפיל ס'איז שייך פון די אייגענע באדערפענישן און נישט דארפן כסדר זיין אָנגעוויזן אין יענעם, אבער אויך, צו קענען אומגיין מיט אנדערע אויף א וועג אז ס'זאל בענעפיטירן פאר יעדן. ווען איינער פילט זיך און פירט זיך אזוי, שטייט אים דער יענער קיינמאל נישט אין וועג.
יעצט באהעפט דער מידה צו חסד און זיי משפיע פאר יענעם. ווען דו קענסט, טו טאקע א חסד בפועל. ווען ס'איז נישטא פאר דיר וואס צו טון, וואונטש אים כאטש אן. קוק אויף אים מיט די ליבליכע בליקן, וואס זאגן אָן נאר גוטס.
נאר ווען מ'איז אליין צופרידן מיט זיך און מ'האט זיך באמת אליין ליב, קען מען ארויסגיין און טיילן עין טובה פאר אנדערע.
ווען די אייגענע פעסטקייט איז שטערקער פון די אייגענע נעגאטיווע געפילן, נישט ווייל זיי עקזיסטירן נישט, נאר ווייל איך וויל זיי נישט. מ'האט א טיפע עין טובה פאר זיך אליינס, מ'פארגינט זיך צו באקומען מער פונעם אייבערשטן אליינס, קען מען האבן אן אמת'ע עין טובה פאר יענעם.
אז מען לעבט אזוי, קען קיין עין הרע נישט חל זיין. אזויווי ער איז דאך גוט צו יענעם און איז בעצם משפיע פאר יענעם, וועט יענער מסתמא קוקן גוט אויף אים. אבער אפילו אויב ס'מאכט זיך איינער וואס שיקט חלילה יא אן עין הרע אין דיין ריכטונג, ווערט עס אויטאמאטיש איבערגעדרייט צו גוטס, אפילו אויב דו טוסט גארנישט וועגן דעם.
פּונקט ווי דו קענסט איבערדרייען לטובה די נעגאטיווע מחשבות וואס גנב'ען זיך אמאל אריין אין הארץ, צי לגבי זיך אדער אויף יענעם, דורך דיין פעסטע פּאזיטיווקייט. אזוי קענסטו אויך איבערדרייען די נעגאטיווקייט פון א צווייטן, דורכ'ן זיך האלטן שטארק מיט בטחון אין השי"ת. פּאזיטיווקייט האט דעם כח פון בויען, סיי זיך און סיי יענעם. און אז דאס פּאזיטיווקייט האט נישט מורא פאר גארנישט, וועט עס אי"ה טאקע נאר מחזק זיין און בויען. דו האלט דיך נאר כסדר מיט דיין שטרעבן צו פארמערן גוטס פאר יעדן.
קנאה ארויס, עין טובה אריין
יא, איך וויל טאקע דאס וואס יענער האט, און אמאל אמאל... באפאלן מיך טאקע יא אזעלכע געפילן פון קנאה צו שעדיגן דאס גוטס וואס איז באשערט פאר יענעם. אבער א מינוט, וואס וועל איך פארדינען?! לאמיר זיך האלטן קלאר: דער איינציגסטער וועג צו משפיע זיין גוטס פאר מיר, איז דורכ'ן האבן אן עין טובה אויף יענעם. און דאס גיי איך טאקע טון! און יא, איך פארגין יענעם מיט'ן גאנצן הארץ. וויאזוי קען איך עס טון? ווייל איך גלייב באמונה שלמה אז וואס איז באשערט פאר יענעם איז פון אויבן, און איך ווייס אז אזוי בין איך ממשיך גוטס פאר מיר אויך.
אויב מ'איז חלילה מקנא יענעם און מ'קוקט אויף אים מיט אן עין רע, איז עס א רח"ל פגם אין אמונה און א פגם אין די אייגענע מידות. יא ס'איז שווער. אבער פאר די אייגענע טובה דארף מען זיך שטארקן און אפילו ארויסזאגן מיט'ן מויל:
"יא, איך פארגין יענעם אלעס גוטס מיט זיין רוחניות און מיט זיין גשמיות. יא, איך גלייב באמונה שלמה אז דאס איז באשערט פאר יענעם פון אויבן און איך פארגין אים מיט'ן גאנצן הארץ.
יענער האט נחת פון די קינדער? געוואלדיג! השי"ת האט נאך ערליכע סאלדאטן אין זיין ארמיי. יענער האט פרנסה? געוואלדיג! ב"ה אז פאר מיין ליבן טאטנ'ס א קינד גייט אזוי גוט. יענער האט א שיינע הויז? געוואלדיג! אפשר ברענגט עס אים הרחבת הדעת און עס העלפט אים ארויס אין עבודת השם".
אלעס איז באשערט פון אויבן און מיין פליכט איז צו האבן אן עין טובה. ס'איז סיי פאר יענעמ'ס טובה, סיי פאר מיין אייגענע טובה און סיי פאר די טובה פון דער גאנצער וועלט. און דער עיקר, צוליב'ן רצון פון השי"ת וואס האט באשאפן די וועלט.
ווען א מענטש לעבט אזוי, איז ער אייביג פרייליך און צופרידן. ער הייבט זיך אויף און דערהייבט זיין פאמיליע און זיין סביבה. זיין גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטן, ער ווערט דער באליבטער "רבי יוחנן" צווישן זיינע באקאנטע. ער ברענגט אן עין טובה אויף זיך, דורכ'ן זען דער וועלט מיט אן עין טובה.

"יהא שמיה רבא מברך"
ווען איינער ענטפערט "יהא שמיה רבא מברך וכו'" מיטן גאנצן כח, צערייסט מען אלע שלעכטע גזירות אפילו ח"ו פון זיינע גאנצע זיבעציג יאר (שבת קיט:).
וואס מיינט עס מיטן גאנצער כח? רש"י זאגט אז עס מיינט מיט זיין גאנצע כוונה, און תוספות זאגט אז עס מיינט פשוט, יא! מיט זיין גאנצן כח.
און דאס דארף מען שוין פארשטיין, מילא 'א גאנצע כוונה' איז פשט נישט צו טראכטן פון קיין אנדערע זאכן. אבער וואס איז די געדאנק פון א "גאנצער כח"?
די גמרא פארציילט (ברכות ג.) אז דער הייליגער תנא רבי יוסי איז אמאל אריין אין א חורבה צו דאווענען, זייענדיג ערגעץ אונטערוועגנס. דארט אין דער חורבה, האט ער געהערט א בת קול ווי די שכינה הקדושה וויינט און קלאגט ווי א טויבעלע און זאגט "וויי איז פאר די קינדער, וואס צוליב זייערע זינד האב איך פארברענט דאס בית המקדש וכו'".
ארויסגעקומנדיג אינדרויסן האט אים אליהו הנביא אפּגעווארט. אליהו האט אים מודיע געווען אז נישט נאר יעצט גייט ארויס אזא בת קול, נאר יעדעס מאל וואס אידישע קינדער קומען אין שול אריין ענטפערן "יהא שמיה רבא וכו'", ווערט כביכול השי"ת פול מיט רחמנות אויף אידישע קינדער. עס שאפן זיך כביכול אזעלכע געגועים וואס דערנענטערן השי"ת צו אונז און זענען מעורר אז ער זאל אונז אויסלייזן פון גלות.
דאס גרעסטע נחת רוח ביים בורא כל עולמים, איז צו שענקען גוטס פאר אידישע קינדער. און מיר זענען די אויסדערוועלטע, פאר וועמען השי"ת האט געשאנקען דעם כח אז ווען מיר קוקן ארויס צו אים און מיר בעטן אים צו משפיע זיין גוטס פאר אידן, זאל עס טאקע געשען. אבער איין תנאי איז דא דערביי, אז מיר האבן נישט אינזינען בלויז זיך אליין. מיר בעטן ביי השי"ת אז ער זאל ערפילן זיין אייגענעם רצון צו געבן גוטס, און אז דאס גוטס זאל טאקע זיין פאר אלע זיינע קינדער.
נאר דעמאלט איז פשט אז מ'מיינט טאקע דעם אייבערשטן. מ'קען נישט בעטן ביי השי"ת אז ער זאל געבן נאר פאר מיר, און פאר א צווייטן אידיש קינד, וואס איז פּונקט אזוי השי"ת'ס קינד ווי איך בין, זאל ח"ו נישט גיין אזוי גוט.
"יהא שמיה רבא" איז אראמיש, און ס'ווערט דארט אין די גמרא איבערגעטייטש אויף לשון קודש אלס "יהי שמו הגדול מבורך", זיין גרויסער נאמען זאל בענטשן .
מיט 'גרויס' מיינט מען די מידה פון חסד . און די כוונה איז צו מסביר זיין, אז ווען מיר רעדן דא פון השי"ת'ס נאמען, מיינט מען דעם נאמען פון גרויסקייט, דהיינו די מידה וואס זוכט צו משפיע זיין מער און מער חסדים טובים פאר גאנץ כלל ישראל. און די תפילה פון "מברך" מיינט טאקע, אז עס זאל בענטשן יעדן מיט כל טוב וטוב.
ווייל דאס איז כביכול השי"ת'ס רצון, ער וויל בענטשן. און ער האט כביכול איבערגעגעבן דעם כח אין אונזערע הענט, אז מיר זאלן שאפן ביי אים דעם פאקטישן רצון צו בענטשן יעדן. און ער ערווארטעט אז מיר זאלן עס זאגן מיט'ן גאנצן הארץ און מיט דער גאנצער כוונה, און ממש דער גאנצער כח. קיין פּיצל חלק פון אונז זאל נישט זוכן ח"ו צו טראכטן ביי זיך אנדערש.
און דאס וועלן מיר טאקע טון.
מיר האלטן נישט צוריק פון קיין שום אידיש קינד, וואס איז כביכול דעם באשעפער'ס א קינד: קיין טראפּ רייכטום, קיין טראפּ גליק, קיין טראפּ נחת, קיין טראפּ צופרידנקייט, קיין טראפּ שמחה, קיין טראפּ קלוגשאפט, קיין טראפּ געלונגענקייט, קיין הנאה. מיר זענען גרייט צו שענקען פאר יעדן: דאס מערסטע רייכטום, דאס מערסטע גליק, דאס מערסטע נחת, דאס מערסטע צופרידנקייט, דאס מערסטע שמחה, דאס מערסטע קלוגשאפט, דאס מערסטע געלונגענקייט, דאס מערסטע הנאה, און מיר וואונטשן דאס פאר יעדן מיט'ן גאנצן הארץ.
און מיר טוען עס פאר השי"ת'ס וועגן! מיר זענען כביכול מעורר ביי אים דעם נחת רוח צו אויספירן טאקע אט די גוטסקייט וואס ער וויל אליין. און זיכער וועלן מיר אים ח"ו נישט אפּהאלטן פון זיין גוטן ווילן.
וואס באקומען מיר פאר דעם? אלערליי גזירות רעות וואס לויערן ח"ו אויף אונזער קאפּ, וועלן זיך צעגיין אין רויך ווי א זייפן בלאז. אין א צייט וואס דו ביסט פארנומען צו משפיע זיין נאר גוטס, גלייך פונעם מקור הברכות צו אלע באליבטע קינדער פון כביכול, האט קיינער נישט די העזה צו פארפירן אז ס'זאל דיר ח"ו גיין עפּעס שלעכט. און אויב ח"ו יא, וועט עס גלייך צוריקקלאפּן.
דער גרויסער הייליגער תנא און כהן גדול רבי ישמעאל בן אלישע (ברכות ז.) האט באקומען די געוואלדיגע זכיה צו הערן פון השי"ת אליין אזא איינלאדונג כביכול אים צו בענטשן. פּאסירט האט עס, ווען ער איז ארויס פון קודש הקדשים נאכ'ן מקטיר געווען די קטורת. ער האט געוויסט וואספארא הייליגע ברכה השי"ת ווארט צו הערן פון אים, און אט דאס האט ער טאקע געגעבן:
"יהי רצון מלפניך שיכבשו רחמיך את כעסך, ויגולו רחמיך על מידותיך, ותתנהג עם בניך במידת הרחמים ותכנס להם לפנים משורת הדין."
ווייס אז השי"ת ערווארטעט פון דיר דער זעלבער ברכה, אפילו דו הערסט נישט דער בקשה גלייך פון כביכול. אבער איין זאך, זאלסט עס שענקען מיט'ן גאנצן הארץ. ווען דו זאגסט "יהא שמיה רבא מברך וכו'" טו עס מיט'ן גאנצן כח, לאז נישט קיין פּלאץ אין דיין גוף ונשמה פאר גארנישט אנדערש, זיכער נישט פאר עפּעס וואס איז ח"ו סותר.
השי"ת פרייעט זיך מיט אזא וואונטש דיינעם, און ער וועט עס ערפילן מיט אזא שלמות'דיגע גוטסקייט ווי נאר ער קען.

עין הרע אין רוחניות
ווי איראניש ס'זעט אויס, וועלן מענטשן ענדערש פארגינען פאר יענעם גשמיות'דיגע דערגרייכונגען ווי איידער רוחניות'דיגע. און די סיבה איז, ווייל טיף אינעווייניג ווייסט א מענטש אז גשמיות איז גארנישט אזוי וויכטיג ווי רוחניות. אבער איין מינוט: וועמען טוסטו אפּ? וועמען פארגינסטו נישט?
איינער האט ב"ה מסיים געווען ש"ס, וועלן מענטשן אונטערייסן: הא? ער קען עס טאקע? ער האט אויך געלערנט מהרש"א?
– ס'איז אזוי נאריש! פארוואס טראכסטו אזוי? פארוואס רעדסטו אזוי? דו פארגינסט אים נישט? וואס האט יענער געטון? ער האט סך הכל געטון וואס דער אייבערשטער וויל פון אים!
אפשר קען ער טאקע נישט אזוי גוט ווי מ'וויל, אפשר האט ער טאקע נישט געלערנט קיין מהרש"א. און אפשר איז טאקע דיין האלב ש"ס מיט מהרש"א חשוב'ער ווי זיין גאנץ ש"ס אָן מהרש"א. לגבי דיר אליין זיכער. אבער פארוואס קנאקסטו אוועק דעם אייבערשטנ'ס נחת רוח? פארוואס דערביטערסטו דאס לעבן פון לומדי תורה? פון עובדי השי"ת? וואס ווילסטו דערגרייכן מיט דעם?
אבער אפילו לגבי גשמיות איז עס אויך אזוי, השי"ת האט הנאה ווען פאר אידן גייט גוט, און האט כביכול צער ווען פאר אידן גייט שלעכט. פארוואס מצער זיין דעם אייבערשטן? ווער גייט צום סוף ליידן דערפון?

אקעגן קנאה און נסיונות
לאמיר צעברעכן דאס אומפארגינערישקייט מיט'ן גאנצן כח, מיט'ן גאנצן קנאק. לאמיר געדענקען אז עין רעה איז נישט קיין נאטירליכע מידה. ס'איז אן אומגעזונטער צוזאמשטעל פון דריי מידות (השגה און גבורה, און געווענליך מיט הכנעה), לאז נישט אז ס'זאל דיך איבערנעמען. הבא להרגך השכם להרגו (ברכות סב:, סנהדרין עב. ועוד).
דער "אבן עזרא" איז מסביר דעם איסור פון (שמות כ, יד) לא תחמוד, אז א מענטש גלוסט קיינמאל נישט צו עפּעס וואס האט גארנישט מיט אים. אז יא, זעט ער אויס ווי דעם יעניגן וואס איז מקנא דעם 'פויגל' הלמאי ער קען פליען, אינדערצייט וואס ער דער 'מובחר היצירה' קען עס נישט בשום אופן.
אזא קלארקייט האט מען נאר ווען מ'איז געהעריג דא, מ'דערשפּירט דאס מציאות פון דער נאנט. די תקיפות און הכנעה זענען אנגעצינדן צוזאמען. אזא איינער איז געזונט אין אלע שטחים פון לעבן. אין סיי וועלכע פעלד ער איז עוסק, לערנט ער זיך צו גיין אין איינקלאַנג מיט'ן מציאות. מ'אנטוויקלט כשרונות אויף א פּראקטישע פארנעם, נישט טעארעטיש. מ'האט נישט קיין "פייגעלעך" אין קאפּ.
א מענטש וואס איז אזוי אין זיין התנהגות און אין זיינע געפילן, איז אים אסאך גרינגער צו ביישטיין אלע סארט רייצונגען. ער איז באהאפטן צום מציאות און פון דעם האט ער טאקע הנאה. ער וויל נישט וויסן פון עפּעס וואס באלאַנגט נישט צו אים, און גלוסט נישט קיין אומרעאליסטישע זאכן.
דאס איז אן אנדערע בחינה פון "עין טוב" וואס האט אויך צוטון מיט יוסף הצדיק, ער שטייט ביי אלע רייצונגען. און די ברכה דערפון איז אז: בן פורת יוסף, בן פורת עלי עין. יוסף האט חן, ער פארגינט פאר יעדן און יעדער פארגינט אים.
למעשה איז אלעס איין יסוד, דאס זעלבע פּאזיטיווע תקיפות וואס בינדט צו א מענטש צום מציאות, העלפט אויך צו קוקן אויף דער וועלט פּאזיטיוו, צו בענטשן יעדן און פארגינען יעדן. זיך נישט דערלאזן פון נעגאטיווע מחשבות וואס ברענגען צו מער באדערפעניש און אָנגעוויזנקייט, און מאכן ח"ו קריגעריש און אומצופרידן. אזא איינער קען עס טון מיט זיין גאנצן כח הבחירה, און פילט זיך נישט געצווינגען אין גארנישט.
רבי יוחנן איז זיכער נישט דער איינציגסטער פארבליבענער אייניקל פון יוסף הצדיק. אבער ער האט יא אהערגעשטעלט דעם מידה פון יוסף הצדיק אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן. ער איז געווען פעסט און שטארק מיט בטחון אינעם קל חי, און ער האט עס אויסגענוצט אויף צו פארשפּרייטן גוטסקייט, ליבליכקייט און גוטע וואונטשן.
ער האט געוואלט אז פאר יעדן זאל גיין גוט. פון זיין הייליג הארץ איז נישט ארויסגעשיקט געווארן קיין שום קנאה, קריטיק אדער אומפארגינערישקייט, אין קיין שום ריכטונג, ממילא האבן נישט אזעלכע זאכן שולט געווען אויף אים אויך נישט.
הלוואי זאלן מיר זיין אייביג דארט! לאמיר איינמאל פּרובירן מיט'ן גאנצן כח:
"השי"ת זאל אייך בענטשן מיט אלעס גוטס, די בעסטע קינדער, די שענסטע שידוכים, דאס געשמאקסטע הויז, דאס מערסטע געלט. אלעס זאל קלאפּן ביי אייך, איר זאלט הנאה האבן פון אייער לעבן, אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. איר זאלט יא האבן פון ביידע וועלטן און אויף דעם שטערקסטן פארנעם, תורה וגדולה במקום אחד אזויווי ביי רבי און רב אשי (סנהדרין לו.)".

תמצית: איינער וואס זיין תקיפות איז גענוג שטארק, און ניצט אויס זיין שטארקייט אויף צו פארשפּרייטן גוטמוטיגקייט, דער וואונטשט אלעס גוטס פאר'ן גאנצן ארום. און ער טוט עס פון די טיפענישן פון הארץ. אזויווי אלע שלעכטע געפילן וואס קומען אים אריין, דרייעט ער איבער פאר גוטס, אזוי קען ער אויך איבערדרייען די אומפארגינערישקייטן און שלעכטיגקייטן פונעם ארום אויף גוטס.
אויף אים קען נישט שולט זיין קיין שום עין רעה ח"ו, נאר אדרבא, זיינע ברכות ווערן מקויים.
יישר כח, אייגענס?
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

כ'זעה אז עיני ישועה איז א כסדר'דיגע אדווירטייזער דא, וואס שטעלט די פראגע ווי זענען די אייוועלט קאסטומערס? פארוואס טשעקן זיי נישט אריין אין דעם אשכול?
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:15 am
דער אשכול האט א סגולה צו מאכן פרייליך און אוועקנעמען סטרעס...

בדוק ומנוסה
@יאנאש ביטע שמעזנער'ן דעם אשכול מיט מילתא דבדיחותא אשכול
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

מיט מזל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:15 am
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:15 am
דער אשכול האט א סגולה צו מאכן פרייליך און אוועקנעמען סטרעס...

בדוק ומנוסה
@יאנאש ביטע שמעזנער'ן דעם אשכול מיט מילתא דבדיחותא אשכול
האסט הנאה אונטער צוברענגען מיין פאטענציאלע פרנסה?
הה"ד "ליצנות אחד דוחה מאה"
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”