וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואס איז אייער מיינונג איבער א גוי פאר א ספרים פאקער?

זייער א גוטע זאך אין ברויך איינגעפירט ווערן אין אלע בתי מדרשים.
23
17%
אויב מען האט נישט קיין צווייטן איז איין זאך אבער לכחילה טוען אזוי איז א בזיון פאר די ספרים.
37
27%
עס איז א בזיון ספרים צו נוצן א גוי
46
33%
מען ברויך מאכן א גרויסע אויפפוואכונג אז יעדער זאל אוועק לייגן זיינע ספרים.
25
18%
א גוטע זאך.
6
4%
מיין דעה שטייט נישט דא (שרייב ארויס וואס יא)
2
1%
סך הכל שטימען: 139

אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:09 pm
בעריש'ל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:02 pm
אוודאי! בחינם טרעפט מען נישט.

פאר $35 א שעה קענסטו טרעפן א 18 יאריגער בחור. אבער וואס איז דען כבוד הספרים ווערט?
הייסט פאר דעם משמש זאל ברענען כבוד הספרים, האו באוט עס ברענט דיר כבוד הספרים און דו שיקסט דיינע קינדער עס טוען פאר $15 א שעה?
רבי איד וואס מאכסטו דא דעם שמש פארן רחמנות, קיינער שרייט נישט אויפן שמש, עס איז נאך א עקספענס פונעם קהל.

יא יא פארשטייסט זייער גוט אז א גוי מישט נישט די ספרי תורה משום כבוד התורה, און האסט מיר נישט געשריגן אז אויב איך שיק נישט מיינע קינדער וועט דער נעבעכדיגע אויבגעמאטערטע שמש מכבד זיין א גוי צו מישן דעם ספר אויף פינחס.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

תגובה דורך המברך יתברך »

בעריש'ל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:15 pm
קיינער שרייט נישט אויפן שמש,

עס איז נאך א עקספענס פונעם קהל.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4897
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

תגובה דורך לאנטש טיים »

אויך נעמט מען נישט קיין גוי פאר דיין הקהילה אפילו ער איז ביליגער, אלעס פאר כבוד התורה

גראדע מישן די ספרי תורה איז געווענליך נישט באצאלטע ארבעט, אידן טוען עס לשם מצוה, און בכלל אויסלערנען די גוי וואו מען ליינט ר"ח איז נישט אזוי גרינג, קען זיין ווען איינער וועט אויפקוימען מיט סטיקערס אין בענדלעך אז די גוי וועט קענען מישן וועט ער עס יא טון, ווער ווייסט
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4897
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:25 pm
בעריש'ל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:15 pm
קיינער שרייט נישט אויפן שמש,

בעריש'ל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:15 pm
עס איז נאך א עקספענס פונעם קהל.
ווען די זיצן און דיוס וועט ארויפגיין וועט ער עפענען א אשכול צו שימפן, וואס דארפן די שמשים נעמען אינגעלייט פאר $80 א שעה צו פאקן ספרים?? זאל ער נעמען א גוי פאר א פערטל די פרייז! אז ער וויל נעמען א איד פאר טייער זאל מען פרעגן די מעמבערס צו זיי זענען גרייט צו צאלן די פרייז...! קהל איז עפעס א פריוואטע קאסע?
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4505
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

תגובה דורך פאראויס »

מיין אויסוואל פעלט.

נישט געפערליך. נישט קיין שלעכטע זאך.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פאראויס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:48 pm
מיין אויסוואל פעלט.

נישט געפערליך. נישט קיין שלעכטע זאך.
דעמאלט ווייז די פרייז.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4084
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

זייער א גוטע זאך!!

אין די גויאישע לייבערי.....
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

איך האב א ידיד וואס איז ממונה איבער א גרויסע ביהמ"ד, און ער זאגט מיר אז ער ברעכט זיך דאס קאפ און קען נישט טרעפן קיין געהעריגע ספרים פאקערס, ער צאלט שוין גאר שיינע געהאלטן, און האט שוין געהאט בחורים, און אנדערע סארטן אפציעס, קיינער האלט זיך נישט, אלע טראגן זיך אפ פריער אדער שפעטער, איז דא געבליבן צוויי אפציעס, אדער לאזן אלע ספרים אויף די טישן (נישט דא קיין גרעסערע בזיון פאר די הייליגע ספרים ווי דעם), אדער מוז מען נעמען גויים..
לעצט פארראכטן דורך קעדילעק אום מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4505
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:49 pm
פאראויס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:48 pm
מיין אויסוואל פעלט.

נישט געפערליך. נישט קיין שלעכטע זאך.
דעמאלט ווייז די פרייז.
דהיינו?

דהיינו שוואנצונעס.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

יאפס!
ר' @יאנאש בין איך מעיד!!! ער לאזט נישט קיין שיריים נאך זיך!!! ירבה כמותו בישראל!!!
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:42 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:25 pm
בעריש'ל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:15 pm
קיינער שרייט נישט אויפן שמש,

בעריש'ל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:15 pm
עס איז נאך א עקספענס פונעם קהל.
ווען די זיצן און דיוס וועט ארויפגיין וועט ער עפענען א אשכול צו שימפן, וואס דארפן די שמשים נעמען אינגעלייט פאר $80 א שעה צו פאקן ספרים?? זאל ער נעמען א גוי פאר א פערטל די פרייז! אז ער וויל נעמען א איד פאר טייער זאל מען פרעגן די מעמבערס צו זיי זענען גרייט צו צאלן די פרייז...! קהל איז עפעס א פריוואטע קאסע?
אויב וואלט מען דוקא געוואלט, וואלט מען זיך אנעצה געגעבן, מען קען פארקויפן די זכות שמחת תורה, אדער נישט צאלן אזוי טייער פארן בעל שחרית ביידע טעג יום טוב, אבער טאקע אויפהייבן די דיוס פאר כבוד הספרים.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5362
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איך ווייס פון א גרויסע ביהמ״ד וואס אוז געווען גרייט צו צאלן $30 א שעה פאר א פאקער, און האט קיינעם נישט געטראפן, בלית ברירה מוז ער זיך באנוצן מיט גוים.
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

אז מען האט נישט קיין ברירה איז א צווייטע מעשה
מען רעדט ווען עס איז יא דא די ברירה
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15185
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אורח חיים סימן קנא סיעף קטן י זאגט די מגן אברהם "רבינו יעקב היה מכבד בזקנו לפני הארון הקודש" האב איך געהערט א שיינע ווארט, וואס וויל די מגן אברהם זאגן (און גאנץ מגן אברהם זעהט מען נישט אז ער זאל דערציילען א מעשה), נאר אז רבינו יעקב (די רבי אדער טאטע פון רש"י אבער דאס איז זיכער אז רשי האט געלערנט ביי איהם תורה און איז געווען א גאר הייליגע איד) האט אויס געקערט די בית המדרש מיט זיין בארד איז ער לכאורה געווען א בעל צורה מיט א שיינע לאנגע בארד, און מיט דעם האט ער נישט געקוקט וואס די עולם זאגט און אויס געקערט די בית המדרש
קוקט נישט וואס די עולם זאגט נעמט 5 מינוט פון אייער צייט און פאקט אוועק די ספרים אפילו וואס א צווייטע האט געניצט (די פאקער קומט נאר ביינאכט און ביז דעמאלט ווילען אסאך מענטשען ניצען די ספר וואס איר האט געניצט)
לעצט פארראכטן דורך הרב_שלום אום מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איר קויפט יעצט פארן זומער ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
Pampers: Spend $80 get 20% off
https://amzn.to/3xNWPW1

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

קעדילעק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:51 pm
איך האב א ידיד וואס איז ממונה איבער א גרויסע ביהמ"ד, און ער זאגט מיר אז ער ברעכט זיך דאס קאפ און קען נישט טרעפן קיין געהעריגע ספרים פאקערס, ער צאלט שוין גאר שיינע געהאלטן, און האט שוין געהאט בחורים, און אנדערע סארטן אפציעס, קיינער האלט זיך נישט, אלע טראגן זיך אפ פריער אדער שפעטער, איז דא געבליבן צוויי אפציעס, אדער לאזן אלע ספרים אויף די טישן (נישט דא קיין גרעסערע בזיון פאר די הייליגע ספרים ווי דעם), אדער מוז מען נעמען גויים..
איך וואלט געלאזט די ספרים אויף די טישן, ביז דער עולם וועט זיך אויסלערנען נוהג כבוד זיין אין ספרים.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6362
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

בעריש'ל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:02 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:59 am
askan1 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:55 am

אז מען זוכט גוט וועט מען טרעפן א יונגל אדער בחור צו פאקן ספרים,
איר זענט א משמש? סתם נייגעריג..

אויך, דיינע קינדער זענען פריי מוצאי שבת, אפאר שעה ערב פסח און סוכות, פורים נאכמיטאג וכו'? ביקור חולים זוכט וואלאנטירן
אוודאי! בחינם טרעפט מען נישט.

פאר $35 א שעהקענסטו טרעפן א 18 יאריגער בחור. אבער וואס איז דען כבוד הספרים ווערט?
נו שוין, אודאי נעמט מען גויים, אלס יונג בחורל האט מען מיר באצאלט פאר א שבת ביהמ"ד פון בערך 50-75 מתפללים פארן פאקן דאנערשטאג נאכט, דורך שבת און מוצאי שבת, גאנצע 25 טאלער אויב דענקעך גוט...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

עמוד יומי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:05 pm
קעדילעק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:51 pm
איך האב א ידיד וואס איז ממונה איבער א גרויסע ביהמ"ד, און ער זאגט מיר אז ער ברעכט זיך דאס קאפ און קען נישט טרעפן קיין געהעריגע ספרים פאקערס, ער צאלט שוין גאר שיינע געהאלטן, און האט שוין געהאט בחורים, און אנדערע סארטן אפציעס, קיינער האלט זיך נישט, אלע טראגן זיך אפ פריער אדער שפעטער, איז דא געבליבן צוויי אפציעס, אדער לאזן אלע ספרים אויף די טישן (נישט דא קיין גרעסערע בזיון פאר די הייליגע ספרים ווי דעם), אדער מוז מען נעמען גויים..
איך וואלט געלאזט די ספרים אויף די טישן, ביז דער עולם וועט זיך לערנען נוהג כבוד זיין אין ספרים.
דאס גייט נישט פאסירן בדרך הטבע...

עס זענען פארהאן 3 סארטן אידן
1) ער פאקט נישט אוועק בשיטה! "זאל נאך א איד לערנען אין דעם ספר" - "דער פאקער באקומט באצאלט" - אויב גיי איך אוועקלייגן מיין ספר גייט דער פאקער פארלירן זיין פרנסה" וכו' (עס זענען דא מענטשן וואס האלטן אמת'דיג אזוי!!!)

2) דער איד וואס טראכט נישט, ער לייגט נישט אוועק זיין ספר, ער לאזט זיין קאווע גלעזל אויפן טיש וכו' ווייל ער טראכט נישט! עס פאלט אים ניטאמאל ביי צו זיין א מענטש!!!

3) דער וואס פרובירט אלעמאל אוועקצולייגן זיין ספר, אבער דאך מאכט זיך אמאל אז ער האט אין פלאן צוריקצוקומען למעשה איז ער געווארן טרוד און פארגעסן, אדער דער פלאץ ביים שאנק איז פונקט געבלאקט, ער יאגט זיך היינט און דער פלאץ פון זיין ספר איז אין אנדערן עק בית המדרש וכו'
(ביי מיר וואס איך האב שייכות דערמיט שוין 15 יאר מאכט זיך אויך אז כ'קען פארגעסן דא דארט - טראץ וואס איך לייג צוריק מיין סידור אין שאנק אויך שבת צופרי נאכן דאווענען)

לדעתי איז דער פאקער געהייערט פאר נאמבער 3, און בלית ברירה מוז ער אויך קעיר נעמען פון שריים פון די אומארענטליכע מענטשן.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:12 pm

מ'וועט מודיע זיין דעם עולם אז ס'נישטא מער קיין פאקער, און ס'גייט נישט זיין, רבותי לייגט צוריק די ספרים וואס איר נעמט ארויס. און אויב נישט בלייבן די טישן איבערגעפילט.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

6:00 פארטאגס, ווען דו גייסט אריינקומען פארלערנען דיין טעגלישן שיעור, וועסטו דארפן אנהייבן צו זוכן די נעכטיגע גמרות אונטער די הויפענעס פון ישועות\ברך משה'ס.
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:20 pm

יא. וועט דער עולם מאכן א געוואלד. און זיך שטאטעליך אויסלערנען.
אדער ברענגן דעם שמש א פאקער.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

עמוד יומי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:18 pm
מ'וועט מודיע זיין דעם עולם אז ס'נישטא מער קיין פאקער, און ס'גייט נישט זיין, רבותי לייגט צוריק די ספרים וואס איר נעמט ארויס. און אויב נישט בלייבן די טישן איבערגעפילט.
עס איז נישט דא קיין גוי מער! לייגטס אוועק די אויסגעבלאזענע טישוס אין גארבעדזש, אויב נישט בלייבן די טישן שמוציג!!!

לאגיש גערעדט זענט איר גערעכט, אבער דער פאקט זאגט אנדערש...
פאר דער דריטער קאטעגאריע וואס כ'האב געשריבן דארף זיין געהייערט א מענטש!!
אויב זענט איר דער פערפעקציאניסט וואס לאזט נישט קיין שריים נאך זיך, איר זענט גרייט צו באצאלן 100 פער דורכפאל אויב איך קוק איבער אייערע רעקארדס? ניין, ווייל יעדע מענטש האט אויסנאמען, פאר די אויסנאמען העלפט נישט קיין לאגיק.

אפגערעדט אז מיט די אוממענטשן גייסטו נישט מצליח זיין אויף די שפראך און א פאבליק פלאץ מוז בהכרח ווערן קעיר גענומען.

#עטוואס ערפארונג האב איך מיט די מענטשהייט.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עמוד יומי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:23 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:20 pm
6:00 פארטאגס, ווען דו גייסט אריינקומען פארלערנען דיין טעגלישן שיעור, וועסטו דארפן אנהייבן צו זוכן די נעכטיגע גמרות אונטער די הויפענעס פון ישועות\ברך משה'ס.
יא. וועט דער עולם מאכן א געוואלד. און זיך שטאטעליך אויסלערנען.
אדער ברענגן דעם שמש א פאקער.
אדער וועסטו דיך אויסדרייען און אהיימגיין, אדער גיין פארלערנען דיין שיעור אין א נארמאלן ביהמ"ד.
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:24 pm
עמוד יומי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:18 pm
מ'וועט מודיע זיין דעם עולם אז ס'נישטא מער קיין פאקער, און ס'גייט נישט זיין, רבותי לייגט צוריק די ספרים וואס איר נעמט ארויס. און אויב נישט בלייבן די טישן איבערגעפילט.
עס איז נישט דא קיין גוי מער! לייגטס אוועק די אויסגעבלאזענע טישוס אין גארבעדזש, אויב נישט בלייבן די טישן שמוציג!!!

לאגיש גערעדט זענט איר גערעכט, אבער דער פאקט זאגט אנדערש...
פאר דער דריטער קאטעגאריע וואס כ'האב געשריבן דארף זיין געהייערט א מענטש!!
אויב זענט איר דער פערפעקציאניסט וואס לאזט נישט קיין שריים נאך זיך, איר זענט גרייט צו באצאלן 100 פער דורכפאל אויב איך קוק איבער אייערע רעקארדס? ניין, ווייל יעדע מענטש האט אויסנאמען, פאר די אויסנאמען העלפט נישט קיין לאגיק.

אפגערעדט אז מיט די אוממענטשן גייסטו נישט מצליח זיין אויף די שפראך און א פאבליק פלאץ מוז בהכרח ווערן קעיר גענומען.

#עטוואס ערפארונג האב איך מיט די מענטשהייט.
מסכים אז במציאות גייט עס נישט ארבעטן אזוי גרינג.
אבער דער דמיון צו טישוס איז נישט דומה.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פארוואס נישט?
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4897
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער גוים פאר ספרים פאקער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

עמוד יומי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:23 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:20 pm
6:00 פארטאגס, ווען דו גייסט אריינקומען פארלערנען דיין טעגלישן שיעור, וועסטו דארפן אנהייבן צו זוכן די נעכטיגע גמרות אונטער די הויפענעס פון ישועות\ברך משה'ס.
יא. וועט דער עולם מאכן א געוואלד. און זיך שטאטעליך אויסלערנען.
אדער ברענגן דעם שמש א פאקער.
קענסט עפענען א ביהמ"ד וואו מען קלינט נישט די ביה"כ, די עולם זאל זיך אויסלערנען!

לאז וויסן ווען די לעקטער קאמפאני קען פארמאכן די אקאונט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”