להחזיר המליצה לשורשה...
א מליצה באשטייט פון נעמען א באקאנטע פסוק אדער טערמין, און דאס נוצן ארויס פונעם קאנטעקסט, צומאל מיט א מינדעריגע טויש אין ניקוד אדער אויסלייג, און דאס איז ווי א כאַפ, אז מען בארגט אים פאר א פרעמדע מושג.
א שטייגער ווי 'קשר של קיימא', א טערמין וואס שטאמט פון הלכות שבת, און מען בארגט דאס אויף א שידוך, וואס דינט ווי א קשר צווישן די צוויי צדדים.
אבער אין געוויסע פעלער איז שוין די מליצה געווארן אזוי איינגעגעסן, אז לא נודע כי באו אל קרבנה, מען האט שוין פארגעסן גאר פון וואו זי איז אויסגעהאקט געווארן. דאס איז שוין געווארן א שלאג-ווארט פאר זיך. אזש מ'גייט שוין מאכן מליצות אויף די מליצות.
וואלט געווען נישט מער ווי יושר, אפירצוזוכן די אריגינעלע בעלים, און צוריקגעבן דעם געוואונטשענעם קרעדיט.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.