אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!
דזארדזש וואשינגטאן
דזארדזש וואשינגטאן, מלחמה העלד אין ערשטע אמעריקאנער פרעזידענט, איז געבוירן געווארן פעברואר 22 יארע 1732, אין די בריטישע קאלאניע אין וועסטמאָרעלאַנד ווירדזשיניע, ער איז געווען דער עלטסטער פון זעקס געשוויסטער.
מערסטנס פין זיין יוגנט איז ער אויפגעוואקסן אויף די ארטיגע פארם פעלדער, און ווען זיין טאטע איז געשטארבן ווען ער איז געווען בלויז עלף יאר אלט, האט דער קליינער דזארדזש איבערגענומען די לייצעס אין ארויס געהאלפן זיין מאמע מיט די ארבעט.
אלס יוגנטליכער האט וואשינגטאן שטודירט מאטעמאטיק'ס, פין וואס ער האט פארדינט שיין געלט.
אין יאר 1752 איז וואשינגטאן געפארן צוזאמען מיט זיין האלבע ברודער לאורענ'ס צי די קאריביען, וויבאלד די ברודער זיינער האט זיך גענויטיגט אין די ליפט צוליב וואס ער האט געליטן פון די טובערקולאָסיס קרענק (ל"ע),א שטיק צייט שפעטער איז וואשינגטאן'ס ברודער געשטארבן, אין וואשינגטאן האט גע'ירשנט זיין פארמעגן אין מאונט ווערנאן ווירדזשיניע.
נאך זיין ברודער'ס טויט האט וואשינגטאן זיך צוריק געצויגן צו ווירדזשיניע, אין אן קיין שום פריערדיגע מיליטערישע רעקארד, און עלטער פון 21 יאר האט ער זיך אנגעשלאסן אין די ווירדזשיניע מיליצע (וואס האט געדינט ווי א פריוואטע ארמיי פין ציווילע בירגער) , ווי ער איז געווארן אויפגענומען אלץ קאמאנדיר ער איז געווען פארמישט אין שלאכטן אין די פראנצויזישע אינדיאנער קריג, ער איז עווענטועל געשטיגן און ראנג אין ער איז געשטעלט געווארן אלץ הויפט פון אלע מיליצע גרופעס אין ווירדזשיניע.
אין יאר 1759 האט וואשינגטאן רעזיגנירט פון די מיליצע, און האט זיך צוריקגעצויגן קיין מאונט ווערנאן ווי ער איז געווארן ערוויילט צי די "ווירדזשיניע האוז אוף בורעגסעס" (געזעץ הויז).
אין די נאכפאלגעדיגע יארן האט וואשינגטאן געקויפט ריזיגע באדן וואס האט באטראפן 8000 אקער ווי ער האט געפלאנצט ווייץ קארן אין נאך.
מיט זיין גרויס פארמעגן, האט וואשינגטאן אנגעהויבן שפירן ערשטהאנטיג די שווערע שטייערן וואס די בריטישע האבן ארויףגעשטעלט, און ער איז געקומען צום אויספיר אז די בריטישע קאלאניעס דארפן דערקלערן זעלבשטענדיגייט פון די בריטישע אימפעריע.
וואשינגטאן האט סערווירט אין די ערשטע קאנטינענטל קאנגרעס אין פילאדעלפיע אין 1774, (וואס איז געווען לאקירט די ערשטע רעגירונג ווי מ'האט דורך געפירט געזעצן) אין א יאר שפעטער, אין מאי 1775 ווען די קאנגרעס האט זיך צוריק געקערט פאר נאך א קאנפערענץ איז די רעוואלוציע אפיציעל אריין און קראפט, און וואשינגטאן איז געווארן אויפגענומען אלס קאמאנדיר פון די אמעריקאנע רעוואלוציאנערן, אין א יאר שפעטער יולי 4 1776 איז געווארן אונטערגעשריבן די "דעקלאראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט".
דורך אויס די שווערע שלאכטן האט זיך וואשינגטאן ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א העלדישע גענעראל, ווען אין די שווערסטע צייטן האט ער געשטארקט זיינע סאלדאטן נישט אויפצוגעבן, ווי אין די פראסטיגע ווינטער ווען טייל סאלדאטן האבן ניטאמאל געהאט קיין שטיוול.
(אן אריין גיין אי די גאנצע מלחמה וואס מ'וועט אפשר צוריק קומען א צווייט מאל)
און סעפטעמבער 1783, האט זיך די מלחמה אפיציעל גענדיגט מיט די "טרעטי אוו פאריז", ווי בענדזשמען פרענקלין, זשאן עדעם'ס, אין זשאן זשעי, האבן פארהאנדעלט מיט פארשטייער פון קעניג דזשארדזש פון ענגלאנד ווי מ'האט אפיציעל אנערקענט די זעלבשטענדיקייט פון די פאראייניגטע שטאטן,
וואשינגטאן האט געגלויבט אז זיין פליכט פאר די ניי געגרינדעט לאנד, די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע האט זיך גענדיגט,און וואשינגטאן האט זיך צוריקגעצויגן קיין מאונט ווערנאן צוריק צי גיין צי די פארם ארבעט.
אבער אין יאר 1787 איז ער גערופן געווארן צו די "קאנסטיטוציאנעלע קאנווענשן", ווי מ'האט געשריבן די נייע קאנסטיטוציע, אין זיין פירערשאפט דורך אויס די רעוואלוציע האט איבערצייגט די דעלעגאטן אז ער זאל ווערן די ערשטע פרעזידענט פונעם נייעם לאנד.
צום ערשט האט וואשינגטאן נישט געוואלט אננעמען די עהרע ער האט זיך געוואלט צוריק קערן צו א רואיג שטיל לעבן, אבער נאך גרויס דרוק האט ער מסכים געווען,
אין די ערשטע עלעקשענ'ס איז פארגעקומען יאנואר 7 1789 און ער האט געווינען גרינגערהייט, דזשאן עדעם'ס וואס איז געלאפן קעגן וואשינגטאן, אין האט אנגעצויגן די צווייט מערסט שטומען איז געווארן ערוויילט אלס וויצע פרעזידענט.
די 57 יעריגער וואשינגטאן איז געווארן איינגעשוואוירן אפריל 30 1789 ,אין ניו־יארק סיטי די דאן הויפט שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן.
זיינע צוויי מערסט באקאנטע קאבינעט מיטגלידער זענען געווען סעקרעטערי אוו סטעיט טאמעס זשעפערסאן, און טרעזשורי סעקרעטאר אלעקסאנדער העמילטאן, צוויי מענטשן וואס זענען געווען שארף צעטיילט איבער ווי סאך מאכט די רעגירונג האט, וואשינגטאן האט געהאלטן אז לטובת דעמאקראטיע פעלט זיך אויס צו האבן פארשידענע מיינונגען אין די רעגירונג.
אין יאר 1794 איז פארגעקומען איינע פון די ערשטע פראבעס צי מעסטן די אויטאריטעט פון די נייע רעגירונג, ווען קאנגרעס האט דורכגעפירט אזוי גערופענע וויסקי שטייער, אין פארמערס אין פענסילוועניע האבן רעוואלטירט קעגן די רעגירונג, וואשינגטאן האט דאן געשיקט 12,000 סאלדאטן צי אינטערדריקען די רעבעלן,
אונטער וואשינגטאן האבן זיך נאך 5 שטאטן- נארט קאראליינע- ראוד איילענד- ווערמאנט- קענטאקי- טענעסי -אנגעשלאסן אין אמעריקע װי אויך איז דורך געפירט געווארן די "בילל אוו רייט'ס"
אין 1796 נאך צוויי טערמינען אלס פרעזידענט, האט וואשינגטאן אפגעזאגט צו לויפן א דריטע מאל, אין זיין געזעגנונגס רעדע האט וואשינגטאן ארויסגעברענגט צי האלטן אמעריקע אויף די העכסטע סטאנדארט שייך, און געווארנט איבער די שעדליכקייט פון פאליטישע פארטייען (יא יא!!!).
ער האט זיך דאן צוריק געקערט קיין ווירדזשיניע, ווי ער האט זיך צוריקגעקערט צי א רואיג לעבן ,אין דעצעמבער 1799 האט וואשינגטאן באקומען אן אינפעקציע און די האלדז, און א קורצע צייט שפעטער אין דעצעמבער 14 איז וואשינגטאן געשטארבן, אלט זייענדיג 67 יאר אלט.
אינטערעסאנטע פאקטן
וואשינגטאן האט געהאט איבער 300 קנעכט.
ער האט געלאזט צוואה אז נאך זיין ווייב'ס טויט זאל מען באפרייען אלע קנעכט.
ער האט שוין געהאט קנעכט פון די 11 יאר ווען זיין טאטע איז געשטארבן.
ער האט נישט געהאט קיין קינדער.
ווען וואשינגטאן איז געווען פרעזידענט, איז די פאפולאציע פון אמעריקע געווען 4 מיליאן מענטשן.
וואשינגטאן איז די איינציגסטע פרעזידענט וואס איז קיינמאל נישט געווען אנגעשלאסן אין א פאליטישע פארטיי.
זיין געזעגנונגס רעדע איז פון זיינע מערסטע באקאנטע רעדעס, עס ווערט יעדע יאר געליינט אין די סענאט און די טאג פון וואשינגטאן'ס געבורטס טאג.
וואשינגטאן האט די ערשטע אינטער געשריבן די קאנסטיטוציע.
ווען מען שווערט איין א נייע פרעזידענט, זאגט מען די ווערטער "סאו העלפ מי גאד", די ווערטער שטייט נישט אין די קאנסטיטוציע, די ווערטער האט וואשינגטאן צוגעלייגט זייענדיג א גלויביגער, אין עס איז שוין געבליבן ביי אלע אנדערע פרעזידענטן נאך אים.
וואשינגטאן האט פארלוירן מער שלאכטן ווי ער האט געווינען.
אויב זעהט איר עפעס און די באשרייבונג איז נישט ריכטיג, ביטע לאזט דא וויסן, יישר כח כ'האף איר האט הנאה געהאט.
צום ווידערזעהן!!
viewtopic.php?p=4787349#p4787349
מעקסיקאנער אמעריקאנער קריג