קאנגרעס דיבאטע אנטי ציונות - אנטיסעמעטיזם

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Avrumy
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: קאנגרעס דיבאטע אנטי ציונות - אנטיסעמעטיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

פין ווי נעמסטי אז די סקוואד זענען אנטיסעמיטן ?
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קאנגרעס דיבאטע אנטי ציונות - אנטיסעמעטיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

בניהו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:18 am
Avrumy האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:36 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:36 am
Avrumy האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:26 am
בניהו האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 9:25 pm


קענסט מיר שוין איינמאל פאר אלעמאל אנצייגן אויף א מענטש וואס טוט גוטס פאר אידן אבער האלט אז מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט צו שטיין אלץ לאנד, און פירט דורך א דזשענאסייד?
די קענסט אויך נישט טרעפן וואס איך האב דיר געבעטן
איך האב דיר געגעבן עטליכע דגמאות איין תגובה ארויפציר
האסט מיר נאר געגעבן איינער, אין אפילו די איינער איז די פירער פין חמת, בכלל נישט דאס וואס איך האב דיר געבעטן
אין קעיס דו האסט טאקע נישט באמערקט, איך האב געברענגט א דוגמא פון די סקוואד אין קאנגרעס וואס זענען אפיציעל נאר אויסגעשפראכענע אנטי ציוניסטן אבער עכט אנטיסעמיטן.

@פראקטיש איך ווייס באמת נישט וואס דו ווילסט. איך האב דיר קלאר מסביר געווען וואס לעניית דעתו מיינט אהבת ישראל (באשוצן און טוהן לטובת די אידישע רעליגיע און אירע היטער) איך האב קלאר מסביר געווען וואס מיינט אנטי מדינת ישראל, (פראם די ריווער טו די סי, דזשענאסייד, וכדו׳) און געזאגט אז לויט דעם האב איך נישט געטראפן א מענטש אדער לאנד וואס טוט אלף אן בית אדער איז די צווייטע אבער טוט יא די ערשטע. מיין לאגיק זאגט אויך אז ביי דיפאולט (פארשטייט זיך ביז ער זעהט א ווידיאו פון שפירא), וועט א גוי נישט מבחין זיין צווישן מדינת ישראל און דאס פאלק ישראל, און כדי צו איבערצייגן אז עס איז נישט אזוי וואלסטו ווען געדארפט קענען ברענגען א דוגמא פון איינער וואס האט געהערט קול נטרונא, און פארשטייט די מושג פון דיפענדן אידישע אינטערעסן אין ארץ הקודש אבער נישט זייער רעגירונג.

אנשטאט גיין א צירקלען, ביטע זייזשע מסביר וואס מיינט לויט דיר אהבה ישראל, שנאת מדינת ישראל, א סעמפל פון א לאנד וואס פיט די קריעטיריע, און נאכדעם העמיר זעהן אויב מיין מערכה איז א פארלוירענע.
איך זעה דאך אז דו ווייסט נישט וואס איך וויל און ס'טוט מיר וויי.

העט איך ווען געשפירט אז אונז גיי מיר זיך סיי נישט פארשטיין וואלט איך נישטאמאל פרובירט, אבער איך בין יא אפטימיסטיש צוליב וואס איך וואלט געוואלט צוזאם נעמען אלע ערליכע אידן אויף דעם געביט.

איך וועל דיר עס מאכן זעהר קורץ.

אנטי-איזריעל מיינט ביי מיר די אלע (30 בערך) לענדער (אדער מענטשן) וואס אנערקענען נישט איזראעילס רעכט צו עקזיסטירן.

אנטיסעמיטיזם האב איך נישט קיין איינונג וואס ס'מיינט, (איך דארף נישט די גאנצע ווארט, דיליעט עס).

אנטי-אידן מיינט עימיצער וואס אנערקענט נישט די רעכט פאר אידישע פאלק צו עקזיסטירן צוליב זייער רעליגיע אדער אפשטאם.
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קאנגרעס דיבאטע אנטי ציונות - אנטיסעמעטיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

Avrumy האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:40 am
פין ווי נעמסטי אז די סקוואד זענען אנטיסעמיטן ?
ווייל לויט די איצטיגע לעגאלע דעפיניציע פון 'אנטיסעמיטיזם' קריגן זיי דעם דין פאר זיי אויסגעשפראכן קעגן איזראעיל.

מ'טאנצט ארום דעם בוים אנשטאט נעמען דעם ציוניסטישע אנטיסעמיטיזם ווארט און מאכן דערויף CTRL ALT DLT
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: קאנגרעס דיבאטע אנטי ציונות - אנטיסעמעטיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

אין א פרישע רעקארדירונג וואס האט ארויסגעליעקט הערט מען אנטיסעמיטישע קאמענטארן פון די מעיאר אין לינדען ניו זשערסי.

דער מעיאר דערעק ארמסטעד, וואס קאנדידירט יעצט פאר די 10'טע קאנגרעסיאנאלע בענקל אין ניו זשערסי, דרוקט זיך אויס מיט גאר העסליכע קאמענטארן איבער "מענטשן מיט פיאות אין גרויסע קאפעלוטשן":
IMG-20240524-WA0029(1).jpg
IMG-20240524-WA0029(1).jpg (152.89 KiB) געזען 186 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאנגרעס דיבאטע אנטי ציונות - אנטיסעמעטיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שפיצער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 2:09 pm
אין א פרישע רעקארדירונג וואס האט ארויסגעליעקט הערט מען אנטיסעמיטישע קאמענטארן פון די מעיאר אין לינדען ניו זשערסי.

דער מעיאר דערעק ארמסטעד, וואס קאנדידירט יעצט פאר די 10'טע קאנגרעסיאנאלע בענקל אין ניו זשערסי, דרוקט זיך אויס מיט גאר העסליכע קאמענטארן איבער "מענטשן מיט פיאות אין גרויסע קאפעלוטשן":
IMG-20240524-WA0029(1).jpg
וואס זוכט דאס אין דעם אשכול?

דער אנטיסעמיט האט בכלל אמאל גערעדט קעגן ר'מדינה?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”