אידישע וועלט פרעזענטירט: "ליכטעלעך" - חנוכה קאלעקשן תשפ"ד
אוי חנוכה אוי חנוכה א סידי א שיינע
א לוסטיגע אומזוסטיגע נישטא נאך א שיינע
אלע לעכטעלעך לידער זינגען מיר
הייסע פרישע ווארע זינגט מען נאכן שיעור
דעריבער, טיפע גרובער, דארט אין עזה אונטער שטובער, קערן זיך דארט איבער, נו, וויזויגייטעסנאך?
אקעי, לאמיר רעדן צום שפראך.
בותי ורמורי!
זיץ איך מיך אזוי אין מושב זקנים, ווען אזוי פלוצלינג, וויזוי פלוצלינג פרעגסטו? 'אזוי' האב איך געזאגט! נו, נו, ווי האב איך געהאלטן?
הא הא, כי כי כי, דעריבער, גריבער, איבער, ס'גראמט אזוי שיין רבותי.
הא, נישט דא האב איך געהאלטן, אבער שוין... נו, ווי זענען מיינע גלעזער?...
הא, דער זיכרון איז ב"ה פעסט ווי אייער. זיץ איך אזוי אין מושב זקנים, וויזוי פרעגסטו? אזוי! כ'האף וועסט מיר נישט פרעגן דעם קשיא צווייטע מאל.
בקיצור קינדער, קומטס געשווינדער, די חנוכה סידי אנצינדן... הא, מ'האט גערעדט פון עפעס א סידי, עפעס שווימט ארויף אין מוח, שלום עליכם! ווער זענט איר?
הא, הא הא הא, כי כי כי, זיץ איך אזוי אין מושב זקנים, וויאזוי פרעגסטו? אזוי. און פרעג נישט קיין צווייטע מאל דו שטרויזאק!
אינמיטן זיצן און קוקן פון פענסטער ציילנדיג די באסעס, סהאט געהאלטן דוכט זיך, אויב געדענק איך נאך גוט, ביי 27, אדער אפשר 72, וועלט אויס איינע פון די צוויי באסעס.
נו, פארוואס איז דער באס געפארן אזוי שטאט, דער צודרייטער משוגע'נער!!! און שפעטער וועט מיין באס זאגן אז כ'ארבעט נישט פלייסיג, די היינטיגע בעלי-בתים, פוי!
וואס פארשטייט איר נארישע דור צו אונז גרויסע זיידעס? אונז פלעגן הערן אלבומס... הא, זיך דערמאנט, מ'רעדט פון אלבום! הרב אלבוים קען איך שוין פון לאאאאנגע יארן, כ'האב דאך געלערנט מיט זיין זיידע וכדפןכויעי... נו, ווי האב איך געהאלטן? הא, הא הא הא, אנטשולדיגט לעכטעלעך, כ'מיין קינדערלעך, אזוי גייט עס, דער קאפ קלאפט עפעס נישט, איימענוט, ווער קלאפט דארט?
בקיצור, אזוי ביים פענסטער הער איך פלוצלינג עפעס א קול דממה דקה מן הדקה, א זיסע תנועה שלא מעלמא הדין, אזש כאגעמיינט אז די חברא קדישא זענען שוין אנגעקומען, די קלאנגען האבן זיך נישט געהערט פון דעם וועלט!
כ'הער איינער זינגען עפעס א נייע ניגון וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט!
ס'מיר אזוי אריין אין די אלטע ביינער, אז דאס קען איך פשוט נישט פארגעסן, איז לאמיר זינגען די ווערטער פונעם נייע נייע פרישע פרישע ניגון ניגון:
"אוי ברענט ליכטעלעך ברענט, ברענט ווי לאנג איר קענט, ווייל אייער אייער איז היינט זייער טייער, עס עס ביינאכט אין די גאנצע וועלט
ניין, נישט אזוי גייט עס דו נודניק!
נו וויאזוי נאך?
שוין, כ'וועל רעדן נאר פונעם ערשטן שטיקל נייע ניגון, ס'דאך אזא מין שיינע ניגון, פארוואס איז נאר היינט ערשינען אזא שיינע ניגון? ווי איז דער קאמפאזער געווען ביז ווען ער איז געבוירן?
"איי ברענט ליכטעלעך ברענט, ברענט ווי לאנג איר קענט"... אזא שיינע תנועה, ס'דאך אזוי שיין די תנועה, די תנועה איז דאך אזוי מין שיין די תנועה! אזוי שיין!
אין אנהייב האב איך נישט פארשטאנען פארוואס די גאנצע שטאט, ממש אלע אלע זיידעס און עלטער זיידעס, קינדער און יונגער קינדער, אלע זינגען דעם תנועה.
האב איך גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די האנט, און געשלאגן דערמיט פאר די אלטע באבע פון מיינע אייניקלעך, ניין ניין, נישט דא איז עס געווען, דא האב איך עס פלעין גענומען, און אראפשפאצירט שטאטליך צוביסליך צופיסליך, און נאך א טאג צייט בין איך אנגעקומען אונטן, נעבן די באסעס וואס איך האב ליב.
גראדע האב איך היינט געציילט די באסעס, ס'האט געהאלטן ביי 27, אדער אפשר ביי 72, וואס סא נאפקע מינע דו שוטה? אינטרעסאנט איז אז די באסעס זענען אזוי מינע גרויסע קעסטעלעך, כ'בין געווען זיכער זיי זענען אזוי מינע פיצי.
הכלל, בקיצער, צוויי לעפלעך קיצער, הייב איך אן צו רעדן צו אידן אויפן גאס, כפארשטיי נישט פארוואס יעדער האט געשריגן אויף מיר פארוואס איך שריי, איך האב דען געשריגן? פשוט געפרעגט אזוי איידל!
האב איך געפרעגט פאר די היינטיגע שוטים וואס איז דער ניגון וואס אלע שטייען און זינגען מיט אזויפיל טרערן,
די היינטיגע שוטים זענען דאך אזוי מינע שוטים, אזוי צודרייטע שוטים זענען זיי די היינטיגע שוטים די היינטיגע!
די מחוצפים האבן אלע ממש געשריגן אויף מיר, גרויסער זיידע: ווייסטע דען נישט וואס דאס מיינט ווייסטו דען נישט???
פון וואו זאל איך וויסן, צעדרייעטע שוטים?
"הא, דו אלטער נער מיט שמחה, מ'רעדט דאך פונעם פרישן אלבום!!!
וועכע אלבום, וויכי אלבום, וואכא אלבום? כ'קען אזויפיל אלבוים'ס, זיין זיידע האט נאך... נו, שרייען אלע אריין:
מ'רעדט פונעם פרישן 'ליכטעלעך' אייוועלט סידי!!!
האבן די יונגע שוטים, גראדע זענען זיי בכלל נישט קיין שוטים, א שוטה איז דער וואס האט געזאגט אז זיי זענען שוטים, איי די היינטיגע שוטים!
נו, וואו... הא, האבן די יונגע חברה געזאגט אז זיי שטייען און שרייען אז דער נייע סידי ליכטעלעך זאל ברענען ווי לאנג ער קען, ער זאל ברענען ליכטעלעך ברענען, ברענען ווי לאנג זיי קענען, ווייל ס'רעצעך פון עפעס א געוואלדיגע מוראדיג געוואלדיגע מוראדיגע געוואלדיגע מוראדיגע זאך.
און דא זיץ איך אזוי, וויזוי פרעגסטו? כ'געדענק נישט איינער זאל מיר האבן אמאל געפרעגט אזא חוצפה'דיג פראגע! צוריק צו וואו מיר האבן געהאלטן, נו וואו טאקע? הא.. זיץ איך יעצט שוין פאר טויזנט שעה און הער און הער דעם פרישן 'ליכטעלעך' אלבום.
מוז איך פשוט ארויסברענגען דעם מוראדיגע געוואלדיגע וכו' יישר כוח פאר אלע ווואס האבן געבויעט אזא שיינע סידי, גראדע געדענק איך נישט צו האבן געהערט דעם סידי, אבער כ'הער יעצט זאגן אז ס'איז עפעס מוראדיג געואלדיג און מוראדיג!
וועם דארף מען זאגן שכויעח - הרב @Masmid , זאג מיר שנעל אריין אין אויער ווייל כאניש קאנאנאאאאנונג...
הא...
למשל איינער @למשל וועלכער האט צאמגעשטעלט דעם הערליכן שידוך, נישט שידוך זאגסטו? הא, דעם סידי, וואס איז דאס סידי? סאנאפקעמינע, דער למשל האט אריינגעלייגט דמים הארטע משמע, געברענגט סחורה צום פיש, און דאס איז וואס איר זעט יעצט.
שפעטער איז געווען איינער מיט א לאכעדיגע נאמען, חה חה חה חה חה... @הרוצה בעילום שמו הייסט ער, דער שוטה... חס ושלום, ווער האט געזאגט דא שוטה, שוטה איינער?! נו, דער הרוצה לשבורי לב, כ'מיין בעילום הרשע, כ'מיין שמו יתברך, כ'מיין שמו פלעין, האט צאמגעשטעלט א מוראדיגע שיינע בלעטער, און געמאלעוועט שיינע בילדער, טרעסאנט וואו ער האט גענומען זויפיל צייט מאלעווען אזויפיל בלעטער, און אסאך פון זיי זענען ממש זעלבע אותיות, גיי פארשטיי היינטיגע מאדערנע חברה...
אויך האט מען געברענגט א... חחחח... חי חי חי... א איד פון מקווה ארויס, חחח, זוי ווי איר הערט, איינער הרב @מקווה איד וואס איז אויך א @קנאפער ידען איז געווען דער בעסטער מעסטער, עפעס אזוי, קאנאנונג וואס דאס מיינט, מתמיד, זיי דו מסביר פארן עוילעם. הא, ס'רעצעך פון צוויי באנדיטן זאגסטו? אקעי, ווילסט צוויי, זאל זיין אכט.
אויך זענען געווען נאך חברה וואס גלייבט מיר אז איך געדענק נישט, למשל @כינור געדענק איך נישט, און נאך עטליכע וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט אז איך געדענק זיי נישט.
איימינוט איימינוט... עפעס זעצט מיר אין קאפ... ס'האט זיך אנגעצינדן עפעס ליכטעלעך אינעם לאמפ... הא הא הא, דאס קען קיין איין זקן מופלג נישט פארגעסן חס וחלילה וחס וחלילה וחס! כ'מיין דאך דער וואס האט מיר געבעטן קלאפן יעצט אויף עפעס א פלאסטיגע זאך אז ס'זאל ווערן א דרשה דערפון, חי חי חי, דער אידאך אזא שוטה... נו, ווער זאגט דא שוטה אויף אזא @Masmid ????!!!! שעמעניו! דער מתמיד האט אריינגעלייגט כוחות א צימים, דמים בדמים נגעו, הארעוואניע און קלאג, נישט נארמאל דער, כ'געדענק שוין נישט פון וועם מ'רעדט, שוין, כ'מוז זיך צוריק לייגן אביסל
עניוועי, גייטס אנצינדן ליכטעלעך, רבותי, ס'קומט חנוכה, דאס גאנצע וועלט גייט אנצינדן ליכטעלעך, מ'גייט אנצינדן דעם פרישן ליכטעלעך סידי!
און איר וועט אויך זינגען מיט הייסע טרערן: ברענט ליכטעלעך ברענט, ברענט ווי לאנג איר קענט...
וואס זאגסטע? כ'ער נישט, וואס?? מ'האט שוין אנגעצינדן ליכטעלעך זאגסטע? סאנאפקעמינע שוטה. עניוועי, איך שלאף שוין.
ראביי מתמיד, וואס איז יעצט, אויף וועלכע קנעפל דארף איך לייגן אדער בייגן שטארק מיין פינגער?