Re: רעפובליקאנער וויצע פרעזידענט אויסוואל - 2024 למספרם - דזשעי. די. ווענס
נישט געוויסט אז שלמה האט געמאכט א געהעריגע דעפיניציע פאר אזא מאמענט..
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ער מיינט טראמפ ווי שלמה זאגט שוין האט אנגעכאפט פאר את פתח א ביידען (זיידען...) מאמענט
איך האב געזען פונקט פארקערט.
ווייסטו אז טים רייען האט געפירט גאר א שטארקע קאמפיין און זיך אהער געשטעלט אלץ א צענטריסט (כמין סוואזי), און ער האט נאך אפילו געלידט ווענס אין יולי מיט אזא 5 פוינטס?שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 16, 2024 9:54 amאיך האב געזען פונקט פארקערט.
מיט וויפיל פונקטן האט ווענס געווינען זיין סענאט זיך געציילטע יאר צוריק, אין פארגלייך צו איבעריגע סטעיט רעפובליקאנער?
קאררעקט
איה''נ.רבי יענקב האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 16, 2024 9:42 amאינטערעסאנט צו נאטירן, אין 2016 ווען טראמפ האט זיך ארומגענומען מיט מענטשן וואס 'העלפן אים געווינען' האט מען געשריגן און געיאמערט אז ער איז א שוטה פארן עס טון. אנשטאט זאל ער נעמען מענטשן וואס גלייכן אים און זיין שיטה.
און יעצט ווען ער האט געטון אקוראשט דאס, שרייט מען פארוואס ער נעמט נישט קיין מענטשן וואס וועלן אים העלפן געווינען...
#דיספאוקעס
הכל הבל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 16, 2024 12:51 pm
ווענס האט אויס אויסגעגליכן די וועג פאר טראמפ מיט א רייע סיליקאן וואלי ביישטייערער און פארברענגט לאנגע מאנאטן צו באארבעטן דוד זאקן וועם ער האט באצייכנט אלס איינע פון זיינע נאנטסטע מענטשן און אים איבערצייגט אריבערצוקומען שטיצן טראמפ
זאקן האט אראנדזשירט א פאנדרעיזער וועלכע האט אריינגעברענגט 12 מיליאן דאלאר פאר די טראמפ קאמפיין און ער האט דארט געזאגט אז עס וואלט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען ווען נישט סענאטאר ווענס
וואף!הכל הבל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 16, 2024 12:51 pm6 מאנאטן אריין אין זיין סענאט קאמפיין אין 2021 למספרם האט זיין קאנדידאטור אויסגעקוקט פראקטיש טויט ווערנדיג פארשוועמט דורך פריימערי טעלעוויזיע רעקלאמעס וואס האבן נאכאנאנד דערמאנט די וויילער איבער זיינע קאמענטארן צו פארדאמען טראמפ
זיינע פריוואטע אנקעטעס האבן געצייגט אז זיינע שאנסן ווערן מיט יעדן טאג מער פארביידען'ט און טראמפ זלעבסט האט אויסגעדרוקט זארג איבער די אימפאקט וואס די רעקלאמעס האבן אויפן פארמעסט און פילע רעפובליקאנע אפעראטיוון האבן געשאצט זיינע שאנסן צו זיין נאנט צו נול
שטראלן פון האפענונג האבן אנגעהויבן שפראצן נאך די דעבאטע אין מערץ 2022 למספרם ווען א פול געפקאטע קאנדידאטן פארום איז געווארן גאר היציג און עס איז געקומען נאנט צו א פיזישע שטרייט צווישן קאנדידאטן יושע מאנדעל און די געוועזענע אהייא בוכהאלטער מייק גיבאנס
דזשעי די ווענס האט קאפיטאליזירט איבער די מאמענט און עס באצייכנט אלס ראדיקאל און קאנפראנטירט מאנדעל פארן נוצן זיין מיליטערישע דינסט אלס פאליטישע שפרונג ברעט און עס אנגערופן א שאנדע
די באטייליגטע האבן גאר הילכיג אפלאדירט די אטאקע און יענע מאמענט האט אפגעשפיגלט עפעס וואס האט געמאכט די וויילער שפורן באקוועם מיט ווענס אל אן ענערגיער און דרייסטער דעבאטירער, עפעס וואס האט זיך שפעטער איבערגעשפילט ביים דעבאטע מיטן דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט טים רייען
טראמפ איז געווען זייער איבערגענומען און יענע דעבאטע האט אים איבערצייגט אז ווענס פארמאגט אין זיך פאליטישע מארך ביין וואס ער האט געזוכט און אלס א עימיצער וואס לייגט ערנסטע געוויכט אויף ווי אזוי קאנדידאטן נעמען אויס ביי דעבאטע האט אים עס שטארק באצויבערט און מיט עטליכע וואכן שפעטער האט ער פארמאל אינדארסירט ווענס צום סענאט
נאכן ווערן אקצעפטירט אין די טראמפ וועלט האט ווענס נאגעקנופט וויכטיגע באציאונגען מיט א רייע קאנסערוואטיווע מידיא פיגורן הויפטזעכטליך מיט טאקער קארלסאן וואס האט דאן געארבעט פאר פאקס, מעטיו באיל פון ברייטבארט און טשארלי קירק
ווענס איז זינט דאן געווארן בלויז מער באפריינדעט און אליאירט מיט טראמפ און עס איז אממערסטנס געקומען צום אויסדרוק נאך די מעדלונג פון טראמפ אז ער גייט לויפן אין 2024 למספרם
יענע פעריאד איז געווען א היבש אומעטיגע אין די טראמפ לאגער מיט א קאמפיין איינטריט וועלכע איז געווארן באטראכט אלס דורכפאל, אין א צייט וואס טראמפ האט זיך געטונקען אין קריטיק און אין פריינטליך פייער פון רעפובליקאנער וועלכע האבן נישט געגליכן זיינע אינדאסירונגען אין די מידטוירנס און אומצופרידענע אפעראטיוון מיט די אנטוישנדע רעזולטאטן
עליטע פארטיי פירער האבן געקוקט קרום אויף טראמפ'ס אבסעסיע מיטן רעדן איבער די 2020 למספרם וואלן און מיט זיינע זיצונגען מיט קאנטערווערסיאלע פיגורן און ווייניג וועטעראן אקטיוויסטן האבן זיך געזוכט אנצוקערן אין די פרישע טראמפ מארש און האבן אפן גערופן פאר טויש זוכנדיג אינגע און ענערגישע בלוט צו אויפוויקען א פרישע קאפיטל און א זויבערע בלאט אויפן רעפובליקאנע טיקעט
דזשעי די ווענס איז נישט געווען איינע פון זיי נאר האט אנשטאט זיך פארבונדן מיט טראמפ'ס מענטשן קורצליך נאך די מידטוירם'ס און קלארגעשטעלט אז ער פלאנט צו אינדארסירן טראמפ און אז ער זוכט צו מאכן אן אינטעלעקטואלע ארגומענט אין טראמפ'ס שטיצע וואס זאל שלאגן ווארצלען מיט די ביישטייערער קלאס און די עליטע
אין יונואר 2023 למספרם האט ער פארעפנטליכט אן אומצוויידייטיגע אינדארסירונג פאר טראמפ און ארויסגעהויבן זיין אויסערן פאליסי און יענע לאיאליטעט איז נישט פארגעסן געווארן דורך טראמפ אין זיינע נאנטע
נישט לאנג דערויף האט די טראמפ קאמפיין זיך אנגעהויבן סטאביליזירן און אויסגענוצט די שעדליכע פראכט באן אינצידענט אין מזרח פאלעסטינע אהייא צו קרריטיקירן די רעאקציע פון פרעזידענט ביידען און סענאטאר ווענס האט דאן ארויסגעשטארט מיט זיין אומאויפהערליכע קריטיק אין ריכטונג פון ווייסן הויז פארן צוריקדרייען טראמפ'ס פאליסיס וועלכע האבן לויט אים געפירט צו די באן קראך
די באמערקונגען האבן געמאכט זייער וועג צו טראמפ דזשוניאר'ס אויערן און דאן אויפגעבליצט אין זיין קאפ די געדנאק אז עס וואלט געווען געראטן פאר זיין פאטער אראפצופארן באזוכן די סצענע פון די קאטאסראפע
דזשוניאר האט קאנפערירט מיט ווענס און טראמפ ראטגעבער פרוי סוזי וויילס און די פלאן איז צושטאנד געקומען קורצליך דערויף ווען אויפן פליגער האט טראמפ מיטגעהאלטן אן ערשיינונג פון סענאטאר ווענס אויף פאקס און נישט געקענט באהאלטן ווי איבערגענומען ער איז פון אים
טראמפ איז אפגעשטיגן פון פליגער און די געפיל אין די אטמאספערע איז געווען אז טראמפ דערפולט א חלל מיט וואס פרעזידענט ביידען קימערט זיך נישט און די גאנצע צערעמאניע האט צוריקגעגעבן פאר טראמפ א פרעזידענטליכע אנזען ווען סענאטאר ווענס שטייט צו זיין זייט דורכאויס די גאנצע טאג גיבנדיג פאר טראמפ צום ערשטל מאל א שפור צו האבן ווענס מיט אים אויפן קאמפיין צוג
אין הערבסט 2023 למספרם האבן קלאנגען קורסירט אז ווענס ערשיינט הויף אויף די ליסטע פון מעגליכע מיטלויפער אויפן טראמפ טיקעט און עס איז נישט געווען גענצליך אומבאזירט זינט עס זענען געווען אומפארמאלע געשפרעכן צווישן די צוויי זייטן טראץ וואס טראמפ און ווענס פערזענליך האבן עס דאן נאכנישט געהאט דיסקוסירט
ווי נאנטע פארציילן האט טראנמפ איינפאך געגליכן סענאטאר ווענס און די כעמיסטרי צווישן זיי איז געווען צייסטערהאפטיג און איז אלס געווען פון די הויפט באשטאנדטיילן וואס טראמפ האט געזוכט ביים רעקרוטירן ארבעטער
ווענס פון זיין זייט איז צוגעגאנגען אנדערש ווי פילע אנדערע וועלכע האבן געהאט פארבינדונג מיט טראמפ, ער האט אים נישט באלמוטשעט מיט צופיל טעלעפאן רופן, געהאטלן זיינע פארלאנגען פאר טובות זייער באגרעניצט, און בלויז געזוכט זיין הילף אין צוויי פעלער
איינס פון זיי איז געווען א טראמפ אינדארסירונג פאר אהייא סענאט קאנדידאט בערני מארינא און טראמפ'ס שטיצע פאר א באן זיכערהייט ביל וואס ער האט געספאנסארד אינעם סענאט אינאיינעם מיטן דעמאקראטישן סענאטאר פון די סטעיט שעראד בראון און טראמפ איז אים אקעגנגעקומען ערפולנדיג ביידע וואונטשן
ווענס איז אויך געווען זייער סקעפטיש און נישט געווארן שנעל פארגלויבט אין די מעגליכקייט אז טראמפ וועט אים נעמען אלס מיטלויפער אבער זיין האפענונג האט אנגעהויבן שטייגן נאך די ניו העמפשיר פריימערי נאכן באקומען א גאר ווארימע אפרוף דורך די וויילער ביים קאמפיינען אין די סטעיט פאר טראמפ
ער האט אויך אנגעהויבן צוריקהערן ווי טראמפ שפארט נישט קיין ווערטער ביים אים אויסרימען און קאמפלימענטירט זיין אויסזען און אנגעוויזן אז זיין בארד ווערט מער צוזאמגענומען און אויך באמערקט אז ער איז אפגעפאלן גענוג פונט אז זיין אנצוג ליגט בעסער אויף אים
טראמפ האט אויך אנגעהויבן אנגאזשירן פרוי ווענס און זיך אינטערסירן ווי אזוי זי פאסט זיך צו צום פאליטישן לעבנשטייגער און ווען יענע האט געגעבן אן היבש פארווע ענטפער האט טראמפ ארויסגעצייגט פארשטענדעניש זאגנדיג אז זיין פרוי האט עס אויך געהאסט
נאנטע צו ווענס האבן דאן אנגעהויבן העפטיג ארבעטן אויף אן אגרעסיווע סטראטעגיע אהערצושטעלן דעם סענאטאר אויף צוויי שליסל פראנטן וואס איז געווען וויכטיג פאר טראמפ און דאס איז געווען זיכער צו מאכן אז ער מאנעוורירט פארכמאניש זיינע ארגומענטן און רעטאריק ביים אויפטרעטן אויף אינטערוויוס מיט דזשורנאליסטן נישט פונעם רעכטן לאגער און אז ער ברענגט מיט זיך נייע פינאנציעלע שטיצער
מען האט באשטעלט א רייע אויפטריטן אויף עטליכע מידיא פראגראמען און די איינע וועלכע האט די מערסטע געכאפט טראמפ אויג איז געווען נאל וואס ווענס איז געווען די איינציגסטע אויף די מעגליכע ליסטע פון קאנדידאטן צו באגלייטן טראמפ אין געריכט ביי יין פראצעס אין מאנהעטען און ווענס האט דערנאך שטאנדהאפטיג פארטיידיגט טראמפ ביים רעדן מיט סי ען ען'ס וואלף בליצער
ווענס האט אויס אויסגעגליכן די וועג פאר טראמפ מיט א רייע סיליקאן וואלי ביישטייערער און פארברענגט לאנגע מאנאטן צו באארבעטן דוד זאקן וועם ער האט באצייכנט אלס איינע פון זיינע נאנטסטע מענטשן און אים איבערצייגט אריבערצוקומען שטיצן טראמפ
זאקן האט אראנדזשירט א פאנדרעיזער וועלכע האט אריינגעברענגט 12 מיליאן דאלאר פאר די טראמפ קאמפיין און ער האט דארט געזאגט אז עס וואלט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען ווען נישט סענאטאר ווענס
אילאן מאסק איז מיט די צייט אויך אויסגעשטיגן אלס א שטילע שטיצער פון סענאטאר ווענס און דירעקט אפעלירט ביי טראמפ אים צו נעמען אלס מיטלויפער באצייכענענדיג אזא טיקעט אלס הערליך
א גאר שטארקע שטופ איז געקומען פון טראמפ דזשוניאר וועלכע האט אנדערש ווי די אנדערע געהאמערט מיט זיין פרא ווענס קאמפיין אין פובליק פונקט ווי הונטער די קוליסן און טראץ וואס נאנטע צו טראמפ זאגן אז אין די לעצטע יאר צייט איז טראמפ נישט געווען איבריג צוקאכט מיט די געדאנק אז סיי וועלכע מעגליכע מיטלויפער וועט האבן אן ערנסטע אפעקט אויף זיינע שאנסן אין נאוועמבער למספרם האט ער אין די לעצטע וואכן אנגעהויבן זינגען נייע מעלאדיעס
ער האט אנגעהויבן גלייכן די געדאנק פון גיין האבן עימיצער וואס זאל טראגן ווייטער די טראמפ פאן און געגלויבט אז סענאטאר רוביא און גאווערנאר בורגאם זענען נישט איבריג פאסיג און געאייגנט דערצו
טראמפ האט ביז די לעצטע מינוט אויסגעהערט פילע ארום זיך פאר זייערע צוויי צענט איבער וועם צו נעמען אריינגערעכנט אזעלכע וואס האבן אפאזירט א ווענס אויסוואל און יענע באוועגונג איז געווען מאכטפול און מאסיוו און אנגעהאלטן ביז די סאמע לעצטע שטונדן
עטליכע מעגא ביישטייערער ווי העדזש פאנד מאגנאט קען גריפין און אזא איינער ווי רופערט מורדאק האבן פרובירט אפצורעדן טראמפ פון נעמען די ריכטונג און דער לעצטער האט גאר געשיקט עטליכע ניו יארק פאוסט עקזעקוטיוון און קאלומניסטן זיך צו טרעפן מיט טראמפ און אים באאיינפלוסן אוועקצושטיין פון ווענס
טראמפ 2016 למספרם קאמפיין מענעדזשער קעליען קאנוועי וועלכע אזי אויך שטארק נאנט מיט פרוי טראמפ האט פרובירט צו איבערצייגן טראמפ אז רוביא וואלט געווען א קלוגערע אויסוואל אין די צייט וואס די מורדאק לאבי מאשין האט געשטיצט בורגאם
די ארגומענט אקעגן גיין מיט ווענס איז געווען קאנצעטרירט אויף זיין פריערדיגע אנטי טראמפ קריטיק און זיין אינגן עלטער און מאנגל אין ערפארונג אבער דערונטער אז געליגן זייער פאראכטונג צו זיין אידעאלאגיע און פאליסי פאזיציעס הויפטעכטליך זיין קאלטע אפעטיט צו שטיצן אוקריינע אקעגן רוסלאנד
די אנטי ווענס קאמפיין האט מעלה גרה'ט אויף סאציאלע מידיא קאנאלן אלטע סטעיטמענטס פון ווענס אקעגן טראמפ און זיכער געמאכט אז זיי ווערן געזען דורך טראמפ און געוויסע ארומיגע האבן געזאגט אז טראמפ האט געהאט צייטן פון רעזערוואציע און אפגעקילטע פיס צו די געדאנק פון נעמען ווענס
טראמפ האט אבער אויך געזען זאכן איבער די אנדערע אלטערנאטיוון וואס האט אים נישט געפאלן און א דעילי מעיל ארטיקל וואס האט געצייגט מאמענטן אין וועלכע בורגאם פארלאזט טרערן האט זייער נישט גוט אויסגענומען ביי טראמפ וואס האט אמאל געזאגט אז ווען ער זעהט א מאנס פערזאן וויינען צייגט אים עס אז יענער איז א שוואכלינג
ווען זיינע געהילפן האט אים אויפגעברענגט די פאקט אז בורגאם האט אונטעראגעשריבן א שטרענגע אנטי רציחה געזעץ האט עס נישט צופיל צוגעגעבן צו די שאנסן פון גאווערנאר צו ווערן טראמפ'ס מיטלויפער
רוביא האט זיך געהאט זיינע איבלען אין טראמפ'ס אויגן זעענדיג אין אים עימיצער וואס איז אומלאיאל פארן לויפן אקעגן דזשעב בוש און 2016 למספרם און טראמפ האט זיך געוואונדערט צו מען קען געטרויען אזא מענטש
אין די לעצטע טעג בעפאר די קאנווענשאן האבן אלע 3 הויפט קאנדידאטן געמאכט דירעקט זייער קעיס צו טראמפ און בורגאם האט קלאר געמאכט אז אויב באקומט ער נישט די וויצע פרעזידענט אמט איז ער נישט אינטערסירט אין סיי וועלכע אנדערע קאבינעט פאזיציע און די באהויפטונג האט זייער שלעכט אויסגענומען ביי טראמפ וועלכע האט אים געקלערט צו שטעלן אלס ענערגיע סעקרעטאר
ווענס איז געפלויגן קיין פלארידא פארלאפענע וואך אויף די פריוואטע פליגער פון סטיוו וויטקאף, א נאנטע טראמפ פריינד און זיך געטראפן מיט טראמפ אין מאר-א-לאגא און דאס איז געקומען נאך וואס טאקער קארלסאן האט זייענדיג אויף א רייזע אין אוסטראליע אנגערופן טראמפ נאכן הערן אז טראמפ האט אנגעהויבן איבערקלערן אויב ער וויל טאקע נעמען ווענס
קארלסאן האט געווארנט טראמפ אז מען קען נישט האבן קיין צוטרוי אין רוביא און אז ער וועט ארבעטן אקעגן אים און אריינשעלעפן אמעריקא אין א נוקלעארע קריג און אויך אונטערגעהאקט בורגאם'ס באגלויבקייט
אין די געשפרעך אין יוני למספרם האט קארלסאן געזאגט צו טראמפ אז אויב ברענגט ער אריין אין ווייסן הויז א נעא קאנסערוואטיוו וואס שטיצט א ברייטע מיליטערישע ראלע איבער די וועלט וועלן די שפיאנאזש אגענטורן האבן יעדע אינציאטיוו אין די וועלן אים אומצוברענגן אין אן אטענטאט צו באקומען זייער בעפארצוגטע פרעזידענט ביים רודער
אויספירנדיג אז "ווען דיינע פיינט (מורדאק'ס גרופע) שטופן פאראויס עימין איז עס א קלארע צייכן אז מען דארף עס איגנארירן"
וואוו וואוו!! הערליך! אזא קלארע אנאליז און באריכט, טענק יו! ס'איז א אייגן ליקוט אדער אן איבערזעצונג פון ערגעץ?הכל הבל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 16, 2024 12:51 pm6 מאנאטן אריין אין זיין סענאט קאמפיין אין 2021 למספרם האט זיין קאנדידאטור אויסגעקוקט פראקטיש טויט ווערנדיג פארשוועמט דורך פריימערי טעלעוויזיע רעקלאמעס וואס האבן נאכאנאנד דערמאנט די וויילער איבער זיינע קאמענטארן צו פארדאמען טראמפ
זיינע פריוואטע אנקעטעס האבן געצייגט אז זיינע שאנסן ווערן מיט יעדן טאג מער פארביידען'ט און טראמפ זעלבסט האט אויסגעדרוקט זארג איבער די אימפאקט וואס די רעקלאמעס האבן אויפן פארמעסט און פילע רעפובליקאנע אפעראטיוון האבן געשאצט זיינע שאנסן צו זיין נאנט צו נול
שטראלן פון האפענונג האבן אנגעהויבן שפראצן נאך די דעבאטע אין מערץ 2022 למספרם ווען א פול געפאקטע קאנדידאטן פארום איז געווארן גאר היציג און עס איז געקומען נאנט צו א פיזישע שטרייט צווישן קאנדידאטן יושע מאנדעל און די געוועזענע אהייא בוכהאלטער מייק גיבאנס
דזשעי די ווענס האט קאפיטאליזירט איבער די מאמענט און עס באצייכנט אלס ראדיקאל און קאנפראנטירט מאנדעל פארן נוצן זיין מיליטערישע דינסט אלס פאליטישע שפרונג ברעט און עס אנגערופן א שאנדע
די באטייליגטע האבן גאר הילכיג אפלאדירט די אטאקע און יענע מאמענט האט אפגעשפיגלט עפעס וואס האט געמאכט די וויילער שפורן באקוועם מיט ווענס אלס אן ענערגישער און דרייסטער דעבאטירער, עפעס וואס האט זיך שפעטער איבערגעשפילט ביים דעבאטע מיטן דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט טים רייען
טראמפ איז געווען זייער איבערגענומען און יענע דעבאטע האט אים איבערצייגט אז ווענס פארמאגט אין זיך פאליטישע מארך ביין וואס ער האט געזוכט און אלס א עימיצער וואס לייגט ערנסטע געוויכט איבער ווי אזוי קאנדידאטן נעמען אויס ביי דעבאטע האט אים עס שטארק באצויבערט און מיט עטליכע וואכן שפעטער האט ער פארמאל אינדארסירט ווענס צום סענאט
נאכן ווערן אקצעפטירט אין די טראמפ וועלט האט ווענס אנגעקנופט וויכטיגע באציאונגען מיט א רייע קאנסערוואטיווע מידיא פיגורן הויפטזעכטליך מיט טאקער קארלסאן וואס האט דאן געארבעט פאר פאקס, מעטיו באיל פון ברייטבארט און טשארלי קירק
ווענס איז זינט דאן געווארן בלויז מער באפריינדעט און אליאירט מיט טראמפ און עס איז אממערסטנס געקומען צום אויסדרוק נאך די מעלדונג פון טראמפ אז ער גייט לויפן אין 2024 למספרם
יענע פעריאד איז געווען א היבש אומעטיגע אין די טראמפ לאגער מיט א קאמפיין איינטריט וועלכע איז געווארן באטראכט אלס דורכפאל, אין א צייט וואס טראמפ האט זיך געטונקען אין קריטיק און אין פריינטליך פייער פון רעפובליקאנער וועלכע האבן נישט געגליכן זיינע אינדאסירונגען אין די מידטוירמס און אומצופרידענע אפעראטיוון מיט די אנטוישנדע רעזולטאטן
עליטע פארטיי פירער האבן געקוקט קרום אויף טראמפ'ס אבסעסיע מיטן רעדן איבער די 2020 למספרם וואלן און מיט זיינע זיצונגען מיט קאנטערווערסיאלע פיגורן און ווייניג וועטעראן אקטיוויסטן האבן זיך געזוכט אנצוקערן אין די פרישע טראמפ מארש און האבן אפן גערופן פאר טויש זוכנדיג אינגע און ענערגישע בלוט צו אויפוויקען א פרישע קאפיטל און א זויבערע בלאט אויפן רעפובליקאנע טיקעט
דזשעי די ווענס איז נישט געווען איינע פון זיי נאר האט אנשטאט זיך פארבונדן מיט טראמפ'ס מענטשן קורצליך נאך די מידטוירם'ס און קלארגעשטעלט אז ער פלאנט צו אינדארסירן טראמפ און אז ער זוכט צו מאכן אן אינטעלעקטואלע ארגומענט אין טראמפ'ס שטיצע וואס זאל שלאגן ווארצלען מיט די ביישטייערער קלאס און די עליטע
אין יונואר 2023 למספרם האט ער פארעפנטליכט אן אומצוויידייטיגע אינדארסירונג פאר טראמפ און ארויסגעהויבן זיין אויסערן פאליסי און יענע לאיאליטעט איז נישט פארגעסן געווארן דורך טראמפ אין זיינע נאנטע
נישט לאנג דערויף האט די טראמפ קאמפיין זיך אנגעהויבן סטאביליזירן און אויסגענוצט די שעדליכע פראכט באן אינצידענט אין מזרח פאלעסטינע אהייא צו קרריטיקירן די רעאקציע פון פרעזידענט ביידען און סענאטאר ווענס האט דאן ארויסגעשטארט מיט זיין אומאויפהערליכע קריטיק אין ריכטונג פון ווייסן הויז פארן צוריקדרייען טראמפ'ס פאליסיס וועלכע האבן לויט אים געפירט צו די באן קראך
די באמערקונגען האבן געמאכט זייער וועג צו טראמפ דזשוניאר'ס אויערן און דאן אויפגעבליצט אין זיין קאפ די געדאנק אז עס וואלט געווען געראטן פאר זיין פאטער אראפצופארן באזוכן די סצענע פון די קאטאסראפע
דזשוניאר האט קאנפערירט מיט ווענס און טראמפ ראטגעבער פרוי סוזי וויילס און די פלאן איז צושטאנד געקומען קורצליך דערויף ווען אויפן פליגער האט טראמפ מיטגעהאלטן אן ערשיינונג פון סענאטאר ווענס אויף פאקס און נישט געקענט באהאלטן ווי איבערגענומען ער איז פון אים
טראמפ איז אפגעשטיגן פון פליגער און די געפיל אין די אטמאספערע איז געווען אז טראמפ דערפולט א חלל מיט וואס פרעזידענט ביידען קימערט זיך נישט און די גאנצע צערעמאניע האט צוריקגעגעבן פאר טראמפ א פרעזידענטליכע אנזען ווען סענאטאר ווענס שטייט צו זיין זייט דורכאויס די גאנצע טאג גיבנדיג פאר טראמפ צום ערשטל מאל א שפור צו האבן ווענס מיט אים אויפן קאמפיין צוג
אין הערבסט 2023 למספרם האבן קלאנגען קורסירט אז ווענס ערשיינט הויף אויף די ליסטע פון מעגליכע מיטלויפער אויפן טראמפ טיקעט און עס איז נישט געווען גענצליך אומבאזירט זינט עס זענען געווען אומפארמאלע געשפרעכן צווישן די צוויי זייטן טראץ וואס טראמפ און ווענס פערזענליך האבן עס דאן נאכנישט געהאט דיסקוסירט
ווי נאנטע פארציילן האט טראנמפ איינפאך געגליכן סענאטאר ווענס און די כעמיסטריע צווישן זיי איז געווען צייסטערהאפטיג און איז אלס געווען פון די הויפט באשטאנדטיילן וואס טראמפ האט געזוכט ביים רעקרוטירן ארבעטער
ווענס פון זיין זייט איז צוגעגאנגען אנדערש ווי פילע אנדערע וועלכע האבן געהאט פארבינדונג מיט טראמפ, ער האט אים נישט באלמוטשעט מיט צופיל טעלעפאן רופן, געהאלטן זיינע פארלאנגען פאר טובות זייער באגרעניצט, און בלויז געזוכט זיין הילף אין צוויי פעלער
איינס פון זיי איז געווען א טראמפ אינדארסירונג פאר אהייא סענאט קאנדידאט בערני מארינא און טראמפ'ס שטיצע פאר א באן זיכערהייט ביל וואס ער האט געספאנסארד אינעם סענאט אינאיינעם מיטן דעמאקראטישן סענאטאר פון די סטעיט שעראד בראון און טראמפ איז אים אקעגנגעקומען ערפולנדיג ביידע וואונטשן
ווענס איז אויך געווען זייער סקעפטיש און נישט געווארן שנעל פארגלויבט אין די מעגליכקייט אז טראמפ וועט אים נעמען אלס מיטלויפער אבער זיין האפענונג האט אנגעהויבן שטייגן נאך די ניו העמפשיר פריימערי נאכן באקומען א גאר ווארימע אפרוף דורך די וויילער ביים קאמפיינען אין די סטעיט פאר טראמפ
ער האט אויך אנגעהויבן צוריקהערן ווי טראמפ שפארט נישט קיין ווערטער ביים אים אויסרימען און קאמפלימענטירט זיין אויסזען און אנגעוויזן אז זיין בארד ווערט מער צוזאמגענומען און אויך באמערקט אז ער איז אפגעפאלן גענוג פונט אז זיין אנצוג ליגט בעסער אויף אים
טראמפ האט אויך אנגעהויבן אנגאזשירן פרוי ווענס און זיך אינטערסירן ווי אזוי זי פאסט זיך צו צום פאליטישן לעבנשטייגער און ווען יענע האט געגעבן אן היבש פארווע ענטפער האט טראמפ ארויסגעצייגט פארשטענדעניש זאגנדיג אז זיין פרוי האט עס אויך געהאסט
נאנטע צו ווענס האבן דאן אנגעהויבן העפטיג ארבעטן אויף אן אגרעסיווע סטראטעגיע אהערצושטעלן דעם סענאטאר אויף צוויי שליסל פראנטן וואס איז געווען וויכטיג פאר טראמפ און דאס איז געווען זיכער צו מאכן אז ער מאנעוורירט פארכמאניש זיינע ארגומענטן און רעטאריק ביים אויפטרעטן אויף אינטערוויוס מיט דזשורנאליסטן נישט פונעם רעכטן לאגער און אז ער ברענגט מיט זיך נייע פינאנציעלע שטיצער
מען האט באשטעלט א רייע אויפטריטן אויף עטליכע מידיא פראגראמען און די איינע וועלכע האט די מערסטע געכאפט טראמפ אויג איז געווען נאל וואס ווענס איז געווען די איינציגסטע אויף די מעגליכע ליסטע פון קאנדידאטן צו באגלייטן טראמפ אין געריכט ביי זיין פראצעס אין מאנהעטען און ווענס האט דערנאך שטאנדהאפטיג פארטיידיגט טראמפ ביים רעדן מיט סי ען ען'ס וואלף בליצער
ווענס האט אויס אויסגעגליכן די וועג פאר טראמפ מיט א רייע סיליקאן וואלי ביישטייערער און פארברענגט לאנגע מאנאטן צו באארבעטן דוד זאקן וועם ער האט באצייכנט אלס איינע פון זיינע נאנטסטע מענטשן און אים איבערצייגט אריבערצוקומען שטיצן טראמפ
זאקן האט אראנדזשירט א פאנדרעיזער וועלכע האט אריינגעברענגט 12 מיליאן דאלאר פאר די טראמפ קאמפיין און ער האט דארט געזאגט אז עס וואלט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען ווען נישט סענאטאר ווענס
אילאן מאסק איז מיט די צייט אויך אויסגעשטיגן אלס א שטילע שטיצער פון סענאטאר ווענס און דירעקט אפעלירט ביי טראמפ אים צו נעמען אלס מיטלויפער באצייכענענדיג אזא טיקעט אלס הערליך
א גאר שטארקע שטופ איז געקומען פון טראמפ דזשוניאר וועלכע האט אנדערש ווי די אנדערע געהאמערט מיט זיין פרא ווענס קאמפיין אין פובליק פונקט ווי הונטער די קוליסן און טראץ וואס נאנטע צו טראמפ זאגן אז אין די לעצטע יאר צייט איז טראמפ נישט געווען איבריג צוקאכט מיט די געדאנק אז סיי וועלכע מעגליכע מיטלויפער וועט האבן אן ערנסטע אפעקט אויף זיינע שאנסן אין נאוועמבער למספרם האט ער אין די לעצטע וואכן אנגעהויבן זינגען נייע מעלאדיעס
ער האט אנגעהויבן גלייכן די געדאנק פון גיין האבן עימיצער וואס זאל טראגן ווייטער די טראמפ פאן און געגלויבט אז סענאטאר רוביא און גאווערנאר בורגאם זענען נישט איבריג פאסיג און געאייגנט דערצו
טראמפ האט ביז די לעצטע מינוט אויסגעהערט פילע ארום זיך פאר זייערע צוויי צענט איבער וועם צו נעמען אריינגערעכנט אזעלכע וואס האבן אפאזירט א ווענס אויסוואל און יענע באוועגונג איז געווען מאכטפול און מאסיוו און אנגעהאלטן ביז די סאמע לעצטע שטונדן
עטליכע מעגא ביישטייערער ווי העדזש פאנד מאגנאט קען גריפין און אזא איינער ווי רופערט מורדאק האבן פרובירט אפצורעדן טראמפ פון נעמען די ריכטונג און דער לעצטער האט גאר געשיקט עטליכע ניו יארק פאוסט עקזעקוטיוון און קאלומניסטן זיך צו טרעפן מיט טראמפ און אים באאיינפלוסן אוועקצושטיין פון ווענס
טראמפ 2016 למספרם קאמפיין מענעדזשער קעליען קאנוועי וועלכע אזי אויך שטארק נאנט מיט פרוי טראמפ האט פרובירט צו איבערצייגן טראמפ אז רוביא וואלט געווען א קלוגערע אויסוואל אין די צייט וואס די מורדאק לאבי מאשין האט געשטיצט בורגאם
די ארגומענט אקעגן גיין מיט ווענס איז געווען קאנצעטרירט אויף זיין פריערדיגע אנטי טראמפ קריטיק און זיין אינגן עלטער און מאנגל אין ערפארונג אבער דערונטער אז געליגן זייער פאראכטונג צו זיין אידעאלאגיע און פאליסי פאזיציעס הויפטעכטליך זיין קאלטע אפעטיט צו שטיצן אוקריינע אקעגן רוסלאנד
די אנטי ווענס קאמפיין האט מעלה גרה'ט אויף סאציאלע מידיא קאנאלן אלטע סטעיטמענטס פון ווענס אקעגן טראמפ און זיכער געמאכט אז זיי ווערן געזען דורך טראמפ און געוויסע ארומיגע האבן געזאגט אז טראמפ האט געהאט צייטן פון רעזערוואציע און אפגעקילטע פיס צו די געדאנק פון נעמען ווענס
טראמפ האט אבער אויך געזען זאכן איבער די אנדערע אלטערנאטיוון וואס האט אים נישט געפאלן און א דעילי מעיל ארטיקל וואס האט געצייגט מאמענטן אין וועלכע בורגאם פארלאזט טרערן האט זייער נישט גוט אויסגענומען ביי טראמפ וואס האט אמאל געזאגט אז ווען ער זעהט א מאנס פערזאן וויינען צייגט אים עס אז יענער איז א שוואכלינג
ווען זיינע געהילפן האט אים אויפגעברענגט די פאקט אז בורגאם האט אונטעראגעשריבן א שטרענגע אנטי רציחה געזעץ האט עס נישט צופיל צוגעגעבן צו די שאנסן פון גאווערנאר צו ווערן טראמפ'ס מיטלויפער
רוביא האט זיך געהאט זיינע איבלען אין טראמפ'ס אויגן זעענדיג אין אים עימיצער וואס איז אומלאיאל פארן לויפן אקעגן דזשעב בוש און 2016 למספרם און טראמפ האט זיך געוואונדערט צו מען קען געטרויען אזא מענטש
אין די לעצטע טעג בעפאר די קאנווענשאן האבן אלע 3 הויפט קאנדידאטן געמאכט דירעקט זייער קעיס צו טראמפ און בורגאם האט קלאר געמאכט אז אויב באקומט ער נישט די וויצע פרעזידענט אמט איז ער נישט אינטערסירט אין סיי וועלכע אנדערע קאבינעט פאזיציע און די באהויפטונג האט זייער שלעכט אויסגענומען ביי טראמפ וועלכע האט אים געקלערט צו שטעלן אלס ענערגיע סעקרעטאר
ווענס איז געפלויגן קיין פלארידא פארלאפענע וואך אויף די פריוואטע פליגער פון סטיוו וויטקאף, א נאנטע טראמפ פריינד און זיך געטראפן מיט טראמפ אין מאר-א-לאגא און דאס איז געקומען נאך וואס טאקער קארלסאן האט זייענדיג אויף א רייזע אין אוסטראליע אנגערופן טראמפ נאכן הערן אז טראמפ האט אנגעהויבן איבערקלערן אויב ער וויל טאקע נעמען ווענס
קארלסאן האט געווארנט טראמפ אז מען קען נישט האבן קיין צוטרוי אין רוביא און אז ער וועט ארבעטן אקעגן אים און אריינשעלעפן אמעריקא אין א נוקלעארע קריג און אויך אונטערגעהאקט בורגאם'ס באגלויבקייט
אין די געשפרעך אין יוני למספרם האט קארלסאן געזאגט צו טראמפ אז אויב ברענגט ער אריין אין ווייסן הויז א נעא קאנסערוואטיוו וואס שטיצט א ברייטע מיליטערישע ראלע איבער די וועלט וועלן די שפיאנאזש אגענטורן האבן יעדע אינציאטיוו אין די וועלן אים אומצוברענגן אין אן אטענטאט צו באקומען זייער בעפארצוגטע פרעזידענט ביים רודער
אויספירנדיג אז "ווען דיינע פיינט (מורדאק'ס גרופע) שטופן פאראויס עימין איז עס א קלארע צייכן אז מען דארף עס איגנארירן"
כאטש נאך איינער
טראמפ האט געווינען אהייא אין 2020 מיט 8% ווענס אין 2022 מיט 6.6% הגם ביידע האבן אנגעצויגן 53.3%.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 16, 2024 9:54 amאיך האב געזען פונקט פארקערט.
מיט וויפיל פונקטן האט ווענס געווינען זיין סענאט זיץ געציילטע יאר צוריק, אין פארגלייך צו איבעריגע סטעיט רעפובליקאנער?