גלאבאלע קאנצעפטן. די זעלבע יסודות אין: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

גלאבאלע קאנצעפטן. די זעלבע יסודות אין: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ביזט אויפ'ן קאפ געפאלן? ס'איז דען פורים היינט?! אויף מיין קאלענדער איז נאר ערב חנוכה...

מענטשן טרעפן עס שווער צו זיין דא דער פאליציאנט, און דא דער קאמענדאנט, דא דער שלעפער, און דא דער פראטעסטירער. די וועלט איז איינגעטיילט אין זייער אסאך קלאסן, אמביציעס און דורכפעלער, און אפילו אויב א מענטש וויל דעזיגנירן זיין פעלד פון עקספערטיז, און אוודאי זיין מעמד בתוככי הפעלד, דאך גייט עס נישט אייביג אזויווי ער וויל, און דאס אליין איז שווער. אבער איינמאל ער האט זיך שוין אדזשאסטירט צו דעם מצב, וואס גייט ער טון ווען ער טרעט אריבער דער שוועל פון עפעס א טיר און מוז בלית ברירה אנטון אן אנדערן הוט? איים סארי, ביי דער חתונה ביסטו נישט דער סערווירער, דא ביסטו זיידעניו, און גייזשע זיי מוחל און פארנעם דיין פלאץ אויפ'ן אויבנאן.

און וואס טוט זיך מיט די חנוכה-ליכט?

איין מינוט. ווער בין איך? דער קאלטער (באפוצט און עקיג) ליטוואק וועמען דו קענסט פון דיין זעלטענע באזוך אין מיין שפייז-קראם? דער טיפישער אייוועלט שרייבער? אדער א ווארימער חסידישער אינגערמאן ביי וועמען דער חנוכה ברענגט אראפ די השפעות פונעם אור הגנוז?

אלזא,
לאמיר פרובירן צו זיין א חלק פון די הייפעלע גוטמוטיגע אידעלעך ביינונז, וואס גלייכן שטארק דער גליטשיגער סארט ווערטער צוזאמשטעלעכץ און זענען מקפיד בדווקא עובר צו זיין אויף די הארטע און שטרענגע כללי ה'גראמאטיק', פשוט כדי זיך צו האלטן ביים לעבן אביסל. און בכי האי גוונא, איז עס דאך זיכער נישט אזא פראבלעם אז מ'מישט אביסל ארום.

און איך האף אז איר וועט נישט ברוגז זיין,
ווען אונזער שמועס אונז געבן צו פארשטיין,
אז אין יעדן מקום וואו מיר באמפן אריין,
איז נאך דא דארטן א מהלך צו גיין,
פארשטייט זיך אז מ'דארף פרובירן צו רעדן שיין,
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:48 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5140
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: א יסודות'דיגער שילוב צווישן: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

די סיט בעלטס זענען פארשטייפט, די וויהקל איז אין דרייוו, איים פולי רעדי פאר יור רייד…
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א יסודות'דיגער שילוב צווישן: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:12 pm
די סיט בעלטס זענען פארשטייפט, די וויהקל איז אין דרייוו, איים פולי רעדי פאר יור רייד…
טהענקס באס.
ליסטען, איף יו אר די פעסענדזשער, יו טעל מי ווער טו גאו!

וואו פאנגט מען אן?

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:14 pm

דו האסטאך באשאפן דאס געהענגל, וואו צילסטו? סתם אויסשמועסן וואו אונז שטיימער בנוגע חנוכה, אדער ווילסט צוקומען ערגעץ טיפער?

לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: א יסודות'דיגער שילוב צווישן: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

שוין געהערט פונעם ניין און ניינציגער קרעטשמע סינדראם, יעצט ווער איך געוואויר אז ס'איז אויך דא א 7777 קרעטשמע סינדראם.
מזל טוב צו דיין איינגעפרוירן ווערן! אדער וואטעווער מען דארף יעצט זאגן.
לעצט פארראכטן דורך לאגיק אום דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: א יסודות'דיגער שילוב צווישן: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

אופס... אויפגעפרוירן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א יסודות'דיגער שילוב צווישן: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:18 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:14 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:12 pm
די סיט בעלטס זענען פארשטייפט, די וויהקל איז אין דרייוו, איים פולי רעדי פאר יור רייד…
טהענקס באס.
ליסטען, איף יו אר די פעסענדזשער, יו טעל מי ווער טו גאו!

וואו פאנגט מען אן?
דו האסטאך באשאפן דאס געהענגל, וואו צילסטו? סתם אויסשמועסן וואו אונז שטיימער בנוגע חנוכה, אדער ווילסט צוקומען ערגעץ טיפער?
איך וויל נעמען איין נושא, און אויסשמועסן עפעס אן אספעקט דערפון און אזוי ארומפירן דעם אספעקט אין אלע אנדערע נושאים. וחוזר חלילה.
איי דזשאסט ניד אן עגנישאן. ברינג אפ עי טאפיק.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5140
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: א יסודות'דיגער שילוב צווישן: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:19 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:18 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:14 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:12 pm
די סיט בעלטס זענען פארשטייפט, די וויהקל איז אין דרייוו, איים פולי רעדי פאר יור רייד…
טהענקס באס.
ליסטען, איף יו אר די פעסענדזשער, יו טעל מי ווער טו גאו!

וואו פאנגט מען אן?
דו האסטאך באשאפן דאס געהענגל, וואו צילסטו? סתם אויסשמועסן וואו אונז שטיימער בנוגע חנוכה, אדער ווילסט צוקומען ערגעץ טיפער?
איך וויל נעמען איין נושא, און אויסשמועסן עפעס אן אספעקט דערפון און אזוי ארומפירן דעם אספעקט אין אלע אנדערע נושאים. וחוזר חלילה.
איי דזשאסט ניד אן עגנישאן.
סאו דו הייב אן, איך (און דער עולם) וועלן מיטארבעטן.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

לעטס טאלק ביזנעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לעטס טאלק ביזנעס...

מיר ווייסן דאך אלע וויפיל די פראו ביזנעס מאגנאטן און די א"ג ארימע הארעפאשנע ארבייטערס שלאגען זיך כסדר ארום אויף יעדע אונס פון רעכטן און געהאלט, און מיר וועלן נישט אריינגיין אין די פרטים דערפון, וואס קלאפט אייביג אויס אנדערש אנגעוואנדן אין פלאץ און צייט. אבער די מחלוקת ווערט און דארף ווערן איינגעטיילט בכללות אלס צוויי פארקערטע מהלכי המחשבה: ס'איז דא א באלעבאטישע פערספעקטיוו און אן ארבעטער פערספעקטיוו.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

א בעל הבית VS אן ארבייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעצט, א בעל הבית טענה'ט אייביג אז ער האט אנגעפאנגען פון זערא, ער האט יארן לאנג געדינט אלס געטרייער ארבעטער (אדער יא אדער נישט, באט איטס דהע קאנצעפט), ער נעמט אחריות צו דעקן דעם בודזשעט, דער ארבעטער קען נישט עקזיסטירן אן אים, ער נעמט א ריסק אויף יעדן טריט און שריט, אויטאמאטיש, דארף ער קענען האבן דעם לעווערעדזש פון דעסיזשן מעקינג, אפילו אויב דער ארבעטער וועט דארפן ליידן דערפאר, פשוט וויבאלד אנדערש איז דאך נישט שייך.

אבער דער ארבעטער טענה'ט: דו שארסט מיליאנען, דו ביסט מיר א גאנצער "יום זה מכובד" אין בית המדרש, דו בויעסט דיך אויף אונזער שווייס און בלוט, דו פּאפסט נאך ווען איך דארף שוין פאנטשן דעם קארטל, איך ווער אויסגעשטעלט צו סכנה'דיגע כעמיקאלן אדער צו באקומען ח"ו א קנאק אין קאפ ווען א ריזיגער לאוד טראסקעט (אפילו ס'איז נישט מיין שולד). סך הכל זיצטו דיך אויפ'ן באקוועמען פאטעל, דו קומסט ווען דו ווילסט און דו גייסט ווען דו ווילסט, דו קוקסט דיך איבער די אינוואויסעס, פירסט דיר אריבער דיין פינגער אויפ'ן כלי מאכנדיג דעם באקאנטן: בליפ, בליפ, דו מאכסט דיר דיינע דעסיזשענס מיט א בלינק פון דיינע אנגעפאשעטע אויגעלעך, און איך... דארף ליידן.

יעצט, ווער איז גערעכט דא?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א יסודות'דיגער שילוב צווישן: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לאגיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:18 pm
שוין געהערט פונעם ניין און ניינציגער קרעטשמע סינדראם, יעצט ווער איך געוואויר אז ס'איז אויך דא א 7777 קרעטשמע סינדראם.
מזל טוב צו דיין איינגעפרוירן ווערן! אדער וואטעווער מען דארף יעצט זאגן.
ס'איז נישט וועגן ווערן פארפרוירן, כ'האב פשוט געטראכט וואס צו שרייבן פאר 7777.
(וואס @אזוי גאר! האט דעליווערט פאר 5555, בין איך נישט בכוח).
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

ביידע האבן פוינטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

צוריק צום ענין.

עס איז בכלל נישט שייך צו מחליט זיין ווער ס'איז גערעכט, ווייל יעדער האט פוינטס. יעדער וועט נאר אזוי לאנג זיין גערעכט ווילאנג ער וועט שטיין פעסט פאר זיינע פוינטס, אבער 100%טיג פארשטיין דעם צווייטנס פוינטס, און מכיר זיין אינעם צווייטנס רעכטן עד הסוף.

אבער וויאזוי קען איך מכיר זיין אין יענעמ'ס רעכטן ווען איך וויל דאך יענעם צווינגען מיר צוצושטעלן וואס איך וויל?
און אויב וויל איך שוין יא מכיר זיין אין יענעמס פוינטס, דאן פארוואס עפעס זאל איך שטיין פאר מיינע פוינטס?
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 7:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

אנערקען אין דיינע געפילן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מענטשן האבן זייער גוטע כלים, אבער ליידער ניצט מען עס פיל מאל, דארט וואו עס באלאנגט נישט. איינמאל מיר וועלן אנערקענען אין די געוואלדיגע כחות וואס אונזערע כלים פארמאגן, וועלן מיר דאך עס ליבערשט ניצן דארט וואו עס באלאנגט יא.

ממילא איז אזוי.

דער מענטש וואס פירט אן א ביזנעס, דער מוז האבן גענוג פעסטקייט צו אונטערנעמען און אנגיין מיט זיינע פארצווייגטע אונטערנעמונגען. עס איז לכאורה ממש נישט מעגליך אז ער זאל זיצן אינאיינעם מיט'ן ארבעטער ביים טיש, און ער זאל זיך פילן ממש אייניג מיט יענעם. אויב האט ער נישט דעם פארלאנגטן שטויסקראפט, דאן וויאזוי זאל ער זיך קענען פארמעסטן מיט די אלע אפטיילונגען פון די רעגירונג וואס דראען אים צו אויפעסן לעבעדיגערהייט, מיט'ן לענדלאר, מיט די שכנים, מיט די קאמפעטישאנס, מיט די ארבעטערס און מיט די קאסטומערס? אוודאי דארף ער קענען געבן א א שטופ!!! פשוט כדי צו איבערטראגן דעם טאג.

דער ארבעטער ווידער קען זיך נישט זען צו זיין אזויווי א קנעכט וואס זיין גאנצע ווערד פון לעבן איז נאר צו צופרידנשטעלן דעם בעל הבית וואס עסט אויף זיינע כשרונות, און ווארפט אים אפאר גראשנס. אבער ער קען אויך נישט @פייטן זיין בעל הבית, בייסן די האנט וואס פיטערט אים, און זיין פארנומען צו שפילן נרדף.
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 7:11 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

מ'דארף קענען דערהייבן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דערפאר איז פשוט אז מ'דארף קענען דערהייבן...

דערהייבן טאקע דעם אייגענעם מציאות, וויאזוי מ'פילט לגבי זיך אליין, און וויאזוי מ'וויל זיך רוקן פאראויס, לפי ערך פון די אומשטענדן. טראצדעם וואס מ'פארשטייט אז יענער דארף נישט אריינשפילן אין מיינע אמביציעס, און אויספאלגן אלעס ווי אן עבד נרצע.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

וויאזוי לערנט מען זיך צו דערהייבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און וויאזוי דערהייבט מען?

אה, דאס איז דער מיליאן דאלאר פראגע, וואס יעדער טענה'ט אז ער האט דער בעסטער מהלך דערצו. אבער דער אמת איז, אז ס'איז נישט קיין נפקא מינה וואס איז דער בעסטער מהלך, דער עיקר חילוק איז צי ס'ארבעט פאר דיר...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

זיך צו עסן פון אינעווייניג איז נישט קיין אפציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אבער דאס זענען הכל מודים, אז צו זיצן און זיך עסן פון אינעווייניג איז נישט קיין אפציע. אדער: 1) טוסטו עפעס צו מתקן זיין דעם מצב, אדער 2) ביסטו מקבל אויף דיר דער מצב כמו שהוא, אדער 3) זוכסטו דיר אויף אן אנדערער פאזיציע.

לכאורה וואלט געווען זייער פראקטיש צו מאכן א שילוב פון אלע דריי:

1) אנערקען אז דער מצב איז כך וכך, און דו קענסט עס אננעמען כמות שהוא.
2) דו קענסט ארבעטן פלייסיג, און טרעפן געלעגנהייטן צו געבן א שטופ פון דא און פון דארט און אזוי ארום בעסער מאכן בעז"ה וויפיל ס'איז שייך.
3) קענסט האלטן דיינע אויגן\אויערן אפן, צי ס'איז נישטא ערגעץ פאר דיר א בעסערע פאזיציע.

(און אויב פעלט אויס נאך מער, דאן קוק ביטע אין מיין חתימה).
-----

@ראש הקהל טייערער , אפשר קענסטו נעמען דער נקודה און עס משלב זיין מיט פאליטיק?
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: א יסודות'דיגער שילוב צווישן: ביזנעס, פאליטיק, נייעס, נפש, שרייבעריי, נגינה און... אייוועלט (7777)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

מזל טוב @המברך יתברך . אונז דארפן נאך 7777 פון דיר.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

פארוואס ציטערסטו פון דיין בעל הבית?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שכוח @חיריק , אי"ה ביי דיר, און לאמיר האפן אז דיין פארמעסט ווען אי"ה מצליח זיין בעסער ווי געראכטן.

מ'קען גיין ווייטער אביסעלע.

לאמיר אריינטראכטן, דו ווילסט א רעיז, און דו האסט נישט גענוג אומץ עס צו בעטן. פארוואס איז דאס אזוי? זייער פשוט, דו האסט מורא פון וואס דיין בעה"ב וועט דיר ענטפערן... אבער נאך מער, פון וויאזוי ער גייט רעאגירן... אפשר גייט ער דיך אפילו באוואשן...

יעצט, ווי מער אנגעגעסן דו ביסט, און אלס מער דיין בעה"ב ציטערט פון דיך אפצוזאגן, אלס מער דעפענסיוו וועט ער זיין. און פארשטייט זיך, זייער שנעל אריבערגיין צו דעפענסיוו...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

זיין גרייט פאר א ניין!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פון דעם זעען מיר, אז דער סוד פון קאמוניקאציע איז צו זיין גרייט פאר א ניין!

דאס הייסט, אז ווי מער דו ביסט קלאר און דו פארשטייסט דיין בעל הבית'ס רעכטן, און נאכדעם פארשטייסטו אוודאי דיינע לייסטונגען אויכעט, און דו ביסט זייער באקוועם עס ארויסצוברענגען, אפילו אויב ס'נעסטיגט א חשש אז ס'וועט נישט ברענגען די געפאדערטע רעזולטאטן, אלס בעסער זענען די שאנסן...

זיי שטארק!!!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

שטארקייט און שוואכקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אויב דו ווילסט געווינען, דארפסטו זיין גרייט צו פארלירן...

ווי מער און באקוועמער דו ביסט צו אנערקענען דיין שוואכקייט, אלס שטארקער ביסטו. און ווי שטארק דו פילסט דיך געצווינגען צו באהאלטן דיין שוואכקייט, און עס פארלייקענען, אלס שוואכער ביסטו. און אויטאמאטיש וועסטו דיך נישט קענען ריקן אין לעבן...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

א צייטווייליגער סך הכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אלזא, לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל פון די עצות און מעטאדן וואס מיר האבן שוין אויסגעשמועסט, און זען נאכדעם צי מ'דארף נישט צולייגן עפעס נאך.

1) פארשטיין ביידע צדדים, בעל הבית VS ארבעטער.
2) זיין גענוג קלאר מיט די אייגענע מצב, דער ארבעטער : איך בין נישט דער בעל הבית. און דער בעל הבית: איך קען נישט טון די ארבעט אליין, איך דארף א ... זאל עס טון פאר מיר.
3) זיין גענוג קלאר מיט די אייגענע שוואכקייטן, ס'זענען זאכן וואס איך בין נישט גוט אין. קודם לאמיך מכיר זיין דערין, און נאכדעם: אדער פרעג איך, אדער בין איך מודה אז איך קען נישט.
4) זיין גענוג קלאר מיט די אייגענע מעלות. קענען זאגן קלאר, רואיג און קאווינסירנד, וואס טו איך, וויאזוי טו איך עס, וויאזוי האבן די קאסטומערס הנאה פון מיין דינסט, וויפיל הייב איך די סעילס וכו'. נישט איבערגעטריבן, אבער דאך יא פאזיטיוו און געשמאק.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

מעסטן די וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אויב דו האסט מורא פון וואס דיין בעל הבית'ס רעאקציע גייט זיין, איז דא אן עצה וואס מ'רופט: מעסטן די וואסערן. ד"ה אז דו זאלסט פרובירן צו ווארפן עפעס א האלבע ווארט, בלויז כדי אויסצוטשעקן וואו דו האלטסט מיט אים, און דערנאך גלייך אראפקריכן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

ס'איז נישט צו שפעט צו מתקן זיין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עס איז שוין אפשר שפעט..., א שאד אז איך האב עס נישט געטון פריער, אבער צו שפעט איז קיינמאל נישט... (ווילאנג די ליכטעלע ברענט... אבער יא, אפשר וועט עס שוין מוזן זיין אין אן אנדערן ארבעטס-פלאץ...).

אויב פילסטו א קאלד-שאלדער, געפון תיכף אויס וואס ס'מיינט. צי איז ער פונקט יעצט געדרוקט?... הייסט עס, אז ער האט תיכף אויפגעכאפט (יא, באלעבאטים זענען געוואוינט צו דעם...) אז דו מיינסט נישט די הגדה, נאר דו מיינטס דא די קניידלאך... און, פשוט, אדער משום איזה סיבה שהוא האלט ער נישט דערביי, אדער, אז ער קען זיך עס נישט ערלויבן...

ווי איז אבער אויב ער איז נישט צופרידן פון דיין ארבעט, קאמוניקאציע, אויפפירונג, אדיטוט וכו'?

בעסער ווייס דערפון, און זיי עס מתקן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

א קורצע ליסטע פון נויטיגע געפילן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לאמיר דורכגיין א מינוט אלע יסודות'דיגע געפילן וואס א מענטש פארמאגט נאר (אדער דארף פארמאגן...) און זען וואס מ'קען אלץ טון דערמיט...

1) מלכות: אננעמען. אקצעפטירן. כאפן אז די וועלט איז נישט מיינס, און אז איך דארף מיך צושטעלן, אויב איך וויל - סיי וואס - באקומען.
2) יסוד: אינערליכע פעסטקייט. זיין גענוג מחובר צו מיר אליין און צו מיינע געפילן, בשעת איך קען פארנעמען די עקאו וואס איז נישט אייביג אזויווי איך וויל עס. אבער דאך בין איך אקטיוו און איך ארבעט פלייסיג.
3) הוד: א גליטש. א שמייכל. נישט אלעס דארף זיין א גאנצן צייט קראצעדיג, עס מעג זיין אביסל אויל.
4) נצח: לייטער, סטראטעגיע און באשיצונג. איך דארף נישט ארויפשפרינגען וואו איך באלאנג נישט, ענדערש זאל איך געבן צייט פאר זאכן, עס באקוקן פון דא און פון דארט. אנערקענען אינעם לייטער פון מענדזשמענט, און רעאגירן צו זאכן לויט די פאסיגע צייטן.
5) תפארת: מיין אויפפירונג דארף זיין בכבוד'יג. אפילו איך קען נאך יענעם נישט און איך ווייס נישט וואס יענער וויל, דאך דארף איך יענעם אויפנעמען שיין און געשמאק. אים געבן צו פילן ווי מ'דארף אים, און אים מאכן פילן אז ער האנדלט דא מיט מענטשן צום טיש (נדס).
6) גבורה: פינקטליך. עס איז טאקע נישט כדאי צו האלטן דעם פינקטליכקייט ביי די קאמוניקאציע, ווייל דארט מאכט עס קראצעדיג. אבער ביי אן ארבעט דארף עס יא זיין. און אויך, ווען מ'פארלאנגט עפעס, דארף יא זיין קלאר פינקטליך וואס מ'וויל.
7) חסד: פריינטליך און ליבליך. פארשטייט זיך אז ווען ס'הערשט א ליבליכקייט, איז מען אויטאמאטיש מער מקובל, און אויך זענען דא שאנסן פאר בעסער סעילס, אנערקענונג, קאמוניקציע און געהאלט.
8) דעת: מ'דארף האבן שכל. פינטל.
9) בינה: מ'דארף ניצן דעם של ראש. קודם דארף מען אויספיגערן די ארבעט וואס דארף געטון ווערן, און אויך אין יעדן מצב, וואס עס וועט העלפן און וואס נישט.
10) חכמה: טראצדעם וואס צופיל סענסיטיוויטעט קען שעדיגן, דאך דארף מען עס ניצן כדי אויפצוכאפן וואו צו פארבעסערן און וואו עס זענען דא זאכן וואס מ'קען ארויסהעלפן.

הערה: די ספירות-נעמען פאר די דאזיגע שורש'דיגע געפילן, זענען געשריבן לויט'ן ספר דערמאנט אין "דריי חלקי הנפש" אשכול.
ווי ערווענט דארט, זענען אויך דא אנדערע שיטות. אויסערדעם זענען דא אזעלכע וואס טענה'ן אז צו אידענטיפיצירן נאטירליכע געפילן לויט ספירות, הייסט מגשם געווען די ספירות.
איך בין נישט קיין מאן דאמר צו קענען נעמען א שטעלונג, טראץ וואס איך האב געזען גרויסע רעזולטאטן פון עס יא באטראכטן אזוי. דער צעטיילונג און אידענטיפיצירונג פון די געפילן בעצם, האט א מקור אין עדווענסד אניאגראם וואס איז - פונקט ווי אניאגראם גופא - נישט נתקבל ביי סייענטיסטן.

הצלחה רבה אין אייער עבודת הקודש צו ברענגען פרנסה פאר אייער געזינדל.
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

אייוועלט עדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און דאס איז א גרויסע יסוד אויך לגבי אייוועלט אדיקשאן, אז אויב מ'קען אידענטיפיצירן די שורש'דיגע געפילן וואס שאפן מיר הנאה אין אייוועלט, און שלעפן מיך צוריק, אז איך זאל דא ניצן מיינע געפילן ׁ(יא, טאלאנטן באשטייען פון א הרכב פון געפילן און סטראטעגיע), וויבאלד איך אין דער גרויסער וועלט האב איך נישט געטראפן דער וועג וויאזוי עס צו ניצן, קען מען בעז"ה צוביסלעך איבערקומען די עדיקשאן.

און נאך מער פון דעם... טרעפן א הערליכע וועלט אין וואס איך קען מיך פיין ניצן...
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”