וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אמור יאמר האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:27 pm
אידן !!!פאר ווער עס ווייסט עס איז כמעט נישט געבליבן פאר וועם אויפצוקלערן פאר ווער עס ווייסט אביסל וואס עס טוט זיך אויף די גאס אין ישיבה
100 פראצענט גערעכט
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:08 pm
ס'מיר גראדע זייער אינטערעסאנט פארוואס ער רעדט נישט קיין ווארט איבער עפפס פאר פליפ.
דא האבן זיי געוואלט מקצר זיין נישט אויצוקלערן
אוועטאר
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 27783
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20231219_062515.jpg
Screenshot_20231219_062515.jpg (143.73 KiB) געזען 2424 מאל
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

ישראל_הלוי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 6:26 am
.
וואו איז כתר דזשודעיקא?

(נאר אויב אינגלעך מעגן עס שוין ליינען)
סיסטעם איד
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:05 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיסטעם איד »

אלט מאנרא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:27 am
עכט היימיש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:24 am
קיינער פארפירט נישט אז דער ביכל איז א פראבלעם, אדער אז עס האט נישט געזאלט ארויסקומען, דער הויפט טענה דא איז אז היינטיגע צייטן האט אידישע ליין מאטריאל דערגרייכט ב"ה א גאר הויכע סטאנדארט, ווען יעדע מאגעזין, קינדער ביכל, וועלכע וויל באטראכט ווערן אלץ "היימיש" האט א אנערקענטע רב אדער מו"ץ וועלכע געבט זיין השגחה דערויף.

"שטיבל" און "שריפט" ווערט איבערגעקוקט וועכענטליך דורך משגיחים אינטער דער קר"י וועד הקריאה וואס שטייט אינטער הרה"ג רבי יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י וועלכע מאכט זיכער אז עס איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן, און זיי נעמען אחריות אויף יעדע שורה אינעם ביכל, "קינדער שטוב" שטייט אינטער די השגחה פון הרה"ג רבי דוד שלמה לאוב שליט"א מרבני סאטמאר מאנסי, און אזוי ווייטער אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס.

צוליב דעם איז מאדנע אז א אויסגאבע וואס רעדט איבער אזא האקעלע טעמע, און איז אנגעבליך איבערגעקוקט געווארן דורך צענדליגער רבנים, דיינים, מנהלים, מחנכים, וועלכע האבן שווער געארבעט עס זאל ערשיינען וכו' וגו', פארוואס איז נישט דא "קיינער" וואס זאל געבן זיין נאמען אז אני הקטן נעמט אחריות אויף יעדע ווארט אינעם ביכל וועלכע ווערט ארויסגעשיקט צו טויזענטער היימען איבער ניו יארק? יעדע ערליכע מאגעזין האט היינט א אנערקעטע רב אדער דיין וועלכע שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען, ער נעמט אן הערות, טענות, קריטיק, און געבט זיין השגחה, פארוואס זאל אזא האקעלע ענין נישט האבן דער חותם פון א דעת תורה, אדער כאטש א אנערקענטע מחנך.

עס איז זייער א נארמאלע פראגע וואס מעג געפרעגט ווערן: פארוואס זאל נישט 'הבדלה' נאכקומען דער סטאנדארט פון אלע אנדערע היימישע מאגעזינען?
גא"מ און בפרט אויף דעם ביכל

עס איז דא א גרויסע נפקא צווישן 'יענע וועלט' וואס איז ארויס געקומען דארוך הבדלה מסבר זיין די צורך פרנסה וואס ליגט אינטער whatsapp וואס האט גארנישט שאדן געמאכט פאר קיינעם, און די יעצטיגע ביכל וואס קומט מסבר זיין פאר 'אלע'בחרים די מצוב און ישבה מיט א תריץ אז די מצוב איז שרעקליך און אז עס איז א awareness אז יעדער זאל וויסן פון די פראבלעם

נאר פאר א משל אפשר זאל די קומעדיגע ביכל זיין א awareness פאר א וועד הצניעות קאמפיין און מסבר זיין פארן ציבור די אמתע פאקטן וואס עס טוט זיך אויפן גאס מיט א תריץ פון awareness
איך מיין אז יעדער פארשטייט אז אפילו זאכן זענען אמת ויצב און די מצוב איז ליידער זייער ביטער איז נישט אלעס כדי אפילו עס ברענגט א awareness פארן פראבלעם

און אויב מען פארשטייט אנדיש דארף דאס האבן רבנים וואס שטייען דערינטער און נעמען אחריות (און הרב קעפעטש שליט"א איז נישט קיין דעת תורה בכלל)
ביידע פון די זאכן מעג מען און מען ברויך רעדן ווייל אונזערע בחורים זענען גאר שטארק באהאווענט און די נושאים… אפילו דיין צדיק׳ל..
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

געהערט אז געוויסע ר"י וואס מען האט זיי געוויזן פאר דעם דעם אויסגאבע האבן געהאלטן אז פאר די ערשטע יארגאנג און ישיבה קטנה איז דאס ממש סם
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

וואס איז די ציל פון די אויסגאבע? (לשיטות האומרים אז סקלערט אויף אינגערע בחורים)
יעדע טאטע ווייסט אז א פשוטע סעל קען זיין א פראבלעים.

א טאטע קען נישט האבן אן עיני פקיחה אויף זיין בחור 24 א טאג.

נאר דאווענען צום באשעפער!!!!
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אווערנעס אזוי ווי כינוס כלל ישראל וכד' האבן אלץ געריקט זאכן פאראויס, עס איז גרינגער צו ריקן זאכן ווען דער עולם כאפט במה דברים אמורים.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

תגובה דורך מתמודד »

סמעטענע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:55 pm

כינוס כלל ישראל האט געברענגט א סעלושען, נעמליך פילטערס.

א גרוס פון יענע וועלט האט דע-לעגיטמיזירט א פאפולערע זאך וואס ווערט גענוצט ברבים.

וואו איז יאסעלע לעגיטימיזירט א שווערע פראבלעם, ווייסער מאכנדיג די רויטע ליניע ארום איר. אן ברענגען א געהעריגע לעזונג.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

תגובה דורך גראז »

מתמודד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:19 am

ס'איז זייער א גוטע זאך אז מ'רעדט און איז מעורר איבער גרויסע פראבלעמען וואס פלאגן די יוגנט, ס'איז א גוטע זאך אפילו מ'ברענגט נישט ממש א סעלושען.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

מתמודד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:19 am
סמעטענע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:55 pm
אווערנעס אזוי ווי כינוס כלל ישראל וכד' האבן אלץ געריקט זאכן פאראויס, עס איז גרינגער צו ריקן זאכן ווען דער עולם כאפט במה דברים אמורים.
כינוס כלל ישראל האט געברענגט א סעלושען, נעמליך פילטערס.

א גרוס פון יענע וועלט האט דע-לעגיטמיזירט א פאפולערע זאך וואס ווערט גענוצט ברבים.

וואו איז יאסעלע לעגיטימיזירט א שווערע פראבלעם, ווייסער מאכנדיג די רויטע ליניע ארום איר. אן ברענגען א געהעריגע לעזונג.
איז דען דא א סעלושן? איז דען שייך עפעס צו טון? נאר וואס די מנהל'ס דרשה אין די קונטרס, די בחורים דארפן וויסן אז עס איז זייער אחריות צו בלייבן נארמאלע מענטשן!
און אויב דאס טוט אויף? אוי ווי דאס טוט אויף! רעדט צו יעדער וואס האט שייכות מיט בחורים אין ישיבה גדולה'ס.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

קאנטרי מאוד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:27 am

פאר דעם געלט קען איך רעדן מיט מיר אליינס, איך האב גענוג שייכות מיט ישיבה גדולה בחורים, און נאכן עס איבערשמועסן מיט זיי בין איך נאכאלס ביי די מיינונג אז עס טוט נישט אויף.

דאס אז איינער טרעפט זיך אינעם קונטרס מיינט נישט אז עס טוט אויף.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

גראז האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:24 am
מתמודד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:19 am
סמעטענע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:55 pm
אווערנעס אזוי ווי כינוס כלל ישראל וכד' האבן אלץ געריקט זאכן פאראויס, עס איז גרינגער צו ריקן זאכן ווען דער עולם כאפט במה דברים אמורים.
כינוס כלל ישראל האט געברענגט א סעלושען, נעמליך פילטערס.

א גרוס פון יענע וועלט האט דע-לעגיטמיזירט א פאפולערע זאך וואס ווערט גענוצט ברבים.

וואו איז יאסעלע לעגיטימיזירט א שווערע פראבלעם, ווייסער מאכנדיג די רויטע ליניע ארום איר. אן ברענגען א געהעריגע לעזונג.
ס'איז זייער א גוטע זאך אז מ'רעדט און איז מעורר איבער גרויסע פראבלעמען וואס פלאגן די יוגנט, ס'איז א גוטע זאך אפילו מ'ברענגט נישט ממש א סעלושען.
האסט געזאגט א מיינונג אינעם טאן פון א פאקט, סאיז נישט אזוי. דיינע ווערטער דארפן ווערן אונטערגעשטיצט מיט כאטשיג עפעס בכדי סזאל איינעם קאנווינסן.

אווערנעס ארבעט מייסטנס ביי א פובליק זאך, ווי דער דעת הקהל איז נוגע. און אויף וויפיל דער דעת הקהל איז נוגע אין די נושא פון מאוויס האט דער קונטרס גארנישט געטוישט, זינט דער דעת הקהל איז קיינמאל געווען אז מאוויס איז קיין פראבלעם.

עובר ושב
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

אויב די ווילסט נישט גיב נישט די קונטרס פאר דיין בחור, אין זאג אים אן נישט צי ליינען.
די האסט מורא ער וועט עס באקימן פין ערגעטץ אנדערש? די קענסט עם נישט קאנטראלען?
דעמעלטס איז די קונטרס טאקע פאר אים.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

מתמודד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:33 am
גראז האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:24 am
מתמודד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:19 am
סמעטענע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:55 pm
אווערנעס אזוי ווי כינוס כלל ישראל וכד' האבן אלץ געריקט זאכן פאראויס, עס איז גרינגער צו ריקן זאכן ווען דער עולם כאפט במה דברים אמורים.
כינוס כלל ישראל האט געברענגט א סעלושען, נעמליך פילטערס.

א גרוס פון יענע וועלט האט דע-לעגיטמיזירט א פאפולערע זאך וואס ווערט גענוצט ברבים.

וואו איז יאסעלע לעגיטימיזירט א שווערע פראבלעם, ווייסער מאכנדיג די רויטע ליניע ארום איר. אן ברענגען א געהעריגע לעזונג.
ס'איז זייער א גוטע זאך אז מ'רעדט און איז מעורר איבער גרויסע פראבלעמען וואס פלאגן די יוגנט, ס'איז א גוטע זאך אפילו מ'ברענגט נישט ממש א סעלושען.
האסט געזאגט א מיינונג אינעם טאן פון א פאקט, סאיז נישט אזוי. דיינע ווערטער דארפן ווערן אונטערגעשטיצט מיט כאטשיג עפעס בכדי סזאל איינעם קאנווינסן.

אווערנעס ארבעט מייסטנס ביי א פובליק זאך, ווי דער דעת הקהל איז נוגע. און אויף וויפיל דער דעת הקהל איז נוגע אין די נושא פון מאוויס האט דער קונטרס גארנישט געטוישט, זינט דער דעת הקהל איז קיינמאל געווען אז מאוויס איז קיין פראבלעם.
יעדע איינציגע פירצה קעגן וואס מ'האט נאר אמאל געהאקט האט עקספאוזד די פראבלעם צו אזעלעכע וואס זענען מיט דעם נישט באקאנט געווען, אזוי גייט עס, ס'איז א נייע דערהער אז מ'זאל נישט רעדן פון א פראבלעם ברבים און עס דערשטיקן ווייל אנדערע גייען ווערן עקספאוזד דערצו, אמאל האט מען נישט געטראכט דעי אלע זאכן.

בכלל, ווארטן ביז די זאך קומט אריין אזוי ווי סדארף (נישט) צו זיין איז איבוד א"ע לדעת, ווייל ביי יענע פוינט גייט שוין נישט נישט זיין צו וועם צו רעדן, ווילאנג ס'איז נאכנישט אזוי איינגעגעסן קען מען נאך אפשר צו איינעם רעדן.

זה הכלל: אויב די יצר הרע רעדט הויעך דארפן מיר רעדן נאך העכער, נישט פארקערט.
יצר טוב
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

מתמודד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:19 am
סמעטענע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:55 pm
אווערנעס אזוי ווי כינוס כלל ישראל וכד' האבן אלץ געריקט זאכן פאראויס, עס איז גרינגער צו ריקן זאכן ווען דער עולם כאפט במה דברים אמורים.
כינוס כלל ישראל האט געברענגט א סעלושען, נעמליך פילטערס.

א גרוס פון יענע וועלט האט דע-לעגיטמיזירט א פאפולערע זאך וואס ווערט גענוצט ברבים.

וואו איז יאסעלע לעגיטימיזירט א שווערע פראבלעם, ווייסער מאכנדיג די רויטע ליניע ארום איר. אן ברענגען א געהעריגע לעזונג.
פאר די בחור וואס ליינט עס האט עס א סעלושען
סעלושען פאר די בחור וואס איז נאך א יוסף, זיך זיך נישט צו געפעלען פאר חיים ווייל חיים סטראגעלט, קוק נישט קיין רעבישע מצוה טאנץ ווייל דו קענסט נישט וויסען ווי עס גייט דיך ברענגען.

סעלושען פאר יאסעלע אויב סטראגעלסטו זייט וויסען אז עס איז דא העלפ, טרעף א גוטע איד און שמועס זיך דורך מיט אים.

יעצט פאר די מחנכים און פעטער׳ס פון יאסעלע זעסט יאסעלע, זיי אזוי ווי יאסעלע פעטער אפער אים העלפ.

———————————
איך האב נישט געוואלט מגיב זיין פאר איך ליין דורך די גאנצע קונטרס, געוויסע האבן געשריבן אז עס קען אויפקלערן אנדערע בחורים, ממש אזוי עס גייט אויפקלערן איינעם אז וואס, חשובע אפגעהיטנע בחור ווילסטו סטראגלען דא איז די רעסעפי, איך זע נישט וועלכע חלק און די מעשה קען איינעם מאכן וועלן אויסזען ווי יאסעלע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

גראז האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:46 am

מיר דארפן רעדן העכער פונעם יצר הרע, אבער מיר דארפן אויך רעדן אנדערשט פון אים.

סאטמאר רב האט געזאגטז אז ווען מען אדרעסירט קדושה פראבלעמען זאל מען נאר זאגן דעם לשון השולחן ערוך, און ווער עס דארף הערן וועט פארשטיין, און ווער נישט וועט נישט פארשטיין.

אזאנע זאכן זענען זייער דקות'דיג, און כווייס נישט צו דער קונטרס נעמט עס ארום מיט די נויטיגע סעניטיוויטעט מילד גערעדט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

יצר טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:53 am
מתמודד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:19 am
סמעטענע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:55 pm
אווערנעס אזוי ווי כינוס כלל ישראל וכד' האבן אלץ געריקט זאכן פאראויס, עס איז גרינגער צו ריקן זאכן ווען דער עולם כאפט במה דברים אמורים.
כינוס כלל ישראל האט געברענגט א סעלושען, נעמליך פילטערס.

א גרוס פון יענע וועלט האט דע-לעגיטמיזירט א פאפולערע זאך וואס ווערט גענוצט ברבים.

וואו איז יאסעלע לעגיטימיזירט א שווערע פראבלעם, ווייסער מאכנדיג די רויטע ליניע ארום איר. אן ברענגען א געהעריגע לעזונג.
פאר די בחור וואס ליינט עס האט עס א סעלושען
סעלושען פאר די בחור וואס איז נאך א יוסף, זיך זיך נישט צו געפעלען פאר חיים ווייל חיים סטראגעלט, קוק נישט קיין רעבישע מצוה טאנץ ווייל דו קענסט נישט וויסען ווי עס גייט דיך ברענגען.

סעלושען פאר יאסעלע אויב סטראגעלסטו זייט וויסען אז עס איז דא העלפ, טרעף א גוטע איד און שמועס זיך דורך מיט אים.

יעצט פאר די מחנכים און פעטער׳ס פון יאסעלע זעסט יאסעלע, זיי אזוי ווי יאסעלע פעטער אפער אים העלפ.

———————————
איך האב נישט געוואלט מגיב זיין פאר איך ליין דורך די גאנצע קונטרס, געוויסע האבן געשריבן אז עס קען אויפקלערן אנדערע בחורים, ממש אזוי עס גייט אויפקלערן איינעם אז וואס, חשובע אפגעהיטנע בחור ווילסטו סטראגלען דא איז די רעסעפי, איך זע נישט וועלכע חלק און די מעשה קען איינעם מאכן וועלן אויסזען ווי יאסעלע.
דאס איז א תועלת, נישט קיין סעלושען. טאקע ווייל צו דעם פראבלעם איז נישטא קיין עכטע סעלושען חוץ חיזוק.

די פראגע איז נאר וואס מהאט פון מאכן אווערנעס אויב מפעדימט נישט איין א סעלושען, אין אזא פאל דארףף מען ווייטער אנגיין מיט חיזוק ביתר שאת וביתר עוז, אויף א וועג אז ווער סדארף הערן זאל הערן און ווער נישט זאל נישט. די גאנצע נושא פון אווערנעס איז נאר נוגע ביי א מהפכה, דא איז קיין מהפכה נישט פארהאן. דער קונטרס קען אין זיין וועזן נישט טוישן די מאםפע אזויווי הבדלה'ס ערשטער געוואלדיגער קונטרס האט געטוהן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5096
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

צק
אין מיין מיינונג איז עס די סאמע בעסטע שריט גענומען זייט די אינטערנעט מערכה האט זיך אנגעהויבן
די תועלת פון דעם קונטרס קען זיין אסאך מער ווי אלע איסורים חרמות און באשייגעצן
געוואלדיג גוט מענאווערט צווישן די טראפן

חזקו ואמצו
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

די בעסטע וועג איז אזויווי @קאנטרי מאוד האט געשריבן, בחורים דארפן זיך אויסלערנען צו האבן אליינס אחריות אויף זיך, און דאס גייט געשען רבותי נאר דורך 2 זאכן:
1 - זיי 'אויסלערנען וויאזוי' צו נעמען אחריות אויף זיך און צו זיין מעטשויר, דורכן לערנען מיט זיי סאושל סקילס שוין אין חדר, אין די נפשי אויסגאבע איז געווען א אינטערוויא מיט א גרויסן טערא]פיסט האט ער שטארק געהאמערט דעי נקודה.
2 - זיי 'לאזן' אליינס נעמען די אחריות אויף זיך, רעדן צו זיי ווי ערוואקסענע און ווי נארמאלע מענטשן, נישט שרייען דרשות, ס'פאסט נישט, נו,נא, רעדן צו זיי און מסביר זיין ווי נארמאלע מענטשן.
די ניק איז מער נישט אקטיוו
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

מתמודד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:19 am
סמעטענע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:55 pm
אווערנעס אזוי ווי כינוס כלל ישראל וכד' האבן אלץ געריקט זאכן פאראויס, עס איז גרינגער צו ריקן זאכן ווען דער עולם כאפט במה דברים אמורים.
כינוס כלל ישראל האט געברענגט א סעלושען, נעמליך פילטערס.

א גרוס פון יענע וועלט האט דע-לעגיטמיזירט א פאפולערע זאך וואס ווערט גענוצט ברבים.

וואו איז יאסעלע לעגיטימיזירט א שווערע פראבלעם, ווייסער מאכנדיג די רויטע ליניע ארום איר. אן ברענגען א געהעריגע לעזונג.
יאסעלע ברענגט אווערנעס פארן בחור וואס האלט פארן אריינטרעטן אין נעץ צו וויסן ווי ער טרעט אריין
די מחנכים וואס באהאנדלען די בחורי חמד באקומען אסאך עקסעס יעצט צו בחורים וואס האלטן נאך פארן אריינפאלען, און ל"ע צו די וואס האלטן אינמיטן זיך אויסגליטשען.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך האב עס דורכגעליינט פון דעקל צו דעקל אין איין אטעם ווי מ'זאגט. איך בין נאך יעצט אונטערן איינדרוק. דאס איז געשריבן כאילו איינער פארציילט וואס ער איז דורך אלץ בחור. או הו איז דאס גוט אראפגעלייגט. מיט אלע "טעמים" (נעבעך, יענע ווייטאג). וויאזוי ער איז אריינגעפאלן מער און מער, די מחשבות און געפילן וואס עס שפילן זיך אפ אין אים בשעת ער פאלט, מורא'דיג. וויאזוי דער יצר שלעפט אים אריין טיפער און טיפער, די תירוצים זיינע אז ס'איז נישט געפערליך, נאר דאס, און נאר דאס מאל. ממש ס'איז מורא'דיג. וויאזוי דער יצר שלעפט איינעם.

איך האב שוין געזען אסאך באשריייבונגען וויאזוי מ'פאלט אריין מער און מער, אבער מיר ליגט נישט אין קאפ מיט אזוי דיטאלן ווי דאס. דאס האט דיטאלן אזוי פונקטליך אויסגע'משל'ט יעדע שטאפל. געוואוסט וואס צו שרייבן, און וואס אויסצולאזן.

ס'איז מורא'דיג.

לפי דעתי איז וואס זיי שרייבן אמת. ס'איז אזוי. ס'איז אמת אז אלעס הייבט זיך אן מיט א קלייניגקייט אויף וואס מ'איז זיך נישט מתגבר, ווייל מ'כאפט זיך נישט אז דארט הייבט זיך אלעס אן. איך האב געזען פון בעל 'שיח חיים' זצ"ל וואס ער שרייבט אז די סיבה פארוואס מ'טרעפט זיך אין אזא טיפע גרוב איז, ווייל ווען די יצר איז נאך געווען קליין, האט מען געמיינט אז ס'איז נישט געפערליך.

לאמיר זיך פארשטעלן אז ווען ס'פאלט אים ביי דאס ערשטע מאל צו וועלן זען א קליפ און ער זאגט ניין! "גיי דיר אוועק פון מיר, איך האלט נישט דערביי!" וואלט ער זיך נישט געדארפט אזוי רייסן אנצוקומען צו די ניינציג טעג, אדער זיך רייסן צו מאכן יעדע טאג פאר א עקסטערע טאג וואס מ'גייט זיך האלטן ריין. די מעסעדש זייערע איז אמת. ווען דו קענסטעך נאך איינהאלטן נישט צו קוקן א קליפ, האלט דיך איין, און סטאפ! הייב נישט אן, ווייל נאכדעם איז זייער זייער שווער ארויסצוקריכן. ממש אוממעגליך. חוץ אפשר גרויסע כוחות.

ווי שווער איז דען זיך איינצוהאלטן נישט צו קוקן די ערשטע קליפ? ווי שווער? נישט צי שווער. און פלאס מ'בלייבט ערליך, הייליג, אפגעהיטן.

ס'איז די ערשטע קליפ וואס מ'וואטשט. יעדע נסיון געווענליך הייבט זיך אן מיט גאר א קליינע זאך וואס מ'טוט, אויף וואס מ'קען זיך גרינג מתגבר זיין. ס'איז די ערשטע נארישע שלעכטע מחשבה וואס קומט אריין אין קאפ, וואס מ'נעמט נישט אין אכט אז טאקע אויף דעם זיי דיך מתגבר. ס'איז די ערשטע נאכלאז פון זיך היטן די אויגן אויף עפעס א אומשולדיגע נישט ממש די בעסטע ראי'. אויף וואס מ'כאפט נישט אז טאקע דאס זאלסטו נישט קוקן.

ווען ס'איז נאך גרינג, דארף מען זיך פארלייגן. ווען ס'קוקט נישט אויס ווי דאס איז די נסיון פון וואס מ'רעדט אזוי, דארט דארף מען זיך פארלייגן. דארט וואו מ'פילט נישט, אז ס'מאכט עפעס אויס אז מ'איז זיך מתגבר, דארט דארף מען זיך שטארקן. ווייל ס'מאכט יא אויס. ס'מאכט יא אויס אז ער האט נאר געקוקט 'כינוס כלל ישראל', און ס'מאכט יא אויס די ערשטע נארישע פשוט'ע אומשולדיגע קליפס. ס'מאכט יא אויס. מ'דארף זיך דערווייטערן.

ס'מאכט יא אויס די פשוט'ע טעלעפון, מיט די פשוט'ע טעקסט. מ'דארף זיך דערווייטערן ווי מער, ווי מער. ווי ווייטער. אזוי קוקט מיר אויס.

והשם הטוב עוזר ויעזור
טעם לפגם
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:21 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם לפגם »

אלט מאנרא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:27 am
עכט היימיש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:24 am
קיינער פארפירט נישט אז דער ביכל איז א פראבלעם, אדער אז עס האט נישט געזאלט ארויסקומען, דער הויפט טענה דא איז אז היינטיגע צייטן האט אידישע ליין מאטריאל דערגרייכט ב"ה א גאר הויכע סטאנדארט, ווען יעדע מאגעזין, קינדער ביכל, וועלכע וויל באטראכט ווערן אלץ "היימיש" האט א אנערקענטע רב אדער מו"ץ וועלכע געבט זיין השגחה דערויף.

"שטיבל" און "שריפט" ווערט איבערגעקוקט וועכענטליך דורך משגיחים אינטער דער קר"י וועד הקריאה וואס שטייט אינטער הרה"ג רבי יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י וועלכע מאכט זיכער אז עס איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן, און זיי נעמען אחריות אויף יעדע שורה אינעם ביכל, "קינדער שטוב" שטייט אינטער די השגחה פון הרה"ג רבי דוד שלמה לאוב שליט"א מרבני סאטמאר מאנסי, און אזוי ווייטער אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס.

צוליב דעם איז מאדנע אז א אויסגאבע וואס רעדט איבער אזא האקעלע טעמע, און איז אנגעבליך איבערגעקוקט געווארן דורך צענדליגער רבנים, דיינים, מנהלים, מחנכים, וועלכע האבן שווער געארבעט עס זאל ערשיינען וכו' וגו', פארוואס איז נישט דא "קיינער" וואס זאל געבן זיין נאמען אז אני הקטן נעמט אחריות אויף יעדע ווארט אינעם ביכל וועלכע ווערט ארויסגעשיקט צו טויזענטער היימען איבער ניו יארק? יעדע ערליכע מאגעזין האט היינט א אנערקעטע רב אדער דיין וועלכע שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען, ער נעמט אן הערות, טענות, קריטיק, און געבט זיין השגחה, פארוואס זאל אזא האקעלע ענין נישט האבן דער חותם פון א דעת תורה, אדער כאטש א אנערקענטע מחנך.

עס איז זייער א נארמאלע פראגע וואס מעג געפרעגט ווערן: פארוואס זאל נישט 'הבדלה' נאכקומען דער סטאנדארט פון אלע אנדערע היימישע מאגעזינען?
גא"מ און בפרט אויף דעם ביכל

עס איז דא א גרויסע נפקא צווישן 'יענע וועלט' וואס איז ארויס געקומען דארוך הבדלה מסבר זיין די צורך פרנסה וואס ליגט אינטער whatsapp וואס האט גארנישט שאדן געמאכט פאר קיינעם, און די יעצטיגע ביכל וואס קומט מסבר זיין פאר 'אלע'בחרים די מצוב און ישבה מיט א תריץ אז די מצוב איז שרעקליך און אז עס איז א awareness אז יעדער זאל וויסן פון די פראבלעם

נאר פאר א משל אפשר זאל די קומעדיגע ביכל זיין א awareness פאר א וועד הצניעות קאמפיין און מסבר זיין פארן ציבור די אמתע פאקטן וואס עס טוט זיך אויפן גאס מיט א תריץ פון awareness
איך מיין אז יעדער פארשטייט אז אפילו זאכן זענען אמת ויצב און די מצוב איז ליידער זייער ביטער איז נישט אלעס כדי אפילו עס ברענגט א awareness פארן פראבלעם

און אויב מען פארשטייט אנדיש דארף דאס האבן רבנים וואס שטייען דערינטער און נעמען אחריות (און הרב קעפעטש שליט"א איז נישט קיין דעת תורה בכלל)
גא"מ און בפרט אויף אזא מערכה, דהיינו בתחלת המערכה נישט צו לאנג צוריק האבן די בראשורען פארפלייצט די גאסן אז די דעת תורה ווייסט נישט וואס עס קומט פאר ביים היימישען עולם, מען ווייסט נישט וואס גייט פאר ביי די בחורים, די רבנים זענען נישט בהאווענט אין די נושאים וכו' וכו' (עס איז נישט יעצט נוגע די אמת'ע מציאות איבערדעם), אבער די אמת'ע דעת תורה ווען זיי וואלטן ווען געוויסט דעם אמת וואלט ווען געוועזן כך וכך וכו', איז על כל פנים די טוער און מאכער למען כבוד שמו יתברך וואלטן דאך זיכער געדארפט ארויס קומען מיט אן אפיציעלן רב וואס שטייט דערינטער מיט אן השגחה תמידית אויף די מעשים, (בעצם איז די נושא אויך נוגע כלפי השומרים קארטלעך וכדומה)
וועלן מיר פראבירען צו אריין געבן א פרישען טעם לפגםאין אלעמען,
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נשמה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:29 pm
ריכטיג אין א געוויסן זין, אבער די פראצענט וואס קוקן כשר'ע זאכן (נישט מאוויס, מוזיק קליפס וכדו'.) זענען היבש גרויס. רעלאטיוו א קליינע פראצענט קומען פאקטיש אן צו גויאישע/נידריגע מאוויס. איך וואלט געשאצט אז צווישן 70 און 80 פראצענט קוקן אידישע קליפס, קעגן בלויז (?!) צווישן 15 און 20 פראצענט וואס קוקן פון נידריג ביז דאס ארגסטע.

איז ווייסעך נישט צו ס'איז ממש שייך צו זאגן אז פאר די ערשטע קליפ זאל מען טראכטן אז עס פירט ביז אין שאול תחתית ר"ל, ווייל ס'איז א רעלאטיוו קליינע פראצענט וואס קומען פאקטיש אן אהין ר"ל. (די פראבלעם איז אז עס ווערט מער, און מער לעגיטימיזירט, ועל זה אנו דווים.)
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
Potus
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

]
ברוך ברייער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 5:42 pm
עס איז דא א pdf ?
זיי ווילן עס נישט ארומשיקן דאס באקומען פון זיי ביי אימעיל
◄ ווייז ספוילער
לכבוד ידידינו היקר שיחי',

א יישר כח פארן ארויסווייזן אינטערעסע צו באקומען דעם 'וואו איז יאסעלע'.

דער בראשור איז ספעציעל ארויסגעגעבן געווארן פארן ציהל צו ווערן עכט דעליווערד צו אלע היימישע אידישע שטיבער איבער די שטעט אין ניו יארק, ניו זשערסי, און קאנאדא. אז מען זאל דאס קענען ליינען און פארשטיין.

מיר ווילן דירעקט אז דאס זאל נישט ווערן ארומגעשיקט אין די ווירטואלע וועלט, ווייל דאס נעמט אוועק גאר אסאך פון די וויכטיגע קאנצענטראציע און פאקוס וואס פעלט זיך אויס צו קענען ריכטיג אויפכאפן די נושאים.

און פונקט ווי יעדע אנדערע אויסגאבע ווי מעלות, פאמיליע, אדער די וואך אד"ג וועט נישט ארויסשיקן די אויסגאבע אויף אימעיל, וועלן מיר דאס אויך נישט קענען ארויסשיקן.

מיר פארשטייען אז עס איז זיכער דא אסאך יוצאים מן הכלל, וועלכע האבן נישט די מעגליכקייט דאס צו ליינען, און די איינציגסטע פלאץ וועט זיין נאר דורך אימעיל. אבער צוליב די גרינגקייט צו שיקן פאר טויזנטער מענטשן אין איין רגע האבן מיר נישט די מעגליכקייט דאס ארויסצושיקן אפי' פאר א יחיד.

אויב האט איר דאס נאכנישט באקומען אויף די פאסט בעטן מיר אנטשולדיגונג, און מיר האפן אז במשך די קומענדיגע וואך זאל שוין אלע 70,000 געפרינטע בראשורן האבן עררייכט צו אלע היימישע געגנטער

מען האט געמאכט פלעצער און די היימישע געגענטער ווי מען קען עס אויפפיקן (וומ''ס - כתר- בית הספר ב''פ- קודש ק''י- דורן מאנסי מרכז ספרים סטאר)

ואתכם הסליחה.
וועד הבדלה
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”