וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5140
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

חריין האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:47 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm
חריין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:26 pm
ביטע ליינט איבער מיינע ווערטער.

מכותלי דבריו איז היבש ניכר אז ער האט נישט געמאכט קיין פארש ארבייט, נאר ליבערשט אויסגעוועלט אריינצושטעקן קאפ אין זאמד ווי די בת היענה, און פירקלען "אין כלום כי לא היה כלום".

צוליב דעם, און בלויז צוליב דעם, זענען מיר געוועהן שטארק אנטוישט מיט אים הפעם. ועמכם הסליחה!
ביטע ליינט איבער זיינע ווערטער!

אני יודע בבירור אז ער האט געמאכט אינסטענטיווע ריסערטש פארן שרייבן דעם טעלערל.

מכותלי דבריך איז ניכר אז האסט געליינט דעם טעלערל שבת אינדערפרי נאכן קידוש מאכן… וואס ער האט געשריבן און איבער וואס דו רייסט אים אראפ זענען צוויי טאטאלי אנדערע זאכן.

באמת האבעך דער געוואלט ענטפערן אויף דיין לענגערע תגובה, ס׳איז מיר אבער קלאר אז האסט נישט פארשטאנען וואס די איד שרייבט דארט, ביטע ליינט עס איבער אין א רואיגע מינוט און קום צוריק.
ריכטיג.

מיין תגובה האט זיך באצויגן צו נישט מער ווי א הערה בראשית דבריו. זיינע דיבורים נאכדעם זענען לויטער און טייער, גענוי ווי זיין שטענדיגע שרייב ווערק.

אויף די פארש ארבייט רעזולטאטן, וועלכע ער האט - לדבריך - דורכגעפירט, זענען לקוי בחסר.
אקעי סאו לעטס געט דיס סטרעיט.

האסט געעפנט א ניק, און אין דיין דריטע תגובה רייסטו אראפ א באקאנטע שרייבער על דיוטא תחתונה (קום די אונטערוועש האסטע אים איבערגעלאזט…) אלעס ווייל זיין אריינפיר צו ארטיקל איז דיר נישט געפאלן. אהא, נייס..

אגב, איך זעה נישט וועלכע ווערטער האבן דיר אזוי אויפגערעגט. ער האט נישט געשריבן אז די דעטאלן זענען פאלטש, ער זאגט נאר אז פון די ביכל איז משמע ווי כאילו רוב בחורים זענען פארכאפט דערין, און לויט זיין פארש ארבעט - וואס איך ווייס אז ס׳איז אריינגעגאנגען אסאך ארבעט דערין - איז די פראבלעם (נאכ)נישט אזוי פארשפרייט.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

חריין האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:44 pm
"די פאקטן זענען נאך בהחלט תלוי במחלוקת". (מסתמא האט איר געמיינט "שנוי").

לידיעתך, די דעבאטע איז נישט דאס געווען בכלל. מאך א שנעלע חזרה... (אויב ס'שייך)
חריין האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 7:14 pm
דווקא ביי מיר, האבן מנחם גאלד'ס שורה'לעך אויפגעברענגט צארן.

אנהויב שיסט ער א פייל, אכן נודע הדבר, און די פאקטן וועלכע ווערן געשילדערט אינעם ארטיקל זענען "נישט ריכטיג", און "ווייט פון א פארשפרייטע פראבלעם".

מנחם גאלד איז מקיים דעם "את והב בסופה", און עכ"ז ערלויבט ער עטליכע מאגערע קאמפלימענטן פאר'ן ביכל, עיי"ש באורך.

כבודו במקומו מונח. איך קען נישט דעם שרייבער, און זיכער נישט זיינע קענטיסטן און מקצועיות אינעם פארצווייגטן פעלד.

אבער כבר מלתי אמורה, אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב, אין פולסטן שיין פון ווארט. ווי אויבן געשריבן: "הלוואי וואלסטו געוועהן גערעכט".

עס איז היבש צייט ארפצונעמען די שלייער פון די פראבלעמען און זיך אנהויבן צו ספראווען מיט זיי, און טאקע ראש בראש. ואכהמ"ל.

אבער פון וואנעט שטאמט די פרעכע חוצפה פון א שרייבערל צו לייקענען שמש בצהריים, ווי כאילו ס'וואלט עפעס קוים קוים עקזעסטירט א פראבלעם ממין זה.

דער מנחם גאלד איז נאך מוסיף והולך, אז די נקודה פון יעדער בחור'ל קען זיך טרעפן דארט, און זיך אידענטיפיצירן מיט א געוויסע הרגש א.א.וו.

צו דעם צייכנט ער אהן א מקור נאמן "איינער פון די עסקנים וועלכע איז געווען פארמישט אין ארויסגעבן די בראשור". ריכטיג. כנים הדברים.

אבער לדידי קשיא, פארוואס האט דער מנחם גאלד נישט גענומען דער מיה, און אנגעפרעגט אט די עסקנים איבער די פאקטן איבער די תופעה ארורה.

אלס געניטער זשורנאליסט וואלט ער געמעגט מאכן אביסל פארש ארבייט, און אפשר גאר א היקפ'דיגן, תחת קול ענות חלושה.

סוף דבר, לענ"ד זענען די שורה'לעך א שאנדע, א שארפן אפנויג פון די מציאות און א טאטאלע אמעראצעס אינעם סוגיא.

דער נעשכיזער איז געוועהן א [גאר] גוטער איד.

איר זעהט דא נאך א טענה חוץ אז די פאקטן זענען ווי איר זאגט, און נישט ווי זיינס?
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אה''ו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:11 pm
ווי קען מען שאפן דעי קונטרס?
זיי לאזן עס שוין ארויסגעבן פארן פובליק אויף פי די עף?
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

סמעטענע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:21 pm
אה''ו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:11 pm
ווי קען מען שאפן דעי קונטרס?
זיי לאזן עס שוין ארויסגעבן פארן פובליק אויף פי די עף?
ניין ניין זיי האבן עס נאר געשיקט פאר יחידי סגולה אויף די פאסט, ס'בפירוש נישט פאר פובליק נאר פאר די טויזנטער וואס האבן עס באקומען אויפן מעיל אדער אין ביהמ''ד
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
אוועטאר
Presidential Estates
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

עני אפדעיטס בענין PDF?

איך וויל עס זייער וויכטיג!

אישי איז אויך פיין
👇👇👇👇👇👇👇
א גרויסע 6 בעדרום ’פול פורנישד’ הויז צו פארדינגען פאר שבת אדער שבועות. זומער (שוין גענומען)
פאר מער אינפארמאציע קום אין אימעיל.
צו פארמיידן חשש גילו...

[email protected]
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3294
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

ליטווישער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:46 pm
סמעטענע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:21 pm
אה''ו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:11 pm
ווי קען מען שאפן דעי קונטרס?
זיי לאזן עס שוין ארויסגעבן פארן פובליק אויף פי די עף?
ניין ניין זיי האבן עס נאר געשיקט פאר יחידי סגולה אויף די פאסט, ס'בפירוש נישט פאר פובליק נאר פאר די טויזנטער וואס האבן עס באקומען אויפן מעיל אדער אין ביהמ''ד
Presidential Estates האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:00 pm
עני אפדעיטס בענין PDF?

איך וויל עס זייער וויכטיג!

אישי איז אויך פיין
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10049
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אינטערוויו מיט ר שלמה יואל דער מוציא לאור.
Screenshot_20240118_143227_OneDrive.jpg
Screenshot_20240118_143227_OneDrive.jpg (374.17 KiB) געזען 2136 מאל
Screenshot_20240118_143243_OneDrive.jpg
Screenshot_20240118_143243_OneDrive.jpg (210.1 KiB) געזען 2136 מאל
Screenshot_20240118_143258_OneDrive.jpg
Screenshot_20240118_143258_OneDrive.jpg (220.97 KiB) געזען 2136 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10049
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

Screenshot_20240118_143311_OneDrive.jpg
Screenshot_20240118_143311_OneDrive.jpg (240.35 KiB) געזען 2135 מאל
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

כ'האב נישט געליינט ביז דא, אבער מיין גאר נאנטע חבר איז א חתן רבי און הערט אסאך "תשובה מחשבות" פון די בחורים, ס'איז ליידער ליידער 100% אמת מיט א שמוץ אריבער, די הארץ רייסט
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

מתמודד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:56 am
אלס איינער וואס קען ביידע זייטן פונעם בחור'ישען ספעקטרום, לאזט מיר צוווארפן מיינע צוויי צענט.

סאיז הייליג וואר אז עס זענען דא אסאך אזאנע יאסעלעך, און מען דארף זיי אדרעסירן.

אבער צו דער זעלבער צייט איז הייליג וואר אז עס זענען אסאך יוסף'ס, וואס האבן קיין וויסטן מושג פון די אלע מושגים, און פאר זיי איז אזא ליפלעט נישט ווייניגער ווי גיפט.

איך געדענק די ערשטע מאל ווען איך בין געווען א בחור און איך האב געהערט פון א חבר אז ער האט געזעהן א נישט אידישע פילם, איך בין געווען געפרוירן פאר צוויי טעג, סאיז געווען אינדרויסן פון מיין טערמין-בוך, און אזוי האט עס געזאלט צו בלייבן.

איך בין געווען מער א סאציאלער פיגור, דערפאר האב איך געהאט אפענע שמועסן מיט בחורים פון אלע סארטן, דערפאר האב איך טאקע געקענט אזאנע זאכן פון די נאנט. אבער א בחור אינעם סטאנדארט ווי איך בין דאן געווען וואס איז נישט געווען אזוי איבערגעטריבן סאציאל אנגעקניפט איז אין זיין לעבן נישט עקספאוזט געווארן צו אזאנע זאכן, און איך רעד דא פון א מינימום פון זעכציג צו זיבעציג פראצענט ישיבה בחורים.

סאיז זייער גרינג צו ארבעטן אויף די זיידעס און זיי דרייען א קאפ ווי כאילו רוב ישיבה בחורים זענען אינפעסטירט מיט מאוויס וכדומה, אבער פאר אזא איינער ווי איך, וואס האט פארלאזט די ישיבה ווענט אונטער פיר יאר צוריק, און איך האב נאך יעצט פריינט אין ישיבה, קען מען נישט פארשטעלן אן אלטערנאטיוון רעאליטעט. די ישיבה בחורים זענען פיל ריינער ווי פארשידענע פאראנטווארטליכע ווילן עס אראפמאלן, און דערפאר דארף מען צוגיין צו אזא טעמע מיטן פולסטן מאס סענסיטיווקייט, נישט צו מאכן קיין חורבנות.

ביודעי ובמכירי, קיין איין אויסגאבע וואס גייט אדורך די מינדעסטע רבני'שע פיקוח וואלט נישט געקענט אריינלייגן ארטיקלען פון דעם גאטונג וואס הבדלה שיקט אריין אין מיין פאסטקעסטל, מיטן גוטן ווילן פון אלארמירן די וועלט מאכט מען פארט קריטישע גרייזן, און עס איז א גרויסע פראבלעם.

מען דארף שטענדיג האלטן פאר די אויגן, צו איז רעדן פון זאכן אזוי אפן עפעס וואס ברענגט בכלל א תועלת? צו מאכט עס טאקע אזא גרויסן דיפרענץ אז עס זאל זיך האבן געלוינט? לאגיק זאגט אז נישט, מיטן מעורר זיין פשוט, און נישט רעדן אזוי גראב איז מען פונקט אזוי מעורר א גרויסן ציבור, און דער דיפרענץ צווישן דער וואס ווערט נישט נתעורר דייקא ווען עס קומט אויף א גאלדענעם טאץ וואס ער קוקט ווארשיינליך מילא נישט אן איז צו ווינציג אז עס זאל ערלויבן צו עפענען טונקעלע פירהענג פאר רוב כלל ישראל. מען דארף נישט אויסוואשן יעדע נושא אין פובליק.

הבדלה טוט מורא'ידעג זאכן, אבער דאס איז שוין א גרייז. א גרייז וואס ליגט אין מיין פאסטקעסטל.

הפלא ופלא.

א ראצערעל, ארויס פון ישיבה 4 יאר צוריק, און האט שוין א מיינוג! און פארשטייט שוין בעסער ווי אידן בני חמישים ושישים, אידן וואס טויזענטער בחורים זענען שוין דורך זייערע הענט…
ביזט נאך געבליבן מיט די בחורישע קינדערישקייט, פון איך פארשטיי בעסער, און וויל איינטיילן די וועלט…

אויב עפעס, איז דאס די ברענידיגע פראבלעם אין 2024, יעדער איינער אפי׳ אן קיין חתימת זקן, לאזט הערן זיי מיינוג פארן גאנצן וועלט, חוץ פון דעם וואס דאס איז פוסטע גאווה, וכו׳
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

צו די זאך האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:24 pm

סאלעס הארייט?!

טועמיה האט איר שוין געגעסן?!

כ'מיין, וואס באדייט דעי ווילדע אטאקע קעגן א ניק וואס האט אייך גארנישט געטון אויסער זאגן זיין מיינונג?!

אויב דיסעגריעט איר מיט אים זענט איר מאר דען וועלקאם צו אויסדריקן אייער מיינונג (און איך דיסעגרי גראדע אויך מיט אים), אבער דעי ווילדע אטאקע אייערע מאכט ענדערש טראכטן אז איר זענט דער ראצערל וואס איז נארוואס ארויס פון ישיבה.

#קאלם דאון.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

צו די זאך האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:24 pm
מתמודד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:56 am
אלס איינער וואס קען ביידע זייטן פונעם בחור'ישען ספעקטרום, לאזט מיר צוווארפן מיינע צוויי צענט.

סאיז הייליג וואר אז עס זענען דא אסאך אזאנע יאסעלעך, און מען דארף זיי אדרעסירן.

אבער צו דער זעלבער צייט איז הייליג וואר אז עס זענען אסאך יוסף'ס, וואס האבן קיין וויסטן מושג פון די אלע מושגים, און פאר זיי איז אזא ליפלעט נישט ווייניגער ווי גיפט.

איך געדענק די ערשטע מאל ווען איך בין געווען א בחור און איך האב געהערט פון א חבר אז ער האט געזעהן א נישט אידישע פילם, איך בין געווען געפרוירן פאר צוויי טעג, סאיז געווען אינדרויסן פון מיין טערמין-בוך, און אזוי האט עס געזאלט צו בלייבן.

איך בין געווען מער א סאציאלער פיגור, דערפאר האב איך געהאט אפענע שמועסן מיט בחורים פון אלע סארטן, דערפאר האב איך טאקע געקענט אזאנע זאכן פון די נאנט. אבער א בחור אינעם סטאנדארט ווי איך בין דאן געווען וואס איז נישט געווען אזוי איבערגעטריבן סאציאל אנגעקניפט איז אין זיין לעבן נישט עקספאוזט געווארן צו אזאנע זאכן, און איך רעד דא פון א מינימום פון זעכציג צו זיבעציג פראצענט ישיבה בחורים.

סאיז זייער גרינג צו ארבעטן אויף די זיידעס און זיי דרייען א קאפ ווי כאילו רוב ישיבה בחורים זענען אינפעסטירט מיט מאוויס וכדומה, אבער פאר אזא איינער ווי איך, וואס האט פארלאזט די ישיבה ווענט אונטער פיר יאר צוריק, און איך האב נאך יעצט פריינט אין ישיבה, קען מען נישט פארשטעלן אן אלטערנאטיוון רעאליטעט. די ישיבה בחורים זענען פיל ריינער ווי פארשידענע פאראנטווארטליכע ווילן עס אראפמאלן, און דערפאר דארף מען צוגיין צו אזא טעמע מיטן פולסטן מאס סענסיטיווקייט, נישט צו מאכן קיין חורבנות.

ביודעי ובמכירי, קיין איין אויסגאבע וואס גייט אדורך די מינדעסטע רבני'שע פיקוח וואלט נישט געקענט אריינלייגן ארטיקלען פון דעם גאטונג וואס הבדלה שיקט אריין אין מיין פאסטקעסטל, מיטן גוטן ווילן פון אלארמירן די וועלט מאכט מען פארט קריטישע גרייזן, און עס איז א גרויסע פראבלעם.

מען דארף שטענדיג האלטן פאר די אויגן, צו איז רעדן פון זאכן אזוי אפן עפעס וואס ברענגט בכלל א תועלת? צו מאכט עס טאקע אזא גרויסן דיפרענץ אז עס זאל זיך האבן געלוינט? לאגיק זאגט אז נישט, מיטן מעורר זיין פשוט, און נישט רעדן אזוי גראב איז מען פונקט אזוי מעורר א גרויסן ציבור, און דער דיפרענץ צווישן דער וואס ווערט נישט נתעורר דייקא ווען עס קומט אויף א גאלדענעם טאץ וואס ער קוקט ווארשיינליך מילא נישט אן איז צו ווינציג אז עס זאל ערלויבן צו עפענען טונקעלע פירהענג פאר רוב כלל ישראל. מען דארף נישט אויסוואשן יעדע נושא אין פובליק.

הבדלה טוט מורא'ידעג זאכן, אבער דאס איז שוין א גרייז. א גרייז וואס ליגט אין מיין פאסטקעסטל.

הפלא ופלא.

א ראצערעל, ארויס פון ישיבה 4 יאר צוריק, און האט שוין א מיינוג! און פארשטייט שוין בעסער ווי אידן בני חמישים ושישים, אידן וואס טויזענטער בחורים זענען שוין דורך זייערע הענט…
ביזט נאך געבליבן מיט די בחורישע קינדערישקייט, פון איך פארשטיי בעסער, און וויל איינטיילן די וועלט…

אויב עפעס, איז דאס די ברענידיגע פראבלעם אין 2024, יעדער איינער אפי׳ אן קיין חתימת זקן, לאזט הערן זיי מיינוג פארן גאנצן וועלט, חוץ פון דעם וואס דאס איז פוסטע גאווה, וכו׳
איר ווייסט צו פונאנדערשיידן צווישן מיינונגען און פאקטן?

אויב נישט שעמט אייך נישט צו פרעגן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הארי פלארי האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 11:07 pm

אויב נישט שעמט אייך נישט צו פרעגן.

אדער קען ער פרעגן זיין פעטער....
זה לעומת זה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:11 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זה לעומת זה »

ווי קאן מען דאס שאפן?
למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

כהאב עס געליינט
ממש געקומען טרערן און די אויגן
ליידער 100 פערצענט אמתדיג
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

אין מאנסי ביי שאפערס העווען לאבי איז עס דא פאר אומזינסט,
אוועטאר
מצוה’דיג
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:19 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצוה’דיג »

צו די זאך האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:24 pm
מתמודד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:56 am
אלס איינער וואס קען ביידע זייטן פונעם בחור'ישען ספעקטרום, לאזט מיר צוווארפן מיינע צוויי צענט.

סאיז הייליג וואר אז עס זענען דא אסאך אזאנע יאסעלעך, און מען דארף זיי אדרעסירן.

אבער צו דער זעלבער צייט איז הייליג וואר אז עס זענען אסאך יוסף'ס, וואס האבן קיין וויסטן מושג פון די אלע מושגים, און פאר זיי איז אזא ליפלעט נישט ווייניגער ווי גיפט.

איך געדענק די ערשטע מאל ווען איך בין געווען א בחור און איך האב געהערט פון א חבר אז ער האט געזעהן א נישט אידישע פילם, איך בין געווען געפרוירן פאר צוויי טעג, סאיז געווען אינדרויסן פון מיין טערמין-בוך, און אזוי האט עס געזאלט צו בלייבן.

איך בין געווען מער א סאציאלער פיגור, דערפאר האב איך געהאט אפענע שמועסן מיט בחורים פון אלע סארטן, דערפאר האב איך טאקע געקענט אזאנע זאכן פון די נאנט. אבער א בחור אינעם סטאנדארט ווי איך בין דאן געווען וואס איז נישט געווען אזוי איבערגעטריבן סאציאל אנגעקניפט איז אין זיין לעבן נישט עקספאוזט געווארן צו אזאנע זאכן, און איך רעד דא פון א מינימום פון זעכציג צו זיבעציג פראצענט ישיבה בחורים.

סאיז זייער גרינג צו ארבעטן אויף די זיידעס און זיי דרייען א קאפ ווי כאילו רוב ישיבה בחורים זענען אינפעסטירט מיט מאוויס וכדומה, אבער פאר אזא איינער ווי איך, וואס האט פארלאזט די ישיבה ווענט אונטער פיר יאר צוריק, און איך האב נאך יעצט פריינט אין ישיבה, קען מען נישט פארשטעלן אן אלטערנאטיוון רעאליטעט. די ישיבה בחורים זענען פיל ריינער ווי פארשידענע פאראנטווארטליכע ווילן עס אראפמאלן, און דערפאר דארף מען צוגיין צו אזא טעמע מיטן פולסטן מאס סענסיטיווקייט, נישט צו מאכן קיין חורבנות.

ביודעי ובמכירי, קיין איין אויסגאבע וואס גייט אדורך די מינדעסטע רבני'שע פיקוח וואלט נישט געקענט אריינלייגן ארטיקלען פון דעם גאטונג וואס הבדלה שיקט אריין אין מיין פאסטקעסטל, מיטן גוטן ווילן פון אלארמירן די וועלט מאכט מען פארט קריטישע גרייזן, און עס איז א גרויסע פראבלעם.

מען דארף שטענדיג האלטן פאר די אויגן, צו איז רעדן פון זאכן אזוי אפן עפעס וואס ברענגט בכלל א תועלת? צו מאכט עס טאקע אזא גרויסן דיפרענץ אז עס זאל זיך האבן געלוינט? לאגיק זאגט אז נישט, מיטן מעורר זיין פשוט, און נישט רעדן אזוי גראב איז מען פונקט אזוי מעורר א גרויסן ציבור, און דער דיפרענץ צווישן דער וואס ווערט נישט נתעורר דייקא ווען עס קומט אויף א גאלדענעם טאץ וואס ער קוקט ווארשיינליך מילא נישט אן איז צו ווינציג אז עס זאל ערלויבן צו עפענען טונקעלע פירהענג פאר רוב כלל ישראל. מען דארף נישט אויסוואשן יעדע נושא אין פובליק.

הבדלה טוט מורא'ידעג זאכן, אבער דאס איז שוין א גרייז. א גרייז וואס ליגט אין מיין פאסטקעסטל.

פאר וואס טראכסטע איז פעינקט די ביסט עפעס געוואויר געווארן וואס ס’טוט זיך ביי די אנדערע בחורים?

אין אנדערע בחורים ווייסן נישט?
אז די פרעגסט איז א סימן אז די ווילסט וויסן
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

askan1 האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:18 pm
אין מאנסי ביי שאפערס העווען לאבי איז עס דא פאר אומזינסט,
אוודאי אומזיסט, איז בכלל דא ערגעץ ווי ס'קאסט געלט?
צוגעמאכט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 8:29 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוגעמאכט »

איז עס נאך דא צו באקומען אין וויליאמסבורג ?
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

to be continued האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 3:22 pm
askan1 האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:18 pm
אין מאנסי ביי שאפערס העווען לאבי איז עס דא פאר אומזינסט,
אוודאי אומזיסט, איז בכלל דא ערגעץ ווי ס'קאסט געלט?
ביי די ספרים געשעפטן קאסט עס $1
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

צוגעמאכט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 3:23 pm
איז עס נאך דא צו באקומען אין וויליאמסבורג ?
געזען פאריגע וואך אין הצלחה גראסערי
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

Potus האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:08 pm
צוגעמאכט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 3:23 pm
איז עס נאך דא צו באקומען אין וויליאמסבורג ?
געזען פאריגע וואך אין הצלחה גראסערי
געזעהן היינט
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2517
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

באקומען היינט אין אימעיל פון הבדלה

שוין עטליכע וואכן וואס דער אידישער גאס שטורעמט און קאכט, מיט דער הילכיגער פלאמעדיגער פראגע

וואו איז יוסעלע?!

וואס האט ב"ה פארמירט א זעלטן פייער'דיגע אויפוואכונג איבער אלע היימישע שטעט און געגענטער, אויף א פארנעם וואס מ'האט שוין נישט געזען פאר אסאך יארן, און האט בס"ד שוין געשלאגן טיפע ווארצלען בעולם הישיבות, פארנדיג אין דער ריכטונג פון מאסיווע טוישונגען הלכה למעשה צווישן די בחורי חמד.

אין דעם בייגעלייגטן ביכל ווערט געשילדערט א שטורעמישע איבערלעבעניש פון א בחור'ל, וועלכער איז אדורכגעשווימען די טיפענישן פונעם תהום, און זיך בס"ד ארויסגעזען

ליינט מיט שפאנונג!

[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-02-19 172254.png
Screenshot 2024-02-19 172254.png (39.12 KiB) געזען 230 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”