Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים
פאר נישט לאנג צוריק איז א משגיח געווען פאר אלעם א לעבעדיגע הבדלה ארג.\יודישקייט גיליון, פאר אלעם איז געלעגן פאר זיינע אויגן די באשעפערס תורה- און דעם רבינס דרך, נאר אויפן ווייטן צווייטן פלאץ האט ער זיך אויך געטראפן אכטונג געבן אויף די תקנות הישיבה און law and order.
די ישיבות זענען טיילמאל טאקע געפארן אויף רעדער, אבער די פירות זענען געווען ערליכע יונגעלייט. פארוואס? ווייל ווען די משגיח האט געכאפט די פויער אין ישיבה שלאפן אן א שלאף ציצית און געמאכט די ווענט פון דארמאטארי טרייסלען פון זיינע קולות, האט ער געמיינט מיט די גאנצע הארץ די שרעקליכע עוולה קעגן די אר"י הק' פון שלאפן מיט ציצית, א כפרה די ישיבה'ס נאמען.
די חסידישע בחור וואס זיצט און לערנט איז פארקוקט געווארן זיינע עוולות אין שמירת הזמנים אדער אוועקפארן צו געאסרטע (ריינע) דעסטינאציעס, בלויז ווייל ער איז געווען דערביי אין די רוחניות חלק. אלע השגחה סאנקציעס זענען געוואנדן געווארן צו די "ליידיגגייערס".
היינט? גוט מארגן. א בחור קען זיצן אין ישיבה אן לייגן תפילין, עפענען א ספר, האבן כלים, הערן וועלכע מוזיק סשמעקט איהם, ווילאנג ער שעדיגט נישט די רכוש און אנזעהן פון די ישיבה, העצט נישט, זיצט איין רוהיג, און שטרעקט אויס זיין האלדז צו קענען בעסער זען די ראש ישיבה ביים שלוש סעודות.
א בחור וואס לערנט און דאאוונט אבער קאלערט ארויס? אך און וויי פאר עהם, ער וועט פליען ווי א מיסיל פאר יעדע ביס ליל שישי, יעדע באזוך אין א פרעמדע אוצר הספרים, יעדע האלבע ווארט קעגן די הנהלה ווייל ער הרגעט די ישיבה!! די משגיח דארף זיך זארגן פאר די שס"ה מצוות לא תעשה? וואס עפעס? זיין עיקר דאגה איז צו האבן א גוטע נאמען און קענען סקארן גוטע פוינטס ביים רבינס שטוב\מוסד קאמיטע.
די גליון קען אנהייבן א טויש אין די נושא, הלוואי זאל מען זוכה זיין