דאס איז דער אָ אשכול

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

דער אָ אשכול האב איך געווידמעט פאר איין ציל, די געבן א שם ושארית פאר א קליין אידיש ווארט.

מען רעדט נישט פון קיין ניי ווארט וואס איך טו ערפינדן, אויך נישט פון אן אלטע וואס איך פרוביר צו דערפרישן, עס איז א ווארט וואס יעדע דא נישט צענדליגע מאל טעגליך, אויב נישט מער, נאר פאר וועלכער סיבה איז עס פארבאטן געווארן פון לעצטצייטיגע געשריבענע אידיש.
דער ווארט איז "אָ".
מען זאגט מיט א קמץ קטן, ווי אין אָבער; און אזוי אויך פארווייכעט אז עס הערט זיך מער ווי עְ וכדו', ווי דער אָ אין אסטר אָנאמיע.

עס באדייט מער ווייניגער "דאזיגער".
איר זאגט אמאל "געב מיר דעיעפעדער"? וואס זענען דיעלעקטער"?
עס איז נישט קייו זשארגאן, און נישט קיין סלענג, אז איז א כשר אידיש ווארט "דער אָ" און "די אָ".

אין געשריבענע אידיש איז עס אויסגעריסן אינגאנצן, אזש אז אויך אין עמטליכע רעדעס זענען דאס וואס וועלן זאגן "דעעעער זאך" אדער "דיִ זאכן", אבער ניין, עס איז א נארמאלע אידישע ווארט: אָ.

דער אָ אשכול וועט קיין סאך נישט משפיע זיין אויף די שרייבערישע וועלט, אבער דא אויף אייוועלט, ווי מען שרייבט סייווי ווי מען רעדט, אריינגערעכנט "דעי" "דעיע" וכדו', זאל מען עס כאטש אויסלייגן ריכטיג.

אלזא, דער אָ אשכול איז געמאכט פאר יעדער וואס ווייל שרייבן סי וואס וואס האט אויך דאס ווארט "אָ", א געדיכט, א וויץ און וואס נישט.

ווי אויך קען מען דא אויסשמועסן די עצם ווארט אליין, ווי ריכטיג עס איז צו ניצן.

אפציעל (אין די ווערטערביכער), טוישט זיך די ארטיקל פון דער אָ ווארט לויט מין (אבער נישט לויט דאטיוו), פון דער צו די און דאס. אבער למעשה זוכנדיג אין אלטע אידישע ביכער וואס ניצן עס, איז א לשון יחד אלעמאל "דער אָ", און לשון רבים אלעמאל "די אָ", אזויווי מען רעדט טאקע. און אזוי טוט מען אויך מיט "דאזיגע" וואס גייט אלעמאל מיט "דער" ביי יחיד, און "די" ביי רבים.

אזוי אויך איז אפציעל פארהאן א פראז "דא אָ", וואס מיט גלייך דא.

און מיט דעם שליס איך דער אָ תגובה.
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3078
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:16 pm
דער אָ אשכול האב איך געווידמעט פאר איין ציל, די געבן א שם ושארית פאר א קליין אידיש ווארט.

מען רעדט נישט פון קיין ניי ווארט וואס איך טו ערפינדן, אויך נישט פון אן אלטע וואס איך פרוביר צו דערפרישן, עס איז א ווארט וואס יעדע דא נישט צענדליגע מאל טעגליך, אויב נישט מער, נאר פאר וועלכער סיבה איז עס פארבאטן געווארן פון לעצטצייטיגע געשריבענע אידיש.
דער ווארט איז "אָ".
מען זאגט מיט א קמץ קטן, ווי אין אָבער; און אזוי אויך פארווייכעט אז עס הערט זיך מער ווי עְ וכדו', ווי דער אָ אין אסטר אָנאמיע.

עס באדייט מער ווייניגער "דאזיגער".
איר זאגט אמאל "געב מיר דעיעפעדער"? וואס זענען דיעלעקטער"?
עס איז נישט קייו זשארגאן, און נישט קיין סלענג, אז איז א כשר אידיש ווארט "דער אָ" און "די אָ".

אין געשריבענע אידיש איז עס אויסגעריסן אינגאנצן, אזש אז אויך אין עמטליכע רעדעס זענען דאס וואס וועלן זאגן "דעעעער זאך" אדער "דיִ זאכן", אבער ניין, עס איז א נארמאלע אידישע ווארט: אָ.

דער אָ אשכול וועט קיין סאך נישט משפיע זיין אויף די שרייבערישע וועלט, אבער דא אויף אייוועלט, ווי מען שרייבט סייווי ווי מען רעדט, אריינגערעכנט "דעי" "דעיע" וכדו', זאל מען עס כאטש אויסלייגן ריכטיג.

אלזא, דער אָ אשכול איז געמאכט פאר יעדער וואס ווייל שרייבן סי וואס וואס האט אויך דאס ווארט "אָ", א געדיכט, א וויץ און וואס נישט.

ווי אויך קען מען דא אויסשמועסן די עצם ווארט אליין, ווי ריכטיג עס איז צו ניצן.

אפציעל (אין די ווערטערביכער), טוישט זיך די ארטיקל פון דער אָ ווארט לויט מין (אבער נישט לויט דאטיוו), פון דער צו די און דאס. אבער למעשה זוכנדיג אין אלטע אידישע ביכער וואס ניצן עס, איז א לשון יחד אלעמאל "דער אָ", און לשון רבים אלעמאל "די אָ", אזויווי מען רעדט טאקע. און אזוי טוט מען אויך מיט "דאזיגע" וואס גייט אלעמאל מיט "דער" ביי יחיד, און "די" ביי רבים.

אזוי אויך איז אפציעל פארהאן א פראז "דא אָ", וואס מיט גלייך דא.

און מיט דעם שליס איך דער אָ תגובה.
אינטערעסאנט, איך געדענק נישט זען אזא אויסדרוק.
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

איז דא נאך איינער אויסער מיר, וואס פארשטייט נישט אינגאנצן וואס דא שטייט? מעגליך פעלט מיר עפעס אינפארמאציע…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
ניק ניקי
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 2:08 pm

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניקי »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:45 pm
איז דא נאך איינער אויסער מיר, וואס פארשטייט נישט אינגאנצן וואס דא שטייט? מעגליך פעלט מיר עפעס אינפארמאציע…
עס האט מיר אויך גענומען צייט צו כאפן וואס דא גייט פאר. ליין עס איבער מיט ישוב הדעת.

בעיסיקלי, אויב פארשטיי איך גוט, שרייבט ער אז ס'דא א ווארט "א" מיט א קמץ, וואס מיינט די זעלבע זאך ווי די ווארט דאזיגע.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:45 pm
איז דא נאך איינער אויסער מיר, וואס פארשטייט נישט אינגאנצן וואס דא שטייט? מעגליך פעלט מיר עפעס אינפארמאציע…
נישט אינגאנצן? אדער אינגאנצן נישט.

פרעג @אמור יאמר און @שדכן גדול - וועלכע האבן געלייקט דעם פותח האשכול - ווארשיינליך פארשטייען זיי יא
לעצט פארראכטן דורך יחליצך אום דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

.

אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1714
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:55 pm
היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:45 pm
איז דא נאך איינער אויסער מיר, וואס פארשטייט נישט אינגאנצן וואס דא שטייט? מעגליך פעלט מיר עפעס אינפארמאציע…
פרעג @אמור יאמר און @שדכן גדול - וועלכע האבן געלייקט דעם פותח האשכול
ער שרייב זיך זייער קלאר ארויס וואס ער מיינט צו זאגן
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אמור יאמר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:57 pm
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:55 pm
היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:45 pm
איז דא נאך איינער אויסער מיר, וואס פארשטייט נישט אינגאנצן וואס דא שטייט? מעגליך פעלט מיר עפעס אינפארמאציע…
פרעג @אמור יאמר און @שדכן גדול - וועלכע האבן געלייקט דעם פותח האשכול
ער שרייב זיך זייער קלאר ארויס וואס ער מיינט צו זאגן
דהיינו? האסט א משל?
לעצט פארראכטן דורך יחליצך אום דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אקעי, איך האב טאקע קיינמאל געהערט פון דעם 'אָ' ווארט, ביז איין טאג די וואך ווען איך האב עס געטראפן אין עפעס אן אלטן בוך. ניצט עס יענער אין פלאץ פון 'אט די' אדער 'די דאזיגע', ווי @א שטענדיג צעמישטער שרייבט.

'א סך פון די־אָ ענינים…'

און אויך פערצופאל היינט געטראפן אין וויינרייכ'ס ווערטערבוך.

די אָ.png
די אָ.png (34.18 KiB) געזען 701 מאל
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
ארגאן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

דער גרויסער ווערטערבוך שטייט, אז אָ איז א "קירצונג פון אָט", איז דערפאר אָט דער=דער אָ, אָ אזוי=אָט אזוי, אא"וו.

איך קען נישט יעצט צולייגן א בילד פונעם איינס, אבער מ'קען זעען די זייט דא: https://archive.org/details/nybc201084/ ... 5/mode/2up
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
שווערמער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: דאס איז דער אָ אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

ארגאן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 4:57 pm
דער גרויסער ווערטערבוך שטייט, אז אָ איז א "קירצונג פון אָט", איז דערפאר אָט דער=דער אָ, אָ אזוי=אָט אזוי, אא"וו.

איך קען נישט יעצט צולייגן א בילד פונעם איינס, אבער מ'קען זעען די זייט דא: https://archive.org/details/nybc201084/ ... 5/mode/2up

נאכגעקוקט, און דארט שטייט אויך איבער א צירוף "איצט אָ". איך שטעל מיר פאר דאס איז די מקור פון די ירושלימער "איצטער".

מערקווערדיג.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”