Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג
מ'מעג נישט גיין דאווענען ווען ס'איז דא אן אנדערע מצוה וואס מ'דארף 'איצט' טאן און נאר ער קען עס טאן, דאס איז אלעמאל.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מ'מעג נישט גיין דאווענען ווען ס'איז דא אן אנדערע מצוה וואס מ'דארף 'איצט' טאן און נאר ער קען עס טאן, דאס איז אלעמאל.
וואס איז דא ער"ש וואס 'נאר ער' קען טאן און נישט קיינער פון בני בית?farshlufen האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:41 pmמ'מעג נישט גיין דאווענען ווען ס'איז דא אן אנדערע מצוה וואס מ'דארף 'איצט' טאן און נאר ער קען עס טאן
אצלנו נוהגין כן, ואנו מתפללין מנחה עד ע"ב
א מינוט׳קעלע....
כ׳ווייס נישט וואס דו ווילסט, דער ״דרך החיים״ דארף נישט מיין טייטש אדער דיין טייטש, זיינע ארגינאלע לשה״ק ווערטער איז זייער קלאר להיתר. אז דער מג״א אליינס ברענגט למעשה ביידע שיטות (וואס איז נראה כסתירה עי׳ במחצהש״ק) איז ער מצדד לויטן מג״א אז ערש״ק בשעת הדחק מעג מען און מיט דעם איז די סתירה מסודר.
למעשה איז דאס נאר א דעת יחיד קעגן אלע פוסקים, און דער משנה ברורה וואס ברענגט עס אראפ פסקנט אז מען זאל זיך אזוי פירן נאר בשעת הדחק עיי"ש.
פון הודו און לייענען ויחל האט איר פארגעסן.
גארנישט פארקירעוועט. די סתירה האב איך נישט מחדש געווען. דער ״מגן אברהם״ איז א סתירה צווישן זיך אליינס ווי דער מחצשה״ק שרייבט קלאר און מוטשעט זיך דאס צו פארענטפערן.שאינו יודע האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:57 pm
אין מיין בית המדרש נעמט נישט קיין דריי פערטל שעה מנחה, איך האב גראדע געפרעגט א דיין און ער האט מיר געזאגט אז מען הייבט אן שטילע שמו"ע קען מען זיך שוין פארלאזן דערויף בפרט די צירוף פון די אנדערע היתירים.
א תענית ערב שבת מיינט נישט גענוג בשעת הדחק?
ביי דיר האט מען אזא מנהג? זייער שיין.
בשעת הדחק מיינט זיכער נישט ווען אונז זעמיר נאך מיטוואך נאכט און מען קען רעדן צו שמש צו באשטימען מנחה צו אנהייבן דאווענען אפאר מינוט פארן זמן כדי אנצוהייבן שטילע שמו''ע פארן פלג, און נאכדעם איז א שאלה צו פינף מינוט אריינגיין אין תענית שבת איז אויך א שעת הדחק.[/quote]
ביי זעכציג איז ודאי יום? אתמההטראגער האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:27 pmאיך האב יעצט גענומען די מיה און נאכגעקוקט אינעווייניג זאגט די משנה ברורה נאכן ברענגען די ווערטער פון דרך חיים ואין לסמוך על זה אלא בבבין השמשות ובשעת הדחק אבל לא כשהוא וודאי יוםממילא דאס דאווענען נאך די זעכציג איז נאר בשעת הדחק, און דאווענען פאר די זעכציג איז גאר א שטארקע קולא, בשעת הדחק מיינט זיכער נישט ווען אונז זעמיר נאך מיטוואך נאכט און מען קען רעדן צו שמש צו באשטימען מנחה צו אנהייבן דאווענען אפאר מינוט פארן זמן כדי אנצוהייבן שטילע שמו''ע פארן פלג, און נאכדעם איז א שאלה צו פינף מינוט אריינגיין אין תענית שבת איז אויך א שעת הדחק.
אוודאי יא ע"פ הרבינו יונה תחלת מס' ברכות, איז די פראבלעם נאר צווישן פלג און די שקיעה, נאכן שקיעה זענען די רבנן אויך מודה אז ס'איז זמן לילה לענין תפלה הגם ס'איז נישט לילה לענין קר"ש.תולעת שני האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 amתרתי דסתרי האט גארנישט מיטן שקיעה, עס האט מיטן פלג אױב דאווענט מען מנחה נאכען פלג און אונז נעמען אן שיטות ר"ת קען מען נישט דאווענען מעריב פארן 72.
און אגב די הלכה איז יעדן טאג נישט נאר פרייטיג און אױף פרייטאג איז גראדע דא התרים,איז שאד צו זיין ביזי מיט דעם ענדערש זאלן די מעוררים מוחה אױף אלע מנחה מנינים ביי פארן 60 וואס דאווענען גלייך נאכדעם מעריב.. ביי די 60!
בנוגע די דרך החיים, איך בין נישט יעצט אין די סוגיא און שוין לאנג נישט גע'חזר'ט דעם מג"א'ס, אבער לפי זכרוני זאגט ער אז לדעת המג"א אין סי' רל"ג קומט אזוי אויס די הלכה, זע דאס viewtopic.php?p=1475910#p1475910שאינו יודע האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:12 amדי אנגעצייכענטע איז זייער נישט קראנטאמרי חי האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:58 amקוק אריין אין שו״ע סימן רל״ה ונו״כ.
אין די גמרא ווערט געברענגט עטליכע שיטות.
למעשה טוט מען נישט תרתי דסתרי און מ׳דאוונט טאקע קיינמאל נישט מעריב פאר 60 נאך די שקיעה (חוץ די וואס האלטן נישט ר״ת) וואס דעמאלט איז שוין ספק לילה נוצט עס כלפי דעם ארויסצונעמען פונעם תרתי דסתרי עכ״פ בשעת הדחק ווי אין תעניתים וכדומה.
די חידוש פונעם דרך החיים איז אז אפילו די מג״א וואס איז מחמיר האלט אויך אז אום ערב שבת איז אנדערשאון מ׳מעג דאווענען ביידע נאכן פלג און מ׳דארף נישט ווארטן ביז 60 און אזוי טאקע כמעט אלע שולן די וואך וואס האבן שוין געהאנגען די מודעות אז משטעלט זיך 15 מינוט נאכן זמן מנחה דהיינו שמו״ע איז שוין נאכן פלג און מ׳ענדיגט מעריב נאך פארן זמן.
בכל אופן אויב איינער שפעטיגט קידוש צו מאכן צייטליך זאל ער זאגן אב הרחמים און קידוש מאכן וכך נהגו בחצרות הצדיקים עשרה בטבת שחל בער״ש און זיכער נישט אריינפאסטן אין שבת אריין.
מע״כ האט צוגעברענגט זיין לשון
ואף שכתב המג״א שם להתפלל מנחה קודם פלג המנחה כדי שלא יהא תרתי דסתרי, אך כיון ששאר מקומות נוהגין להקל בזה גם בחול וכמ״ש המג״א סי׳ רל״ה מטעם שטירחא לאספם ולקבצם פעמיים עכ״פ יש להם לסמוך על האי טעמא ערב שבת
ער זאגט נישט אז דער מגן אברהם האלט אזוי און ער איז מקיל אום שבת ווען עס איז טירחא לאפסם פעמיים.
חוץ מזה איז ידוע אז דער רבי האט מקיל געווען ביי תענית נאר ביי 60 און דעמאלטס דארף מען שוין נישט צוקומען צום דרך החיים, וכן ידוע אז אין אנטווערפן וואו די זמן איז שפעט האט ער נישט געלאזט דאווענען פרי
און דער רבי האט בכלל נישט חושש געווען פאר די 6-7 קידוש
פרעג בעסער נישט האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 05, 2017 1:57 amנישטא קיין רמ"א [סי' רס"ז/סי' רל"ג] וואס רעדט פון שבת, אבער ס'איז יא דא א מחבר [סי' רל"ג] וואס רעדט פון ימי החול, און ס'איז יא דא א מחבר [סי' רס"ז] וואס איז מקיל ערב שבת אפי' ס'איז תרתי דסתרי [כהרא"ש והרמב"ם], אבער ער איז זיך נישט מסביר אם זה גם ביום זו גופא. ווידער די משנ"ב [סי' רל"ג] רעדט מען מהמתפלל ביחיד, נישט בציבור, ווייל בציבור איז די משנ"ב מקיל לעשות תרתי דסתרי באותו יום גופא, כמ"ש המ"א [סי' רל"ג].
שנית צום ענין, יא כ'ווייס אז נארמאל פסק'נט מען ווי עס שטייט אין רמ"א, ומג"א, עכ"ז ווייסטו אויך אז אין מחבר רמ"א [סי' רל"ג אצל בדיעבד, סי' רל"ז תוס' שבת] שטייט בכלל נישט קיין חילוק ווען מען האט געדאווענט מנחה 'יענעם טאג'.
[ויש בזה סיבה עמוקה, תעיין היטב היטב בדברי הב"י שם ותמצא לך דאדרבה ע"פ פשטות המדובר להקל גם תרתי דסתרי ביום אחד, והוא ע"פ המבואר בהרא"ש [מובא בב"י סי' רל"ג] שחולק על ר"ת - שהתיר תרתי דסתרי גם ביום אחד [כפי המבואר בב"י ועוד] בלי שום דוחק מטעם דבתפלה הקילו - והרא"ש כתב להקל מטעם דהוא שעת הדחק לאסוף העם שנית, ומפני זה לא חילקו לענין דיעבד אם מיירי בב' ימים או ביום אחד, דבכל אופן מותר, וא"כ י"ל דה"ה שיש להקל [סי' רס"ז] מטעם תוס' שבת].
נאר וואס דען די מג"א וויל זיך חולק זיין אויפן מחבר, און זיך נישט פארלאזן אויף די רא"ש והרמב"ם, שהוקשה לו על הראי' שהביא, וגם אחר שתירץ קושייתו לא סמך על תירוצו רק בצירוף המרדכי [סי' פט], שהוא התיר תרתי דסתרי דב' ימים גם בימות החול [גם שלא בשעת הדחק כמבואר במרדכי], אבל המג"א לא הקיל רק בער"ש. ומ"מ לא רצה להקל לעשות כן גם ביום אחד, שהרי לא סמך על הרא"ש והרמב"ם שמותר לעשות כן בערב שבת, רק סמך בצירוף שיטת המרדכי, ומכיון שהמרדכי בעצמו סובר דאסור לעשות כן ביום אחד "צריך ליזהר" שלא להתפלל מנחה אחר פלג [אגב, דייק המילה, "צריך ליזהר" לא "אסור", דאם לא נזהר מותר...].
[סתם צו מאכן א ס"ה, האסטו יעצט דא א מחבר וואס וויל מקיל זיין תרתי דסתרי בשביל תוס' שבת [ולפי ווי מיר שרייבן נמצא שזה גם לסתור באותו יום גופא] און א מ"א וואס וויל זיך דינגן אויפן מחבר, און וויל אננעמען ווי די רי"ץ גיאות דלעולם אסור לעשות תרתי דסתרי, ובאמת לדבריו אסור גם בשעת הדחק, כמ"ש בסי' רצ"ג בטור, ולמעשה מיקל רק בצירוף המרדכי שחולק על המחבר [סי' רל"ג] - וסובר דמותר לעשות תרתי דסתרי דימים - והמג"א מקיל כדבריו עכ"פ בער"ש, ומפני זה מחמיר כדבריו שלא יסתור באותו יום].
קומט די דרך החיים און זאגט אזוי, די מג"א [סי' רל"ג] האט דאך געברענגט די טעם הרא"ש [פ"א סי' א'] להלכה, דכשהוא דוחק מותרין לעשות תרתי דסתרי גם ביום אחד, א"כ עכ"פ בערב שבת יש לסמוך על טעם זה [והכוונה דלצורך מצוה ושעת הדחק שוין, ובשביל מצות תוס' שבת מותר לעשות תרתי דסתרי כמו שמותר לעשות בשעת הדחק].
קומט אויס אז די דרך החיים האט פשוט פארענטפערט די 'הלכה' פונעם מחבר ע"פ שיטת הרא"ש [פ"א סי' פט] עצמו וכמ"ש המג"א [סי' רל"ג] עצמו, ממילא דארף איך שוין נישט צוקומען צום מרדכי, נישט צו זיין קולה און נישט צו זיין חומרא [והיינו הגם שלא תירוץ כלום על קושיית המג"א, מ"מ ההלכה אמת ממקום אחר].
[והמשנ"ב שחולק על דבריו כפי מה שביאר בביה"ל הוא משום דכל האחרונים לא הזכירו קולא זו כאן לגבי תוס' שבת, וטעמם הוא כיון דגם ההיתר דכל השנה אינו, משום שאין לקולא זו מקור מן הש"ס וא"כ איך נסמוך על קולא זו בשבת. וזה ברור שסותר למש"כ בעצמו במשנ"ב סי' רל"ג סקי"א להקל כקולא זו וא"כ ה"ה כאן.]
ודברי הדרך החיים מובא בכמה פוסקים הלכה למעשה. וחוץ מכל הנ"ל מכ"ש שיש להקל אם מתפלל מנחה קודם השקיעה, ומעריב אחר השקיעה, וראה בפוסקי זמננו שפסקו להקל גם אם סותר באותו יום גופא, ובפרט אם מתפלל מעריב אחר השקיעה.
די שועה"ר האט אויך נישט געפילט פאר וויכטיג דאס צוצולייגן...