באמת זע איך נישט פארוואס איך זאל אייך ענטפערן, ווען איר זענט בכלל נישט קלאר אין דעם גאנצן סוגיא, און טאקע בפרט אין די ראשונים [און יא, די מאירי ברענגט דעם שיטת ר"ת וואס איז מתיר תרתי דסתרי אין איין טאג]. אבער כדי שלא יאמרו..., וועל איך דיר עפעס ענטפערן.
קודם קלאר צו שטעלן ווי צומישט דיינע ווערטער זענען. נישטא קיין רמ"א [סי' רס"ז/סי' רל"ג] וואס רעדט פון שבת, אבער ס'איז יא דא א מחבר [סי' רל"ג] וואס רעדט פון ימי החול, און ס'איז יא דא א מחבר [סי' רס"ז] וואס איז מקיל ערב שבת אפי' ס'איז תרתי דסתרי [כהרא"ש והרמב"ם], אבער ער איז זיך נישט מסביר אם זה גם ביום זו גופא. ווידער די משנ"ב [סי' רל"ג] רעדט מען מהמתפלל ביחיד, נישט בציבור, ווייל בציבור איז די משנ"ב מקיל לעשות תרתי דסתרי באותו יום גופא, כמ"ש המ"א [סי' רל"ג].
שנית צום ענין, יא כ'ווייס אז נארמאל פסק'נט מען ווי עס שטייט אין רמ"א, ומג"א, עכ"ז ווייסטו אויך אז אין מחבר רמ"א [סי' רל"ג אצל בדיעבד, סי' רל"ז תוס' שבת] שטייט בכלל נישט קיין חילוק ווען מען האט געדאווענט מנחה 'יענעם טאג'.
[ויש בזה סיבה עמוקה, תעיין היטב היטב בדברי הב"י שם ותמצא לך דאדרבה ע"פ פשטות המדובר להקל גם תרתי דסתרי ביום אחד, והוא ע"פ המבואר בהרא"ש [מובא בב"י סי' רל"ג] שחולק על ר"ת - שהתיר תרתי דסתרי גם ביום אחד [כפי המבואר בב"י ועוד] בלי שום דוחק מטעם דבתפלה הקילו - והרא"ש כתב להקל מטעם דהוא שעת הדחק לאסוף העם שנית, ומפני זה לא חילקו לענין דיעבד אם מיירי בב' ימים או ביום אחד, דבכל אופן מותר, וא"כ י"ל דה"ה שיש להקל [סי' רס"ז] מטעם תוס' שבת].
נאר וואס דען די מג"א וויל זיך חולק זיין אויפן מחבר, און זיך נישט פארלאזן אויף די רא"ש והרמב"ם, שהוקשה לו על הראי' שהביא, וגם אחר שתירץ קושייתו לא סמך על תירוצו רק בצירוף המרדכי [סי' פט], שהוא התיר תרתי דסתרי דב' ימים גם בימות החול [גם שלא בשעת הדחק כמבואר במרדכי], אבל המג"א לא הקיל רק בער"ש. ומ"מ לא רצה להקל לעשות כן גם ביום אחד, שהרי לא סמך על הרא"ש והרמב"ם שמותר לעשות כן בערב שבת, רק סמך בצירוף שיטת המרדכי, ומכיון שהמרדכי בעצמו סובר דאסור לעשות כן ביום אחד "צריך ליזהר" שלא להתפלל מנחה אחר פלג [אגב, דייק המילה, "צריך ליזהר" לא "אסור", דאם לא נזהר מותר...].
[סתם צו מאכן א ס"ה, האסטו יעצט דא א מחבר וואס וויל מקיל זיין תרתי דסתרי בשביל תוס' שבת [ולפי ווי מיר שרייבן נמצא שזה גם לסתור באותו יום גופא] און א מ"א וואס וויל זיך דינגן אויפן מחבר, און וויל אננעמען ווי די רי"ץ גיאות דלעולם אסור לעשות תרתי דסתרי, ובאמת לדבריו אסור גם בשעת הדחק, כמ"ש בסי' רצ"ג בטור, ולמעשה מיקל רק בצירוף המרדכי שחולק על המחבר [סי' רל"ג] - וסובר דמותר לעשות תרתי דסתרי דימים - והמג"א מקיל כדבריו עכ"פ בער"ש, ומפני זה מחמיר כדבריו שלא יסתור באותו יום].
קומט די דרך החיים און זאגט אזוי, די מג"א [סי' רל"ג] האט דאך געברענגט די טעם הרא"ש [פ"א סי' א'] להלכה, דכשהוא דוחק מותרין לעשות תרתי דסתרי גם ביום אחד, א"כ עכ"פ בערב שבת יש לסמוך על טעם זה [והכוונה דלצורך מצוה ושעת הדחק שוין, ובשביל מצות תוס' שבת מותר לעשות תרתי דסתרי כמו שמותר לעשות בשעת הדחק].
קומט אויס אז די דרך החיים האט פשוט פארענטפערט די 'הלכה' פונעם מחבר ע"פ שיטת הרא"ש [פ"א סי' פט] עצמו וכמ"ש המג"א [סי' רל"ג] עצמו, ממילא דארף איך שוין נישט צוקומען צום מרדכי, נישט צו זיין קולה און נישט צו זיין חומרא [והיינו הגם שלא תירוץ כלום על קושיית המג"א, מ"מ ההלכה אמת ממקום אחר].
[והמשנ"ב שחולק על דבריו כפי מה שביאר בביה"ל הוא משום דכל האחרונים לא הזכירו קולא זו כאן לגבי תוס' שבת, וטעמם הוא כיון דגם ההיתר דכל השנה אינו, משום שאין לקולא זו מקור מן הש"ס וא"כ איך נסמוך על קולא זו בשבת. וזה ברור שסותר למש"כ בעצמו במשנ"ב סי' רל"ג סקי"א להקל כקולא זו וא"כ ה"ה כאן.]
ודברי הדרך החיים מובא בכמה פוסקים הלכה למעשה. וראה בפוסקי זמננו שפסקו להקל גם אם סותר באותו יום גופא, ובפרט אם מתפלל מעריב אחר השקיעה.
ובזה יצאתי שלא תאמר... און כ'האב נישט בדעה זיך ווייטער צו טענה'ן דערוועגן, עכ"פ ביז וועסט דורכלערנען דעם סוגיא קלאר און גרינטלעך.