פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אמרי חי
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

קומענדיגע וואך פרייטאג פ׳ ויגש פאלט אויס ״עשרה בטבת״ מ׳ליינט ויחל ביי מנחה און מ׳הייבט אן דאווענען פריער ווי געווענליך

יעדער וויל ענדיגן צייטליך און אהיימגיין קידוש מאכן אויסצופאסטן ביי 72 און זאל זיין גענוג צייטליך פאר עס ווערט צווישן 6-7 וכו׳.

היות ס׳איז דא וואס זענען מעורר קעגן דעם אז מ׳זאל נישט דאווענען מנחה מעריב צוזאמען נאכן פלג ווייל ס׳איז א ״תרתי דסתרי״, ממילא ווילן זיי מ׳זאל דאווענען מנחה בעוד היום גדול נאך פארן פלג, נאר אזוי וועט מען קענען דאווענען קבלת שבת און מעריב פריער און ענדיגן פארן זמן ר״ת. (אין קר״י לדוגמא איז הדלקה״נ 4:16, און די פלג המנחה מג״א 4:31).

ווער עס קען נישט אינעם קורצן פרייטאג דאווענען מנחה אזוי פרי, מיינען יעצט אז זיי מוזן זיך שטעלן שפעטער קבלת שבת אז ס׳זאל אויסקומען מ׳זאל ערשט דאווענען מעריב ווען ס׳איז שוין ביים זמן ר״ת 72, ממילא עפי״ר קענען זיי שוין נישט אהיימגיין און קידוש מאכן פאר 6 (כאטש מ׳קען זאגן ״אב הרחמים״ איז דא וואס קלערן דאך צו ווארטן וכו׳) ס׳קומט שוין למעשה אויס אז זיי גייען אריין אינעם שבת מיט א לענגערן תענית פאסטנדיגערהייט אלעס בלויז צוליב דעם חשש פון תרתי דסתרי.

איז וויכטיג מ׳זאל וויסן אז דער ״דרך החיים״ (לרבינו יעקב מליסא החוות דעת) פסק׳ט קלאר לויטן מג״א ביי ״דין ערבית של שבת״ סעיף א׳ אז דער חשש איז נישטא און מ׳מעג דאווענען ערב שבת מנחה מעריב צוזאמען ״אפילו נאכן פלג המנחה״, ווייל ערב שבת איז אנדערש און מ׳איז נישט חושש אויף תרתי דסתרי, וז״ל:

״אף במקום שנהגו להתפלל מעריב בזמנה אפילו בציבור מקדימין אותה להתפלל בע״ש יותר מימות החול, ולהתפלל אותה מפלג המנחה ואילך קודם הלילה, ומותרין להתפלל מנחה מעריב אחר פלג המנחה (עי׳ סי׳ רס״ז), (ואף שכתב המג״א שם להתפלל מנחה קודם פלג המנחה כדי שלא יהא תרתי דסתרי, אך כיון ששאר מקומות נוהגין להקל בזה גם בחול וכמ״ש המג״א סי׳ רל״ה מטעם שטירחא לאספם ולקבצם פעמיים עכ״פ יש להם לסמוך על האי טעמא ערב שבת עיי״ש).

דער ״דרך החיים״ זאגט דא קלאר אז אפילו לויטן מג״א וואס איז מחמיר צו די שיטה פון ״תרתי דסתרי״ דאס איז נאר אינדערוואכן משא״כ ערב שבת איז אנדערש, און דער מג״א האלט אויך אז ערב שבת מעג מען מקבל שבת זיין פריער און אפילו מ׳דאווענט מנחה נאכן פלג מעג מען דאווענען צוזאמען אויך מעריב און מ׳דארף נישט מחמיר זיין.

מ׳קען זיך רואיג מסדר זיין אז ס׳פעלט נישט אויס סתם אזוי מחמיר צו זיין און אריינפאסטן אין שבת אריין צוליב דעם תרתי דסתרי, ווייל דער דרך החיים פסק׳ט קלאר אפילו לויטן מג״א אז מ׳מעג.

צום שלוס איז וויכטיג צוצולייגן אז רביה״ק מסאטמאר זי״ע (וועלכער איז געווען אן אייניקל פונעם ״חוות דעת״) האט פארלאנגט פון די מנהלים אין די תלמוד תורה אז מ׳זאל דורכלערנען מיט די תלמידים אין חדר דעם דרך החיים אז זיי זאלן קענען די אלע וויכטיגע הלכות אין קורצן און מ׳פסק׳נט ווי דעם דרך החיים.

ויה״ר שאלו הצומות יתהפכו לששון ולשמחה.
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

מען דאווענט ביים 60 אזוי ווי יעדע תענית
דאן דארף שוין נישט זיין מנחה פארן פל''ג און מען כאפט רואיג קידוש פאר 6:00
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

מ'זאגט נאך פון צדיקים אז די שו"ע איז געמאכט פאר גרים, אונז וועלן טוען ווי אונזערע עלטערן און אונזערע רבי'ס האבן געטוען
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אמרי חי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:14 am
דער ״דרך החיים״ זאגט דא קלאר אז אפילו לויטן מג״א וואס איז מחמיר צו די שיטה פון ״תרתי דסתרי״ דאס איז נאר אינדערוואכן משא״כ ערב שבת איז אנדערש, און דער מג״א האלט אויך אז ערב שבת מעג מען מקבל שבת זיין פריער
דער מג"א רעדט בפירוש פון ערב שבת און דער דה"ח קריגט זיך.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אמרי חי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:14 am
ממילא עפי״ר קענען זיי שוין נישט אהיימגיין און קידוש מאכן פאר 6 (כאטש מ׳קען זאגן ״אב הרחמים״ איז דא וואס קלערן דאך צו ווארטן וכו׳) ס׳קומט שוין למעשה אויס אז זיי גייען אריין אינעם שבת מיט א לענגערן תענית פאסטנדיגערהייט
איז דא א מורה הוראה, אדער א מנהג ערגעץ, וואס הייסט ווארטן אין אזא פאל וואס מ'איז מתענה בשבת?
אוועטאר
Purple Water bottle
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 4:04 pm
לאקאציע:נעבן קאמפיוטער

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Purple Water bottle »

להודות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:40 pm
אמרי חי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:14 am
ממילא עפי״ר קענען זיי שוין נישט אהיימגיין און קידוש מאכן פאר 6 (כאטש מ׳קען זאגן ״אב הרחמים״ איז דא וואס קלערן דאך צו ווארטן וכו׳) ס׳קומט שוין למעשה אויס אז זיי גייען אריין אינעם שבת מיט א לענגערן תענית פאסטנדיגערהייט
איז דא א מורה הוראה, אדער א מנהג ערגעץ, וואס הייסט ווארטן אין אזא פאל וואס מ'איז מתענה בשבת?
דאכט זיך מיר אז אין סקווירא ווארט מען אויף נאך זיבענע אפילו עשרה בטבת
zurich
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

Purple Water bottle האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:42 pm
להודות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:40 pm
אמרי חי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:14 am
ממילא עפי״ר קענען זיי שוין נישט אהיימגיין און קידוש מאכן פאר 6 (כאטש מ׳קען זאגן ״אב הרחמים״ איז דא וואס קלערן דאך צו ווארטן וכו׳) ס׳קומט שוין למעשה אויס אז זיי גייען אריין אינעם שבת מיט א לענגערן תענית פאסטנדיגערהייט
איז דא א מורה הוראה, אדער א מנהג ערגעץ, וואס הייסט ווארטן אין אזא פאל וואס מ'איז מתענה בשבת?
דאכט זיך מיר אז אין סקווירא ווארט מען אויף נאך זיבענע אפילו עשרה בטבת
בין איך דערביי געווען ביים טיש סאטמאר מהרא, און געמאכט קידוש צוווישן 6 און 7
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

zurich האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:03 pm

בין איך דערביי געווען ביים טיש סאטמאר מהרא, און געמאכט קידוש צוווישן 6 און 7
וכן נהג אביו בעל בר"מ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

מען קען זאגן אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים וכו', און מען מאכט קידוש בין שש לשבע
אזוי פירט מען זיך אין די מקומות וואו די זמן איז גאר פריה, אשטייגער ווי לאנדאן און אייראפע
וחוץ מזה, די שעה זעקס צו זיבן, איז בכלל נישט פונקטליך, לויטן חשבון פון חצות קען מען לכתחילה מאכן קידוש א צען פופצן מינוט בעפאר 7
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ייש''כ
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17386
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מהיכי תיתי אז דער ענין פון נישט מאכן קידוש צווישן 6 און 7 איז מער וויכטיגער ווי די דעות אז אויך שבת מעג מען נישט מאכן קיין תרתי דסתרי?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

בעל דמיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:26 am
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז די שו"ע איז געמאכט פאר גרים, אונז וועלן טוען ווי אונזערע עלטערן און אונזערע רבי'ס האבן געטוען
פון וועלכע צדיקים זאגט מען דאס נאך?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גיב א לאך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:36 am
בעל דמיון האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:26 am
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז די שו"ע איז געמאכט פאר גרים, אונז וועלן טוען ווי אונזערע עלטערן און אונזערע רבי'ס האבן געטוען
פון וועלכע צדיקים זאגט מען דאס נאך?
ר' יענקעלע
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

איז א תרתי דסתרי אויב מען דאווענט פארן שקיעה מנחה און מעריב נאכן שקיעה אדער 15 מינוט נאכן שקיעה?
אדער אויב דאווענט מען מעריב 40-50 מינוט נאכן זמן ערב שבת?
איך פארשטיי אז מיר נעמען אן 72 ר"ת אבער אלץ תרתי דסתרי איזעס שוין נישט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:07 am
מהיכי תיתי אז דער ענין פון נישט מאכן קידוש צווישן 6 און 7 איז מער וויכטיגער ווי די דעות אז אויך שבת מעג מען נישט מאכן קיין תרתי דסתרי?
כ'ווייס נישט, וויכטיגער ווי נישט פאסטן אום שבת קודש איז עס זיכער.

דאס אן עיקר הלכה, און דאס איז אן ענין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

גבריאל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:52 am
איז א תרתי דסתרי אויב מען דאווענט פארן שקיעה מנחה און מעריב נאכן שקיעה אדער 15 מינוט נאכן שקיעה?
אדער אויב דאווענט מען מעריב 40-50 מינוט נאכן זמן ערב שבת?
איך פארשטיי אז מיר נעמען אן 72 ר"ת אבער אלץ תרתי דסתרי איזעס שוין נישט
קוק אריין אין שו״ע סימן רל״ה ונו״כ.
אין די גמרא ווערט געברענגט עטליכע שיטות.

למעשה טוט מען נישט תרתי דסתרי און מ׳דאוונט טאקע קיינמאל נישט מעריב פאר 60 נאך די שקיעה (חוץ די וואס האלטן נישט ר״ת) וואס דעמאלט איז שוין ספק לילה נוצט עס כלפי דעם ארויסצונעמען פונעם תרתי דסתרי עכ״פ בשעת הדחק ווי אין תעניתים וכדומה.

די חידוש פונעם דרך החיים איז אז אפילו די מג״א וואס איז מחמיר האלט אויך אז אום ערב שבת איז אנדערש און מ׳מעג דאווענען ביידע נאכן פלג און מ׳דארף נישט ווארטן ביז 60 און אזוי טאקע כמעט אלע שולן די וואך וואס האבן שוין געהאנגען די מודעות אז משטעלט זיך 15 מינוט נאכן זמן מנחה דהיינו שמו״ע איז שוין נאכן פלג און מ׳ענדיגט מעריב נאך פארן זמן.

בכל אופן אויב איינער שפעטיגט קידוש צו מאכן צייטליך זאל ער זאגן אב הרחמים און קידוש מאכן וכך נהגו בחצרות הצדיקים עשרה בטבת שחל בער״ש און זיכער נישט אריינפאסטן אין שבת אריין.
לעצט פארראכטן דורך אמרי חי אום מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תולעת שני
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:45 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת שני »

גבריאל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:52 am
איז א תרתי דסתרי אויב מען דאווענט פארן שקיעה מנחה און מעריב נאכן שקיעה אדער 15 מינוט נאכן שקיעה?
אדער אויב דאווענט מען מעריב 40-50 מינוט נאכן זמן ערב שבת?
איך פארשטיי אז מיר נעמען אן 72 ר"ת אבער אלץ תרתי דסתרי איזעס שוין נישט
תרתי דסתרי האט גארנישט מיטן שקיעה, עס האט מיטן פלג אױב דאווענט מען מנחה נאכען פלג און אונז נעמען אן שיטות ר"ת קען מען נישט דאווענען מעריב פארן 72.

און אגב די הלכה איז יעדן טאג נישט נאר פרייטיג און אױף פרייטאג איז גראדע דא התרים,איז שאד צו זיין ביזי מיט דעם ענדערש זאלן די מעוררים מוחה אױף אלע מנחה מנינים ביי פארן 60 וואס דאווענען גלייך נאכדעם מעריב.. ביי די 60!
לעצט פארראכטן דורך תולעת שני אום מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:26 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

תולעת שני האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 am
גבריאל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:52 am
איז א תרתי דסתרי אויב מען דאווענט פארן שקיעה מנחה און מעריב נאכן שקיעה אדער 15 מינוט נאכן שקיעה?
אדער אויב דאווענט מען מעריב 40-50 מינוט נאכן זמן ערב שבת?
איך פארשטיי אז מיר נעמען אן 72 ר"ת אבער אלץ תרתי דסתרי איזעס שוין נישט
תרתי דסתרי האט גארנישט מיטן שקיעה, עס האט מיטן פלג אױב דאווענט מען מנחה נאכען פלג און אונז נעמען אן שיטות ר"ת קען מען נישט דאווענען מעריב פארן 72.

און אגב די הלכה איז יעדן טאג נישט נאר פרייטיג און אױף פרייטאג איז גראדע דא התרים,איז שאד צו זיין ביזי מיט דעם ענדערש זאלן די מעוררים מוחה אױף אלע מנחה מנינים ביי 60 וואס דאווענען גלייך נאכדעם מעריב..!
בין השמשות ספק מקצת מן היום מקצת מן הלילה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

תולעת שני האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 am
גבריאל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:52 am
איז א תרתי דסתרי אויב מען דאווענט פארן שקיעה מנחה און מעריב נאכן שקיעה אדער 15 מינוט נאכן שקיעה?
אדער אויב דאווענט מען מעריב 40-50 מינוט נאכן זמן ערב שבת?
איך פארשטיי אז מיר נעמען אן 72 ר"ת אבער אלץ תרתי דסתרי איזעס שוין נישט
תרתי דסתרי האט גארנישט מיטן שקיעה, עס האט מיטן פלג אױב דאווענט מען מנחה נאכען פלג און אונז נעמען אן שיטות ר"ת קען מען נישט דאווענען מעריב פארן 72.

און אגב די הלכה איז יעדן טאג נישט נאר פרייטיג און אױף פרייטאג איז גראדע דא התרים,איז שאד צו זיין ביזי מיט דעם ענדערש זאלן די מעוררים מוחה אױף אלע מנחה מנינים ביי 60 וואס דאווענען גלייך נאכדעם מעריב..!
וואס איז די פראבלעם צו דאווענען מנחה בא 60 און גלייך נאכדעים בא 72 מעריב

אבער לויט די אנדערע שיטות וואס נעמען נישט אן 72 איז עס נישט קיין תרתי דסתרי
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אסאך אסאך יודן פירן זיך, אז אויב מהאט געדאווענט פאר די שקיעה, קען מען דאווענען מעריב גלייך נאך די שקיעה.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

תולעת שני האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 am
גבריאל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:52 am
איז א תרתי דסתרי אויב מען דאווענט פארן שקיעה מנחה און מעריב נאכן שקיעה אדער 15 מינוט נאכן שקיעה?
אדער אויב דאווענט מען מעריב 40-50 מינוט נאכן זמן ערב שבת?
איך פארשטיי אז מיר נעמען אן 72 ר"ת אבער אלץ תרתי דסתרי איזעס שוין נישט
תרתי דסתרי האט גארנישט מיטן שקיעה, עס האט מיטן פלג אױב דאווענט מען מנחה נאכען פלג און אונז נעמען אן שיטות ר"ת קען מען נישט דאווענען מעריב פארן 72.

און אגב די הלכה איז יעדן טאג נישט נאר פרייטיג און אױף פרייטאג איז גראדע דא התרים,איז שאד צו זיין ביזי מיט דעם ענדערש זאלן די מעוררים מוחה אױף אלע מנחה מנינים ביי 60 וואס דאווענען גלייך נאכדעם מעריב..!
ביי 60 איז שוין דא אנדערע היתירים וויבאלד ס׳איז למעשה שוין זיכער בין השמשות וספק לילה, אבער בכל אופן דארף מען איבערליינען קריאת שמע נאך 72 וואס איז א דאורייתא און מ׳דארף מחמיר זיין כלפי יוצא צו זיין ״ובשכבך״ ווען ס׳איז ודאי לילה.
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

moishy56 האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:09 am
אסאך אסאך יודן פירן זיך, אז אויב מהאט געדאווענט פאר די שקיעה, קען מען דאווענען מעריב גלייך נאך די שקיעה.
די אסאך יודן גלויב איך זענען יודן וואס האלטן נישט ר״ת ביי 72
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אמרי חי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:58 am
גבריאל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:52 am
איז א תרתי דסתרי אויב מען דאווענט פארן שקיעה מנחה און מעריב נאכן שקיעה אדער 15 מינוט נאכן שקיעה?
אדער אויב דאווענט מען מעריב 40-50 מינוט נאכן זמן ערב שבת?
איך פארשטיי אז מיר נעמען אן 72 ר"ת אבער אלץ תרתי דסתרי איזעס שוין נישט
קוק אריין אין שו״ע סימן רל״ה ונו״כ.
אין די גמרא ווערט געברענגט עטליכע שיטות.

למעשה טוט מען נישט תרתי דסתרי און מ׳דאוונט טאקע קיינמאל נישט מעריב פאר 60 נאך די שקיעה (חוץ די וואס האלטן נישט ר״ת) וואס דעמאלט איז שוין ספק לילה נוצט עס כלפי דעם ארויסצונעמען פונעם תרתי דסתרי עכ״פ בשעת הדחק ווי אין תעניתים וכדומה.

די חידוש פונעם דרך החיים איז אז אפילו די מג״א וואס איז מחמיר האלט אויך אז אום ערב שבת איז אנדערשאון מ׳מעג דאווענען ביידע נאכן פלג און מ׳דארף נישט ווארטן ביז 60 און אזוי טאקע כמעט אלע שולן די וואך וואס האבן שוין געהאנגען די מודעות אז משטעלט זיך 15 מינוט נאכן זמן מנחה דהיינו שמו״ע איז שוין נאכן פלג און מ׳ענדיגט מעריב נאך פארן זמן.

בכל אופן אויב איינער שפעטיגט קידוש צו מאכן צייטליך זאל ער זאגן אב הרחמים און קידוש מאכן וכך נהגו בחצרות הצדיקים עשרה בטבת שחל בער״ש און זיכער נישט אריינפאסטן אין שבת אריין.
די אנגעצייכענטע איז זייער נישט קראנט

מע״כ האט צוגעברענגט זיין לשון

ואף שכתב המג״א שם להתפלל מנחה קודם פלג המנחה כדי שלא יהא תרתי דסתרי, אך כיון ששאר מקומות נוהגין להקל בזה גם בחול וכמ״ש המג״א סי׳ רל״ה מטעם שטירחא לאספם ולקבצם פעמיים עכ״פ יש להם לסמוך על האי טעמא ערב שבת

ער זאגט נישט אז דער מגן אברהם האלט אזוי און ער איז מקיל אום שבת ווען עס איז טירחא לאפסם פעמיים.

חוץ מזה איז ידוע אז דער רבי האט מקיל געווען ביי תענית נאר ביי 60 און דעמאלטס דארף מען שוין נישט צוקומען צום דרך החיים, וכן ידוע אז אין אנטווערפן וואו די זמן איז שפעט האט ער נישט געלאזט דאווענען פרי

און דער רבי האט בכלל נישט חושש געווען פאר די 6-7 קידוש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
תולעת שני
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:45 am

Re: פרייטאג ויגש עשרה בטבת - מתפללין מנחה ומעריב אחר הפלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת שני »

גבריאל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:07 am
תולעת שני האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 am
גבריאל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:52 am
איז א תרתי דסתרי אויב מען דאווענט פארן שקיעה מנחה און מעריב נאכן שקיעה אדער 15 מינוט נאכן שקיעה?
אדער אויב דאווענט מען מעריב 40-50 מינוט נאכן זמן ערב שבת?
איך פארשטיי אז מיר נעמען אן 72 ר"ת אבער אלץ תרתי דסתרי איזעס שוין נישט
תרתי דסתרי האט גארנישט מיטן שקיעה, עס האט מיטן פלג אױב דאווענט מען מנחה נאכען פלג און אונז נעמען אן שיטות ר"ת קען מען נישט דאווענען מעריב פארן 72.

און אגב די הלכה איז יעדן טאג נישט נאר פרייטיג און אױף פרייטאג איז גראדע דא התרים,איז שאד צו זיין ביזי מיט דעם ענדערש זאלן די מעוררים מוחה אױף אלע מנחה מנינים ביי 60 וואס דאווענען גלייך נאכדעם מעריב..!
וואס איז די פראבלעם צו דאווענען מנחה בא 60 און גלייך נאכדעים בא 72 מעריב
אנטשולדיגט געמיינט צו זאגן דאווענען מעריב ביי 60 גלייַך נאך מנחה
די גאנצע סיבה וואס מען קען דאווענען מעריב פארן 72 אפילו בעצם פסק'נט מען ווי די ר"ת איז ווייל מען פסק'נט אז מען קען דאווענען מעריב מבעוד יום פון נאכן פלג אפילו נאכט הייבט זיך בעצם אן שפעטער, אבער און איין טאג טאר מען דאס נישט ווייל עס איז א תרתי דסתרי, איז אויב דאווענט מען מנחה נאכן פלג דארף מען ווארטן אויפ'ן 72
לעצט פארראכטן דורך תולעת שני אום מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”