בלאט 1פון 1

זענט איר א מלקט?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:05 pm
דורך זבולון ווייס
אפשר באלאנגט דאס נישט אין דעם אשכול, אבער דא דרייען זיך די אידן, במילא אפשר איז דא דער פלאץ פאר מיין שאלה.

מלקט זיין זאכן פון ספרים, זוכן אין אוצר החכמה וכדו' איז א פאך.

מיין שאלה איז, צו עס איז דא א סערוויס למשל אויב איך זוך מאמרים אויף דעם ענין פון געבן נר למאור, אדער מאמרים אויף קויפן א זכות אין א בנין ביהמ"ד, אז איינער זאל דאס קענען סערווירן.

און די פרייז קען גיין אדער אויף די שעה, אדער פער מאמר וואס ווערט באשטעטיגט אז דאס האט מען געוואלט.

ווייסט איינער פון עמיצן וואס שטעלט צו אזא סערוויס?

Re: זענט איר א מלקט?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:20 pm
דורך צום פוינט
דארפט איר דאס בקביעות אדער נאר אן איינמאליגע זאך ?

Re: זענט איר א מלקט?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:25 pm
דורך זבולון ווייס
מזמן לזמן

Re: זענט איר א מלקט?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:00 am
דורך אכילה
מפתח איז נישט קיין גוט מקום?

Re: זענט איר א מלקט?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:39 pm
דורך מארמאראש
געווען אמאל " המלקט "
845-384-2588‬

Re: זענט איר א מלקט?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:13 pm
דורך קוואל וואסער
אוודאי נאר אויף די שעה - וואס דען, יענער זאל ארבייטן זעקס שעה און מזאל נאכדעם זאגן עה נישט אינטערעסאנט?

Re: זענט איר א מלקט?

געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 5:23 pm
דורך בן נחום
פאר רוב שרייבערס איז שווער זיך צו מצמצם זיין מיט א טיימער, דערפאר קען זיך אמאל לוינען צו גיין לויט קערעקטערס.
פאר'ן פראבלעם פון "יענער זאל ארבייטן זעקס שעה און מזאל נאכדעם זאגן עה נישט אינטערעסאנט" שיקט מען געווענדליך א סעמפל פון פאראויס.
אז דו ווילסט קענסטו מיר אישי'ן.

Re: זענט איר א מלקט?

געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 5:39 pm
דורך מילדי העברים
מקען הערן די שיעורים פון הרב פאפלאנאש ער האט שיעורים אויף רוב עניני הלכה

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: