פייטן'ס שרייבעריי טישל
"סלאוויטא"איז לכאורא די ווארט וואס איז ס'מערסטע געהערט געווארן אין די פארגאנגענע פאר טעג.
אלס אן אוהב שפילן וכדו', וואס כ'לייג מיר אריין דערין גאנץ אסאך, האב איך מיר גראד פראבירט איינצוהאנדלען דעם פראדוקט, ב"ה אז מאנטאג נאכט האמיר שוין געהאט אין באזיץ די נויטיגע שליסלען דערצו, בעצם וואלט עס מיר גענומען אפאר טעג אדורך צו גיין, אזוי ווי אלס נעמט מיר,ווייל כ'האב ב"ה נישט א גאנצן טאג פארדעם, אבער צוליב דעם אינהאלט האט עס מיך עטוואס מער געצויגן, הכלל, שפעטער ביינאכט ווען כ'האב געהאט אפאר מינוט איבריג, האב איך מיך אראפגעזעצט קוקן, "ממש אויף אפאר מינוט" , אבער ס'האט זיך גע'ענדיגט א קנאפע שעה און א דריי פערטל שפעטער.
איז אזוי, קודם אויף דער עצם מעשה, אלס איינער וואס איז א שטארקע אוהב אנטיקן, אליינס א בעה"ב איבער עטליכע טויזנט דאלער ווערט סחורה, ( ד.ה. אלעס צוטיילט צווישן קרוב צו 100 ספרי קודש, חפצים פון רבנים, און אלטע מטבעות, + פארשידענע אלטע מאשינען, וואו א טייפרייטער און א פילם פראדזעקטאר פון לערך יארע 950' ועוד ועוד), וביניהם עטליכע זיטאמיר ספרים, (אייניקלעך פון די בארימטע סלאוויטא דרוקער'ס, ואכמ"ל ואי"ה עוד חזול למועד), ווען ביי אונז אין די משפחה איז דאס א גאנגבארע אייטעם, נאך פון פאר א סלאוויטא גמרא האט געקאסט 15 מאות, (אנטשולדיגט פאר די היץ!!), און יא ס'געפינט זיך טאקע ביינונז עטליכע אזאנע סלאוויטע ספרים אין די פאמיליע, אע"כ איז פאר מיר בכלל קיין חידוש נישט געווען די גאנצע נושא פון סלאוויטא, אבער פון די צווייטע זאך יא שטארק געצויגן, טאקע דעם פאקט אז כ'האלט מיר פאר א שטיקל מבין דערויף, און ס'איז מיר געווען אנטערעסאנט וואס מ'גייט דארט אויפשפילן, ובפרט אז ס'איז איינעם בכלל אינטערעסאנט די נושא, וואס ליידער ביי רוב עולם איז די גאנצע אנטיק נושא זייער פרעמד, הכלל לאמיר נישט פארפארן, איז האב איך גראדע הנאה געהאט די מהלך וויאזוי זיי באגייען זיך צו די גאנצע נושא פון אנטיק, סיי ווי מ'קען זען אז דוד סג"ל (נישט מארמישן מיט דודי) האלט די ספר מיט א טישו פאפיר, וואו אויך די זהירות מיט וואס ישראל יצחק האלט אן דעם הגדה אין די קאר אויף די וועג צוריק פון מאנטריאל, וואס ס'באדערט מיר יא איז, 1 - אז די הגדה וואס זיי האבן אין קאר איז נישט די זעלבע וואס זיי האבן ביי ישנים, צווייטנ'ס אז די הגדה פון ישנים האט צו ווייניג בלעטער ס'זאל גיין ביז שלחן עורך, דריטנ'ס ס'פאסט נישט אז א מוכר פון אנטיקן זאל נאר האבן איין סלאוויטא ספר אין באזיץ, ווארום ס'דרייען זיך ארום אזויפיל פון זיי, ועוד פארוואס לאזט דער מוכר ביי ישנים כאפן בילדער פון די הגדה, איז עס נישט פארדעכטיגט?? און גלייכצייטיג קען מען זאגן אז זיי האבן פשוט פארזען צו לייגן וואו די צוויי גוים בעטן פאר א סלאוויטא חפץ., נאר וואס ס'געפעלט מיר יא, כ'זע אז אין די מעין סלאוויטא אשכול האט מען עס שוין אויסגעשמועסט, אז זיי האבן ארויס דעם דוד סג"ל קערעקטער, אלס איינער וואס גלייכט צו שטאלצירן מיט זיינע אנטיקן, יעצט, מ'זאל נישט אויסמישן אז דאס האט מיט די רייכע בר מצוה וואס ער פלאנט אויס, ווייל יענץ קומט פשוט פון גאווה (לאמיר עס יעצט אזוי רופן), אבער בנוגע די אנטיקן חלק שבו, האט יעדער אנטיק סוחר בעצם די געפיל פון זיך וועלן אויפטוען מיט זיינע סחורה, און ממילא געפעלט מיר די אלע שער בלעטער וואס סתם א מענטש וואלט נישט אנגעקוקט, און כ'זעה דא ביי דוד'ן צענדליגע פון זיי, ( הגם די סוחרים נוצן עס אויך פאר פרנסה, אבער מ'וועט נישט יעצט אריין גיין דערין, שלא לבייש.... [קום נישט אין אישי פרעגן ווייל כ'גיי נישט ענטפערן בל"נ] ) , און די זעלבע איז מיטן זיוף וואס הענגט אין אפיס דארט, וכן מיטן גלאז אויפן טיש, און מיטן קרן סלאוויטא צעטל אויפן וואנט, ועוד ועוד.
נאר וואס דען, לא לקריטיק באתי, נאר אדורך צו גיין אלע חלקים הן לטב והן למוטב, ווי מ'רופט דאס אן איבערזיכט, איז אזוי, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, קודם די חלק ווי ס'הייבט זיך אן איז גאנץ פיין לענ"ד, זיי צומישן דיך אביסל, זאלסט מיינען אז מ'באהאלט אן אוצר וכדו', נישט וואס דו גייסט ארויסבאקומען צום סוף אז ס'איז נאר א באווייז, ווי דודי קומט אן גראד, איז אביסל פארדעכטיגט (suspicious), וואס עפעס וואקט דער משולח אזוי ווי א באהאלטענם אגענט?? די שוהל חלק איז גאנץ גוט, סיי מיט מאטעס, און סיי דודי'ס גיין נאך געלט, מיין פערזענליכע מיינונג, די בר מצוה לחיים איז זייער מיאוס, ס'קומט זיכער נישט אין די זעלבע ווידיאו וואס ברענגט ארויס די שיינקייט פון אונזערע העלדן פון די דורות הקודמים, אז מ'האט זיך מוסר נפש געווען פר אן אלטן תנ"ך, אדער אז מ'האט זיך נישט גערירט אן א קאפל, און אויב איז אלעס כדי אריינצוברענגן סיפוקשפעטער, אי"ם סאר"י אבער די חלק ה'עד שבו איז גאר גאר נאריש, און נישט צום זאך, (און ס'האט אביסל געסאונד"ט וואו "מנחם מנחם איינער האט מיך געטשעפעט" יעדעד פאר מינוט), פאסט עכט נישט פאר א זעקס טאגיגע פראדוקצי"ע (בלשון חיבה) , די חלק הכנסת אורחים פון דוד איז זייער שיין ארויס געברענגט, ווייטער זיין כיבוד אב פאסט נישט צו ווייזן, זיי וואלטן עס געמעגט פארשענערן אביסל, חיים איז אן געלוגענע משולח, (מיטן קמץ אינטערן וא"ו), זיינע אנטיקן אינעם אומבאוואנטן ספרים שטוב איז פארשטענדליך פאר א סוחר, די גניבה איז זייער גוט אויסגעשטעלט, מ'הערט כסדר אז זאכן גייען שלעכט אינמיטן א גניבה ברעכט מען גלאז, די כאפצעם איז מוורא'דעג זיס, איבערהויפט מיט זיידי א"ן באור"ד, די חברהזענען מסודר!!, זייער דראמאטיש און צומישנד דעם חלק וואו דודי איז זיך מגלה אז ער קומט נאר צוריק נעמען זיין'ס, כ'מיין וואס רעדט ער דא??? , די חלק ווי דוד מאכט עס אוועק פאר זיין טאטע איז טיפיש און נאטירליך, ווען ישראל יצחק פירט אים צוריק צו זיין פארלוירענע ברודער איז גוט, און געשמאק צו זעהן, כ'האב געפילט די עמאושנ"ס בשעת מעשה, די קאווע וואס ער האלט ביים סוף, ווייזט אויף א גוטע אויג פאר דיטעיל"ס, טאם איז זייער גוט ארויסגעברענגט זיין הארטקייט אין די פאר ווערטער וואס ער רעדט צו זיי, כ'שפיר א ציטער פון אים, בען, איז א טיפיקעל ארבייטער פאר 40 יאר צוריק, וואס קען האלטן איין פאזיציע פאר זיין גאנץ לעבן, ס'איז אביסל צו גרינג געווען צו שאפן די הגדה לויט ווי ס'קוקט אויס אויפן ווידיאו, כ'מיין צו זאגן אז מ'זעהט נישט גענוג זיין יגיעה, (און ס'קען קאסטן אסאך געווענטליך), גראד געכאפט די זאך פון עליונה פסולה אז ס'גייט זיין א פאלשע, נאר נישט געוואוסט פינקטליך וועם ס'גייט פראטעקט"ן, די מחלוקה צווישן די ברודער איז פיין, נאר יעצט נאכן איבערקוקן קוקט עס אויס אביסל צו שנעל, און וואס זיכט ער דארט אינטערן קאו"ט רע"ק??? נא"ו הסבר!!, ס'גוט ארויסגעברענגט ווי דוד כאפט אן די 50 רעדלעך חלק, בשעת זיין טאטע מיינט נאר די משפחה'ס ירושה חלק, זייער אידישלעך אז יואל יצחק הייסט דוד ארויסנעמען דודי פון תפיסה, אבער צו א שוואכע חרטה פון דודי' נאכדעם וואס מ'רופט אן ישנים און מ'הערט פרטים איבער די הגדה, (בד"וו נישט געוואוסט אז סג"ל מיט סיגעל זענען איין נאמען, זענען זיי?), דיי פאליציי כאפט מען אז זיי זענען אינטערגעשטעלט גראד ביים אנהייב, אבער ס'איז מסודר, די בייק מאכט א שוואכע דזאב, די באק"ן טיקעט'ס שנעל איז א סוקסעס, ווידער בר מצוה אלערט, די חלק אז חיים משה לעבט שוין פארענטפערט פארוואס דודי איז דא, ווייל אויב נישט ווי קומט ער יעצט אהער, זיין טאטע האט זיך אויגעוועקט נאך 40 יאר?, זייער שוואכע עירפארט, די זוהן איז אויף די זעלבע פלאץ אין אוקריינא און אין אמעריקא, ווען דוד רעדט צו זיין טאטע די ערשטע מאל, גראד געכאפט אז מ'גייט זיי דארט אויסכאפן, פון דארט איז אלעס טיפיקל, גראדע וואלט איך געקענט באשטיין צו זיין דער אלטער טאם, אבי צו קענען ווארפו די אלע חפצים פאר כעס, (אפי' נאכן זעהן די ביהיינ"ד די סינ"ס), בר מצוה אלערט, ווידער זייער נאריש, (סאר"י), מאטעס בלייב ביים שטענדער, במהרה בימינו אמן!!
דאס איז אין קורצן, אויב מ'זוכט לענגער קען איך טרייען נאכצוקומען דערמיט!!
האטס מיר א גוטן חנוכה!! און ש'כח פאר אלע ארבייטער'ס פון די פראדוקציע!!