הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״
viewtopic.php?t=66376
==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
ווען דו וועסט זען די קומענדיגע קאטאגאריעס וועסטו ווארשיינליך מער קלארער ווערן. אבער אויף אנצוהייבן: עצם מיינט נישט עפעס וואס מען קען אנכאפן, נאר עפעס וואס אין די מעשה וואס מען פארציילט איז עס א עצם, א זאך, ״איך האב געכאפט א פחד״. די ווארט פחד באדינט נישט קיין אנדערע ווארט, נאר עס איז א זאך פאר זיך.
און אן עקסטערן לייק פאר דיין אונטערשריפט. גיי מיר דורכליינען אייערע ווערק, א דאנק.
גוטע הערה, אבער ווי איך האב מקדים געווען, איך בין נישט דא צו ווייזן וואספארא מומחה איך בין, אז איך קען די אלע ווערטער וואס קיינער קען נישט. די אלע ווערטער וואס דו שרייבסט ווערט מען געוואויר ווען מען לייגט זיך שטארק אריין דערין, און עס איז נישט נוגע צו וויסן סתם אזוי. עכ״פ לעניית דעתי.היסטאריש האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:37 pmנאכ'ן ליינען די ערשטע צוויי חלקים איבער'ן זאכווארט (נאון) און ווערב; אויב ווילסטו שרייבן וויאזוי מ׳רופט עס, פארוואס נישט שרייבן איבער פראפער נאון, קאלעקטיוו נאון, מעס נאון, קאמפאונד נאון, אא"וו?
און ווערטער צוצוקומען צום ווערב ווערן גערופן 'לינקינג ווערב'.
אויסער דעם איז עס גוט און פשוט אראפגעלייגט, פאר די וואס ווילן עס פארשטיין. ש'כח פאר דיין ארבעט.
איך גלייך גראדע יא צו ליינען קורץ און שארף מיט די פינקטליכע טערמינען וואס באלאנגען אהין, און יא, זיך אויסלערנען אלע באדייטן אין דער טערמינאלאגיע, אבער איך פארשטיי אויך וועלכע קליענטעל דו צילסט, אלזא ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט.אור המקיף האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:46 pmגוטע הערה, אבער ווי איך האב מקדים געווען, איך בין נישט דא צו ווייזן וואספארא מומחה איך בין, אז איך קען די אלע ווערטער וואס קיינער קען נישט. די אלע ווערטער וואס דו שרייבסט ווערט מען געוואויר ווען מען לייגט זיך שטארק אריין דערין, און עס איז נישט נוגע צו וויסן סתם אזוי. עכ״פ לעניית דעתי.היסטאריש האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:37 pmנאכ'ן ליינען די ערשטע צוויי חלקים איבער'ן זאכווארט (נאון) און ווערב; אויב ווילסטו שרייבן וויאזוי מ׳רופט עס, פארוואס נישט שרייבן איבער פראפער נאון, קאלעקטיוו נאון, מעס נאון, קאמפאונד נאון, אא"וו?
און ווערטער צוצוקומען צום ווערב ווערן גערופן 'לינקינג ווערב'.
אויסער דעם איז עס גוט און פשוט אראפגעלייגט, פאר די וואס ווילן עס פארשטיין. ש'כח פאר דיין ארבעט.
נייע טערמינען, וואס מען וועט קומענדיג מאל הערן 30 יאר ארום, צעמישן.
עס איז א באזונדערע הנאה צו הערן פון איינעם וואס האט א ידיעה אין די זאכן! יישר כח גדול!היסטאריש האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:58 pmנאך א קלייניקייט, דו רעדסט פון א ווערב וואס ווערט א זאכווארט אדער פארקערט, איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז ביי געוויסע ווערטער איז אנדערש די אויסלייג ווען עס איז א ווערב צי א זאכווארט.
צום ביישפיל שרייבסטו: 'פון א ווערב צו א נאון - נעם צו טרינקן! >> טרינקן מאכט מען זאל נישט זיין דארשטיג!'
אבער דאס זאכווארט וועט זיין טרונקעןמיט א ו' און דער ווערב טרינקעןמיט א י'.
אגב, כ'האב שטארק הנאה פון דיין שפראך, זייער געשמאק.
כ'האב מיר דווקא נישט געשטעלט אויף דעם ע', ווייל דו האסט געשריבן אז ס'איז נישט מוגה, אבער אינעם ווארט אליינס האט עס אויסגעמאכט האב איך עס אויפגעמערקט.אור המקיף האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 3:11 pmעס איז א באזונדערע הנאה צו הערן פון איינעם וואס האט א ידיעה אין די זאכן! יישר כח גדול!היסטאריש האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:58 pmנאך א קלייניקייט, דו רעדסט פון א ווערב וואס ווערט א זאכווארט אדער פארקערט, איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז ביי געוויסע ווערטער איז אנדערש די אויסלייג ווען עס איז א ווערב צי א זאכווארט.
צום ביישפיל שרייבסטו: 'פון א ווערב צו א נאון - נעם צו טרינקן! >> טרינקן מאכט מען זאל נישט זיין דארשטיג!'
אבער דאס זאכווארט וועט זיין טרונקעןמיט א ו' און דער ווערב טרינקעןמיט א י'.
אגב, כ'האב שטארק הנאה פון דיין שפראך, זייער געשמאק.
=
האסט מיך פיין געכאפט דא. קודם כל די ספעלינג איז טאקע מיט א עי״ן טרינקען. לויט די כללים וואס מיר וועלן בעזה״י אליין אויסשמועסן. ווי מקדים געווען וועל איך נאך מאכן אסאך אזאלכע טעותים ווייל איך בין כמעט נישט מגיה וואס איך שרייב דא.
והעיקר, יא. די ספעלינג וועט טאקע זיין מיט א וא״ו. דאס איז נושא וואס איך זע גאר א שטארקע צעמישעניש ביי שרייבער, נאך מער ווי די-דער-די-דאס. און מען וועט דאס בעזה״י גאר געשמאק אויסשמועסן.
אין קורצן: ביי א נאון ווענד זיך עס צו א לשון יחיד אדער רבים, בעת ביי א ווערב ווענד זיך עס צו עבר צו הוה-עתיד (און ביי א עדזשעקטיוו? וועיט ענד סי). און דא ביסטו גערעכט אז דער נאון איז לשון יחיד. אנדערש ווי עס הערט זיך ״טרינקען״ א לשון רבים. ממילא באלאנגט עס מיט ואו.
מען זאגט ״געב מיר א טרונק״, אדער בלשון רבים וואלט מען געזאגט ״געב מיר אפאר טרינקערייען״ (-אויב מען וויל מאכן א נייע ווארט), אדער אפאר טרינקס.