-
ציטיר
- 1
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך היסטאריש
»
אור המקיף
האט געשריבן: ↑
מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:18 am
יחליצך
האט געשריבן: ↑
דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:58 pm
אור המקיף
האט געשריבן: ↑
דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:40 pm
מען שרייבט נישט פארבונדן, אבער יא ״פארבינדן״, אבער מיט געבונדען און איינגעבונדן ביזטו יא גערעכט.
איך וועל מסביר זיין:
אויף עדזשעקטיווס איז אויך שייך עבר און עתיד - פון ווערטער וואס שטאמען פון א ווערב, אין ענגליש רופט זיך עס past participle און present participle.
למשל א צעבראכענע פענסטער איז א עבר, א שמייכלדיגע פנים איז הוה.
א זאך וואס איז געשען און האט זיך געענדיגט איז א עבר, א געבונדענע ספר איז פארטיג, אפגעבונדן. נישטא מער וואס צו טון.
א זאך וואס האלט נאך אינמיטן געשען איז א הוה, א פארבינדענער מענטש איז יעצט פארבינדן - בשעת אונז רעד מיר!
והיינו הך מיט זינקען, א זינקעדיגע שיף איז א י׳, ווייל עס איז הוה, עס זינקט! קוקט וועט איר זען! א ״איינ״געזונקענע שיף איז ליידער דערנאך, די מענטשן לעבן שוין נישט. פארזינקען אין זיינע מחשבות איז הוה.
אלע אידישע ווערטער ביכער האלטן אנדערש: פארזונקען. פארבונדן.
איך האב מעיין געווען און ביסט גערעכט טיילווייז, איך וועל מסביר זיין:מען טרעפט בעצם ביידע אין אידישע ווערטער ביכער, פארזינקען און פארזונקען, פארבינדן און פארבונדן.ווען מען רעדט פון אן עדזשעקטיוו האלט מען שוין נאכ׳ן פעולה, נישט בהוה (דאס איז געווען מיין טעות). א זאך וואס איז פארבונדן איז דערנאך, און א שיף וואס איז פארזונקן איז דערנאך.ווען מען רעדט אבער פון א ווערב קען עס שוין אויך זיין אינמיטן די פעולה. למשל ווען איך זאג: עס איז צייט צו פארזינקען דעם שיף, האלט מען נאך פאר׳ן פעולה (ביי דעם ספעציפישע ווארט שרייבט מען היינט גראדע ״זינקען״ און מען לאזט אויס דעם ״פאר״, אבער עס איז נישט אפגעפרעגט). אזוי אויך: מען דארף פארבינדן יענקל מיט משה, האלט מען נאך אויך פאר׳ן פעולה.קוק ״למשל״ אין דער אידיש ווערטער אוצר פון א. ראטה, האט איין ערך פאר ״פארבונדן״ און איין פאר ״פארבינדן״, און עס איז קלאר דארט אז איינס איז א ווערב און איינס אן עדזשעקטיוו.דא האסטו פון אן אנדערע ווערטערבוך בנוגע פארזינקען.איך האב געטוישט דעם טבלא, ביטע זאג מיר צו ס׳שטימט יעצט.
אין וויינרייך זעט מען קלאר אז פארזונקעןאיז אן אדיעקטיוו (וואס איז עבר), און פארזינקעןאיז א ווערב, וואס טוישט זיך צו א ו' אין עבר, נישט אנדערש פון זינגען - געזונגען.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.