דראפבאקס דעליטעד!!!! נישטא קיין זכר פון מיינע פיילס!!!
פרייטאג צופרי נאכן ווערן אפעקטעד פון די קורצע בלעקאוט דאנערשטאג נאכט אין וויליאמסבורג, האבן מיך מיינע ארבעטערס גערופן אז מקען נישט עקסעסען די לאוקעל סערווער אין אז די אונטערנעט ארבעט נישט, נאכן אראפרופן מיין איי-טי גיי האט ער עס נאך א שעה צוויי צירוקגעשטעלט בה.
כהאב אנגעהויבן ארבעטן אין געזעהן אז א טייל פון מיין גאר וויכטיגע פיילס וואס ווערן געהאלטן אויף ״דראפבאקס״ פעלן, כהאב מיר פארגעשטעלט אז סנעמט צייט ביז ססינקט צירוק פון די קלאוד צו מיין לאוקעל דעסקטאפ.
היינט לאג איך אריין אין מיין דראפבאקס אנליין אין איך זעה אז די אלע פיילס וואס האבן געפעלט פרייטאג פעלן פון די קלאוד!!
גיי איך צו די דעליטעד פיילס פאלדער זעה איך אז סאיז אויך ליידיג!!
געטרייט Rewind אין סווייזט אויך נישט קיין שום פון די דעליטעד פיילס!!
בקיצור מיין גאנצע ביזנעס איז אויסגעמעקט פון דראפבאקס קלאוד!!
אויב איינער קען אריינקומען מיט עני איידיע אויב סאיז דא עפעס צו טוען פליעס עי עס עי פי!!!
יש״כ