נישטא מער א גרעפיקער. וואס איז היינט אנדערש?
אמאל איז מען געגאנגען צו א גרעפיק דעזייינער, רויעל אימעדש, אימעדש 58, אליעזר טארים, וכדומה.
זיי האבן אויסגעהערט וואס מען דארף, און אהערגעשטעלט די עד, די ווערטער, און מ׳איז עס געגאנגען אליין פלעיסן אין די אויסגאבעס און צייטונגען.
היינט, איז אלעס א ״גרופ״, אדער א ״מארקעטינג גרופ״.
די גרעפיקערס זענען פלוצלינג אלע געווארן אויס פעהיג, און פאר יעדע איינצעלהייט פאר א עד דארף מען א באזונדערע ״מומחה וואס דאס טוט ער״
קודם דארף זיין א מיטונג מיט 6 קארפן קעפ וואס גייען לעקן לאליס בשעת מען ברעכט זיך קאפ פאר אן איידיע.
באזונדער דארף מען וויסן וועלכע קאליר HEX די דעזיין וועט לויפן (ווי כאילו אלע פרינטערס זענען קאלאר קאליבּרעיטעד מיט די סארט פאפיר אז די קאלער HEX זאל בלייבן אויף די האר די זעלבע שעיד)
נאכדעם קומט אריין א ״שרייבער״ וואס האט אויך זיין שטאב וואס לעקט קענדיס בשעת מען פיגערט אויס די בעסטע ״ליינס״
פון דארט פארט עס צו א טייפּער, צו א מגיה, צו א שערד פאלדער ווי אלעס ווערט צוזאמגעברענגט, און דערנאך באקומט איינער דעם דשאב צו אויפמאכן א נייע אדאובי דאקומענט, און נעמט זיך אלעס אריינווארפן.
דאס איז אפשר גוט פאר די שטריימלעך אינדוסטרי, ווי די מארקעטינג פירמעס ווילן זיך פארמעסטן מיט די קאסטומערס געלט.
אבער פאר א נישט אויפרייסערישע עד וואס א פלאמבער דארף, איז נישט צו וועם צו רעדן.
נאך אזויפיל יאר, זענען די אלע היינטיגע גרעפיקערס נעבעך זייער אנגעווייטאגט, און מ׳לייגט בּאונדריס על גבי בּאונדריס, כדי חלילה נישט צו ווערן אַבּיוזד (עפעס וואס איז דא אין יעדע אינדוסטרי)
ס׳איז א פאקט אז נישט יעדע גרעפיק ארטיסט פארשטייט אויך צו ביזנעס, און מ׳שטעלט זיך צוזאם עטליכע ארטיסטן צו ווערן אן ארבייטער , אוו מ׳לאזט דעם באלעבאס קער נעמען פון די ביזנעס חלק.
טאקע א פיינע געדאנק, אבער פארוואס דארף דער פשוט׳ע עד באצאלן די אווערהעד פון די ״גרופ״ נאר ווייל דער ארטיסט פארשטייט נישט צו ביזנעס??
וויאזוי האבן זיך די אלע גרעפיקערס אן עצה געגעבן די לעצטע 20 יאר?
מ׳האט עס ריבּרענדעד צו א ״מארקעטינג״ פירמע, און יעצט איז די ערשטע פראגע: דו האסט א באדשעט? בערך 8 טויזנט ביז 80 טויזנט.
פארוואס? ווייל די אפיס דארף זיין שענער ״דעזיינט״ פון דאנעלט טראמפס השגות?
אנשטאט א מענטש זאל זיך לערנען די ביזנעס חלק, בלייבט מען סטאק מיט זיך, און אויסער לעקל לאליס און ניצן AI און זיין בעסער פון א צווייטן מארקעטער, איז נישט מעגליך צו זיין אין ביזנעס…
עולם הפוך.
איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!