What a day מיט ארי חיימאוויטש

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

א מחשבה'לע. ר' אלי'ס פאטער איז גאר א געהויבענע איד וואס זיצט און לערנט יומם ולילה ווי געשילדערט אין דעם עפיזאד און אין נאך מקומות. ווען אלי איז אין אנהויב אריין אין ביזנעס, האט דער פאטער זייער מעגליך געטראכט אז ער האט אפשר נישט אוועקגעגעבן גענוג צייט פאר חינוך הבנים... דא איז אים זיין זון ארויס מכותלי ביהמ"ד נאך קוים 3 יאר אין כולל. אבער די יארן לויפן און די בילד קלארט זיך אויס. ווער איז געווען אלי'ס אינספראציע, וועלכע געשטאלט האט אים גענאגט אז זיין עולם הזה איז ווערטלאז אן תורה?

דמות דיוקנו של אביו...

20,000 לומדי תורה יעדן טאג איז צו פארדאנקען דעם דוגמא אישית וואס ער האט געשטעלט פאר די קינדער!
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

כינור האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:28 pm
א מחשבה'לע. ר' אלי'ס פאטער איז גאר א געהויבענע איד וואס זיצט און לערנט יומם ולילה ווי געשילדערט אין דעם עפיזאד און אין נאך מקומות. ווען אלי איז אין אנהויב אריין אין ביזנעס, האט דער פאטער זייער מעגליך געטראכט אז ער האט אפשר נישט אוועקגעגעבן גענוג צייט פאר חינוך הבנים... דא איז אים זיין זון ארויס מכותלי ביהמ"ד נאך קוים 3 יאר אין כולל. אבער די יארן לויפן און די בילד קלארט זיך אויס. ווער איז געווען אלי'ס אינספראציע, וועלכע געשטאלט האט אים גענאגט אז זיין עולם הזה איז ווערטלאז אן תורה?

דמות דיוקנו של אביו...

20,000 לומדי תורה יעדן טאג איז צו פארדאנקען דעם דוגמא אישית וואס ער האט געשטעלט פאר די קינדער!
זייער שטארק!

איין זאך נאר די 'דוגמא אישית' האט ער נישט געשטעלט פאר די קינדער... נאר פאר 'זיך' און דאס האבן די קינדער צוגעזעהן, זיך שטעלן א דוגמא 'פאר' די קינדער טויגט נישט... איך ווייס אז דאס איז נישט געווען דיין מכוון עס האט מיר אבער געכאפט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28711
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח ר' ארי פאר די געוואלדיגע עפיזאד, די געפילן קומען שטארק אדורך!

און א באזונדערן דאנק פאר'ן אכט געבן בכל התוקף אז די עפיזאדן זאלן זיין אידישליך און ריין פון ראיות אסורות, כאטש עס ווערט טיילמאל פילמירט אויף די גאס וכו'. זכות הרבים!
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דא האסטע איהם...

ער איז שנעל...
אטעטשמענטס
ארי סטאטוס.
ארי סטאטוס.
Screenshot_20240625_171757_WhatsApp.jpg (328.08 KiB) געזען 2760 מאל
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28711
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח!
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

עפענעדיג די דרייוו און ס'שטייט א פולע ''שעה'' לאנג כ'הא'נישט קיין נערווען...

למעשה א חבר מיינע זאגט מיר די ''מוזט'' עס זעהן it's a must!!
כ'קום דא ארויף נאכאמאל זעהנדיג ווי די עולם גייט משוגע פארן עפעסאד אפילו כ'בין געוועהן אויפן וועג צו מעריב נו א בליק העט נישט שאטן...
וואס זאל איך דיר זאגן איך האב מיך געטראפן נאך א שעה דורך קוקענדיג די גאנצע זאך און...

No words I was speechless and emotional on a level!!!

מ'הייבט היינט אן בבא בתרא
'איך' הייב אן היינט ב''ב!!!

ארי! אין כזה בעל העולם!!!!!
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

@ארי גייסט מיר אויך לייגן אויף דיין סטאטוס?...

די עפיסאוד איז עפעס מאסיוו!!!
סיי די תוכן און סיי די עדיטינג...
אנבעליוועבל!!!!
קיט איט אפ!!!

אפשר איז צייט זאלסט עפענען א געהעריגע ניק אזויווי עזרא באדאנסקי...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

איך בין א מענטש וואס על פי רוב קאמאנטיר איך נישט אויף קיין ווידיאוס וכדו', און ס'איז שווער צו שרייבן אונטערן רושם - האלטנדיג קוים אפאר מינוט נאכן ענדיגן קוקן, אבער פארט מוז איך ארויסברענגען מיינע הרגשים:

איך האב קיינמאל געוויסט פונקטליך וואס ס'גייט פאר אינערהאלב עם. די. וויי. ביז היינט. און, איך בין גענצליך אוועקגעבלאזן געווארן. ממש. וויפיל איבערמידליכע כוחות ס'גייט אריין אין יעדן שיעור עקסטער איז ממש צום באוואונדערן. אזויפיל מענטשן זענען אינוואלווד, א מין אפעראציע וואס ווערט נישט געזען אינערגעץ איבער די וועלט, און זיכער נישט אויף א טעגליכע פארנעם. ס'איז מיר נאכאלץ שווער צו פראצעסירן אלע אינפארמאציע און נייע דערהערן מיט וואס מיין מח איז רייכער געווארן אין דעם עפיזאד. נישטא קיין ווערטער וואס קענען מסביר זיין אט די הרגשים.

ר' אלי'ס סדר היום איז א פרישע וואונדער וואס ווען נישט כ'האלט עס מיט אויפן ווידיאו וואלט מיר עס געווען זייער שווער צו גלייבן. א - אזויגערופענע - פשוט'ע איד, א בעל הבית, זאל אוועקגעבן אזויפיל פון זיך, אייגנטליך אלעס פון זיך, פאר די הצלחה פון די שיעורים, אלעס כדי נאך און נאך אידן זאלן קומען צום טעם פון א שטיקל גמרא, די מושג איז דאך הימלשרייענד. עס איז זיכער אז פאר דעם אליין שפירט זיך ווי א חויב מיטצוהאלטן די שיעורים, אדער כאטש מיטצולערנען בכלל. די שלאפן ווייניג, שעות פון זיך צוגרייטן צום שיעור, אגאנצן טאג זיין פארנומען נאר מיט דעם, נאר מיט תורה! ר' אלי, שכרך הרבה מאד! קיינער קען נישט שאצן די ווערד פון די ארבעט וואס איר לייגט אריין יעדן טאג באזונדער מיטן זעלבן פרישקייט!

ביים אויסהערן די מענטשן וואס רעדן איבער ווי די שיעורים האבן געטוישט זייער לעבן, און איבערהויפט ווען ר' ארי האט פארגעליינט/איבערגעטייטש דעם בריוו, האבן טרערן אנגעהויבן רינען פון מיינע אויגן אן רשות. אלעס איז פיין און וואויל, ביזן הערן פון מענטשן זעלבסט וואס זייער גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צוליב דעם, דאס הארץ צעגייט! און אינאיינוועגס פרעגט שוין דאס הארץ אויך די זעלבע פראגע; וואו ביסטו? ווען וועסטו אנהייבן לערנען טעגליך מיט א שטארקקייט? קיין ענטפער איז נישטא, אבער נאך א טרער האט זיך ארויסגעגליטשט. איך ווייס נישט פארוואס, אבער מיר האט געטריגערט דאס מערסטע צו זען די קינדער מיטהאלטן און מיטלערנען מיטן שיעור, איך האב געמיינט איך בין אנגעקומען צום שפיץ עמאציאנאלקייט, ביז די מחזה וואו קינדערלעך קומען זיך צוזאם פונעם אייגענעם ווילן צו לערנען דעם אייבערשטנס תורה.

וכאן מקום להודות, ר' ארי, דו האסט דעליווערט א מעכטיגע ארבעט מיטן עדיטן דעם ווידיאו, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט וויפיל ניגונים עס זענען פארהאן אויף תורה... די הארציגע "ומאירים את העולם בתורה ובמעשים טובים", אינאיינעם מיטן ווידיאו פון די קינדער לערנען, האט ביי מיר געמאכט א שטארקן רושם, און איך האב נישט געקענט צוריקהאלטן די טרערן פון גיסן. ביי יעדן חלק עקסטער האסטו באוויזן מיטן עדיט אנצוקומען טיף אריין אין מיין הארץ, א קונץ וואס ווייניג קענען. ר' ארי, ביסט א מייסטער.

איך האב נישט מער וואס צוצולייגן, חוץ האפן אז איין טאג וועל איך זיך אויך טרעפן צווישן די לומדים. און אוודאי ענדיג איך ביים וואונטשן ר' אלי ער זאל ווייטער מצליח זיין אין זיין תורה אפעראציע, אויף לאנגע געזונטע יארן, ער זאל ווייטער זוכה זיין צו קענען צוברענגען נאך טויזנטער אידן צום טעם פון די הייליגע תורה. און ארי, שכח פאר דיר פארן עס ברענגען צום עולם אויף אזא הערליכן מייסטערהאפטיגן פארנעם. ר' אלי האט געוואלט זיכער מאכן אז דו פארשטייסט ווי ווייט דו קענסט אנקומען מיט דעם אויב טוסטו א גוטע ארבעט, ר' אלי, איר מוזט מודה זיין אז אויף אזאנס האט איר זיך נישט געראכטן...

ר' אלי מחייב את הבעלי בתים!
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

שוואכער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:23 am
👍🏻👍🏻👍🏻
לויט ר אלי זאלסטי יעצט אנהייבן לערנען
האסט די התערוררת מאך א כלי פון דעם
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:20 pm
דא האסטע איהם...

ער איז שנעל...
ער האט א ניק דא ווי מען קען זען האטער געלייקט דע תגיבה...😉
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

איין האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:04 pm
שוואכער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:23 am
👍🏻👍🏻👍🏻
לויט ר אלי זאלסטי יעצט אנהייבן לערנען
האסט די התערוררת מאך א כלי פון דעם
לויט וואו ס'שטייט אין ספרים...
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20574
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

למשל האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:52 pm
https://www.yiddish24.com/cat/227
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
העפיר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:39 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העפיר »

בקע לגלגולת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:23 pm
געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:20 pm
דא האסטע איהם...

ער איז שנעל...
ער האט א ניק דא ווי מען קען זען האטער געלייקט דע תגיבה...😉
wich one
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

העפיר האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:07 pm

גילו
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6187
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

העפיר האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:07 pm
בקע לגלגולת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:23 pm
געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:20 pm
דא האסטע איהם...

ער איז שנעל...
ער האט א ניק דא ווי מען קען זען האטער געלייקט דע תגיבה...😉
wich one
ס'מיינט נישט אז ער האט א ניק, עס קען זיין אז איינער פון די ניקס דא וואס האבן געלייקט האבן געשיקט א סקרינשאט פאר ארי
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

אגב ר' אלי איז געווען א שטיק צייט צוריק אויף לעיטעסט טאלקס, דארט דערציילט ער מער קלארער זיין גאנצע לעבנס געשיכטע...

מורא'דיג!
לעצט פארראכטן דורך Thank you אום מיטוואך יוני 26, 2024 6:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

מה נשמע האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 6:00 pm
עפענעדיג די דרייוו און ס'שטייט א פולע ''שעה'' לאנג כ'הא'נישט קיין נערווען...

למעשה א חבר מיינע זאגט מיר די ''מוזט'' עס זעהן it's a must!!
כ'קום דא ארויף נאכאמאל זעהנדיג ווי די עולם גייט משוגע פארן עפעסאד אפילו כ'בין געוועהן אויפן וועג צו מעריב נו א בליק העט נישט שאטן...
וואס זאל איך דיר זאגן איך האב מיך געטראפן נאך א שעה דורך קוקענדיג די גאנצע זאך און...

No words I was speechless and emotional on a level!!!

מ'הייבט היינט אן בבא בתרא
'איך' הייב אן היינט ב''ב!!!

ארי! אין כזה בעל העולם!!!!!
הייב אן די לעצטע בלאט בבא מציעא
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

Thank you האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:36 pm
אגב ר' אלי איז געווען א שטיק צייט צוריק אויף לעיטעסט טאלקס, דארט דערציילט ער מער קלארער זיין גאנצע לעבנס געשיכטע...

מורא'דיג!
יאפ, לוינט זיך צוהערן, ווי אויך אויף מינינגפול פיפעל פארטיילט ער מער בפרטיות זיין פערזענליכע לעבן.
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

Thank you האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:36 pm
אגב ר' אלי איז געווען א שטיק צייט צוריק אויף לעיטעסט טאלקס, דארט דערציילט ער מער קלארער זיין גאנצע לעבנס געשיכטע...

מורא'דיג!
דעיס איז טאקע די חילוק פון ארי חיימאוויטש מיט אנדערע פאדקעסט. דא הערטמען נישט קיין לעבנ'ס געשיכטע, דא זעהטמען עס.
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

Sunflower האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:26 pm
Thank you האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:36 pm
אגב ר' אלי איז געווען א שטיק צייט צוריק אויף לעיטעסט טאלקס, דארט דערציילט ער מער קלארער זיין גאנצע לעבנס געשיכטע...

מורא'דיג!
דעיס איז טאקע די חילוק פון ארי חיימאוויטש מיט אנדערע פאדקעסט. דא הערטמען נישט קיין לעבנ'ס געשיכטע, דא זעהטמען עס.
ער מיינט זיין היסטערי
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

פרעה מיט פידשאמעס האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:37 pm
Sunflower האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:26 pm
Thank you האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:36 pm
אגב ר' אלי איז געווען א שטיק צייט צוריק אויף לעיטעסט טאלקס, דארט דערציילט ער מער קלארער זיין גאנצע לעבנס געשיכטע...

מורא'דיג!
דעיס איז טאקע די חילוק פון ארי חיימאוויטש מיט אנדערע פאדקעסט. דא הערטמען נישט קיין לעבנ'ס געשיכטע, דא זעהטמען עס.
ער מיינט זיין היסטערי
יא יא, איך ברענג נאר ארויס אלס איינער וואס האט שוין געהערט ביידע פאדקעסט ביז יעצט, איז מיר עס נאכאלץ געווען אינטרעסאנט ווייל דא לעבט מען עס מיט
🌻 🌻 🌻
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

יעצט געזעצן ביי א סיום, א יונגערמאן א בעלבאס זאגט מיר אז סאיז די וואך די ערשטע זונטאג וואס זיין ב"ב גיבט עהם נישט די געווענדליכע שאפינג-דעי עדיטוט ביים גיין צו זיין שיעור תורה נאכן זען די עפיסאד. אשריך הרב חיימאוויטש
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

ישיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:07 pm
Thank you האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:36 pm
אגב ר' אלי איז געווען א שטיק צייט צוריק אויף לעיטעסט טאלקס, דארט דערציילט ער מער קלארער זיין גאנצע לעבנס געשיכטע...

מורא'דיג!
יאפ, לוינט זיך צוהערן, ווי אויך אויף מינינגפול פיפעל פארטיילט ער מער בפרטיות זיין פערזענליכע לעבן.
לינק?
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
אמתער
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:51 am

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמתער »

זילבער פיצער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:14 pm
ישיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:07 pm
Thank you האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:36 pm
אגב ר' אלי איז געווען א שטיק צייט צוריק אויף לעיטעסט טאלקס, דארט דערציילט ער מער קלארער זיין גאנצע לעבנס געשיכטע...

מורא'דיג!
יאפ, לוינט זיך צוהערן, ווי אויך אויף מינינגפול פיפעל פארטיילט ער מער בפרטיות זיין פערזענליכע לעבן.
לינק?
בעל פרנסה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:25 pm
ולדימיר שוקולד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:34 pm
Meaningful people had an interview with Rebbi Eli Stefensky?
ס'איז א אלטע שמועס

https://drive.google.com/file/d/15b4sPO ... sp=sharing
איך זאג אז איך בין א אמת'עראבער איך האב מורא אז דאס איז די גרעסטע ליגענט....
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20085
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: What a day מיט ארי חיימאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

IMG_7525.jpeg
IMG_7525.jpeg (198.42 KiB) געזען 341 מאל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

איך בין יעדעס יאר געפארן, היי יאר האב איך נישט דאס געלט און מ'בלייבט אין שטאט ווי איידער בארגן.
קאנטרי איז אויסדרוקליך א #לוקסוס.

א ניק אויף אייוועלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”