אלעס איבער קשר נפשי אין איר הייליגע מיסיע
קודם ווילעך קלארשטעלן איך בין נישט קיין שרייבער, נאר איך ביז זייער איבערגענומען געווארען פין די הייליגע ארבעט פין קשר נפשי אין איר הייליגע ציהל
האמיר געפנט דעם אקאונט 'קשר נפשי' מיט אפענעם ציהל, צו ברענגן אויפמערקזאמקייט דערוועגן - כ'שטעל דערביי קלאר אז כ'פארטרעט זיי נישט אין זיי ווייסן אפילו נישט ווער איך בין
לענ''ד קען זייער העלף קען שטארק בענעפטירן אסאך עלטערן וואס ווייסן נישט וויאזוי אנצוקוקען אין האנדלען אזא מצב
ספעציעל יעצט ווען זיי גרייטן זיך צום ערשטן מאל צו מאכען א אידיש רעדענדע צאמקום קען עס אזויפיל ארויסהעלפן פאר אזויפיל היימישע עלטערן
בדרך כלל פעלט א געוואלדיגע חסרון ידועה ביים היימישע ציבור דערוועגן, חוץ פין דעם וואס איז זייער שווער ארויסצוקמען ברבים
לאמיר האפען אז די נאכפאלגענע דיסקאשען אין אינפארמעישאן וועט העלפן די וואס קענען עס ניצן
פארשטייט זיך אז נישט אלעס קען מען דא ברענגן אין כ'בעט מ'זאל ניצן שכל וואס יא אין נישט צו שרייבן אויף א פאבליק פארום
אויב וועט דא אויסקומען צו רעדן אדווייז, זאל מען נישט נעמען אלס פראפעשאנעל אדווייז, נאר מ'זאל ניצן א מומחה
זעלבסט פארשטענדליך אז אויב האלטן די מנהלים אז די נושא טאר בכלל נישט ווערן דעבאטירט ברבים דאן ידי מסולקת