עס איז דא פון מאיר ברוך קאהן. ווואזוי קען מען ארויפלייגען אן א דרייוו?
שיין אין פיין אבער באלאנגט נישט דא
פארוואס נישט?
דא איז א ההתחלה פין זמירות יוסלה ווי ער זינגט אליין, נישט ווי אנדערע חזנים זינגן זיינע שטיקלעך (אין לדבר סוף) כמיין אז ר' מאיר ברוך דארף צו האבן א אשכול, שם מקומו הראוי והמכובד.
איז ווי איז עס?
אויב קענסטו נישטדיין רבי'נסיחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון דיאלופי עשוקענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
עס איז דא פון מאיר ברוך קאהן. ווואזוי קען מען ארויפלייגען אן א דרייוו?
שיין אין פיין אבער באלאנגט נישט דא
פארוואס נישט?
דא איז א ההתחלה פין זמירות יוסלה ווי ער זינגט אליין, נישט ווי אנדערע חזנים זינגן זיינע שטיקלעך (אין לדבר סוף) כמיין אז ר' מאיר ברוך דארף צו האבן א אשכול, שם מקומו הראוי והמכובד.
@חזנות בדורנו אויב איז די סיבה פארוואס דו גייסט נישט ווייטער מיט דיין פראגראם וואס די האסט אנגעפאנגען דא וועגן ס'איז ספירה, האב פאר דיר גוטע נייעס אז איך האב באקומען א היתר פון א דיין צו הערן אלטע חזנים אום ספירה וויבאלד מ'הערט עס נישט פאר די מוזיק ווייל די מוזיק איז נישט שיין בכלל.
אגב. סדא פלענטי שטיקלעך פון יאסעלע אנע מוזיק בכלל. מי שברך. תקע (הראשון). יברך את בית ישראל. מי כשם אלוקינו. ועוד כמה פון די ערשטערע נישט אזוי באקאנט אבער צוקערדיג
@חזנות בדורנו אויב איז די סיבה פארוואס דו גייסט נישט ווייטער מיט דיין פראגראם וואס די האסט אנגעפאנגען דא וועגן ס'איז ספירה, האב פאר דיר גוטע נייעס אז איך האב באקומען א היתר פון א דיין צו הערן אלטע חזנים אום ספירה וויבאלד מ'הערט עס נישט פאר די מוזיק ווייל די מוזיק איז נישט שיין בכלל.
אגב. סדא פלענטי שטיקלעך פון יאסעלע אנע מוזיק בכלל. מי שברך. תקע (הראשון). יברך את בית ישראל. מי כשם אלוקינו. ועוד כמה פון די ערשטערע נישט אזוי באקאנט אבער צוקערדיג
ווייס איך אבער רבונו של עולם פון ספירה מיין איך איז נאר דא מיט מוזיק און על שם דאס האב איך דאס געזאגט
אויב קענסטו נישטדיין רבי'נסיחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון דיאלופי עשוקענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אין בעפארברייטונג צום 91'סטע יארצייט פון מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט און כדי אויפצופרישן די אשכול, גרייטן מיר זיך בעזר ה' בלי נדר צו ארויפלייגן אונזער מייסטערפולע ווערק וואס מיר ארבעטן שוין דערויף א לאנגע תקופה, וואס וועט אינהאלטן אין זיך א לענגערע פראקטישע באריכט איבער די 9 ניגונים וואס @חזנות בדורנו האט ארויפגעלייגט, אזוי אויך א ברייטע אנאליז איבער די תקופות פון די רעקארדירינגען פון יאסעלע. ווארט מיט שפאנונג!!
הערשל הקטןהאט געשריבן:↑זונטאג יוני 16, 2024 4:25 pm
אין בעפארברייטונג צום 91'סטע יארצייט פון מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט און כדי אויפצופרישן די אשכול, גרייטן מיר זיך בעזר ה' בלי נדר צו ארויפלייגן אונזער מייסטערפולע ווערק וואס מיר ארבעטן שוין דערויף א לאנגע תקופה, וואס וועט אינהאלטן אין זיך א לענגערע פראקטישע באריכט איבער די 9 ניגונים וואס @חזנות בדורנו האט ארויפגעלייגט, אזוי אויך א ברייטע אנאליז איבער די תקופות פון די רעקארדירינגען פון יאסעלע. ווארט מיט שפאנונג!!
קודם כל א גרויסען יישר כח פאר @חזנות בדורנו פאר'ן הערליכע רייכער ארבעט. איך וועל פראבירן צו געבען מער פאקטישע הערות אויף יעדער שטיקל עד כמה שידי מגעת. חלק א: לאמיר אנפאנגען מיט א קורצע הקדמה איבער די היסטאריע פון די רעקארדינג קאריערע פון יאסאלע.
יאסעלע ראזענבלאט איז געבוירן אין יאהר 1882 (כ׳ אייר תרמ״ב ג' פרשת בה"ב), און האט חתונה געהאט זייענדיג אכצן יאר אלט, אין יאר 1900 למס' (כ"א אב תר"ס). גלייך דערנאך איז ער געווארען חזן אין די שטאט מונקאטש פאר איין יאר, ער איז ממש צוכאפט געווארן אלס חזן, אזוי ווייט אז די קאנטראקט מיט קהילת מונקאטש איז געשריבען געווארען נאך אינמיטען שבע ברכות אום מוצאי שבת כ"ד אב תר"ס. דערנאך איז ער אריבער קיין פרעשבורג ווי ער האט געדינט אלץ חזן פאר 5 יאהר, צווישן די יארן 1906 - 1901, (פון אלול תרס"א ביז זוממער תרס"ו). די פינף יאר זענען געווען די רואיגסטער און באקוועמסטע יארן, און ממילא דו מערסט פראדאקטיווע ווען אסאך פון דו קאמפאזיציעס זענען דאן נתחבר געווארן, א פאפיר אין פענסיל זענען שטענדיק געווען אויף די נאַכט שענקעל אזוי אז אויב וועט עם איינפאלען א מוזיקאַליש געדאַנק אינמיטן נאכט זאל ער עס קענען גלייך אראפשרייבען, און האט טאקע אין יענע תקופה מפרסם געוווען זיין 'שירי יוסף' א קאלעקציע פון 150 תפילות ונוסחאות, אזוי אויך איז ער איז געווארן היימיש מיט די 'פרעשבורגער ישיבה' (ער אליין איז קוים געווען א ניינצען יעריגע פרישע אברך), בחורים פלעגן עסען ביי עם אויף שבת און אזוי האט ער גענומען דו בחורים וואס 'פארשטייען' צו מיוזיק פאר די קאפעליע אין דו פרעשבורגער שוהל. אין יענע תקופה האט מען עם גערופען 'יאסעלע פרעשבורגער'.
דאס איז א בילד יאסעלע מיט בני מקהלתו אין פרעשבורג:
11Cantor Yossele Rosenblatt with his choir in Pressburg (Bratislava), Slovakia, 1901-1905-min~1.jpg (38.71 KiB) געזען 2101 מאל
דארט האט זיך אנגעפאנגען זיין ריקארדינג קאריערע (אין לעצטער זוממער פון פרעשבורג1905) ער האט זיך אריבער גאכאפט צום דענעבענדיגן שטאט וויען (ער פלעגט כסדר אריבער פאהרן קיין וויען צו נעמען דארטען voice lessons) אין רעקארדירט פאר די Edison Company of Vienna דאס איז געוווען א צילינדער ריקארדינג נישט א 'דיסק' (פלאטע), דאכטצעך אז נאר פריוואטע קאלעקטערס פארמאגן דאס – וויבאלד די רעקארדינג אינדעסטרי איז אריבער אויף דעם מער פראקטישע פלאכע 'רעקארדס', ממילא האט מען נישט איבער געקאפיעט און ס'כמעט נישט געבליבען פון דעם (חוץ פון דעם אז ס'איז אסאך מער קאמפלעצירט צו קאפיען א צילינדער ווי א פלאכע דיסק, און מען האט נישט געקאפיעט אין די מאסען אזוי ווי א דיסק).
דערנאך איז ער געווארען חזן אין האמבורג דייטשלאנד פאר זעקס יאהר - צווישן די יארן 1912 - 1906 אין די שפאגל נייע בית הכנסת מיטן נאמען 'בורנפלאץ שוהל' (דאכצעך אז די גאס האט געהייסן 'בורנפלאץ') וואס איז באנייט געווארען אין יענעם יאהר כ"ג אלול תרס"ו מיט 1200 זיץ פלעצער, (ס'איז פארברענט געווארן אין קריסטאל נאכט, לעצטנס האבן די 'אידישע געמיינדע' פון האמבורג צוריק באקומען די שטח אין פלאנען צוריק צו בויען דעם שוהל) און יענע תקופה האט ער רעקארדירט פאר דעם'עדיסאן' רעקארד קאמפאניבמשך צוויי יאר1908-1909, פין דעם איז דא כמעט אלע ניגונים – ווי לדוגמא דעם 'אתה יצרת' וואס מען האט ארויף געלייגט דא אויפ'ן אשכול, און נאך.
דא איז א בילד פון די שול אין האמבורג, ווי אויך א בילד פון אינעווייניג ווי מ'קען זען די באלעמער ווי יאסעלע פלעגט שטיין:
אין יאר 1912 איז ער אריבער קיין אמעריקע ווערענדיג דארט חזן פאר די 'אוהב צדק' שוהל(ערשטער הונגארישע קהילה אוהב צדק געגרינדעט אין 1873)דארט האט ער אנגעהויבען צו ריקארדען פאר צוויי קאמפאניס Victor און Columbia, ביי די ריקארדינג'ס מיט א קווייער פון יענע תקופה שטייט צוגעצייכנט אז דאס איז די'כאהר פון קאנגערעישין אוהב צדק', מיטן קאנדאקטער פונעם קווייערצבי הירש וואהל(הערמאן) וואס איז גראדע געווען א קאמפאזער אויך. אין 1926 האט ער רעזעגנירט פון 'אוהב צדק' אין יענער יאהר האט ער געדאווענט ימים נוראים(תשרי תרפ"ז)אין שיקאגו מיט א קווייער פון 35 חברה געפירט דורך מאיר מאכטענבערג, מ'האט געדינגען א גרויסע זאל אין ס'האבן זיך משתתף געווען 3000 מתפללים, יענעם סוכות האט ער געדאווענט אין 'דעטרויט', פסח דערנאך האט ער נאכאמאל געדאווענט אין שיקאגו.
דא איז א מודעה פאר יאסעלע'ס טל פסח אין שיקאגו.אז איר ווילט אן עונג יו"ט באשטעלט יעצט אייער טיקעט…
יוסלה טל פסח .png (120.84 KiB) געזען 2110 מאל
אין 1927 האט ער געדאווענט ימים נוראים(תשרי תרפ"ח)אין פילעדעלפיע, אין דערנאך(סוכות תרפ"ח)האט ער אנגעהויבן דינען אלס חזן אין בארא פארק פאר די'אנשי ספרד'שוהל, לגבי די רעקארדינגס שטימט עס טאקע אין יענע תקופה ווען ער האט רעקארדיט מיט א קווייער, איז עס געווען מיט'ן באקאנטען 'מאיר מאכטענבערג'קווייער נישט מיט 'אוהב צדק כאהר'. ביי דער Wall Street Crash אין יאהר1929האט דער 'אנשי ספרד' קהילה נישט געקענט מער שטיין ביי דער קאנטראקט, (פון 12 אלפים יעהרליך), די מער פארמעגליכע קהילה 'אוהב צדק' האבן פאר דערווייל עס יא געקענט עפארדען אין ג'חתמ'עט א קאנטראקט פאר 9000 דאלער יעהרליך(ס'דאך געווען נאכ'ן וואל סטריט קראך)אבער דאס האט זיך אויך נאר געהאלטען פאר א קורצע תקופה ביז 1932(סוף ווינטער תרצ"ב).
בדרך אגב פון1909אין האמבורג ביז יאר1913אין ניו יארק - וואס דאס קומט אויס אין זיין עלטער צווישן26יאר ביז31יאר - איז נישטא קיין ריקארדינגס, און דאס איז דער גרעסטע gap פון יארן אין דער ריקארדינג קאריערע, – אזוי אויך איז דאס לכאורה די סיבה אז עס איז דא אזא חילוק אין די ערוואקסנקייט פון זיין קול. אין יאר1913האט ער רעקארדירט פאר די קאמפעני Victor. דערנאך איז אריבער צו די קאמפעני Columbia משך די יארן פון1914ביז1919בערך. אין1920איז ער צוריק קיין Victor ביז צום סוף פון זיין ריקארדינג קאריערע אין1930. די צעהן יארן 1920-1930 פין ויקטאר איז דו ריקארדינגס ארויף א שטאפל (דאכצעך אז ס'איז אויך קלארער) און כמעט יעדער שטיקל האט א געהעריגע מוזיק ערענדזשמענט און ארקעסטרע, אזוי אויך אין די שפעטערע יארן מיט די קאלירפולער עלעקטראנישע אורגען. (צ.ב. 'ובנחה יאמר' 'אנת הוא שליט' ועוד).
חלק ב': און יעצט וועלן מיר אריבער אביסל צו די היסטאריע פון אודיאו ריקארדניג. ביז 1925 האט מען רעקארדירט מעכאניש acoustic דאס הייסט אז מען האט אריינגעזינגען אין א גרויסע 'הארן' (קרן - horn) וואס האט צוזאמגעונמען דו ווייבערעשינס פונם קול, אין ביי דער שמאלער ענדע פונעם הארן איז געווען א נידעל styles וואס האט אריינגעקרוצט א ספיירעל קריץ אין א וואקסענעם דיסק פלאטע וואס האט זיך געדרייט אויף א turntable, אין רעקאציע צו דעם ווייבערעשיאן האט עס אריינגעקרוצט אן אייגענארטיגע צורה פונעם sound wave דאס הייסט אז בלויז די שטארקייט פון די קול האט אקטעוועטזירט דעם נאדעל, אין דעם אופן האט עס נישט אויפגעכאפט געוויסע soft קולות אין אפילו ווען יא, האט עס נישט אויפגעכאפט דאס 'גאנצקייט' פונעם קול, אין אפילו נאכען עס אוסקלינען מיט דעם היינטיגן עדיטינג טעכנאלאגיע, וועט עס נאך אלס נישט העלפען, ווייל די acoustic האט פשוט נישטאויפגעכאפטדי גאנצע שלמות פונעם קול, אין ס'בכלל נישט געווארן רעקארדירט אויפן דיסק(ס'איז נישט געווען high fidelity ד.ה. ס'איז נישט געווען 'נאמן צום מקור').
און דאן אין יאהר 1925 האט מען ערפונדען דעם 'עלעקטריק' ריקארדינגס - דער 'מייקרעפאן'(דער עצם מייקרעפאן האט מען שוין גענוצט פאר דעם ביי טעלעפאן'ס אבער יעצט האט מען עס צום ערשט צאמגעלייגט מיטן 'רעקארד')די מייקרעפאן ווערט גענוצט צו קאָנווערטן דעם סאונד צו אן עלעקטרישן סיגנאל דערנאך האט מען עס amplified, און דו עלעקטראנישע סיגנאל האט אקטעוויזירט די רעקאָרדינג נידעל ניצענדיג עלעקטריק פאווער. די מייק איז גאר סענסטיוו אין האט געקענט אויפכאפן מער א פוהלער אין רייכערער אין דיטעילד סאונד, און א ברייטער רעינדש פון סאונד, - דעס איז פון די גרעסטע ערפונדונגען פון דעם אודיאו ריקארדינג אינעדסעטריאויב נישט די גרעסטע!!. The acoustical recording process could capture only a limited range of audio frequencies approximately 100 to 2500 Hz - The Electric system greatly improved the fidelity of sound recording, increasing the frequency range to a much wider band between 60 Hz to 6000 Hz
אין דער ערשטער פאבליק debut פון דעם טעכנעלאגיע איז דער עולם ארויס אין עקסטאז, זיך 'געריבען די אויערען' נישט גלייבענדיג אז די סאונד קומט פון א 'סאונד מאשין' אין נישט פון א לייוו פרעזענטאציע - די קלאהרקייט אין ריעליסטישקייט איז ארויף צום נעקסט לעוועל, און מיר האבען זוכה געווען אז יאסאלע האט נאך רעקארדירט מיט דעם (די חילוק פון Acoustic VS Electric איז א גרעסער חילוק פין א electric record ביז דע היינטיגען דיג'יטעל לדעתי) מען קען זאגען אז אויב האט אן ארטיסט דערלעבט דעם electric recording era דאן אין א געוויסע זין האט מען preserved זיין קול צום מאקסימום, די אפערע זינגער 'קארוזו' האט דאס נישט דערלעבט נאך וואס ער איז געשטארבן אין 1923 (יאסעלע האט דאך געהייסען the jewish caruso). - מיר וועלן פראבירן צו צוצייכענען בהמשך וועלכע ריקארדניג פון יאסעלע איז א E"R.
נאך א פונקט, ווי באקאנט איז די 'ריקארדינג טיים' פון אRPM 78רעקארד (ד.ה.זיך געדרייט 78רונדעספערמינוט) בלויז 3-5 מינוט א זייט,(ווענדט זיך אויך אין די סייז פונעם רעקארד, א 10 אינטש אדער א 12)וועגן דעם איז די ניגונים אדער קורצע 3-4 מינוט (אויף יעדער זייט א באזונדער ניגון) אדער 6-8 מינוט אויף ביידע זייטען פון דעם רעקארד מיט א געוויסע split אינדערמיט, דאס האט מען געדארפט אן עקסטער חוש, ווייל חוץ פון קאמפאזען די ניגון האט מען אויך געברויכט אז ס'זאל שטימען אז בערך אינדערמיט זאל זיין א קליינער הפסקה צו איבער דרייען דעם רעקארד(ווי לדוגמא ביי די ניגון פון רבונו של עולם ספירה ביי די ווערטער 'ובכן יהי רצון מלפניך')- דאס מיינט אז אפאר מאל איז דער צוויטער חלק ניגון בכלל נישט רעקארדירט אינעם זעלבען טאג.
נאך איין נקודה, ווען מען איז אריין אין סטודיאו האט מען גענומען אפאר takes פון יעדעם ניגון,(יאסעלע האט געקענט איבער זינגען איין ניגון אזויפיל ווי 9 מאהל), בדרך כלל האט מען געמאכט די קאפיס פון איין take אבער אין געוויסע פעלער האט מען געפאבלישט צווי טעיקס ד.ה. אז ס'איז פאקטיש דא נאך א ווערסיע פונעם זעלבען ניגון, אמאל כמעט אהן קיין שום חילוק אין אמאהל מיט קליינע שינויים. – נאר שפעטער ווען סאיז ארויס די LP רעקארדס (ד.ה.LongPlaying) וואס זענען געלאפן שטייטער אויףRPM 33און געהאט מער ריקארדינג טיים, האבען זיין גענומען א 78 רעקארד אין דאס איבער געשפיעלט אוף אן LP, אין דאס איז געווארען דעם ברייט באקאנטען ווערסיע מיט וואס מיר זענען אלע אויפגעווקאסן, אין פון דעם האט מען געמאכט די טעיפס אין דערנאך די סידיס,(חוץ פון עוד יוסף חי סעריע וואס זענען געגאנגען צוריק צום שורש צו די 78)ממילא אז מען גייט צוריק צום 78 דאן קען מען צומאל טרעפען געוויסע rare takes.
המשך יבוא בעז"ה נאך אויף דער נושא, און דערנאך א קורצע הקדמה אויף די ווידאו ריקארדינגס פון יאסעלע.
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !! פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען ! גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום ! אונז גייען שוין זיין וואויל!
דא האט איר צוויי בילדערbefore & afterפון דעם ויקטאר סטודיו אין ניו דזשערסי, די ערשטע איז פון די אַקוסטישע עפאכע, און די צווייטע איז הארט נאכן אפגרעדען צום עלקטראנישען מייקרעפאן. דאס איז גענוי די זעלבע סטודיו(מערקט די לייטס וואס הענגען און די פירהענג)און מיט דעם זעלבען ארקעסטרע! ביי די acoustic האט מען געדארפט זיצען צושטיפט ארום די הארן, אויף א אופן אז קודם זאלן געהערט ווערן די שוואכע קולות אזוי ווי דיString instruments(מערקט אז עס איז געווען מעגליך צו נוצן בלויז צוויי נאָרמאַלע פידעלען, די אנדערע זענען Stroh violins זיי האבן אן אייגענע 'הארן' וואס דאס געט א העכערע און א piercing timbre ענדליך צו א טראמפט)און פון אינטען זיצן דיBrass instruments, א וואקאליסט זינגער האט זיך געדארפט שטעלן גלייך אין פארענט פונעם הארן, און זיך רוקען נענטער און ווייטער לפי די שטארקייט(ביי א 'קאפשטימע' האט מען זיך געדארפט רוקען נענטער צום הארן).
victor acoustic recording session in studio 1.jpg (93.14 KiB) געזען 1768 מאל
אין צווייטען בילד זיצן אלע אויסגשפרייט, וויבאלד די מייק איז אזוי סענסעטיוו האט מען געלייגט קארפעט אויפן ערד כדי נישט צו אויף כאפען זייטיגע קולות און אביסעל איינזאפען דו בעקגראונד noise, אויך וויבאלד די סאונד איז אריבער עלעקטראניש מיט ווייערס האט שוין דו 'וואקסענעם דיסק אפאראט' געקענט זיין אין אן אנדער צימער אפשר גאר אן אנדערע שטאק.
victor electric recording session in studio 1.jpg (46.48 KiB) געזען 1768 מאל