פאעזיע און גראמען - גראמען און פייטנות, אויף יעדעם און אלעס

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

פאעזיע און גראמען - גראמען און פייטנות, אויף יעדעם און אלעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

כ'גלייב אז פונקט ווי מיר זענען דא אידן צווישן אונז וואס שרייבן פאר זיך כסדר, און קענען באשטיין צו מהנה זיין אנדערע וואס גלייכן צו ליינען, ווי אויך ארויסצוגעבן זייער טאלאנט ערגעץ, אן ס'לאו דוקא איבער א געוויסע נושא, אשר ע"כ עפענען מיר דא דעם אשכול, צו קענען לופטערן כל ערליי פאו"מ'ס און גראמען, נישט פאר קיין מתנות וכדו' ווייל פאר דעם איז שוין דא אשכולות.
כ'הייב אן מיט איינס וואס כ'האב לעצטענס געשריבן איבער א געוויסע צער וואס כ'האב געהאט, מ'קען כאפן צווישן די שורות.
אטעטשמענטס
בכיה.jpg
בכיה.jpg (47.86 KiB) געזען 306 מאל
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פאעזיע און גראמען - גראמען און פייטנות, אויף יעדעם און אלעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

בס"ד
געשריבן אין א שווערע מינוט
במסתרים תבכה נפשי


איך זעץ מיך אנידער אן מאכט
אין מיינע מחשבות פארטראכט
אין א פינסטערע נאכט
מיין מח פארשמאכט
פארלוירן איז מיין פראכט
מינע אויגן פארמאכט
פון טרערן פייכט
צוזעצט און צוקראכט
ס'דרוקט מיר פילייכט
איך זוך א וועג ארויס, וואס זי לייכט

צובראכן אינגאנצן
די אותיות טאנצן
מיינע אויגן זיי גלאנצן
מיינע מחשבות באונצן
איך זיי צו באלאנסן
מיינע שוואכע שאנסן
איך זיך א פרישע האפענונג צו פלאנצן

מיט טרערן אין די אויגן
זיץ איך געבויגן
געמאסטן און געוואויגן
יעדעס ביסל כח ארויסגעצויגן
מיינע מחשבות אוועקגעפלויגן
איך נעם אפיר א בויגן
וואס וועט מיר נאך טויגן
איך זוך מיר אן עצה כראוי וכהוגן

ס'באנעמט מיך א היץ
צובראכן איך זיץ
באגאסן מיט שוויץ
מיינע באהאלטענע כוחות איך ניץ
ס'לויפט מיר דורך א בליץ
אוי טאטע באשיץ
ס'שוין גארנישט קיין וויץ
איך זיך א וועג צום אמאליגן גוטס

מיינע יארן פארלאפן
ביז כ'האב מיך געטראפן
פון די מצב אנטלאפן
אויף מיין באשערטע האפן
ווילאנג וועל איך נאך בלאפן
איך זוך צו וועם זיך ארויסרעדן אפן

ביי א חתונה אנטייל גענומען
ס'איז זייער שווער אנגעקומען
מיט מחשבות ארומגענומען
פארוואס איז מיר דאס געקומען
טוה איך שטיל ארויסברימען
מיין געזיכט פארקרומען
א ישועה זוכן כ'בין פארנומען
טאטע טוה שוין באשטימען
איך זיך ווער קען מיך העלפן די שווערע צייט אריבערשווימען

כ'ווארט שוין יארן אין די ליין
ס'איז זיכער אז ניין
קיינער קען מיך פארשטיין
אפי' די עלטערן מיין
לינדערן מיין פיין
מיט וויינען ווען איך וויין
צו מיין זייט שטיין
פאר מיר דא זיין
טאטע: איך וויל שוין בויען א שטוב אליין
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פאעזיע און גראמען - גראמען און פייטנות, אויף יעדעם און אלעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

אי"ה לרגל פורים קטן קומט א שיינע שטיקל ארבעט אין לשה"ק בעז"ה, סטע"י טאאנע"ד!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פאעזיע און גראמען - גראמען און פייטנות, אויף יעדעם און אלעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

האט עטס
אטעטשמענטס
Slide1.JPG
Slide1.JPG (294.77 KiB) געזען 170 מאל
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3260
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: פאעזיע און גראמען - גראמען און פייטנות, אויף יעדעם און אלעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

פייטן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:32 pm
האט עטס
מאסיוו! די תוכן, די שפראך, די ריטעם, אלעס... א 10 פון 10!
לפנות בוקר
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פאעזיע און גראמען - גראמען און פייטנות, אויף יעדעם און אלעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”