איך זעה דא מער אומוויסענדקייט פון די עלטערן - ווי אזוי א רילעשענשיפ צווישן א קליין קינד מיט די עלטערן דארף צו זיין, ווי אזוי דיציפלין גייט צו און ווען צו זיין ווייעך און בעיקר ווי אזוי צו אנקוקען און שפירן די עלטערענ'ס קאנעקשאן און התחיבות פארן קינד וכו' (און עס איז נארמאל נישט צו וויסן. פון ווי זאל מען דען וויסן?!) - ווי א פראבלעמאטיש קינד. אלעס וואס דו שרייבסט וועגן די קינד'ס אויפפירונג איז זייער נארמאל מעגליך זאלסטו הערן שיעורים אדער הדרכה בענין זה.
געהערט אמאל א שיינע שיעור פון ר' דוד הירשלר שליט"א בענין זה, גאר קלאר אראפגעלייגט די פשוטע יסודות וואס פאר עטליכע פארשטענדליכע סיבות איז עס פארגעסן ביי אסאך.

ס׳האט זייער ווייניג מאל געדארפט קומען דערצו מ׳זאל עס האלטן כמעט ביים אויספירן, איינמאל דא איינמאל דארט, האט מען געמוזט, אבער די שטארקע ליבשאפט האט ב״ה איבערגעוואויגן און צוביסלעך צוביסלעך האט זי אנגעהויבן נאכלאזן, איינזעענדיג אז דאס פירט נישט אין ערגעץ נישט, מיט איר טיפע שכל און קלוגע פארשטאנד - און נאכאמאל מיט אסאך אסאך עקסטערע ליבליכע אטענשאן און ספעציעלע אויפמערקזאמקייט - האט זי ב״ה זיך אויסגעלערנט אז לא זו הדרך, מ׳דארף באהעיוון, מ׳דארף פאלגן, מ׳טאר נישט טשעפענען, און אצינד ביי די 5 יאר זעט מען דאר א אנדערע מענטש ב״ה.
ארבייטנדיג האנט ביי האנט מיט די סקול ווען זי האט אנגעפאנגען גיין ביי די 3 יאר אין סקול האט זיך ארויסגעשטעלט אז דארטן איז זי געווען די זעלבע זאך, קאנטראלירט און מאניפולירט די גאנצע קלאס, קיין איין טיטשער האט איר נישט געקענט איבערקומען זי זאל איינזיצן אדער זיך צושטעלן צום סיסטעם, פון אלע טריקס האט כמעט גארנישט געארבייט, זי האט איבערגעקלוגט די מנהלת און סעקרעטארן צענדליגע מאל, יעדער האט איר געקענט...
א יאר דערויף האט שוין די נייע טיטשער געוואוסט אז דא קומט א תלמידה וואס פאדערט כוחות, אבער וואונדער איבער וואונדער האט זיך די זאך צוביסלעך אנגעהויבן סעטלען. עס האט אונז זייער געוואונדערט קודם, ביז מיר האבן זיך געכאפט אז מיר האבן געהאט געזאגט פאר די ערשטע טיטשער אז די איינציגסטע זאך וואס ארבייט ביי איר איז זיין שטרענג, ממילא איז זי געווען שוין צו שטרענג, אן דעם צולייגן באזונדער הארץ און געפיל.
די נייע טיטשער האט שוין אנגעהויבן צולייגן פיל מער ליבשאפט, הארץ און מחשבה, אריינטאנען אין איר, ארויסהייבן אירע מעלות און האלטן קאפ אויף איר צו פרובירן אנהאלטן איר גוטע מאד, מיר האבן אויך אנגעפאנגען צו אנערקענען אינדערהיים אז נאר דאס ארבעט, באזונדערע אטענשאן, אסאך הארץ און גיסן עקסטערע שטארקע ליבשאפט עד אין שיעור וערך העלפט צוצולאזן איר הארטקייט.
די קאמפלימענט וואס די מנהלת האט אונז געגעבן נאכן זיך דורכרעדן האט זי פארגעזאגט אז דאס קינד האט בעצם אין זיך גאר שטארקע כוחות, זי וועט קענען בע״ה גאר שיין אויסשטייגן, און נוצן דייקא די קוואלעפיקעישאנס וואס זי פארמאגט צו קענען פירן א גאנצע סקול און האלטן יעדן אין ליין צו גיין לויט איר שפאן, זי האט אין זיך דעם פאוער.
די מעין טינק איז צו זיכער מאכן אז ס'איז נישט קיין מלחמה צווישן דיר מיטן קינד, ס'איז א טעכנישע זאך אז מ'דארף פאלגן און צו דעם ראלע דארף זיך די קינד צושטעלן.
ווען א קינד איז אין א רואיגע מצב וועט ער זיכער מאכן נישט צו דארפן אנקומען צו א מצב פון כאפן א גלעט. עס וועט אויך צעביסלעך אנהייבן ארבעטן אויף אנדערע צייטן ווען זיי גייען ארויס פון די כלים, די מח וועט ווערן פראגראמירט.

כ'הער...
וועלכע סדרה גייט די וואך, לך לך גיי פאר דיינעט וועגן (ר' דוד ח. ווייס)