🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:14 pm
חלקי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:34 pm
אן א נאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:25 pm
From google

Which is worse obesity or smoking?
Not only does obesity have more negative health consequences than smoking, drinking, or poverty, it also affects more people. Approximately 23 percent of Americans are obese. An additional 36 percent are overweight.

ווילאנג משטעלט נישט קיין משגיח ביי יעדן אינדערהיים צי זען וואס ער קויפט און וואס ער עסט זאל מען נישט האקן א קאפ וועגן טרינקען
די שטותים און אלע אנדערע שטותים דא קענען ווערן מסודר מיטן אייך אריין זעצן איין מאל שבת אינדערפרי אינעם הויז פון אן אנגעטרינקענער און אייך לאזן מיט האלטן ווי אזוי די ווייב און קינדער סאפערן.
וויפיל איז טאקע דא אזעלכע ?
לאמיר זאגן אז סאיז נאר איינער.

און יענער איז פערצופאל דיין טאטע…
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ר' ישראל גאלדשטיין - טרינקן אדיקשאן: מיט א זעלטענע דרייסטקייט קומט ר' ישראל ארויס אין די עפענטליכקייט צו דערציילן זיין געשיכטע ווי אזוי ער איז געווען צוגעבינדן צום ביטערן טראפ, און זיך ארויסגעזעהן דערפון איידער עס איז געווען צו שפעט
https://www.yiddish24.com/interviews/38/83973
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

איבערלעבער פון געמבלינג אדיקשאן פאר 12 יאר: נאכן אריינפאלן אין די טינקעלקייט פון געמבלינג אדיקשאן פאר 12 יאר, האט אונזער גאסט זוכה געווען צו זיין אייגענע נס חנוכה און זיך אנגעשלאסן אין א פראגראם וואס העלפט מענטשן מיט אדיקשאנס: הערט זיין דראמאטישע געשיכטע פון האפענונג און ליכטיגקייט
https://www.yiddish24.com/interviews/38/75147
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

נשמה ווינקל - מענטל העלט: א שמועס מיט ר' יוסף פלאהר אובער די ענין פון אדיקשענס
https://www.yiddish24.com/health/189/72529
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:20 pm
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:53 pm
שפילקעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:47 pm
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:17 am
איך מיין מען קען אפטיילן די שמועס.

דא א מין זאך ווי א אלקאהאליק איך מיין אז לית מאן דפליג על זה

דערנאך איז דא א שמועס צו איין גלעזעל קידוש און א לחיים נאך די פיש איז א פראבלעים…
יעדע אלקאהאליק האט אנגעהויבן מיט א לחיים נאך די פיש, נאר ערגעץ ווי האט ער פארלוירן טרעק.
פארשטייסט אבער אליינס אז זאגן אז מען טאר נישט מאכן א לחיים נאך די פיש איז אבסורד.
פאר אן אדיקט?

דיין נאכנאנדע נישט קענען אראפשלינגן די אווערנעס, און נישט פארשטיין אז אבימלך רעדט צו איינער וואס רעדט זיך איין אז ער קען עס יא פארנעמען נאר די דורכפעלער האבן יעדע איינס א באזונדערע תירוץ - דערהייבט די אויגן ברעמען. און איך שאקל מיט די קאפ אויף די תגובה.
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:55 am
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:49 am
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:47 am
חברה,

אלקאהאל איז א גרועסער פראבלעם ביי אונזער ציבור און ווערט נאר גרעסער. צווישן אנדערע אדיקשאן׳ס

ניין, נישט יעדער איז אן אדיקט. אבער פאר אן עדיקט שאדט מפורש יא איין איינציגער גלעזל און עס ענדיגט זיך נישט ביי דעם.

און טייערער אינגערמאן, אויב שפירסטו אז דער גלעזל ציהטהדיר דאן קלער זיך שטארק איבער.
איך מייין יעדער עגריט צו דעים די שאלה איז וואס האט עס מעט קידשו מאכן שבת אדער מאכן א לחיים אמאל ביי תיקון..

דאס איז נישט די גורם איך בין נייגעריג צו איינער דא האלט אז דאס איז די גורם.
קידוש מאכן ביי זיך אין שטוב איז נישט דער גורם...

בכלל איז נישט אן איינצעלנער פאסירונג א גורם, אולי א טריגער.

אבער דאס געזויפעכטץ פון אלקאהאל ביי קידושים (מוזט מיר נישט מוחל זיין) איז זיכער א פירצה וואס רייצט, מוטיגט און לאכט אפ פון אדיקשאן.

שכוח @אבימלך דאס אויפברויז דא דארף זיין דיין גרעסטע חיזוק
איך זעה די פארשטייסט נישט וואס איך רעד.

איך האב קיינמאל געלייקענט אז עס איז דא אזא זאך ווי א אלקאהאליק אדיקשען.

איך רעד נאר פון דעי טשולענט וואס אבימלך האט געמאכט!

דא ליידער אדיקיקטס אבער איך מיין אז די אווערנעס איז נישט געמאכט גוט .

שטא קיין שום ענין אויפקלערן איינעם נישט מאכן קידוש אויף וויין..
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

טויזנט פראצענט מיט אבימלך. א אלקאהאליקער לייגט זיך און זיין שטוב אריין אין א סכנה.

אבער מיט די לעצטע שורות מוזעך הארב דיסעגריען, כ'האב די וואך אפגענדיגט א באטל וויין ביינאכט, א שיינע פאר גלעזלעך צופרי ביי האבנדיג אפאר שמחות כ'י.

כ'וווייס נישט צו דאס איז דער נארם, אבער א גלעזל צוויי וויין ברויך נישט צו שאטן, די לעצטע פאר שורות זענען היבש איבערגעטריבן.

@אבימלך דו זעהסט מיר אויס ווי איינער וואס שטייט ווייט פון יעדע אלקאהלישע געטראנק, סאו האסטו עס געזאגט.

עס איז נישט ממש אזוי.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2878
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

איך וועל מיך וואגן צו זאגן מיין מיינונג נאכאמאל:

ברענגן עווערנעס וועט על פי רוב ״נישט״ העלפן דעם אדיקט. דער אלקאהאליקער, גלייב איך, וועט טרעפן אלקאהאל אפי׳ אויב דו וועסט דאס אוועקנעמען פון אים - אויב ער האלט נישט ביים אויפגעבן.

איך וועל ציטירן פונעם ביג בוק פון AA.

“דער געדאנק אז אויף עפּעס אן אופן, אויף א שיינעם טאג וועט ער זיך ענדליך דערלערנען וויאזוי צו קאנטראלירן און קענען הנאה האבן פון טרינקען איז דער אבסעסיע מיטן ה׳ הידוע פון יעדעס איינציגסטער אבנארמאלער טרינקער. די ערליכקייט מיט וועלכע ער גלייבט דעם אילוזיע איז צום שטוינען. אסאך לויפן דאס נעבעך נאך ביז די טויערן פון וואנזיניגקייט אדער טויט”.

איך גלייב אז מאכן אווערנעס וועט העלפן אפשר אז מענטשן וועלן זיין מער סענסעטיוו און נישט מכבד זיין איינעם וואס האט גאר שטארק ליב דעם גלעזעל מיט א גלעזעל. איך גלייב אויך אז רובא דרובא מענטשן קענען הנאה האבן אלקאהאל אן קיין שום פראבלעם און צו באגרעניצן דעם נארמאלען מענטש בלויז ווייל עס קען זיין שעדליך פארן שכן איז נישט רעאליסטיש און האט נישט קיין פשט.

דער פאקוס דארף נישט זיין וויאזוי צו באגרעניצן אלקאהאל, אדער מאכן מענטשן שפירן שלעכט אז זיי טארן נישט טרינקען. דאכצעך אז אין די פראבּישען יארן ווען אלקאהאל איז געווען אומלעגאל אין די פאראייניגטע שטאַטן איז געווארן מער אלקאהאליקער ווי סיי ווען

די פאקוס דארף זיין
1. היימישע אידן זאלן וויסן אז עס איז דא אזא זאך. מער מצוי ווי זיי מיינען.
2. אז דער אדיקט זאל וויסן אז עס איז דא הילף
3. די משפחה זאל וויסן אז עס איז דא הילף פאר זיי אויך (אפילו דער אדיקט איז נאך טיף אין דענייעל).

וה׳ הטוב ירחם על עמו.
לעצט פארראכטן דורך ממש אזוי אום זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:20 pm
[
פאר אן אדיקט?

אהההה!!!

דאס גאנצע שמועס דא, איז פאר אן אדיקטעד דוקא?

אוודאי זאלן זיי זיך היטן די ביינער.
אזוי ווי א בלינדער ל"ע זאל חלילה נישט אריבער גיין די גאס, אהן בעטן הילף.
און אזוי ווי, א טויבער ל"ע זאל זיך קיינמאל נישט פארלאזן אויף קיין וועקער זייגער וואס קלינגט.

אבער איינער וואס איז נישט אין די מחלת האדיקט, זאל טרינקן ווייטער ווי א איד, און זאל נאך צו נעמען נאך א גלעזעל, און אינזינען האבן די אידן וואס קענען נעבעך נישט טרינקען, און אויך די וואס טארן נישט.

אוודאי זאל ער אויך נישט אריבער ציען דאס מאס, נישט ביים עסן א טעלער טשאלענט מער ווי ער מעג, און אויך נישט ביי סושי אדער ווער ווייסט וואס.

אפילו פורים, זאל דער אדיקט יוצא זיין מיט רעזבערי דזשוס, ענדערש ווי טרינקן וויין.

אגב.
אויך א נזיר זאל נישט טרינקן.
אבער איינער וואס איז נישט קיין נזיר, און נישט קיין אדיקט, זאל טוהן וואס, מ'דארף, און מאכן הויעך א ברכה, אינזינען האבן למי מברך, און ווער רעדט נאך אויב קען ער האבן אידן זאלן ענטפערן אמן אחר ברכותיו, איז דאך נאך בעסער, דערנאך זאל ער ווי ווינטשען לחיים פאר די ארומיגע, מיט אלע גוטע ברכות הכתובות בתורה.
וזכות המצווה יגן בעדו ובעד ביתו, זוכה צו זיין צו כל טוב.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:17 pm
אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:14 pm
והי' למשיתה שותיך
גיימיר ווייטער טרינקען לכבוד שבת, מיר וועןר נישט נתפעל פון שיכורים,
זייט נח איז ארויס פון די תיבה, זענען שיכורים אייביג געוועזן און וועלן אייביג זיין
מאכן קידוש אויף וויין איז מצוה מן המובחר!!
מי לה' אלי!!
און א גלעזעל בראנפן?

כ'קען ארויף קומען פאר א גלעזל?
כ'דארף נישט קיין סאך.

2 אונסעס איז פאר מיר פונקט גענוג, אויף א מאל.
דאס איבעריגע וועל איך שוין אליין נעמען.

דאס היינטיגע שנאה, צו כל הקדוש והיקר, גייט אונז נישט רירן קיין זיז כלשהו, פון אונזער הייליגער גלעזעל לחיים....

זאג נאר פאר די העיטערס אז עס איז א סגולה לפרנסה, איז זיי גייען זיך כאפן דערויף.

כמעט ווי איך טרינק נישט משבת לשבת, אבער יעצט, נאכ'ן ליינען דאס גאנצע אשכול, קען איך מיר נישט איינהאלטן.
צדיקים האבן געזאגט אז אידן וועלן אקעגן גיין קייגן משיח'ן מיט א פלאש בראנפן
וועט משיח פרעגן, יודעלעך, ווי אזוי האט עס אויסגעהאלטן אזא לאנגע שווערע גלות
וועלן מיר אנווייזן אויפן פלעשל, דאס האט איז געמאכט פרייליך אין די שווערע צייטן
לחיים!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

@פראקטיש קומט אריין פראקטיש - ווי אלעמאל...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12525
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:34 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:20 pm
[
פאר אן אדיקט?

אהההה!!!

דאס גאנצע שמועס דא, איז פאר אן אדיקטעד דוקא?
ניין! מען רעדט צו דער וואס האט נאכנישט געכאפט אז ער איז דאס, און טרעפט כסדר תירוצים פארוואס פונקט יעצט נאכן טרינקן האט פאסירט וואס ס'פאסירט. און פארשטייט זיך אוודאי דיר צו מאכן כאפן אז מען דארף טראכטן איידערן שטיפן יענעם צו כאפן א טרינק.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:08 pm
ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה
פון וואו נעמט איר אזא באשולדיגונג?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:14 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:08 pm
ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה
פון וואו נעמט איר אזא באשולדיגונג?
פון וואנעט נעמט איר אז ס'איז בכלל א 'באשולדיגונג'???

גייט אריין אין סיי וועלכער חב"ד'סקער פארברענג, וואס ליגט אויפן טיש??
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6068
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:17 pm

ביי מלאכים אויך?
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:43 pm
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:17 pm
אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:14 pm
והי' למשיתה שותיך
גיימיר ווייטער טרינקען לכבוד שבת, מיר וועןר נישט נתפעל פון שיכורים,
זייט נח איז ארויס פון די תיבה, זענען שיכורים אייביג געוועזן און וועלן אייביג זיין
מאכן קידוש אויף וויין איז מצוה מן המובחר!!
מי לה' אלי!!
און א גלעזעל בראנפן?

כ'קען ארויף קומען פאר א גלעזל?
כ'דארף נישט קיין סאך.

2 אונסעס איז פאר מיר פונקט גענוג, אויף א מאל.
דאס איבעריגע וועל איך שוין אליין נעמען.

דאס היינטיגע שנאה, צו כל הקדוש והיקר, גייט אונז נישט רירן קיין זיז כלשהו, פון אונזער הייליגער גלעזעל לחיים....

זאג נאר פאר די העיטערס אז עס איז א סגולה לפרנסה, איז זיי גייען זיך כאפן דערויף.

כמעט ווי איך טרינק נישט משבת לשבת, אבער יעצט, נאכ'ן ליינען דאס גאנצע אשכול, קען איך מיר נישט איינהאלטן.
צדיקים האבן געזאגט אז אידן וועלן אקעגן גיין קייגן משיח'ן מיט א פלאש בראנפן
וועט משיח פרעגן, יודעלעך, ווי אזוי האט עס אויסגעהאלטן אזא לאנגע שווערע גלות
וועלן מיר אנווייזן אויפן פלעשל, דאס האט איז געמאכט פרייליך אין די שווערע צייטן
לחיים!
אנדערע צדיקים האבן אנדערש געזאגט,
צדיקים האבן געזאגט אז אידן וועלן אקעגן גיין קייגן משיח'ן מיט א תהילימ'ל
וועט משיח פרעגן, יודעלעך, ווי אזוי האט עס אויסגעהאלטן אזא לאנגע שווערע גלות
וועלן מיר אנווייזן אויפן תהילימ'ל,דאס האט איז געמאכט פרייליך אין די שווערע צייטן
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:20 pm

אקעי, נישט חב"ד, אבער וואס האבן די עלטערע אידן אין ראדני, געהאלטן אין טלית בייטל???

ספרניא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:20 pm

בכלל ניט קיין סתירה, ודוק
ווער ס'קען טוט ביידע, וירא שמים יוצא ידי שניהם...
לחיים!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:17 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:14 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:08 pm
ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה
פון וואו נעמט איר אזא באשולדיגונג?
פון וואנעט נעמט איר אז ס'איז בכלל א 'באשולדיגונג'???

גייט אריין אין סיי וועלכער חב"ד'סקער פארברענג, וואס ליגט אויפן טיש??
איז זאג אז אין חב"ד האט מען געטרינקן (אגב, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?) ..

שמיר עס נישט ארויף אויף 'ביי חסידים' (ווי כאילו דאס איז פון די מנהגים וואס דער בעשה"ק האט איינגעפירט צו דער גרויסע מגיד) ..

אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:24 pm

אקעי, נישט חב"ד, אבער וואס האבן די עלטערע אידן אין ראדני, געהאלטן אין טלית בייטל???
געטרינקן 'לרחצה'?
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:24 pm
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:20 pm
אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:17 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:14 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:08 pm
ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה
פון וואו נעמט איר אזא באשולדיגונג?
פון וואנעט נעמט איר אז ס'איז בכלל א 'באשולדיגונג'???

גייט אריין אין סיי וועלכער חב"ד'סקער פארברענג, וואס ליגט אויפן טיש??
ביי מלאכים אויך?
אקעי, נישט חב"ד, אבער וואס האבן די עלטערע אידן אין ראדני, געהאלטן אין טלית בייטל???
וואס טלית בייטל? אין הויזן טאש! (אדער אינעם בוזעם פונעם 3/4 רעקל)
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:26 pm
אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:17 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:14 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:08 pm
ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה
פון וואו נעמט איר אזא באשולדיגונג?
פון וואנעט נעמט איר אז ס'איז בכלל א 'באשולדיגונג'???

גייט אריין אין סיי וועלכער חב"ד'סקער פארברענג, וואס ליגט אויפן טיש??
איז זאג אז אין חב"ד האט מען געטרינקן (אגב, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?) ..

שמיר עס נישט ארויף אויף 'ביי חסידים' (ווי כאילו דאס איז פון די מנהגים וואס דער בעשה"ק האט איינגעפירט צו דער גרויסע מגיד) ..
לעכטיגקייט הער אויס
מען האט אייביג געטרינקען ביי חסידים, איינער מער איינער ווייניגער, אבער פטור בלא כלום איז כמעט אין ערגעץ נישט געווען,... דרייט ניט קיין קאפ!!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:26 pm
אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:24 pm

אקעי, נישט חב"ד, אבער וואס האבן די עלטערע אידן אין ראדני, געהאלטן אין טלית בייטל???
געטרינקן 'לרחצה'?
BIG TIME
מען האט עס דערהויבן, און אז נישט האט מען געמישט מיט וואסער ....
איי, ווער געעדענקט דען נישט דער עלטערער דור, א גאנץ עסק האט מען געמאכט פון דעם תיקון נאכן דאווענען...

די ליטוויקעס, און די דייטשע יעקעס, אדער אויבערלענדישע אשכנזים, האבן ווי גרויס די יאר איז נישט געטאטשט קיין ברוינפן

אבער ביי חסידים?!
וואו מיינסטו האבן פאסירט די אלע מעשיות מיט די קרעטשמעס, ארענדארס און ברוינפן ברענערס?
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6068
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:28 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:26 pm
אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:17 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:14 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:08 pm
ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה
פון וואו נעמט איר אזא באשולדיגונג?
פון וואנעט נעמט איר אז ס'איז בכלל א 'באשולדיגונג'???

גייט אריין אין סיי וועלכער חב"ד'סקער פארברענג, וואס ליגט אויפן טיש??
איז זאג אז אין חב"ד האט מען געטרינקן (אגב, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?) ..

שמיר עס נישט ארויף אויף 'ביי חסידים' (ווי כאילו דאס איז פון די מנהגים וואס דער בעשה"ק האט איינגעפירט צו דער גרויסע מגיד) ..
לעכטיגקייט הער אויס
מען האט אייביג געטרינקען ביי חסידים, איינער מער איינער ווייניגער, אבער פטור בלא כלום איז כמעט אין ערגעץ נישט געווען,... דרייט ניט קיין קאפ!!
ביי חסידים האט מען געטרונקען ברוינפען במיעוט ממש זיך צו וואונטשן לחיים ביי שמחות אדער ביי א יארצייט.

אין ראדני האט דער רביה"ק און די שפעטערע רבי'נס איינגעטונקען שב"ק ביים טיש אביסל חלה אין די ברוינפען און געוואונטשען לחיים.

אין ראדני האב איך נאך געקענט אידן וואס האבן געהאט ברוינפען מיט זיך נישט ווייל זיי זענען געווען אדיקטעט דערצו נאר ווייל זיי זענען געווען אדיקטעט צו יעדע מנהג טוב און יעדעס ביסל מסורה מיט אן עקשנות דקדושה. יא, טייל האבן ליב געהאט דעם ברוינפען זעלבסט אבער ס'רוב האבן נישט געמיינט דעם ברוינפען. מיר דענקען נאך זיי און מיר בענקען זיך צו זיי. אגב, רוב אידן האבן דאס נישט געטאהן.

אין חב"ד אפילו האבן מיר מיטגעהאלטן ווי עלטערע ערנסטע אידן טינקען זיך אין א מיימאר פון רבין אדער פון זייערער פריערדיקע רביס למעלה בקודש און דערנאך געהאט א גלעזעלע און אריין אין א דביקות ניגון.

ביי די מלאכים האט מען דאס נישט געטאהן.

ס'איז נישט שיין צו פארדרייען א אשכול ווען איינער פרובירט צו ברענגען אווערנעס צו א טויטלעכן פראבלעם, אבער אז מ'טוט עס יא זאל עס כאטשיג זיין באזירט אויף אויפריכטיגע פאקטן.
אוועטאר
משזר עריכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

דאכט זיך אין ברסלב איז מען טאקע געווען שארף קעגן ברוינפן וכו' אבער אינדערהיים האט מען זיכער אסאך מער געלעבט אויף משקה ווי היינט, אפי' אינדערוואכן.
דערנאך איז דא פלעצער וואס איז נאך זייער נהוג, לדוגמא ביי די פולי'שע ווי גור, אמשינוב א.א.וו. קען מען זען ווי אינגעלייט טרינקן זיך אן ביי א חתונה וכדומה
(אזוי ווי מען האט מער גערייכרט ווי היינט.)
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

היינט טרינקט מען וויין פיל ווייניגער פון אמאל, און אמאל רעד בימי חז"ל, בימי ראשונים ואחרונים, ביז לעצטנס. וויין איז דאן געווען 'דער' געטראנק וואס מען האט געטרונקען ביי יעדן סעודה, אינדוואכן, שבת און אוודאי ימים טובים. עס איז נישט געווען קיין גרעיפ דזשוס און מאסט האט געהייסן א שוואכע משקה.

עס איז נישט דער וויין וואס הרג'עט, עס איז די 'סיבה' וואס שטופט א מענטש צו זיין הויך" צו יעדער געלעגנהייט וואס הרג'עט.

עס דרייען זיך ארום פארלוירענע און דערשלאגענע נשמות וואס זוכן אביסל חיות אין לעבן און טרעפן עס נישט אין קיין ארט. זיי ווילן אנטלויפן פון זייער אייגענעם ביטערניש, כאפן זיי זיך צו צום טרונק אויף אן אופן וואס דער טרונק זאל זיי אוועקטראגן אוועק אוועק אוועק פון די פיין, ליידן, פארלוירנקייט און פינצטערניש.

אזוי לאנג ווי מיר וועלן נישט רעדן פון טריגער, נאר זיין פארנומען צו אדרעסירן די תוצאות, וועלן מיר קיין ערגעץ נישט אנקומען.

הצלחה.
לעצט פארראכטן דורך ריעל ניוז אום זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”