🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7156
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איינשלאפען נאך ששת ימי המעשה און דאס פארגלייכען צו א זעלבסטגעמאכטע פראבלעם? COME ON
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

יא יא סאיז ליידער זייער א ווייטיגליכע נושא ווי מזעהט יעדע וואך ווי חברים שלעפען אהיים א חבר טויט שיכור שכח @אבימלך פארן ארויפברענגען
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
פאר מאר יעירס, פאוז....
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

הייליגע טאטע האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 11:37 pm
גראז האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 11:32 pm
דער אייבירשטער זאל העלפן אלע יודישע קינדער בכל מקום ובכל מצב שהם.

אבער... טייערע יודן, זייט'ס נישט קיין אויבער חכמים, מאכט א בורא פרי הגפן אדער שהכל - און פארזוכט אביסל יין ישמח לבב אנוש, און האט א תענוג שבת און א שמחת יו"ט און א שמחת תמיד.
עס שטייט נישט אויף בראנפן ישמח נאר אויף וויין
ס'איז באוויסט ביי חסידים האט מען אייביג געמאכט א לחיים אויף ברוינפן. בפרט און חב"ד
viewtopic.php?p=5024920#p5024920

viewtopic.php?p=4644114#p4644114

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה . כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

והי' למשיתה שותיך
גיימיר ווייטער טרינקען לכבוד שבת, מיר וועןר נישט נתפעל פון שיכורים,
זייט נח איז ארויס פון די תיבה, זענען שיכורים אייביג געוועזן און וועלן אייביג זיין
מאכן קידוש אויף וויין איז מצוה מן המובחר!!
מי לה' אלי!!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

פוסחים בכבוד אכסני' א גוטע ארבעט @אבימלך

מ'דארף עס צוטיילן, ס'איז א עדיקשאן ווי אלע אנדערע עדיקשאנס, און יא, ס'איז זייער פיינפול, אבער ס'איז נישט קיין כלל וויפיל מ'מעג טרינקן.
איך ווייס פון א אינגערמאן וואס האט אמאל געמאכט א שמחה און מ'האט אים געטראפן שבת נאכמיטאג ליגן און ביהמ"ד אנגעשאשקעט.. הצלה האט אנגערופן יענעמס ווייב וואס איז געווען אינעם קימפעטארן היים.. דער מעמבער הייבט אן פרעגן.. אייער מאן האט סיי וועלכע מעדיקעל היסטארי... זי נעמט זיך לאכן.. אה! דאס איז יעדן שבת אינדעפרי! איך קער שוין נישט.. נעמטץ אים ווי ענק ווילן...
ס'איז קלאר דא וואס האבן א פראבלעם און טרינקן צופיל. אבער די וואס טרינקן מיט א מאס, כל הכבוד! טרינק יעדן שבת, קענסט טרינקן וויין, ברוינפן, ביר, אלעס מיט א מאס.

ס'איז דא ווילדע דרייווערס וואס שטעלן איין זיך מיט אנדערע דרייווערס.. ס'איז דא וואס דרייווען נארמאל..
ס'איז דא וואס זענען עדיקטעט צו טעכנעלאגיע וואס הרג'ט אפ די יוגנט.. און ס'איז דא וואס נוצן עס אויף א נארמאלע פארנעם..
ס'איז דא וואס רויכערן גאר אסאך... ס'איז דא וואס כאפן א סיגרעט הער ענד דער..
ס'איז דא וואס עסן גאר אסאך קוקיס און ס'איז דא וואס עסן אביסל קוקיס...
ס'איז דא וואס טרינקן וויין/ברוינפן מיט א מאס, און ס'איז דא וואס טרינקען איבער די מאס!
לעצט פארראכטן דורך עטרת חיים אום זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
viewtopic.php?p=5024920#p5024920

viewtopic.php?p=4644114#p4644114

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה . כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

ממש אזוי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:26 am
איז אזוי. קודם, יישר כח אבימלך פארן ארויפברענגן דעם גאר וויכטיגן נושא. און אשריך אז דו האסט געקענט העלפן דיין חבר זיך שטעלן אויף די פיס. כמוך ירבו.

איך בין ב״ה נישט קיין אלקאהאליקער, איך גלייך נישט קיין אלקאהאל בכלל. אבער איך האב מיטגעהאלטן פונדערנאנט א חבר מיינער וואס האט געסטראגעלט מיט אן אנדערער אדיקשאן. איך וועל אביסל מיטטיילן פון וואס ער האט מיר פארציילט, און וואס איך האב געליינט איבער דעם נושא און עס קען העלפן אויסקלארן דא דעם בילד ווייל איך זע אז עס ברענגט צומישעניש ״מעג טאקע קיינער נישט טרינקן?״

דער ערשטער כלל צו וויסן איז אן אדיקט קען נישט טרונקן אפי׳ א טראפּ, ער האט נישט קיין קאנטראל אויף וויפיל ער וועט טרינקן. און א נישט-אדיקט קען טרינקן אסאך און נאכאלץ האבן קאנטראל. עס איז ווייניגער איבער ״וויפיל״ מען טרינקט נאר ענדערש״פארוואס״ מען טרינקט.

יעצט אזוי.

לדעתי זענען די ווערטער פון אבימלך ענדערש פאר די נאנטע ארום דעם אדיקט צו וויסן אז יא עס קען מעגליך זיין אז זייער נאנטער איז א פול פלעדזש אדיקט, עס קען זיך מאכן ביי יעדעם. אדיקשאן דיסקרימנירט נישט צווישן דער רבי׳שער לעצטער נאמען און יענער נגידישע לעצטער נאמען.

מען דארף זיך אויפוועקן פון שלאף: עס זענען דא מאַסן צווישן אונז היימישע אידן וועלכע זענען נעבעך פארכאפט אונטער די מאנסטארישע לאפּעס פון אדיקשאן. עס זענען ליידער דא צאללאזע טייערע יונגערליייט, מסלתה ומשמנה (!) וואס דראפּען זיך אויף גראדע ווענט און זענען ליידער צוגעבינדן צום ביטערן טראפּ, געווירצן, אינטערנעט (…) און האבן נישט דעם וועג ארויס. און מער פון דעם זענען נעבעך דא פאר יעדע אב משפחה אדער אם משפחה (!) וואס ראנגעלט זיך אפצורייסן פון די אייזערנע קייטן ארום זיין (אדער איר) האנט א גאנצע געזונדעל פון קינדערליך וואס זענען לעבעדיגע יתומים און אן עלנדען מאן/ווייב וואס דאס טויט איז זיסער נעבעך ווי דעם לעבן.

צייט אויפצושטיין!

איי וואס וועסטו האבן פון אויפשטיין? קענסטו דען העלפן דעם אלקאהאליקער, געמבלער, אינטערנעטער, דראג אדיקט? לאו דוקא. אבער ערשטענס זאלסטו וויסן אז אויב דאס איז דיר אליין איז דא הילף! און אפילו אויב דו ביסט גליקליך אז דאס איז נישט דיר זאלסטו אבער וויסן אז שטארק מעגליך אין דיין משפחה איז דא עמיצער וואס ליידט דערפון. און טאמער דו זעסט אז יענער טרינקט צופיל אדער דערציילט דיר ברמז רמיזה איבער זאכן וואס ער טוט און ער קען נישט סטאפן עס צו טון אפילו ער ווייסט אז עס איז נישט גוט, אפילו עס קוקט דיר אויס מאדנע לאך אים נישט אויס און מאך אים נישט אוועק, אדיקשאן איז גאר א מאכטפולע כח און קען דערטרענקן דעם שטערקסטען מענטש. קענסטו אים מוטיגן זיך צו גיין העלפן.

זאל דער אייבערשטער זיך מרחם זיין.
ברענגסט עס גאר גוט ארויס. איין זאך וואס די פארשטייסט נישט, די שרייבסט אז די גלייכסט נישט קיין אלקאהאל בכלל. מיין פריינט! You are missing out
viewtopic.php?p=5024920#p5024920

viewtopic.php?p=4644114#p4644114

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה . כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
לאקאלער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 5:55 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקאלער »

אין א סייד נאוט:
די תורה אליינס האט געפילט פאר וויכטיג צו דערציילן אין די ערשטע סדרות א מעשה מיט נח און א מעשה מיט לוט וועלכע האבן ביידע זיך נישט גוט געענדיגט...

און ביי לוט זעהט מען ער איז גאר געווארן אן אדיק! זעה רש"י אויפן פלאץ...
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה
וכן נוהגים
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:08 pm
ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה

וכן נוהגים
What, drinking while driving?
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

בר דעת האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:14 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:08 pm
ביי חסידים האט מען שטענדיג געטרונקן לרחצה

וכן נוהגים
What, drinking while driving?
its driving the נשמה
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

אביונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:14 pm
והי' למשיתה שותיך
גיימיר ווייטער טרינקען לכבוד שבת, מיר וועןר נישט נתפעל פון שיכורים,
זייט נח איז ארויס פון די תיבה, זענען שיכורים אייביג געוועזן און וועלן אייביג זיין
מאכן קידוש אויף וויין איז מצוה מן המובחר!!
מי לה' אלי!!
און א גלעזעל בראנפן?

כ'קען ארויף קומען פאר א גלעזל?
כ'דארף נישט קיין סאך.

2 אונסעס איז פאר מיר פונקט גענוג, אויף א מאל.
דאס איבעריגע וועל איך שוין אליין נעמען.

דאס היינטיגע שנאה, צו כל הקדוש והיקר, גייט אונז נישט רירן קיין זיז כלשהו, פון אונזער הייליגער גלעזעל לחיים....

זאג נאר פאר די העיטערס אז עס איז א סגולה לפרנסה, איז זיי גייען זיך כאפן דערויף.

כמעט ווי איך טרינק נישט משבת לשבת, אבער יעצט, נאכ'ן ליינען דאס גאנצע אשכול, קען איך מיר נישט איינהאלטן.
סקאטש וויסקי
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:58 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש וויסקי »

כ'וויל וויסן וואס די מיינונג פונעם ציבור איבער מיין מצב.

שבת ביינאכט וועל איך קיינמאל נישט טרינקן נאר ממש א כוס וויין רוב מאל זיסע פשוטע קדם וויין.
שבת אינדערפרי מאך איך קידוש אויף א פולן כוס ברוינפן. כ'ווער אביסל בגיליפין מ'גייט שלאפן נאכן סעודה און מ'שטייט אויף געהעריג צו מנחה.
ביי א קידוש אין ביהמ''ד שבת וועל איך טרינקן מער און ס'ווירקט אביסל מער אויך צוליב וואס מ'וואקט אהיים נאכן טרינקן און מ'בלייבט נישט אויף איין פלאץ. אבער נישט עפעס ספעציעל נאר אביסל מער בגיליפין ווען מ'האט א קידוש אין ביהמ''ד.
ביי א שמחה אינמיטן וואך חתונה, בר מצוה, וואך נאכט וכדומה וועל איך אויך טרינקן אפאר גלעזלעך ברוינפן און אהיימקומען גאנץ אויפגעלייגט.
סתם אזוי אינמיטן וואך אינטערסירט מיר נישט קיין ברוינפן ניטאמאל נאכן דאווענען פאר א לחיים. שבת ביינאכט טרינק איך בדיקא נישט אפילו ס'פארגליסט זיך מיר יא.

אין לויף פון די לעצטע צען יאר האט זיך געמאכט נישט מער ווי צוויי מאל וואס איך זאל ממש ארויסגיין פון קאנטראול און געבראכן דערנאך און איינגעשלאפן. און ס'איז געווען בזיונות ביידע מאל האב איך א הסבר און א כמו תירוץ פארוואס ס'האט פאסירט.
און צוויי מאל וואס איך זאל פארפאסן מנחה שבת נאכמיטאג צוליב מיין טיפע שלאף. נישט אז דאס ווייב האט פראבירט אלע מעגליכקייטן צו דערוועקן און ס'איז נישט געגאנגען נאר מ'איז געשלאפן טיפער ווי נארמאל און זיך נישט דערוועקט אליין, און אויך נישט פון א רוף פון דאס ווייב.


איז אזא זאך פראבלעמאטיש צוליב די געציילטע מאל?



@ארחיקה נדד
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

די לייכטזיניגקייט דא איז מיינ"ד בּאַגלינ"ג
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

From google

Which is worse obesity or smoking?
Not only does obesity have more negative health consequences than smoking, drinking, or poverty, it also affects more people. Approximately 23 percent of Americans are obese. An additional 36 percent are overweight.

ווילאנג משטעלט נישט קיין משגיח ביי יעדן אינדערהיים צי זען וואס ער קויפט און וואס ער עסט זאל מען נישט האקן א קאפ וועגן טרינקען
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4929
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

סקאטש וויסקי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:22 pm
כ'וויל וויסן וואס די מיינונג פונעם ציבור איבער מיין מצב.

שבת ביינאכט וועל איך קיינמאל נישט טרינקן נאר ממש א כוס וויין רוב מאל זיסע פשוטע קדם וויין.
שבת אינדערפרי מאך איך קידוש אויף א פולן כוס ברוינפן. כ'ווער אביסל בגיליפין מ'גייט שלאפן נאכן סעודה און מ'שטייט אויף געהעריג צו מנחה.
ביי א קידוש אין ביהמ''ד שבת וועל איך טרינקן מער און ס'ווירקט אביסל מער אויך צוליב וואס מ'וואקט אהיים נאכן טרינקן און מ'בלייבט נישט אויף איין פלאץ. אבער נישט עפעס ספעציעל נאר אביסל מער בגיליפין ווען מ'האט א קידוש אין ביהמ''ד.
ביי א שמחה אינמיטן וואך חתונה, בר מצוה, וואך נאכט וכדומה וועל איך אויך טרינקן אפאר גלעזלעך ברוינפן און אהיימקומען גאנץ אויפגעלייגט.
סתם אזוי אינמיטן וואך אינטערסירט מיר נישט קיין ברוינפן ניטאמאל נאכן דאווענען פאר א לחיים. שבת ביינאכט טרינק איך בדיקא נישט אפילו ס'פארגליסט זיך מיר יא.

אין לויף פון די לעצטע צען יאר האט זיך געמאכט נישט מער ווי צוויי מאל וואס איך זאל ממש ארויסגיין פון קאנטראול און געבראכן דערנאך און איינגעשלאפן. און ס'איז געווען בזיונות ביידע מאל האב איך א הסבר און א כמו תירוץ פארוואס ס'האט פאסירט.
און צוויי מאל וואס איך זאל פארפאסן מנחה שבת נאכמיטאג צוליב מיין טיפע שלאף. נישט אז דאס ווייב האט פראבירט אלע מעגליכקייטן צו דערוועקן און ס'איז נישט געגאנגען נאר מ'איז געשלאפן טיפער ווי נארמאל און זיך נישט דערוועקט אליין, און אויך נישט פון א רוף פון דאס ווייב.


איז אזא זאך פראבלעמאטיש צוליב די געציילטע מאל?



@ארחיקה נדד
א בלאט צוויי צוריק האט א צווייטער געשריבן אז ער מאכט קידוש אויף א בעכער ברוינפן. סימער גוט...

לחיים
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

אן א נאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:25 pm
From google

Which is worse obesity or smoking?
Not only does obesity have more negative health consequences than smoking, drinking, or poverty, it also affects more people. Approximately 23 percent of Americans are obese. An additional 36 percent are overweight.

ווילאנג משטעלט נישט קיין משגיח ביי יעדן אינדערהיים צי זען וואס ער קויפט און וואס ער עסט זאל מען נישט האקן א קאפ וועגן טרינקען
די שטותים און אלע אנדערע שטותים דא קענען ווערן מסודר מיטן אייך אריין זעצן איין מאל שבת אינדערפרי אינעם הויז פון אן אנגעטרינקענער און אייך לאזן מיט האלטן ווי אזוי די ווייב און קינדער סאפערן.
מיין חלק אינעם שמועס...
Bentzion
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 10:00 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bentzion »

אבימלך האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 11:34 pm
הקולמוס שלי האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 11:33 pm
אלקאהאל איז אן אדיקשאן ווי אלע אדיקשאנ'ס... קען זיין עס דארף אווערנעס איך בין נישט באקאנט פון מיינע ארומיגע וואס פלאגן זיך דערמיט.

אבער דאס שרייען אז מען מעג נישט קיין געלעזל, אפילו נישט איין?

איך מאך יעדע וואך קידוש אויף א בעכער ברוינפן אזוי פירט מען זיך ביינונז און די משפחה.. און איך האב נאכנישט און מיין לעבן געבראכן דערפון אדער נישט געפירט קיין סעודה לכבוד דעם... אפילו אמאל ביי א קידוש ווי מען טרינקט אביסל מער.. איז וואס? איז מען אביסל מער בגליפון.. דעציט... (איך קום דאן אהיים זייער רואיג, לכאורה בעסער ווי געווענטליך)
כאפ א שמועס מיט א הצלה מעמבער…
איך קען מער ווי איין לאנגיערעגע הצלה מעמבער וואס מאכט יעדע וואך קידוש אויף וויין (בארנאכט) און ברוינפען (צופרי) און זיי לאזן זייערע בחורים אויך טרונקען
(איינער וואס האלט אז אפעס איז א פראבלעם אפולו ער קען זיך נישט העלפן וועט ער נישט וועלן אז זיינע קינדער זאלן עס טון)
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

איך קען הצלה לייט וואס רייכער'ן

איך קען הצלה לייט וואס דרייוון ווילד

איך קען הצלה לייט וואס קראסן נישט אויף די קראסוואלק


וואס מאכט עס אויס?
וואסא חילוק צו א הצלה מעמבער טוט אויך א זאך?
איז עס גערעכט אדער נישט, אויב נישט וואס א חילוק ווער נאך סטוט עס?

פערצופאל יענער מעמבער קען זיך קאנטראלן, מיינט אז יעדער קען?
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

חלקי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:34 pm
אן א נאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:25 pm
From google

Which is worse obesity or smoking?
Not only does obesity have more negative health consequences than smoking, drinking, or poverty, it also affects more people. Approximately 23 percent of Americans are obese. An additional 36 percent are overweight.

ווילאנג משטעלט נישט קיין משגיח ביי יעדן אינדערהיים צי זען וואס ער קויפט און וואס ער עסט זאל מען נישט האקן א קאפ וועגן טרינקען
די שטותים און אלע אנדערע שטותים דא קענען ווערן מסודר מיטן אייך אריין זעצן איין מאל שבת אינדערפרי אינעם הויז פון אן אנגעטרינקענער און אייך לאזן מיט האלטן ווי אזוי די ווייב און קינדער סאפערן.
וויפיל איז טאקע דא אזעלכע ?
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

לאמיר פראבירן אביסל אויסצוקלארן וואס דאס איז עדיקשאן:

זייט אונזער זיידע נח האט אויסגעטראפן דעם ביטערן טראפ שטייען מענטשן שוין טויזענטער יארן געשטוינט און פרעגן פארוואס. פארוואס טרינקט מעכיל נאכאמאל? פארוואס קאנטראלירט ער זיך נישט? פארוואס פארשטייט ער נישט די חורבן וואס דאס מאכט אים אהן? פארוואס איז ער נישט גענוג שטארק? פארוואס זאגט ער יעדע מאל אז ער רירט מער נישט צו קיין פלאש אבער דערנאך טוט ער עס סייווי? פארוואס איז זיין ליבשאפט צו זיין פאמיליע נישט שטערקער ווי זיין ליבשאפט פאר משקה? פארוואס איז זיין דזשאב נישט גענוג וויכטיג פאר אים ער זאל אויפהערן טרינקען?

פארוואס, פארוואס, פארוואס?

קיין תירוץ איז אבער נישט געווען, משפחה און נאנטע פון מעכיל האבן זיך געריסן די האר פון קאפ נישט פארשטייענדיג פארוואס נאך אלעס וואס ער פראבירט און זאגט צו, האלט ער אין איין טרינקען נאכאמאל און נאכאמאל. די איינציגסטע תירוץ צו וועלכע זיי זענען אומווילענדיג צוגעקומען איז אז זייער מעכיל איז סתם א אויסווארף וואס האלט נישט עכט דערביי, צו אז ער איז א שוואכער כאראקטער, און אז ווען ער זאל זיך ווען אביסל צוזאמנעמען די כוחות וואלט ער ווען געקענט ווערן א מענטש, מען האט אים פראבירט צו העלפן לערנען ספרי מוסר און מען האט געוויינט ימים טרערן צו אים, אבער למעשה האט גארנישט געהאלפן ממילא מוז זיין אז ער האלט פשוט נישט דערביי.

אבער איין טאג האט דער הייליגער באשעפער אנפלעקט די תירוץ צו אט די שווערע אומפארענפערטע פראגע, מורי ורבותי, מעכיל'ס גוף איז אנדערש פון נארמאלע מענטשן, דאס איז וואס טרייבט אים צו טרינקען, און קיין שום שרייען און וויינען אדער סטראשענען גייט נישט העלפן.

דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די גוף פון דער מענטש אז ווען עס איז דארשטיג און עס טרינקט א גלאז וואסער פילט עס דערפרישט און געזעטיגט, אמאל איז דער מענטש אזוי אויסגעדארשט אז עס פעהלט זיך אויס מער ווי איין גלעזעל וואסער, אבער אפי' נאך דער ערשטער גלעזעל אליינס וועט דער מענטש שפירן בעסער ווי בעפאר, נאך א צווייטע גלעזל וועט ער פילן נאר מער בעסער, און נאך 3 צו 4 פילט ער אז ער האט באקומען דאס זייניגע און ער איז גוד טו גאו, ער דארף שוין נישט טרינקען מער.

יעצט שטעלט אייך פאר א מענטש וואס איז שרעקליך אויסגעדארשט פון ארבעטן אונטער די זון אפאר שעה, ער קומט ענדליך אהן אהיים און נעמט ארויס דעם באטל קאלט וואסער פון פרידזש און גיסט זיך אהן א כוס וועלכע ער שלינגט איין נאך איידער מען קען ענפערן אמן, אבער אנשטאט זיין דארשט זאל זיך ברואיגן דורך דעם ווערט עס גאר ערגער, נאכ'ן טרינקען דעם גלאז קאלט וואסער איז ער "מער" דארשטיג ווי ער איז געווען בעפאר'ן טרינקען, און ווי מער א גלעזל ער טרינקט אלס מער דארשטיג ווערט ער, נישט קיין חילוק וויפיל ער גיסט אריין אין זיך יאגט ער נישט אהן צו בארואיגען דער דארשט זיינער, עס ווערט נאר ערגער און ערגער, אפי' ער זאל אויסטרינקען דעם גאנצן ים הגדול גייט עס אים נישט העלפן, איר קענט אייך אזיינס פארשטעלן?

דאס איז וואס עס גייט פאר מיט אונזער טייערע מעכיל ווען ער טרינקט אלקעהאל, געוויסע מענטשן האבן א אבנארמאלע רעאקציע צו אלקעהאל, א געווענליכע אינגערמאן וואס מאכט קידוש ביים ליינען האט א געברויך פאר אביסל משקה, ער פילט זייער גוט נאך די ערשטע גלעזעל און ער טרינקט נאך אפאר ווען נאך יעדע פילט ער בעסער און בעסער ביז ווען ער פילט אז ער האט שוין געהאט גענוג צו פארפילן זיין געברויך און ער שטעלט זיך אפ, אונזער מעכיל אבער, מיט יעדע גלעזעל וואס ער נעמט אריין ווערט זיין געברויך שטערקער און שטערקער, און דאס מאכט אים טרינקען מער און מער, ער "קען" פשוט נישט אראפלייגן דעם פלאש ווייל זיין געברויך און חשק פאר משקה איז יעצט צען מאל שטערקער ווי בעפאר ער האט גענומען דעם ערשט'ן גלעזל.

מעכיל איז עדיקטעד צו אלקעהאל, און אויב וויל ער נישט שיכור ווערן האט נאר איין ברירה - נישט צורירן אלקעהאל בכלל, נישט פאר קידוש, נישט פאר די כוסות, און נישט ביי א שמחה, ווייל איינמאל ער נעמט איין גלאז פארלירט ער קאנטראל אויף וויפיל ער גייט טרינקען.

אויב וויל איינער וויסן צו ער איז א מעכיל לגבי טרינקען, זאל ער פראבירן מחליט צו זיין א זמן ווילאנג ער גייט נישט צורירן קיין משקה, און\אדער וויפיל ער וויל טרינקען ווען ער טרינקט יא, און זיך טעסטן צו ער קען זיך האלטן דערצו, א אלקעהאליק וועט נישט קענען זיך האלטן צו די מאס וואס ער האט אפגעמאכט, און ער וועט על פי רוב נישט קענען אוועקשטיין פונעם פלעשל אזוי לאנג ווי ער האט מחליט געווען.

אבימלך'ס חבר איז על פי פשטות אזא מעכיל לגבי טרינקען, און יא, א חלק ניכור פונעם עולם דא וואס קענען טרינקען וואך איין וואך אויס וויפיל זיי ווילן און זיך אפשטעלן נאך וויפל שאטס זיי ווילן ף, זענען קלאר נישט קיין אלקעהאליקס (שטייט זיך אויב זיי זענען טאקע אויפריכטיג מיט זיך אליינס), וואס איז אבער ווייניגער באקאנט פאר'ן עולם איז וויפיל אזאנע מעכילס דרייען זיך ארום ביי זיי אין בית המדרש.

דערולם דארף וויסן אז די צאל מעכילס ביי אונזער היימישע עולם איז אסאך אסאך מער ווי עס ווילט זיך גלייבן, עס טוט זייער וויי, אבער דאס איז די מציאות, זיך אריינשטעקן די קאפ אין זאמד און שרייען אז ביי כאתידעם האט מען אלעמאל געטריקען וכדומה, ווייזט נישט אויף זייער א ברייטע מח, און עס איז נישט מענטשליך אזוי אוועקצומאכן און אפלייקענען א פראבלעם פלעין ווייל זיי האבן נישט די אישו.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:53 pm
שפילקעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:47 pm
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:17 am
איך מיין מען קען אפטיילן די שמועס.

דא א מין זאך ווי א אלקאהאליק איך מיין אז לית מאן דפליג על זה

דערנאך איז דא א שמועס צו איין גלעזעל קידוש און א לחיים נאך די פיש איז א פראבלעים…
יעדע אלקאהאליק האט אנגעהויבן מיט א לחיים נאך די פיש, נאר ערגעץ ווי האט ער פארלוירן טרעק.
פארשטייסט אבער אליינס אז זאגן אז מען טאר נישט מאכן א לחיים נאך די פיש איז אבסורד.
פאר אן אדיקט?

דיין נאכנאנדע נישט קענען אראפשלינגן די אווערנעס, און נישט פארשטיין אז אבימלך רעדט צו איינער וואס רעדט זיך איין אז ער קען עס יא פארנעמען נאר די דורכפעלער האבן יעדע איינס א באזונדערע תירוץ - דערהייבט די אויגן ברעמען. און איך שאקל מיט די קאפ אויף די תגובה.
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:55 am
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:49 am
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:47 am
חברה,

אלקאהאל איז א גרועסער פראבלעם ביי אונזער ציבור און ווערט נאר גרעסער. צווישן אנדערע אדיקשאן׳ס

ניין, נישט יעדער איז אן אדיקט. אבער פאר אן עדיקט שאדט מפורש יא איין איינציגער גלעזל און עס ענדיגט זיך נישט ביי דעם.

און טייערער אינגערמאן, אויב שפירסטו אז דער גלעזל ציהטהדיר דאן קלער זיך שטארק איבער.
איך מייין יעדער עגריט צו דעים די שאלה איז וואס האט עס מעט קידשו מאכן שבת אדער מאכן א לחיים אמאל ביי תיקון..

דאס איז נישט די גורם איך בין נייגעריג צו איינער דא האלט אז דאס איז די גורם.
קידוש מאכן ביי זיך אין שטוב איז נישט דער גורם...

בכלל איז נישט אן איינצעלנער פאסירונג א גורם, אולי א טריגער.

אבער דאס געזויפעכטץ פון אלקאהאל ביי קידושים (מוזט מיר נישט מוחל זיין) איז זיכער א פירצה וואס רייצט, מוטיגט און לאכט אפ פון אדיקשאן.

שכוח @אבימלך דאס אויפברויז דא דארף זיין דיין גרעסטע חיזוק
אוועטאר
זילבענע לייכטער
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 2:48 pm
לאקאציע:אין זילבער סטאר
פארבינד זיך:

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבענע לייכטער »

איך ןןייס נישט וואס די ווילסט @אבימלך , מען האט אלע יארן געטרינקען און מעמער ווייטער טרונקען אי"ה,
די זאך איז נאר מען טאר זיך נישט אנטרונקען!!!!
לכבוד מיין 2000 תגובה



די קויפסט דאך במילא דארט, פארוואס זאלסטו נישט מאכן אפאר דאלער אויך??!!
לייג צו די וועבסייט צו דיין קראום און פארדין שיין אויף דיינע אנליין ארדער!!!
ביטע קומען אין אישי פאר פראגען
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

זילבענע לייכטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:22 pm
איך ןןייס נישט וואס די ווילסט @אבימלך , מען האט אלע יארן געטרינקען און מעמער ווייטער טרונקען אי"ה,
די זאך איז נאר מען טאר זיך נישט אנטרונקען!!!!
גוט מארגן. דאס פארפירט ער דאך, סאיז דא מענטשן וואס ווייסן נישט די גרעניץ..
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

עטרת חיים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:30 pm
פוסחים בכבוד אכסני' א גוטע ארבעט @אבימלך

מ'דארף עס צוטיילן, ס'איז א עדיקשאן ווי אלע אנדערע עדיקשאנס, און יא, ס'איז זייער פיינפול, אבער ס'איז נישט קיין כלל וויפיל מ'מעג טרינקן.
איך ווייס פון א אינגערמאן וואס האט אמאל געמאכט א שמחה און מ'האט אים געטראפן שבת נאכמיטאג ליגן און ביהמ"ד אנגעשאשקעט.. הצלה האט אנגערופן יענעמס ווייב וואס איז געווען אינעם קימפעטארן היים.. דער מעמבער הייבט אן פרעגן.. אייער מאן האט סיי וועלכע מעדיקעל היסטארי... זי נעמט זיך לאכן.. אה! דאס איז יעדן שבת אינדעפרי! איך קער שוין נישט.. נעמטץ אים ווי ענק ווילן...
ס'איז קלאר דא וואס האבן א פראבלעם און טרינקן צופיל. אבער די וואס טרינקן מיט א מאס, כל הכבוד! טרינק יעדן שבת, קענסט טרינקן וויין, ברוינפן, ביר, אלעס מיט א מאס.

ס'איז דא ווילדע דרייווערס וואס שטעלן איין זיך מיט אנדערע דרייווערס.. ס'איז דא וואס דרייווען נארמאל..
ס'איז דא וואס זענען עדיקטעט צו טעכנעלאגיע וואס הרג'ט אפ די יוגנט.. און ס'איז דא וואס נוצן עס אויף א נארמאלע פארנעם..
ס'איז דא וואס רויכערן גאר אסאך... ס'איז דא וואס כאפן א סיגרעט הער ענד דער..
ס'איז דא וואס עסן גאר אסאך קוקיס און ס'איז דא וואס עסן אביסל קוקיס...
ס'איז דא וואס טרינקן וויין/ברוינפן מיט א מאס, און ס'איז דא וואס טרינקען איבער די מאס!
"פוסח" על שתי הסעיפים
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5890
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: 🚨 אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

@אבימלך האט דא אדרעסירט א וויכטיגע נושא, איך מיין אבער אז ער האט זיך נישט גוט ארויסגעברענגט.

בעצם איז דא נישט די פלאץ ארומצורעדן וויאזוי אדיקשן ארבעט און וויאזוי מ'קען זיך היילן דערפון בס"ד, אויף איז דא כמה אשכולות דא אויפ'ן וועלטל אינעם תורת הנפש פארום עיין שם ותמצא נחת.

איך וואלט נישט געזאגט אז אבימלך האט געבעטן קיינער זאל נישט טרינקען, אדרבה ביי אידן און ביי חסידים האט מען געטרינקען, אויף יעדע מקום לפי ערכן אינעם ריכטיגן זמן און אויף א ספעציעלן מאס.

אבער, די דעפיניציע פון א "איד" איז זעלבסט קאנטראל, די דעפיניציע פון א חסידישע "איד" איז טויזענט מאל זעלבסט קאנטראל. נישט בלויז ביי אלקאהאל נאר ביי אלע ענינים אין לעבן, אלקאהאל אינקלודעד.

יעדער מענטש קען אנדערש דערהייבן און יעדער האט אנדערע שוואכקייטן, יעדער זאל זיך אליינס קאנטראלירן ביי זיינע נסיונות צו בין אדם למקום צו בין אדם לחבירו.

דער גוי, וואס לעבט א חיים של הבל ושטות און אלעס איז בלויז פאר די הנאת הגוף וחיי שעה, ביי אים איז סיי וועלכע תאוה מותר לכתחילה חוץ אויב ס'ווערט א סכנה, דארט רעדט מען מער אדיקשן, דרייוון אונטערן איינפלוס, און אנדערע סארט אדיקשנס וועלכע רואינרט גאנצע פאמיליעס און לעבנס.

אידן בדרך כלל, שטייען היבש ווייטער אפגערוקט דערפון, אונזערע גזירות וגזירות לגזירות אין צוגאב צו די חסידישע סטאנדארדן היטן אונז ברוך ה' אפ פון אנקומען צו נאנט צום פייער וכן יעזור ה' להלאה.

אבער דאס מיינט נישט אז פראבלעמען זענען נישטא, ס'איז דא ערנסטע פראבלעמען ליידער מער וויפיל איך און דו וואלטן געוואלט.

אין וואלט געזאגט אזוי.

דער אלגעמיינער מענטש זאל וויסן פארוואס ער טרינקט, וואס ער וויל דערמיט עררייכן און זיכער מאכן אז ער טריקנט לויט וויפיל ס'העלפט אים צו זיין ציהל. אויב דער ציהל איז נישט וואס אן ערליכע איד וויל, האט ער א פראבלעם סיי ווי און ער זאל גיין פאר הילף בעוד מועד.

דער אדיקט אדער דער וואס מיינט ער איז א אדיקט אדער דער וואס שפעקולירט אז אפשר איז ער א עדיקט זאל ער אוועקשטיין פונעם ביטערן טראפ בתכלית, אינגאנצן. שטיי נישט לעבן דעם, פרוביר עס נישט אויס, קיין שום מאמר פון א צדיק אדער גוט ווארט בנוגע יין אדער יין שרף עפלייט צו דיר. דו האסט א מחלה, אן ערנסטע מחלה, א מחלה וואס איז א סכנת מות און דעריבער ביסטו פטור אבל אסור פון טרינקען סיי וואס און סיי ווען. אויב מאכסטו מיט פערזענליך אדער אין שטוב, איז פארהאן אנדערע עצות און בעסערע קאופינג מעכאניזמס.

והאחרון הכביד, צו דו טרינקסט יא צו נישט, ווען דו זעסט איינער קומט אריין און דו ווייסט אדער דו קלערסט אז אפשר קען ער דאס נישט האנדלען, פרוביר נישט צו מאכן פאן פון יענעמס חשבון אדער אויף די חשבון פון יענעמס פאמיליע. אז דו דענקסט אז לעצטע מאל ביי א קידוש האט זיך יעדער אונטערגעהאלטן אויף זיין חשבון פארשטיי אז יענער איז דערנאך אהיים געגאנגען צו א משפחה וואס זענען שרוי בצער פון דעם א. ג. יין ישמח לבב אנוש. נאכמער דער טרינקער זעלבסט איז שרוי בצער מילא טרינקט ער נישט ווייל ער "וויל" נאר ווייל ער "מוז", ער איז אין קייטלען ליידער.

נעמטס אוועק די ברוינפען פון אים, מאכטס עס נישט קאאל אז ער טרינקט און אז ער גלייכט און ער פארשטייט צו ברוינפען. פונקט פארקערט, מאכטס עס קאאל און נארמאל אז מ'זאל קענען אפן רעדן פון די מחלת האדיקשן אז יענער וואָס קאנטראלירט זיך יא זאל זיין קאאל פארן אנערקענען זיין פראבלעם און דיעלן דערמיט.

ס'זאל נישט זיין קיין בושה צו זיין קיין אדיקט וואס ארבעט אויף זיך פונקט ווי ס'איז נישט קיין בושה צו טראגן ברילן.

דער אדיקט ווייס איך נישט ער האט א בחירה צו נישט, איך קען נישט דן זיין, אבער דער וואס רייט דערויף און מאכט פאן מיט אים און מיטן גאנצן עולם טראכט א גרויסע אחריות.

אויב איז מען מסופק ווער ס'איז אן אדיקט, לאמיר גיין לחומרא, דמו ודם זרעותיו נויטיגן זיך אין אונזער הילף.

ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”