הילף מיט א צוריקגעוואקסענע בארד נאכן פליקן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

הילף מיט א צוריקגעוואקסענע בארד נאכן פליקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

איך וויל סטאפן פליקן מיין בארד, איך האב שוין אפילו אויפגעהערט אפאר מאל, די פראבלעם איז אבער אז מיין האר איז אלץ געווען גראד אפילו מיין פיאות האט זיך נאר געהאלטן איינגעדרייט מיט א פעירום, מיין בארד האט אינגהויבן וואקסען לכתחילה אביסל מיט געדרייטע האר אבער זייט איך פליק עס אפילו איך סטאפ פאר א פאר וואכן וואקסט עס צירוק ווי גראדע נאדלעך, איך האב געהאפט אז אויב איך וועל עס אפלאזן פאר א שטיק צייט וועט זיך עס ווערן מער נאטירליך מיט די צייט,

למעשה זע איך אז איך האב שוין מער פין דריי אינטשעס פין נאדלעך אין איך שעם זיך זייער שטארק צי גיין צעווישן מענטשן ( מיט א אויסגעפליקטע בארד שעם איך זיך אויך)

ארויפדרייען ארבעט נישט ביין מיר, פארוואס איך האב עס נישט ליב .

עספעשעלי ווייל ביז עס איז דא געניג אנציהייבן ארויפצידרייען פיל איך איז בישות,

איך האב געזען מענטשן וואס האבן טאקע אויפגעהערט צי פליקן אין זיי גייען ארים מיט לאנגע גראדע בערד
איז וואס טיט מען ??
אוועטאר
בשר ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 8:47 pm

Re: הילף איבער פליקן די בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשר ודגים »

פון דיין תגובה איז משמע אז דו קענסט אויפהערן פליקען דיין פראבלעם איז נאר די אופן וויאזוי דיין בארד וואקסט צוריק נאכ'ן פליקען, אלזא לכאו' דארף מען טוישן קעפל צו: "הילף נאכ'ן פליקען די בארד"..
אבער לגבי פליקען אליין האביך געזעהן ביי מיר אז שבת ווען ס'איז א שאלה דאורייתא קען איך מיך איינהאלטן סוי ס'איז תלוי אין מיר..
איי וועסטו פרעגן מענטשן וואס זענען אדיקטעד צום ציגראטעל קענען זיך אויך איינהאלטן שבת?.. א גוטע קשי'..
(ס'דערמאנט מיר די מעשה פון איינער וואס איז געווען א שטארקע רויכערער, און ווען רביה"ק מ'סאטמאר האט געפירט די מערכה אין אמעריקע אז מ'זאל האלטן זמן ר"ת מוצש"ק, האט יענער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער האט א ראי' אז די רבי איז גערעכט, ווייל ער זעהט ביי זיך אז ביז 72 מינוט דארף ער נישט קיין ציגראטעל, די רגע ס'ווערט זמן ר"ת הייבט זיך אהן זיין תשוקה פאר א סמאויק..)
מ'טרינקט לחיים און מ'איז פריילאך און מ'גייט א קאראהוד
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: הילף איבער פליקן די בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

איבער פליקן די בארד איז דא א גוטע איידע צי לייגן א בענדזש אויף די פינגער בנוגע נאכן צירוק וואקסן ווייסעך שוין נישט וואס מען קען טון
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: הילף איבער פליקן די בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:13 am
פון דיין תגובה איז משמע אז דו קענסט אויפהערן פליקען דיין פראבלעם איז נאר די אופן וויאזוי דיין בארד וואקסט צוריק נאכ'ן פליקען, אלזא לכאו' דארף מען טוישן קעפל צו: "הילף נאכ'ן פליקען די בארד"..
אבער לגבי פליקען אליין האביך געזעהן ביי מיר אז שבת ווען ס'איז א שאלה דאורייתא קען איך מיך איינהאלטן סוי ס'איז תלוי אין מיר..
איי וועסטו פרעגן מענטשן וואס זענען אדיקטעד צום ציגראטעל קענען זיך אויך איינהאלטן שבת?.. א גוטע קשי'..
(ס'דערמאנט מיר די מעשה פון איינער וואס איז געווען א שטארקע רויכערער, און ווען רביה"ק מ'סאטמאר האט געפירט די מערכה אין אמעריקע אז מ'זאל האלטן זמן ר"ת מוצש"ק, האט יענער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער האט א ראי' אז די רבי איז גערעכט, ווייל ער זעהט ביי זיך אז ביז 72 מינוט דארף ער נישט קיין ציגראטעל, די רגע ס'ווערט זמן ר"ת הייבט זיך אהן זיין תשוקה פאר א סמאויק..)
סטאפ צי פליקען! א איד בעט פאר העלפּ, קימסט אן מיט א באקיט מיט עדווייס אין מוסר...
אוועטאר
בארביקיא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:31 am

Re: הילף מיט א צוריקגעוואקסענע בארד נאכן פליקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארביקיא »

דו האסט א מורא'דיגע שטארקייט אין דיר אז דו האסט שוין אנגעפאנגען. איך בין די מקנא! כקען א נאנטע וואס האט געסטאפט פליקן אלס בחור 4 וואכן פאר סוף זמן און ער איז אנגעקומען אהיים מיט א ניי געוואקסענע בארד ס'האט אויסגעזען ווי נאכן שניידן מענטשן האבן געזאגט, וואו ס'האט אסאך גערעגנט ביי ענק וכו' למעשה איז אריבער א תקיפה און קיינער האט שוין נישט געדענקט. און ער האט זיך צוגעוואוינט און עס איז גראדע נישט געווארן לענגער ווי ביי זיין טאטע. גוטע שעמפא מיט קאנדישינער קען העלפן אז די בארד זאל פילן באקוועמער. מיט די צייט וועסטו און דיינע ארומיגע זיין זייער צופרידן וויאזוי דו זעסט אויס.
איז אייוועלט א פלאץ פאר גוטע אינפארמאציע אויס צו ליפטערן, צייט פארטרייבונג?
כשרייב עס פאר מיר אליין
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3743
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: הילף מיט א צוריקגעוואקסענע בארד נאכן פליקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

חיים טוב האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:36 am
איך וויל סטאפן פליקן מיין בארד, איך האב שוין אפילו אויפגעהערט אפאר מאל, די פראבלעם איז אבער אז מיין האר איז אלץ געווען גראד אפילו מיין פיאות האט זיך נאר געהאלטן איינגעדרייט מיט א פעירום, מיין בארד האט אינגהויבן וואקסען לכתחילה אביסל מיט געדרייטע האר אבער זייט איך פליק עס אפילו איך סטאפ פאר א פאר וואכן וואקסט עס צירוק ווי גראדע נאדלעך, איך האב געהאפט אז אויב איך וועל עס אפלאזן פאר א שטיק צייט וועט זיך עס ווערן מער נאטירליך מיט די צייט,

למעשה זע איך אז איך האב שוין מער פין דריי אינטשעס פין נאדלעך אין איך שעם זיך זייער שטארק צי גיין צעווישן מענטשן ( מיט א אויסגעפליקטע בארד שעם איך זיך אויך)

ארויפדרייען ארבעט נישט ביין מיר, פארוואס איך האב עס נישט ליב .

עספעשעלי ווייל ביז עס איז דא געניג אנציהייבן ארויפצידרייען פיל איך איז בישות,

איך האב געזען מענטשן וואס האבן טאקע אויפגעהערט צי פליקן אין זיי גייען ארים מיט לאנגע גראדע בערד
איז וואס טיט מען ??
אפשר מאך א פעירום אויך אויף די בארד
אוועטאר
בארביקיא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:31 am

Re: הילף מיט א צוריקגעוואקסענע בארד נאכן פליקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארביקיא »

כזעה אינגעלייט ניצן האר-ספרעי צו האלטן די בארד און א געוויסע פארעם אפשר קען עס ארבעטן דא.
איז אייוועלט א פלאץ פאר גוטע אינפארמאציע אויס צו ליפטערן, צייט פארטרייבונג?
כשרייב עס פאר מיר אליין
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: הילף מיט א צוריקגעוואקסענע בארד נאכן פליקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

בארביקיא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:31 pm
כזעה אינגעלייט ניצן האר-ספרעי צו האלטן די בארד און א געוויסע פארעם אפשר קען עס ארבעטן דא.
וועל איך פראבירן דעס, שכך
אוועטאר
בארביקיא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:31 am

Re: הילף מיט א צוריקגעוואקסענע בארד נאכן פליקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארביקיא »

הצלחה! האלאו אויב מעגליך קום אהער מיט פידבעק וואס דיינע צוקוקער געבן דיר ס'קען דיך העלפן דו ביסט צווישן חברים דא.
איז אייוועלט א פלאץ פאר גוטע אינפארמאציע אויס צו ליפטערן, צייט פארטרייבונג?
כשרייב עס פאר מיר אליין
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:Oceania, 1984

Re: הילף מיט א צוריקגעוואקסענע בארד נאכן פליקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

בארביקיא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:31 pm
כזעה אינגעלייט ניצן האר-ספרעי צו האלטן די בארד און א געוויסע פארעם אפשר קען עס ארבעטן דא.
אפשר האט איינער א רעקאמאנדאציע פאר א ספרעי אדג וואס זאל האלטן דאס בארד וואויל און פאלגזאם?
מיין עיקר צער גידול זקן איז מיט די זייטן אויבן, ווי די רעבעלן פירן זיך צו ארויסשטיין מיט אזא דריי - נאך דערצו - אויף צוריקוועגס, איך וואלט געלייגט א בילד אבער ס'איז היבש גראפיש, בקיצור הילף געזוכט מיט דאנק פון פאראויס!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”