זייער טרויעריג

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

Let go
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

איך בין זייער זייער טרויעריג!!!

איך האב א לערנינג דיסעבילעטי (נישט דיסלקציה) וואס וועגן דעם האב איך נישט ציפיל חברים,
וועגן דעם בין איך אייביג ארויסגעפאלן פין חדר ישיבה, וועגן דעם מיטשע איך זיך מיט א זשאב יעדע שני וחמישי, איך קען אפילו נישט האבן קיין זשאב ווי מען קען מאכן שיין,
איך האב געהאט געשריבן אז איך האב אספערגערס, מענטשן וואס האבן עס קענען גראדע זיין זייער סוקסעספול, איך האב עס אבער נישט אינגאנצן ווען איך וואלט עס געהאט פולי וואלט איך מסתם נישט געהאט אזא גרויסע פראבלעם ( ווייל איך וואלט געקענט אויסשטעלן מיין לעבן לויט די כללים ווי אזוי מען העלפט מענטשן מיט דעי דיסארדער)
איך וויל אוועקפליען לעבן אליין אין א וואלד, ציליב וואס אפילו איך האלט שוין נאך יארן טין טערעפי, שטאלפער איך זיך אן אין מיין שוועריקייט יעדן טאג ממש.

עס פאניגט מיר צי זעהן ווי מיינע געשוויסטער,חברים גייען אן, קימען אין בית המדרש שמיעסן פין אלץ אין אלעמען, אין איך הער זיך יא אדער נישט צי, 99% זאכן פין וואס זיי רעדן פארשטיי איך אפילו נישט,

אין צי אלעם קימט נאך צי דעי פאקט אז איך בין סענסעטיוו,

געלט פאר טערעפי האב איך שוין נישט, ( וואס אפילו טאמער יא העלפט עס נישט עכט נאר פשוט מען רעדט זיך אויס אין א אפאר טעג שפעטער פילט מען די זעלבע )

צי געבן א עקזעמפל אזויווי איינער וואס האט קראטשעס אין וואינט אין א פלאץ ווי עס שנייט כסדר, אין אפילו אויב עס שנייט נישט איז דא אייז כמעט איבעראל, עס איז כמעט נישט דא קיין פלעצער ער זאל קענען גיין אן זיך אויסגעליטשן,

נ.ב. איך דארף נישט קיין חיזוק אז דער באשעפער האט מיך זייער ליב, דעס ווייס איך אויך.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע:אין מערב אירופה

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

הלואי וואלט איך זיך געקענט ארויסברענגן אזוי קורץ און שארף ווי דיר!!!
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פון דיין באשרייבונג קוקט אויס אז דו ביסט גאר א געלונגענער יונגערמאן, דו דארפסט ארבעטען צו פאוקוסען אויף דיינע געלונגענקייטען, און טרייען צו איגנארירען דיינע שוואכקייטען, דו פארמאגסט כוח און טאלאנט
Let go
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

קלוגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 am

לאמיר שוין זאגן אז די ביסט גערעכט אז איך האב אויך געלונגנקייטן, למעשה וואס האב איך פון דעם, אז ברענג נישט אהיים פרנסה פאר די שטיב? שוין אפאר יאר אין מיין מעריזש.

אפילו דרייוון אלץ טעקסי קען איך נאר אפאר שעה א טאג, ציליב וואס מיינע אויגן זענען זייער סענסיטיוו צי קאר לייט, זין שטראלן, מער ווי אנדערע מענטשן (איינער וואס קען איינעם וואס האט אספערגערס אדער ווייסט וואס עס איז, וועט פארשטיין פין וואס איך רעד)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:56 am
איך בין זייער זייער טרויעריג!!!

איך האב א לערנינג דיסעבילעטי (נישט דיסלקציה) וואס וועגן דעם האב איך נישט ציפיל חברים,
וועגן דעם בין איך אייביג ארויסגעפאלן פין חדר ישיבה, וועגן דעם מיטשע איך זיך מיט א זשאב יעדע שני וחמישי, איך קען אפילו נישט האבן קיין זשאב ווי מען קען מאכן שיין,
איך האב געהאט געשריבן אז איך האב אספערגערס, מענטשן וואס האבן עס קענען גראדע זיין זייער סוקסעספול, איך האב עס אבער נישט אינגאנצן ווען איך וואלט עס געהאט פולי וואלט איך מסתם נישט געהאט אזא גרויסע פראבלעם ( ווייל איך וואלט געקענט אויסשטעלן מיין לעבן לויט די כללים ווי אזוי מען העלפט מענטשן מיט דעי דיסארדער)
איך וויל אוועקפליען לעבן אליין אין א וואלד, ציליב וואס אפילו איך האלט שוין נאך יארן טין טערעפי, שטאלפער איך זיך אן אין מיין שוועריקייט יעדן טאג ממש.

עס פאניגט מיר צי זעהן ווי מיינע געשוויסטער,חברים גייען אן, קימען אין בית המדרש שמיעסן פין אלץ אין אלעמען, אין איך הער זיך יא אדער נישט צי, 99% זאכן פין וואס זיי רעדן פארשטיי איך אפילו נישט,

אין צי אלעם קימט נאך צי דעי פאקט אז איך בין סענסעטיוו,

געלט פאר טערעפי האב איך שוין נישט, ( וואס אפילו טאמער יא העלפט עס נישט עכט נאר פשוט מען רעדט זיך אויס אין א אפאר טעג שפעטער פילט מען די זעלבע )

צי געבן א עקזעמפל אזויווי איינער וואס האט קראטשעס אין וואינט אין א פלאץ ווי עס שנייט כסדר, אין אפילו אויב עס שנייט נישט איז דא אייז כמעט איבעראל, עס איז כמעט נישט דא קיין פלעצער ער זאל קענען גיין אן זיך אויסגעליטשן,

נ.ב. איך דארף נישט קיין חיזוק אז דער באשעפער האט מיך זייער ליב, דעס ווייס איך אויך.
ב"ה

ס'איז זיכער דא נאך מענטשן אויף די וועלט וואס האבן שוועריגקייטן אין זייער לעבן. טאקע נישט אזוי ווי דו האסט, אבער זיי האבן שוועריגקייטן. איך קלער אפשר אז דער חילוק צווישן דיר און זיי איז, אז עס איז דיך שווער צו אקצעפטירן די פאקט אז דו זוכסט צו אנטלויפן פון שוועריגקייטן. די פאקט אז דו ווילסט דיך ארויסרייסן פון די שוועריגקייטן.

עס איז דיך שווער צו אקצעפטירן די פאקט אז דאס איז וואס גייט פאר מיט דיר. דו האסט דיך געטראפן אין ווייטאג, און דו זוכסט דיך אויסצוהיילן דערפון. דאס איז וואס גייט פאר מיט דיר. און דו קענסט עס נישט אקצעפטירן.

דו עסטעך אויף פארוואס דו ביסט דער וואס דארף דא קומען שרייבן אויף אייוועלט אז דו ביסט טרויעריג. פארוואס פונקט דו. פארוואס דו ביסט נישט אזוי ווי די אנדערע וואס גייען אויף טערעפי, און שוין, פטור פון אלע צרות. קיינער ווייסט נישט דערפון. און זיי קומען ארויס העלדן. פארוואס פונקט דו האסט נאכנישט געטראפן די וועג ארויס. פארוואס.

די לעבן פון א מענטש איז א פראסעס. דיין פראבלעם איז נישט אז דו ווילסט אוועקלויפן אין וואלד און לעבן אליין, דיין פראבלעם איז אז עס טוט דיך וויי פארוואס דו ווילסט אועקלויפן אין וואלד אין לעבן אליין.

דו וואלסט געוואלט שוין זיין דער מוצלח, און דער וואס האט דערגרייכט, און דער וואס דרייט זיך ארום מיט א שמייכל, שוין יעצט!

איך קלער אז דו זאלסט אקצעפטירן אז דו זוכסט הילף. און אז דו ווילסט, און אז דו פרובירסט. אקצעפטיר דיך. אקצעפטיר אז דו האסט אין דיר כוחות וואס ווילן זיך ארויסרייסן פון דיינע שוועריגקייטן.

ביסט פונקט אזוי ווי א מענטש וואס דארף אנקומען צען שטאק, און בשעת ער גייט די שטיגן, טוט אים וויי אז ער וואלט שוין געוואלט אנקומען אויבן. ער קען נישט דערליידן זיינע רצונות.

דו ווילסט ארויסקריכן פון דיינע פראבלעמען, יא דו ווילסט. אקצעפטיר עס! טרעף א וועג וויאזוי צו נוצן דיינע רצונות, און ארויסקריכן וויפיל ס'איז שייך. פרוביר יא. ווילאנג א מענטש לעבט, דארף מען פרובירן וואס מ'קען מיט'ן אייבערשטנס הילף.

והשם הטוב עוזר ויעזור
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:52 pm
קלוגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 am
פון דיין באשרייבונג קוקט אויס אז דו ביסט גאר א געלונגענער יונגערמאן, דו דארפסט ארבעטען צו פאוקוסען אויף דיינע געלונגענקייטען, און טרייען צו איגנארירען דיינע שוואכקייטען, דו פארמאגסט כוח און טאלאנט
לאמיר שוין זאגן אז די ביסט גערעכט אז איך האב אויך געלונגנקייטן, למעשה וואס האב איך פון דעם, אז ברענג נישט אהיים פרנסה פאר די שטיב? שוין אפאר יאר אין מיין מעריזש.

אפילו דרייוון אלץ טעקסי קען איך נאר אפאר שעה א טאג, ציליב וואס מיינע אויגן זענען זייער סענסיטיוו צי קאר לייט, זין שטראלן, מער ווי אנדערע מענטשן (איינער וואס קען איינעם וואס האט אספערגערס אדער ווייסט וואס עס איז, וועט פארשטיין פין וואס איך רעד)
בס"ד

מענטשן אין דיין מצב קענען לייכט אנקומען צו איבער הונדערט אלפים א יאר. דארפסט נאר טרעפן עפעס וואס דו האסט עכט ליב צו טון (זעהט אויס מער צו די קריעטיוו זייט) און מאך עס די בעסטע וואס דו קענסט.

דיין קומען דא מיט די קורצע ווערטער איז שוין מעסיוו. נישט נאר אלס "חיזוק," נאר ווייל דו האסט גענומען א שפרינג פאזיטיוו. געענדיגט מיט'ן זיצן און גרידזשען אויף די גאנצע וועלט. מען גייט מאכן דזשאני סטעפס. דאס איז די ערשטע.

און כנ"ל, וועלכע זאך האסטו וואס דו ווייסט אז מענטשן האבן הנאה דערפון - קראנטשן נאמבערס, פעינטן, מענעדזשען, אויספירן א שליחות אין צייט, טייפן, טראכטן, קאכן - נישט קיין חילוק ביזנעס אדער פערסאנעל. און אויב דו זאגסט אז גארנישט קענסטו איינפאך נישט דיין מהות. קוק בעסער.

און קום צוריק.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אוועטאר
אייגענארטיקע טעאריע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 8:44 am
לאקאציע:במקום שמחשבתו של אדם שם הוא

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענארטיקע טעאריע »

א גוטן הרב LET GO וואס דיין ניק נאמן איז שוין א גרויסע ישועה, בערך וואס הרב נשמה האט גוט ארויסגעברענגט, איך וויל גיין אביסל אנדרעש און אנרירען א אנדערער נקודה. דו מאכסט א לאנגע קייט פון הסבירים. לערנינג דיסעבילעטי = נישט האבן חבירים = ארויסגעפאלן פון חדר ישיבה = מיטשענען מיט א דשאב... וכו' א לאנגע קייט, וויל איך דיר פרעגן, דו קענסט איינער וואס האט לערנינג דיסעבילעטיס און האט יא חבירים? אדער וואס איז נישט ארויסגעפאלן פון חדר ישיבה? אדער וואס האט יא א דשאב? די ענטפער איז אודאי יא, ווייל איך קען, און וועם איך קען נישט קען א צווייטער איינעם, קומט אויס אז יעדער פראבלעם איז א עקסטערער פראבלעם. אויב וועסטו ארבעטן אויף יעדער באזונדער, דאס מיינט, צוטיילן די אלע פראבלעמען, אנשטאט זיי אריינלייגן אין א קייט, וועט עס זיין אסאך גרינגער. טרעף איינער וואס האט לערנינג דיסעבילעטיס און דערגיי וויאזוי ער מאכט יא חבירים, וויאזויי ער האט יא א דשאב, קוק אויף איהם, הער איהם אויס, שפיר איהם, פרעג איהם אויס וואס ער טוט אנדרעש אז ער האט יא חבירים אדער א דשאב. און אזוי ווייטער.
לגבי אנטלויפן אין וואלד, אלס וואס ווילסטו אנטלויפן אין וואלד? לעבן אליין, וואס גייט דיר עס העלפן? גייט עס דיר געבן חבירים? גייט עס דיר געבן א דשאב?
מיין אייגענארטיגע טעאריע בס"ד
viewtopic.php?t=69315
אוועטאר
מחובר
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 03, 2023 10:50 pm

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחובר »

יוסף דעת יוסף מכאוב, ווען מען לערנט די פסוקים טייטשט מען אז ווער עס האט מער חכמה האט מען מער מכאוב, וויבאלד ער פארשטייט מער און זעט מער, אבער די טייטש פון דעת איז נישט חכמה, נאר 'וידע' אדם את חוה עס טייטש חיבור, דאס קען גורם זיין אז מען ווערט שנעלער צוטרעטן און אויכעט אז מען איז נישט צופרידן פון טריקענע פלעינע זאכן, אבער די פאטענטשעל איז מער!! איך האב א שוועריקייט שרייבן איך פרוביר נאר געבן די געדאנק און מען קען אסאך מרחיב זיין!
לעצט פארראכטן דורך מחובר אום מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Let go
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

מזל מידיע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:21 pm
Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:52 pm
קלוגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 am
פון דיין באשרייבונג קוקט אויס אז דו ביסט גאר א געלונגענער יונגערמאן, דו דארפסט ארבעטען צו פאוקוסען אויף דיינע געלונגענקייטען, און טרייען צו איגנארירען דיינע שוואכקייטען, דו פארמאגסט כוח און טאלאנט
לאמיר שוין זאגן אז די ביסט גערעכט אז איך האב אויך געלונגנקייטן, למעשה וואס האב איך פון דעם, אז ברענג נישט אהיים פרנסה פאר די שטיב? שוין אפאר יאר אין מיין מעריזש.

אפילו דרייוון אלץ טעקסי קען איך נאר אפאר שעה א טאג, ציליב וואס מיינע אויגן זענען זייער סענסיטיוו צי קאר לייט, זין שטראלן, מער ווי אנדערע מענטשן (איינער וואס קען איינעם וואס האט אספערגערס אדער ווייסט וואס עס איז, וועט פארשטיין פין וואס איך רעד)
בס"ד

מענטשן אין דיין מצב קענען לייכט אנקומען צו איבער הונדערט אלפים א יאר. דארפסט נאר טרעפן עפעס וואס דו האסט עכט ליב צו טון (זעהט אויס מער צו די קריעטיוו זייט) און מאך עס די בעסטע וואס דו קענסט.

דיין קומען דא מיט די קורצע ווערטער איז שוין מעסיוו. נישט נאר אלס "חיזוק," נאר ווייל דו האסט גענומען א שפרינג פאזיטיוו. געענדיגט מיט'ן זיצן און גרידזשען אויף די גאנצע וועלט. מען גייט מאכן דזשאני סטעפס. דאס איז די ערשטע.

און כנ"ל, וועלכע זאך האסטו וואס דו ווייסט אז מענטשן האבן הנאה דערפון - קראנטשן נאמבערס, פעינטן, מענעדזשען, אויספירן א שליחות אין צייט, טייפן, טראכטן, קאכן - נישט קיין חילוק ביזנעס אדער פערסאנעל. און אויב דו זאגסט אז גארנישט קענסטו איינפאך נישט דיין מהות. קוק בעסער.

און קום צוריק.
איך קען טין א שליחות פאר איינעם אבער נאר אויב מען זאגט מיר פינקטלעך אויף די האר וואס צי טין, איך קען נישט אליינס טראכטן פין בערך וואס דארף ווערן געטין, אין מענטשן ווערן נערוועז אויף מיר אז
למשל ' איך האב דיר געזאגט גיי דארט אין דארט טי דאס אין דאס וואס פינקטלעך האסטי נישט פארשטאנען' ?

אין בכלל קען איך נישט טין מער ווי איין זאך אויפאמאל, אויב סוויטש מען אריבער פליצלינג צי עפעס אנדערש, דארף מען אנהייבן פין אנהייב מיט מיר, למשל מאכן לייסענס האט מיר גענימען א יאאאר צי פארשטיין פינקטלעך וואס דארט שטייט אין וויאזוי איך נעם עס ארויס למעשה.

מיינע טעראפיסטן במשך די יארן האבן מיר געזאגט אז איך בין גיט פאר פיזישע ארבעט ווי למשל קאכן,ארבעטן אין מצה בעקערי, זאכן וואס מען דארף נישט ניצן די קאפ, ( איך האב שוין געארבעט אין א מצה בעקערי איך קען אבער נישט ארבעטען מער ווי 2 3 שעה , וויבאלד עס איז זייער שווערע ארבעט)

איך האב פראבירט צי ארבעטען פאר א חבר וואס איז א הענדימען ער איז גראדע געווען גאר א געדילדיגער, אבער נאך אפאר וואכן האמיר אינז ביידע געזען אז איך כאפ נישט אויף וואס צי טין,

אין גראדע איך בין נישט קריעיטיוו, אין ישיבה האט מען מיך געזאגט אז איך בין דום,

אבער שכך פארן שרייבן דא צי מיר, עס האט מיר געמאכט פילן בעסער.

אייגענארטיקע טעאריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:15 pm
א גוטן הרב LET GO וואס דיין ניק נאמן איז שוין א גרויסע ישועה, בערך וואס הרב נשמה האט גוט ארויסגעברענגט, איך וויל גיין אביסל אנדרעש און אנרירען א אנדערער נקודה. דו מאכסט א לאנגע קייט פון הסבירים. לערנינג דיסעבילעטי = נישט האבן חבירים = ארויסגעפאלן פון חדר ישיבה = מיטשענען מיט א דשאב... וכו' א לאנגע קייט, וויל איך דיר פרעגן, דו קענסט איינער וואס האט לערנינג דיסעבילעטיס און האט יא חבירים? אדער וואס איז נישט ארויסגעפאלן פון חדר ישיבה? אדער וואס האט יא א דשאב? די ענטפער איז אודאי יא, ווייל איך קען, און וועם איך קען נישט קען א צווייטער איינעם, קומט אויס אז יעדער פראבלעם איז א עקסטערער פראבלעם. אויב וועסטו ארבעטן אויף יעדער באזונדער, דאס מיינט, צוטיילן די אלע פראבלעמען, אנשטאט זיי אריינלייגן אין א קייט, וועט עס זיין אסאך גרינגער. טרעף איינער וואס האט לערנינג דיסעבילעטיס און דערגיי וויאזוי ער מאכט יא חבירים, וויאזויי ער האט יא א דשאב, קוק אויף איהם, הער איהם אויס, שפיר איהם, פרעג איהם אויס וואס ער טוט אנדרעש אז ער האט יא חבירים אדער א דשאב. און אזוי ווייטער.
לגבי אנטלויפן אין וואלד, אלס וואס ווילסטו אנטלויפן אין וואלד? לעבן אליין, וואס גייט דיר עס העלפן? גייט עס דיר געבן חבירים? גייט עס דיר געבן א דשאב?
עס גייט מיר העלפן אז איך וועל נישט זיין פין די איינציגע וואס ארבעטען נישט, פלעין איך וועל לעבן מיט מיך אליין, אבער יעצט ווי נישט ווי דארף איך גיין צי בית המדרש וכדומה אין זעהן ווי יעדער ריקט זיך פאראויס, אין איך בלייב ציריגעשטאנען,

זאגסט גאנץ גיטע געדאנקן ! איך האב 1 חבר פין ישיבה וואס ער האט די זעלבע פראבלעם ווי מיר, ער האט אבער נישט דע שוועריקייט פין סענסעטיווע אויגן, סוי ער דרייווט אגאנצן טאג, נאך א זאך ער איז מסכים מער ווייניגער מיט וואס ער איז, איך נישט. אפילו טאמער איך ווייס מעגליך דעס וועט מיר מאכן גערינגער קען איך אבער נישט מסכים זיין אז מיין חלום פין לאנגע יארן אז איך גיי/וויל זיין רייך אדער עט ליעסט א שטיקל עושר, האבן א בכובדיגע ארבעט, איז אויס.

איך טראכט צי מיר פארוואס האב איך מיך געמיטשעט אלע מיינע קינדער יארן, צי ארבעטן פאר איך ווייס וויפיל, א שעה ?? אין צייט וואס מיינע חבירים האבן זיך שוין זייער אייגענע הויז. איך ווייס אז אלעס איז באשערט, אבער דע פילינג פין זיין א נער אין די אויגן פין רוב חבירים אין ישיבה, (ווי איך האב שוין פריער געשריבן) אין זיי זעהן פאראויס אין לעבן אין איך נישט, איז נישט צים אויסהאלטן !!!

איך געדענק ווי 2 יאר פאר איך בין ברוך השם א חתן געווארן, האב איך געטוישט ישיבה פאר 1 זמן אינמיטן זמן האב איך געפרעגט אזוי אינמיטן א שמועס מיט א חבר, וואס ער האט געזען אין מיר אז ער איז געווארן מיין חבר, האט ער מיר געזאגט אז מען האט געשמיעסט, אז עפעס א אינטערסאנטע בחור גייט אריינקומען, אין אזויווי ער האט ליב תורת הנפש האט ער זיך געוואלט באקענען מיט מיר ..
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:24 pm

אפשר גייט איר צו א פראפעשינעל וועגען די אויגען
אפשר טיז דא ספעציעלע גלעזער אדער עפעס אנדרעש וואס מען קען טועהן דערצו
אזוי צו זאגן
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:00 am

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו זאגן »

Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:56 am
איך בין זייער זייער טרויעריג!!!

איך האב א לערנינג דיסעבילעטי (נישט דיסלקציה) וואס וועגן דעם האב איך נישט ציפיל חברים,
וועגן דעם בין איך אייביג ארויסגעפאלן פין חדר ישיבה, וועגן דעם מיטשע איך זיך מיט א זשאב יעדע שני וחמישי, איך קען אפילו נישט האבן קיין זשאב ווי מען קען מאכן שיין,
איך האב געהאט געשריבן אז איך האב אספערגערס, מענטשן וואס האבן עס קענען גראדע זיין זייער סוקסעספול, איך האב עס אבער נישט אינגאנצן ווען איך וואלט עס געהאט פולי וואלט איך מסתם נישט געהאט אזא גרויסע פראבלעם ( ווייל איך וואלט געקענט אויסשטעלן מיין לעבן לויט די כללים ווי אזוי מען העלפט מענטשן מיט דעי דיסארדער)
איך וויל אוועקפליען לעבן אליין אין א וואלד, ציליב וואס אפילו איך האלט שוין נאך יארן טין טערעפי, שטאלפער איך זיך אן אין מיין שוועריקייט יעדן טאג ממש.

עס פאניגט מיר צי זעהן ווי מיינע געשוויסטער,חברים גייען אן, קימען אין בית המדרש שמיעסן פין אלץ אין אלעמען, אין איך הער זיך יא אדער נישט צי, 99% זאכן פין וואס זיי רעדן פארשטיי איך אפילו נישט,

אין צי אלעם קימט נאך צי דעי פאקט אז איך בין סענסעטיוו,

געלט פאר טערעפי האב איך שוין נישט, ( וואס אפילו טאמער יא העלפט עס נישט עכט נאר פשוט מען רעדט זיך אויס אין א אפאר טעג שפעטער פילט מען די זעלבע )

צי געבן א עקזעמפל אזויווי איינער וואס האט קראטשעס אין וואינט אין א פלאץ ווי עס שנייט כסדר, אין אפילו אויב עס שנייט נישט איז דא אייז כמעט איבעראל, עס איז כמעט נישט דא קיין פלעצער ער זאל קענען גיין אן זיך אויסגעליטשן,

נ.ב. איך דארף נישט קיין חיזוק אז דער באשעפער האט מיך זייער ליב, דעס ווייס איך אויך.
נומער איינס, דו ביסט נישט קיין מיסטעיק, גאט האט דיך אזוי באשאפן, אקצעפטיר עס נישט, סעלעברעיט עס.

א מאראנץ וואס וויל זייער שטארק זיין א עפל רעדט זיך איין אז אלע עפלעך זענען די זעלבע, ווען אין פאקט איז פאראן טויזענטער פארשידנארטיגע סארטן פון עפל, וואס יעדע קוקט אויס אנדערש סיי אין פארעם, סיי אין טעם און סיי אין קאליר.

אבער וויבאלד סאיז נאר פאראן פיהר הונדערט סארטן פון מאראנצן, אקעגן זיבן אהאלב טויזענט סארטן עפל מיינט נעבעך די מאראנץ אז ער איז א טעות.

אויב דער מאראנץ גייט צו א גוטן טעראפיסט, וועט ער אנשטאט צו פרובירן צו ווערן עפל זשוס און עפל קוגל, וועט ער רעאליזירן אז אלעס קען גיין געשמירט אויב זאל ער פרובירן צו ווערן אראנדש זשוס, און ביי די וועי אראנזש זשוס איז אסאך בעסער ווי עפל זשוס, אבער דאס קען שוין יעדער אליינס אפמאכן וואס ער האט בעסער ליב
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:56 pm
מזל מידיע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:21 pm
Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:52 pm
קלוגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 am
פון דיין באשרייבונג קוקט אויס אז דו ביסט גאר א געלונגענער יונגערמאן, דו דארפסט ארבעטען צו פאוקוסען אויף דיינע געלונגענקייטען, און טרייען צו איגנארירען דיינע שוואכקייטען, דו פארמאגסט כוח און טאלאנט
לאמיר שוין זאגן אז די ביסט גערעכט אז איך האב אויך געלונגנקייטן, למעשה וואס האב איך פון דעם, אז ברענג נישט אהיים פרנסה פאר די שטיב? שוין אפאר יאר אין מיין מעריזש.

אפילו דרייוון אלץ טעקסי קען איך נאר אפאר שעה א טאג, ציליב וואס מיינע אויגן זענען זייער סענסיטיוו צי קאר לייט, זין שטראלן, מער ווי אנדערע מענטשן (איינער וואס קען איינעם וואס האט אספערגערס אדער ווייסט וואס עס איז, וועט פארשטיין פין וואס איך רעד)
בס"ד

מענטשן אין דיין מצב קענען לייכט אנקומען צו איבער הונדערט אלפים א יאר. דארפסט נאר טרעפן עפעס וואס דו האסט עכט ליב צו טון (זעהט אויס מער צו די קריעטיוו זייט) און מאך עס די בעסטע וואס דו קענסט.

דיין קומען דא מיט די קורצע ווערטער איז שוין מעסיוו. נישט נאר אלס "חיזוק," נאר ווייל דו האסט גענומען א שפרינג פאזיטיוו. געענדיגט מיט'ן זיצן און גרידזשען אויף די גאנצע וועלט. מען גייט מאכן דזשאני סטעפס. דאס איז די ערשטע.

און כנ"ל, וועלכע זאך האסטו וואס דו ווייסט אז מענטשן האבן הנאה דערפון - קראנטשן נאמבערס, פעינטן, מענעדזשען, אויספירן א שליחות אין צייט, טייפן, טראכטן, קאכן - נישט קיין חילוק ביזנעס אדער פערסאנעל. און אויב דו זאגסט אז גארנישט קענסטו איינפאך נישט דיין מהות. קוק בעסער.

און קום צוריק.
איך קען טין א שליחות פאר איינעם אבער נאר אויב מען זאגט מיר פינקטלעך אויף די האר וואס צי טין, איך קען נישט אליינס טראכטן פין בערך וואס דארף ווערן געטין, אין מענטשן ווערן נערוועז אויף מיר אז
למשל ' איך האב דיר געזאגט גיי דארט אין דארט טי דאס אין דאס וואס פינקטלעך האסטי נישט פארשטאנען' ?

אין בכלל קען איך נישט טין מער ווי איין זאך אויפאמאל, אויב סוויטש מען אריבער פליצלינג צי עפעס אנדערש, דארף מען אנהייבן פין אנהייב מיט מיר, למשל מאכן לייסענס האט מיר גענימען א יאאאר צי פארשטיין פינקטלעך וואס דארט שטייט אין וויאזוי איך נעם עס ארויס למעשה.

מיינע טעראפיסטן במשך די יארן האבן מיר געזאגט אז איך בין גיט פאר פיזישע ארבעט ווי למשל קאכן,ארבעטן אין מצה בעקערי, זאכן וואס מען דארף נישט ניצן די קאפ, ( איך האב שוין געארבעט אין א מצה בעקערי איך קען אבער נישט ארבעטען מער ווי 2 3 שעה , וויבאלד עס איז זייער שווערע ארבעט)

איך האב פראבירט צי ארבעטען פאר א חבר וואס איז א הענדימען ער איז גראדע געווען גאר א געדילדיגער, אבער נאך אפאר וואכן האמיר אינז ביידע געזען אז איך כאפ נישט אויף וואס צי טין,

אין גראדע איך בין נישט קריעיטיוו, אין ישיבה האט מען מיך געזאגט אז איך בין דום,

אבער שכך פארן שרייבן דא צי מיר, עס האט מיר געמאכט פילן בעסער.
ב"ה

אפשר ווייל אין ישיבה האט מען דיר געזאגט אז דו ביסט דום, שפילסטו עס מער אויף ווי דו ביסט באמת? קען זיין אז דו קענסט יא טרעפן אין דיר אנדערע כוחות וואס קענען יא פארשטיין וואס מ'זאגט דיר. הייב אן זוכן אין דיר כוחות וואס דו קענסט יא פארשטיין וואס מ'זאגט דיר, וואס דו דארפסט נישט אנהייבן פון אנהייב. טרעף יא אין דיר קריעטיוויטעט. אפשר הערסטו אויף טראכטן אז דו קענסט נישט. פון טראכטן אגאנצן צייט "איך קען נישט, איך קען נישט, איך קען נישט, איך קען נישט" ווערסטו נאר טרויעריגער, און געסטעך נישט קיין געלעגנהייט צו טרעפן אין דיר קריעטיוויטעט.

הייב אן טראכטן: איך קען יא! לאז דיך נישט פון "ישיבה". הייב אויף דיין גייסט אביסל, ווער קריעטיוו, קענסט יא! זאג דיר אליין "איך קען יא".

קען טאקע זיין אז דו דארפסטעך מער פלאגן, אבער אפשר קען אויך זיין אז דו ביסט אביסל טרויעריג, און מיואש, און פארזארגט וועגן דיינע פראבלעמען, און וועגן דעם קענסטו נישט צולייגן קאפ צו וואס מ'זאגט דיר?

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4184
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך קען נאכנישט דיינע אנדערע טאלאנטען
אבער איין זאך קען יעדער באלד זעהן - די ביזט אן אייזענע שרייבער!!
ברענגסט ארויס זאכן שנעל און נאך מיט א sense of humor

איז מעגליך אז צוטיילן דיין טאג צווישן אפאר שעה פיזיש און אפאר שעה ארבעטן מיטן קאפ העט דיר זיין גרינגער ?
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

פון דיין שרייבן קוקט נישט אויס ווי די ביסט אזא לא יוצלח ווי די מאכסט עס!

לעט איט גאו!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
Let go
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

נשמה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:36 pm
Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:56 pm
מזל מידיע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:21 pm
Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:52 pm
קלוגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 am
פון דיין באשרייבונג קוקט אויס אז דו ביסט גאר א געלונגענער יונגערמאן, דו דארפסט ארבעטען צו פאוקוסען אויף דיינע געלונגענקייטען, און טרייען צו איגנארירען דיינע שוואכקייטען, דו פארמאגסט כוח און טאלאנט
לאמיר שוין זאגן אז די ביסט גערעכט אז איך האב אויך געלונגנקייטן, למעשה וואס האב איך פון דעם, אז ברענג נישט אהיים פרנסה פאר די שטיב? שוין אפאר יאר אין מיין מעריזש.

אפילו דרייוון אלץ טעקסי קען איך נאר אפאר שעה א טאג, ציליב וואס מיינע אויגן זענען זייער סענסיטיוו צי קאר לייט, זין שטראלן, מער ווי אנדערע מענטשן (איינער וואס קען איינעם וואס האט אספערגערס אדער ווייסט וואס עס איז, וועט פארשטיין פין וואס איך רעד)
בס"ד

מענטשן אין דיין מצב קענען לייכט אנקומען צו איבער הונדערט אלפים א יאר. דארפסט נאר טרעפן עפעס וואס דו האסט עכט ליב צו טון (זעהט אויס מער צו די קריעטיוו זייט) און מאך עס די בעסטע וואס דו קענסט.

דיין קומען דא מיט די קורצע ווערטער איז שוין מעסיוו. נישט נאר אלס "חיזוק," נאר ווייל דו האסט גענומען א שפרינג פאזיטיוו. געענדיגט מיט'ן זיצן און גרידזשען אויף די גאנצע וועלט. מען גייט מאכן דזשאני סטעפס. דאס איז די ערשטע.

און כנ"ל, וועלכע זאך האסטו וואס דו ווייסט אז מענטשן האבן הנאה דערפון - קראנטשן נאמבערס, פעינטן, מענעדזשען, אויספירן א שליחות אין צייט, טייפן, טראכטן, קאכן - נישט קיין חילוק ביזנעס אדער פערסאנעל. און אויב דו זאגסט אז גארנישט קענסטו איינפאך נישט דיין מהות. קוק בעסער.

און קום צוריק.
איך קען טין א שליחות פאר איינעם אבער נאר אויב מען זאגט מיר פינקטלעך אויף די האר וואס צי טין, איך קען נישט אליינס טראכטן פין בערך וואס דארף ווערן געטין, אין מענטשן ווערן נערוועז אויף מיר אז
למשל ' איך האב דיר געזאגט גיי דארט אין דארט טי דאס אין דאס וואס פינקטלעך האסטי נישט פארשטאנען' ?

אין בכלל קען איך נישט טין מער ווי איין זאך אויפאמאל, אויב סוויטש מען אריבער פליצלינג צי עפעס אנדערש, דארף מען אנהייבן פין אנהייב מיט מיר, למשל מאכן לייסענס האט מיר גענימען א יאאאר צי פארשטיין פינקטלעך וואס דארט שטייט אין וויאזוי איך נעם עס ארויס למעשה.

מיינע טעראפיסטן במשך די יארן האבן מיר געזאגט אז איך בין גיט פאר פיזישע ארבעט ווי למשל קאכן,ארבעטן אין מצה בעקערי, זאכן וואס מען דארף נישט ניצן די קאפ, ( איך האב שוין געארבעט אין א מצה בעקערי איך קען אבער נישט ארבעטען מער ווי 2 3 שעה , וויבאלד עס איז זייער שווערע ארבעט)

איך האב פראבירט צי ארבעטען פאר א חבר וואס איז א הענדימען ער איז גראדע געווען גאר א געדילדיגער, אבער נאך אפאר וואכן האמיר אינז ביידע געזען אז איך כאפ נישט אויף וואס צי טין,

אין גראדע איך בין נישט קריעיטיוו, אין ישיבה האט מען מיך געזאגט אז איך בין דום,

אבער שכך פארן שרייבן דא צי מיר, עס האט מיר געמאכט פילן בעסער.
ב"ה

אפשר ווייל אין ישיבה האט מען דיר געזאגט אז דו ביסט דום, שפילסטו עס מער אויף ווי דו ביסט באמת? קען זיין אז דו קענסט יא טרעפן אין דיר אנדערע כוחות וואס קענען יא פארשטיין וואס מ'זאגט דיר. הייב אן זוכן אין דיר כוחות וואס דו קענסט יא פארשטיין וואס מ'זאגט דיר, וואס דו דארפסט נישט אנהייבן פון אנהייב. טרעף יא אין דיר קריעטיוויטעט. אפשר הערסטו אויף טראכטן אז דו קענסט נישט. פון טראכטן אגאנצן צייט "איך קען נישט, איך קען נישט, איך קען נישט, איך קען נישט" ווערסטו נאר טרויעריגער, און געסטעך נישט קיין געלעגנהייט צו טרעפן אין דיר קריעטיוויטעט.

הייב אן טראכטן: איך קען יא! לאז דיך נישט פון "ישיבה". הייב אויף דיין גייסט אביסל, ווער קריעטיוו, קענסט יא! זאג דיר אליין "איך קען יא".

קען טאקע זיין אז דו דארפסטעך מער פלאגן, אבער אפשר קען אויך זיין אז דו ביסט אביסל טרויעריג, און מיואש, און פארזארגט וועגן דיינע פראבלעמען, און וועגן דעם קענסטו נישט צולייגן קאפ צו וואס מ'זאגט דיר?

והשם הטוב עוזר ויעזור
עפעס ליגט אין דיינע ווערטער. איינער וואס האט אמאל געארבעט מיט מיר האט מיר געזאגט אז מענטשן וואס האבן מיינע שוואכקייטן לערנען זיך אויס צי אנגיין, אבער איך ווער זייער שנעל סטאק אין מיינע פילינגס, ( א וועג ארויס געדענק איך אבער נישט אויב ער האט מיר געגעבן)

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:32 pm
Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:24 pm
אייגענארטיקע טעאריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:15 pm
א גוטן הרב LET GO וואס דיין ניק נאמן איז שוין א גרויסע ישועה, בערך וואס הרב נשמה האט גוט ארויסגעברענגט, איך וויל גיין אביסל אנדרעש און אנרירען א אנדערער נקודה. דו מאכסט א לאנגע קייט פון הסבירים. לערנינג דיסעבילעטי = נישט האבן חבירים = ארויסגעפאלן פון חדר ישיבה = מיטשענען מיט א דשאב... וכו' א לאנגע קייט, וויל איך דיר פרעגן, דו קענסט איינער וואס האט לערנינג דיסעבילעטיס און האט יא חבירים? אדער וואס איז נישט ארויסגעפאלן פון חדר ישיבה? אדער וואס האט יא א דשאב? די ענטפער איז אודאי יא, ווייל איך קען, און וועם איך קען נישט קען א צווייטער איינעם, קומט אויס אז יעדער פראבלעם איז א עקסטערער פראבלעם. אויב וועסטו ארבעטן אויף יעדער באזונדער, דאס מיינט, צוטיילן די אלע פראבלעמען, אנשטאט זיי אריינלייגן אין א קייט, וועט עס זיין אסאך גרינגער. טרעף איינער וואס האט לערנינג דיסעבילעטיס און דערגיי וויאזוי ער מאכט יא חבירים, וויאזויי ער האט יא א דשאב, קוק אויף איהם, הער איהם אויס, שפיר איהם, פרעג איהם אויס וואס ער טוט אנדרעש אז ער האט יא חבירים אדער א דשאב. און אזוי ווייטער.
לגבי אנטלויפן אין וואלד, אלס וואס ווילסטו אנטלויפן אין וואלד? לעבן אליין, וואס גייט דיר עס העלפן? גייט עס דיר געבן חבירים? גייט עס דיר געבן א דשאב?
עס גייט מיר העלפן אז איך וועל נישט זיין פין די איינציגע וואס ארבעטען נישט, פלעין איך וועל לעבן מיט מיך אליין, אבער יעצט ווי נישט ווי דארף איך גיין צי בית המדרש וכדומה אין זעהן ווי יעדער ריקט זיך פאראויס, אין איך בלייב ציריגעשטאנען,

זאגסט גאנץ גיטע געדאנקן ! איך האב 1 חבר פין ישיבה וואס ער האט די זעלבע פראבלעם ווי מיר, ער האט אבער נישט דע שוועריקייט פין סענסעטיווע אויגן, סוי ער דרייווט אגאנצן טאג, נאך א זאך ער איז מסכים מער ווייניגער מיט וואס ער איז, איך נישט. אפילו טאמער איך ווייס מעגליך דעס וועט מיר מאכן גערינגער קען איך אבער נישט מסכים זיין אז מיין חלום פין לאנגע יארן אז איך גיי/וויל זיין רייך אדער עט ליעסט א שטיקל עושר, האבן א בכובדיגע ארבעט, איז אויס.

איך טראכט צי מיר פארוואס האב איך מיך געמיטשעט אלע מיינע קינדער יארן, צי ארבעטן פאר איך ווייס וויפיל, א שעה ?? אין צייט וואס מיינע חבירים האבן זיך שוין זייער אייגענע הויז. איך ווייס אז אלעס איז באשערט, אבער דע פילינג פין זיין א נער אין די אויגן פין רוב חבירים אין ישיבה, (ווי איך האב שוין פריער געשריבן) אין זיי זעהן פאראויס אין לעבן אין איך נישט, איז נישט צים אויסהאלטן !!!

איך געדענק ווי 2 יאר פאר איך בין ברוך השם א חתן געווארן, האב איך געטוישט ישיבה פאר 1 זמן אינמיטן זמן האב איך געפרעגט אזוי אינמיטן א שמועס מיט א חבר, וואס ער האט געזען אין מיר אז ער איז געווארן מיין חבר, האט ער מיר געזאגט אז מען האט געשמיעסט, אז עפעס א אינטערסאנטע בחור גייט אריינקומען, אין אזויווי ער האט ליב תורת הנפש האט ער זיך געוואלט באקענען מיט מיר ..
אפשר גייט איר צו א פראפעשינעל וועגען די אויגען
אפשר טיז דא ספעציעלע גלעזער אדער עפעס אנדרעש וואס מען קען טועהן דערצו
שוין געווען, איך האב די שטערקסטע אנטי ריפלעקשן, קען טאקע זיין עס זענען דא בעסערע דאקטוירים.
נתן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:37 pm

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן »

לא לחכמים לחם פרנסה האט גארנישט צוטון מיט טאלאנטן עס איז נישט נאר א זאך וואס שטייט אין ספרים וואס אפילו אזוי וואלט מען עס געדארפט גלייבן עס איז אזאך וואס יעדער זעט
איך קען דיר זאגן פון מיין עקספיריענס איך האב אייביג געהייסן אין ישיבה די גיניעס איך האב א מעכטיגע קאפ (איך בין אריינגעקומען טאקע מיט מיין ספער ניק נישט צוצוקומען צו גאוה) איינער וואס כאפט אלעס די ערשטע יעדער האט געזאגט אז איך גיי זיכער זיין א סוקסעספול ריזיגע ביזנעסמאן וואס שאקלט וועלטן ביזדערווייל מוטשען איך מיך נאך צו דעקן די חודש און איך האב א שיינע פאר דאלער חובות און איך האב נישט קיין אייגענע הויז
פרנסה איז פון הימל אודאי דארף מען טון השתדלות יעדער כפי יכלתו אבער איך זע עס ביי גענוג פון מיינע חברים וואס זענען געווען די אראפגעקוקטע שוואכערע האבן היינט שיין פרנסה וכן להיפך די דרך הטבעדיגע עצה וויאזוי צו מצליח זיין אין יעדע מצב איז זיך צו קאנצעטרירן וויאזוי מען קען מצליח זיין מיט די שוועריקייטן אנשטאט צו האבן ווייטאג פארוואס מען קען נישט מצליח זיין אויף די אופן וואס יענער האט מצליח געווען יעדער האט זיין יוניק וועג פון הצלחה
לעבעדיגע פיש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 12:12 pm

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבעדיגע פיש »

נשמה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:07 pm
Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:56 am
איך בין זייער זייער טרויעריג!!!

איך האב א לערנינג דיסעבילעטי (נישט דיסלקציה) וואס וועגן דעם האב איך נישט ציפיל חברים,
וועגן דעם בין איך אייביג ארויסגעפאלן פין חדר ישיבה, וועגן דעם מיטשע איך זיך מיט א זשאב יעדע שני וחמישי, איך קען אפילו נישט האבן קיין זשאב ווי מען קען מאכן שיין,
איך האב געהאט געשריבן אז איך האב אספערגערס, מענטשן וואס האבן עס קענען גראדע זיין זייער סוקסעספול, איך האב עס אבער נישט אינגאנצן ווען איך וואלט עס געהאט פולי וואלט איך מסתם נישט געהאט אזא גרויסע פראבלעם ( ווייל איך וואלט געקענט אויסשטעלן מיין לעבן לויט די כללים ווי אזוי מען העלפט מענטשן מיט דעי דיסארדער)
איך וויל אוועקפליען לעבן אליין אין א וואלד, ציליב וואס אפילו איך האלט שוין נאך יארן טין טערעפי, שטאלפער איך זיך אן אין מיין שוועריקייט יעדן טאג ממש.

עס פאניגט מיר צי זעהן ווי מיינע געשוויסטער,חברים גייען אן, קימען אין בית המדרש שמיעסן פין אלץ אין אלעמען, אין איך הער זיך יא אדער נישט צי, 99% זאכן פין וואס זיי רעדן פארשטיי איך אפילו נישט,

אין צי אלעם קימט נאך צי דעי פאקט אז איך בין סענסעטיוו,

געלט פאר טערעפי האב איך שוין נישט, ( וואס אפילו טאמער יא העלפט עס נישט עכט נאר פשוט מען רעדט זיך אויס אין א אפאר טעג שפעטער פילט מען די זעלבע )

צי געבן א עקזעמפל אזויווי איינער וואס האט קראטשעס אין וואינט אין א פלאץ ווי עס שנייט כסדר, אין אפילו אויב עס שנייט נישט איז דא אייז כמעט איבעראל, עס איז כמעט נישט דא קיין פלעצער ער זאל קענען גיין אן זיך אויסגעליטשן,

נ.ב. איך דארף נישט קיין חיזוק אז דער באשעפער האט מיך זייער ליב, דעס ווייס איך אויך.
ב"ה

ס'איז זיכער דא נאך מענטשן אויף די וועלט וואס האבן שוועריגקייטן אין זייער לעבן. טאקע נישט אזוי ווי דו האסט, אבער זיי האבן שוועריגקייטן. איך קלער אפשר אז דער חילוק צווישן דיר און זיי איז, אז עס איז דיך שווער צו אקצעפטירן די פאקט אז דו זוכסט צו אנטלויפן פון שוועריגקייטן. די פאקט אז דו ווילסט דיך ארויסרייסן פון די שוועריגקייטן.

עס איז דיך שווער צו אקצעפטירן די פאקט אז דאס איז וואס גייט פאר מיט דיר. דו האסט דיך געטראפן אין ווייטאג, און דו זוכסט דיך אויסצוהיילן דערפון. דאס איז וואס גייט פאר מיט דיר. און דו קענסט עס נישט אקצעפטירן.

דו עסטעך אויף פארוואס דו ביסט דער וואס דארף דא קומען שרייבן אויף אייוועלט אז דו ביסט טרויעריג. פארוואס פונקט דו. פארוואס דו ביסט נישט אזוי ווי די אנדערע וואס גייען אויף טערעפי, און שוין, פטור פון אלע צרות. קיינער ווייסט נישט דערפון. און זיי קומען ארויס העלדן. פארוואס פונקט דו האסט נאכנישט געטראפן די וועג ארויס. פארוואס.

די לעבן פון א מענטש איז א פראסעס. דיין פראבלעם איז נישט אז דו ווילסט אוועקלויפן אין וואלד און לעבן אליין, דיין פראבלעם איז אז עס טוט דיך וויי פארוואס דו ווילסט אועקלויפן אין וואלד אין לעבן אליין.

דו וואלסט געוואלט שוין זיין דער מוצלח, און דער וואס האט דערגרייכט, און דער וואס דרייט זיך ארום מיט א שמייכל, שוין יעצט!

איך קלער אז דו זאלסט אקצעפטירן אז דו זוכסט הילף. און אז דו ווילסט, און אז דו פרובירסט. אקצעפטיר דיך. אקצעפטיר אז דו האסט אין דיר כוחות וואס ווילן זיך ארויסרייסן פון דיינע שוועריגקייטן.

ביסט פונקט אזוי ווי א מענטש וואס דארף אנקומען צען שטאק, און בשעת ער גייט די שטיגן, טוט אים וויי אז ער וואלט שוין געוואלט אנקומען אויבן. ער קען נישט דערליידן זיינע רצונות.

דו ווילסט ארויסקריכן פון דיינע פראבלעמען, יא דו ווילסט. אקצעפטיר עס! טרעף א וועג וויאזוי צו נוצן דיינע רצונות, און ארויסקריכן וויפיל ס'איז שייך. פרוביר יא. ווילאנג א מענטש לעבט, דארף מען פרובירן וואס מ'קען מיט'ן אייבערשטנס הילף.

והשם הטוב עוזר ויעזור
Wow wow wow!
@Let go איך בין באמת נתפעל (און אויך jealous) וויאזוי דו קענסט זיך אזוי קלאר ארויסברענגען.
איי ביליוו אז נשמה׳ס עצה איז די סעלושאן פאר נאו.
איך וואונטש דיר אז דער באשעפער זאל ארויסשלעפן ממסגר נפשך להודות את שמו.
און @נשמה קומסט אריין זייער זייער שטארק! כ׳האף פאר הרב לעט גאו איז עס אויך געווען הילפבאר, באט פאר מיר ביסטו אריינגעקומען מיט די מאוסט פאסיגסטע ווערטער וואס כ׳האב יעצט געדארפט הערן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:50 pm
נשמה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:36 pm
Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:56 pm
מזל מידיע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:21 pm
Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:52 pm

לאמיר שוין זאגן אז די ביסט גערעכט אז איך האב אויך געלונגנקייטן, למעשה וואס האב איך פון דעם, אז ברענג נישט אהיים פרנסה פאר די שטיב? שוין אפאר יאר אין מיין מעריזש.

אפילו דרייוון אלץ טעקסי קען איך נאר אפאר שעה א טאג, ציליב וואס מיינע אויגן זענען זייער סענסיטיוו צי קאר לייט, זין שטראלן, מער ווי אנדערע מענטשן (איינער וואס קען איינעם וואס האט אספערגערס אדער ווייסט וואס עס איז, וועט פארשטיין פין וואס איך רעד)
בס"ד

מענטשן אין דיין מצב קענען לייכט אנקומען צו איבער הונדערט אלפים א יאר. דארפסט נאר טרעפן עפעס וואס דו האסט עכט ליב צו טון (זעהט אויס מער צו די קריעטיוו זייט) און מאך עס די בעסטע וואס דו קענסט.

דיין קומען דא מיט די קורצע ווערטער איז שוין מעסיוו. נישט נאר אלס "חיזוק," נאר ווייל דו האסט גענומען א שפרינג פאזיטיוו. געענדיגט מיט'ן זיצן און גרידזשען אויף די גאנצע וועלט. מען גייט מאכן דזשאני סטעפס. דאס איז די ערשטע.

און כנ"ל, וועלכע זאך האסטו וואס דו ווייסט אז מענטשן האבן הנאה דערפון - קראנטשן נאמבערס, פעינטן, מענעדזשען, אויספירן א שליחות אין צייט, טייפן, טראכטן, קאכן - נישט קיין חילוק ביזנעס אדער פערסאנעל. און אויב דו זאגסט אז גארנישט קענסטו איינפאך נישט דיין מהות. קוק בעסער.

און קום צוריק.
איך קען טין א שליחות פאר איינעם אבער נאר אויב מען זאגט מיר פינקטלעך אויף די האר וואס צי טין, איך קען נישט אליינס טראכטן פין בערך וואס דארף ווערן געטין, אין מענטשן ווערן נערוועז אויף מיר אז
למשל ' איך האב דיר געזאגט גיי דארט אין דארט טי דאס אין דאס וואס פינקטלעך האסטי נישט פארשטאנען' ?

אין בכלל קען איך נישט טין מער ווי איין זאך אויפאמאל, אויב סוויטש מען אריבער פליצלינג צי עפעס אנדערש, דארף מען אנהייבן פין אנהייב מיט מיר, למשל מאכן לייסענס האט מיר גענימען א יאאאר צי פארשטיין פינקטלעך וואס דארט שטייט אין וויאזוי איך נעם עס ארויס למעשה.

מיינע טעראפיסטן במשך די יארן האבן מיר געזאגט אז איך בין גיט פאר פיזישע ארבעט ווי למשל קאכן,ארבעטן אין מצה בעקערי, זאכן וואס מען דארף נישט ניצן די קאפ, ( איך האב שוין געארבעט אין א מצה בעקערי איך קען אבער נישט ארבעטען מער ווי 2 3 שעה , וויבאלד עס איז זייער שווערע ארבעט)

איך האב פראבירט צי ארבעטען פאר א חבר וואס איז א הענדימען ער איז גראדע געווען גאר א געדילדיגער, אבער נאך אפאר וואכן האמיר אינז ביידע געזען אז איך כאפ נישט אויף וואס צי טין,

אין גראדע איך בין נישט קריעיטיוו, אין ישיבה האט מען מיך געזאגט אז איך בין דום,

אבער שכך פארן שרייבן דא צי מיר, עס האט מיר געמאכט פילן בעסער.
ב"ה

אפשר ווייל אין ישיבה האט מען דיר געזאגט אז דו ביסט דום, שפילסטו עס מער אויף ווי דו ביסט באמת? קען זיין אז דו קענסט יא טרעפן אין דיר אנדערע כוחות וואס קענען יא פארשטיין וואס מ'זאגט דיר. הייב אן זוכן אין דיר כוחות וואס דו קענסט יא פארשטיין וואס מ'זאגט דיר, וואס דו דארפסט נישט אנהייבן פון אנהייב. טרעף יא אין דיר קריעטיוויטעט. אפשר הערסטו אויף טראכטן אז דו קענסט נישט. פון טראכטן אגאנצן צייט "איך קען נישט, איך קען נישט, איך קען נישט, איך קען נישט" ווערסטו נאר טרויעריגער, און געסטעך נישט קיין געלעגנהייט צו טרעפן אין דיר קריעטיוויטעט.

הייב אן טראכטן: איך קען יא! לאז דיך נישט פון "ישיבה". הייב אויף דיין גייסט אביסל, ווער קריעטיוו, קענסט יא! זאג דיר אליין "איך קען יא".

קען טאקע זיין אז דו דארפסטעך מער פלאגן, אבער אפשר קען אויך זיין אז דו ביסט אביסל טרויעריג, און מיואש, און פארזארגט וועגן דיינע פראבלעמען, און וועגן דעם קענסטו נישט צולייגן קאפ צו וואס מ'זאגט דיר?

והשם הטוב עוזר ויעזור
עפעס ליגט אין דיינע ווערטער. איינער וואס האט אמאל געארבעט מיט מיר האט מיר געזאגט אז מענטשן וואס האבן מיינע שוואכקייטן לערנען זיך אויס צי אנגיין, אבער איך ווער זייער שנעל סטאק אין מיינע פילינגס, ( א וועג ארויס געדענק איך אבער נישט אויב ער האט מיר געגעבן)
ב"ה

מיר ליגט אין קאפ פון אסאך ספרים, אז ווען א מענטש טראכט גוט, מאכט דאס אז עס וועט אים זיין בעזרת השי"ת גוט. א מענטש דארף זיך שטארקן און נישט זיין דערציטערט, פאר'דאגה'ט, דערשראקן און פארלוירן. מ'דארף זיך שטארקן צו טראכטן פאזיטיוו און ברענגען אויף זיך פאזיטיוו ענערגיע.

זונדער דיך נישט אפ פון מענטשן. חבר דיך מיט אנדערע, לעב בשלום, און זוך שלום, און זיי אויסגעמישט אינעם ציבור דייקא צווישן פרייליכע מוצלח'דיגע מענטשן. און לויף נישט אוועק אין וואלד. נישט פיזיש און אויך נישט אין דיין מחשבה.

רוח איש יכלכל מחלהו, ורוח נכאה מי ישאנה. ווען א מענטש איז פרייליך, דאן גייט נישט אוועק זיינע כוחות פון אים. השי"ת וויל פון דיר אז דו זאלסט פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין אויפגעלייגט און פרייליך און האפן צו אים מיט א שטארקע בטחון און אמונה. ווען א יודיש קינד האפט צום אייבערשטן, איז ער שטערקער ווי אלע טבעיים.

והשם הטוב עוזר ויעזור

שטארק דיך, און האף צו השי"ת.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

@Let go איהר האט זייער א קלארע וועג פון זיך ארויסברענגען!
Let go
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

נשמה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:18 pm

א ריזן שכך פאר דיינע גיטע אויפהייטירונג ווערטער !
וויזויהייסטעס
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2023 10:45 pm

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויזויהייסטעס »

Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:56 am
איך בין זייער זייער טרויעריג!!!

איך האב א לערנינג דיסעבילעטי (נישט דיסלקציה) וואס וועגן דעם האב איך נישט ציפיל חברים,
וועגן דעם בין איך אייביג ארויסגעפאלן פין חדר ישיבה, וועגן דעם מיטשע איך זיך מיט א זשאב יעדע שני וחמישי, איך קען אפילו נישט האבן קיין זשאב ווי מען קען מאכן שיין,
איך האב געהאט געשריבן אז איך האב אספערגערס, מענטשן וואס האבן עס קענען גראדע זיין זייער סוקסעספול, איך האב עס אבער נישט אינגאנצן ווען איך וואלט עס געהאט פולי וואלט איך מסתם נישט געהאט אזא גרויסע פראבלעם ( ווייל איך וואלט געקענט אויסשטעלן מיין לעבן לויט די כללים ווי אזוי מען העלפט מענטשן מיט דעי דיסארדער)
איך וויל אוועקפליען לעבן אליין אין א וואלד, ציליב וואס אפילו איך האלט שוין נאך יארן טין טערעפי, שטאלפער איך זיך אן אין מיין שוועריקייט יעדן טאג ממש.

עס פאניגט מיר צי זעהן ווי מיינע געשוויסטער,חברים גייען אן, קימען אין בית המדרש שמיעסן פין אלץ אין אלעמען, אין איך הער זיך יא אדער נישט צי, 99% זאכן פין וואס זיי רעדן פארשטיי איך אפילו נישט,

אין צי אלעם קימט נאך צי דעי פאקט אז איך בין סענסעטיוו,

געלט פאר טערעפי האב איך שוין נישט, ( וואס אפילו טאמער יא העלפט עס נישט עכט נאר פשוט מען רעדט זיך אויס אין א אפאר טעג שפעטער פילט מען די זעלבע )

צי געבן א עקזעמפל אזויווי איינער וואס האט קראטשעס אין וואינט אין א פלאץ ווי עס שנייט כסדר, אין אפילו אויב עס שנייט נישט איז דא אייז כמעט איבעראל, עס איז כמעט נישט דא קיין פלעצער ער זאל קענען גיין אן זיך אויסגעליטשן,

נ.ב. איך דארף נישט קיין חיזוק אז דער באשעפער האט מיך זייער ליב, דעס ווייס איך אויך.
א גוטן הרב לעטגאו

רעאליסטיש גערעדט, און דו ווייטס דאס אויך, קיינער גייט דיר נישט ארויסשלעפן פון דיין זומפ, און ווילאנג דו זיצסט אין זומפ וועסטו נישט מאכן פראגרעס.

און דער איינציגסטער וואס איז ביכולת דיר ארויסצושלעפן פון זומפ ביסטו אליין.

דיין זומפ זענען דיינע נעגאטיווע מחשבות איבער דיר אליין וואס דו האסט זיך אנגעזאמלט דורכאויס די יארן, וואס דו האסט פרעזערווירט און שיין אוועקגעלייגט אין שאפע, און דו קוקסט כסדר אויף זיי. אט די נעגאטיווע מאטיוואציע האלט דיר כסדר אין מרה שחורה וועגן דיר אליין, און לאזט דיר נישט קוקן אויף דיינע גוטע חלקים.

דיינע גוטע חלקים - וואס דו האסט דערפון א געוואלד - (יעדער יצור כפיו של הקב״ה איז פול מיט טוב) ליגן פארשטעקט און קענען נישט שיינען וויבאלד דו האלסט זיי פארדעקט מיט די נעגאטיווע מחשבות.

איינמאל דו וועסט איגנארירן די נעגאטיווע מחשבות, דהיינו דו וועסט יא פארברענגען מיט מענטשן וכדו׳, דו וועסט זיין קאנפידענט מיט דיינע מעגליכקייטן, דו וועסט יא זיין פאזיטיוו וועגן דיר (וועסט גיין מיטן קאפ אין וואנט נאר איין מאל) וועסטו שוין האבן איין גוטע זאך צו אריינלייגן אין שאפע, און אזוי וועסטו אנהייבן א פראנט קעגן די נעגעטיווע כוחות. צוביסלעך וועסטו אנהייבן זאמלען נאך און נאך פאזיטיווע דערגרייכונגען צו שלאגן דעם שונא אין פנים. די געדאנק איז זיך אויסצולערנען קוקן נאר אויפן פאזיטיווע זייט.

און יא, זיך שטארקן אין שמחה און אמונה דורכן לערנען ספרי בטחון, דאס איז גאר וויכטיג וייל אלעס קומט צוריק צום רבוש״ע, ער איז דער וואס גיבט דיר לופט צו אטעמען און שכל צו טייפן אויף אייועלט, און מיט די יצר הרע וואס ער האט באשאפן שלאגסטו זיך.

חזק ואמץ! געדענק, אדם נפעל כפי פעולותיו
Let go
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

וויזויהייסטעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:43 pm

מוירעדיג גיט געזאגט, זייער שיין צינימען ! שכך
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: זייער טרויעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

Let go האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:52 pm
קלוגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 am
פון דיין באשרייבונג קוקט אויס אז דו ביסט גאר א געלונגענער יונגערמאן, דו דארפסט ארבעטען צו פאוקוסען אויף דיינע געלונגענקייטען, און טרייען צו איגנארירען דיינע שוואכקייטען, דו פארמאגסט כוח און טאלאנט
לאמיר שוין זאגן אז די ביסט גערעכט אז איך האב אויך געלונגנקייטן, למעשה וואס האב איך פון דעם, אז ברענג נישט אהיים פרנסה פאר די שטיב? שוין אפאר יאר אין מיין מעריזש.

אפילו דרייוון אלץ טעקסי קען איך נאר אפאר שעה א טאג, ציליב וואס מיינע אויגן זענען זייער סענסיטיוו צי קאר לייט, זין שטראלן, מער ווי אנדערע מענטשן (איינער וואס קען איינעם וואס האט אספערגערס אדער ווייסט וואס עס איז, וועט פארשטיין פין וואס איך רעד)
Photophobia
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”