ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אידישע וועלט
Site Admin
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 07, 2007 3:43 pm

ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע וועלט »

אייוועלט קומט, א פיטשער גייט, מען מאכט איבער פארומס, גרופעס ווערן אוועקגעשטעלט, אבער כולם מודים און הוא באחד ומי ישובני, די ווענט פון צענזור זענען שטייף געל געווארן פון די הייזעריגע געשרייען...

פארוואס האט מען מיך געמעקט?
כ'מעג אפשר זען מיין תגובה?
זאג מיר כאטש א נארמאלע סיבה.
סעד! איך גיי מיר פון דא.
ווייטער מיט די צענזור, וויפיל איז די שיעור?
ס'פעלט די קאמיוניקעישאן מיט די מנהלים...
איך האב נישט קיין טענות, אבער זאג מיר כאטש פארוואס!
עס פעלט מיר תגובות, וואו איז עס אהינגעקומען???
פארוואס קען מען נישט אייינמאל פאר אלעמאל מאכן א סיסטעם פאר דעם?

כולם פה אחד זכור לטוב האבן געבעטן און פארלאנגט אז עס איז עבאוט טיים אז מען זאל מאכן א סיסטעם אז ווען א תגובה ווערט נעבעך פארווארפן צו די היימלאזע שווארצע פעפער זאל דער שרייבער באקומען א מעלדונג!
א וואס, א פארוואס, א ווען, און געענדיגט מיט די אומאויפהערליכע קראקאדיל קאזאק הנגזל געוויינערייען...

וויסן זאלט איר אבער טייערע טאלאנטפולע שרייבער, עס איז גאר פשוט אויף פאפיר! אבער אין דער זעלבער צייט גאר שווער רעאליסטיש.

עס איז איבריג אויסצושמועסן וויפיל טעכנישע אספעקטן דאס נעמט אריין, אבער איבערהויפט איז מען געזיצן אויף איין זיצונג נאכ׳ן אנדערן איבער דער מיליאן דאלארדיגער פראגע, אז הלמאי, אויב שטעלט מען טאקע איין אזא פיטשער, וואס וועט בלייבן פונעם צענזור אשכול?...

די ווענט פון צענזור אשכול וואס האבן אין זייער לעבן שוין אזויפיל געזען, האבן געוויינט און געליארמעט אנע אטעם אז מען זאל דאס בשום אופן נישט טון, טא וואס וועט פון זיי בלייבן. אלטע פארקאלעכטע באטשיס וואס וועלן קענען זאגן פאר יעדן וואס איז נישט אינטערעסירט אז "מיר האבן נאך געזען אן אייוועלט..." אבער קיין פרישע סחורה וועלן זיי נישט האבן, זיי וועלן בלייבן מיט׳ן אויסגעוועפטן סעלצער טעם אין מויל אן עפעס צו ברענגען צום טיש. זאגאר א מצוה וועט עס ווערן זיי אויסצוהערן בכלל.

אבער, כידוע ליודעים, די געטרייע הנהלה פון אייוועלט האט אפגעמאכט, זאל זיין וואס זאל זיין! הימל און ערד זיך אויסקערן, א שאוול זאל מען ברענגען, גאר דעם בעזעם טראק אליינס, זאלן די צענזור ווענט היישעריק ווערן, דאס איז אבער א העכסטער פריאריטעט, אן קיין צעגערנישן!

געזאגט און געטון, די פראמינענטע געטרייע דעוועלאפער טיעם אין שפיץ פון @אשר ברא און @ממה נפשך , מיט די ראט און טאט פון דער געטרייער איבערגעגעבענער הנהלה, האבן אנגעהויבן ארבעטן רונדע דעם זייגער און באקסיג דער זון דאס אהערצושטעלן.

מען איז איינמאל דורכגעפאלן, א צווייטע מאל אראפגעפאלן, און א דריטע מאל זיך אויפגעשטעלט. מען האט זיך נישט אפגעשטעלט אדער אראפגעזעצט פאר גארנישט, געטעסט און געארבעט דערויף, געשוויצט און אויפגעווען אין די שפעטע נאכט שטונדן... והנה!

-

יאפ, מיר שטייען דא!
דער מאמענט איז אנגעקומען!

אט מיט גרויס כבוד און פראכט מעלדן מיר אייך היינט דא טייערע שרייבער, און מיר שטעלן אייך פאר מיט פאפמע און פאראד דעם העכסט סאפיסטיקירטן שפאגל נייעם

אישי נאטיפיקאציע סיסטעם!

אויב וועט אייער תגובה פארמעקט ווערן, וועלן די מנהלים מיט א טשעק אינעם באקסל קענען ערלעדיגן אז איר זאלט ערהאלטן אין אייער אישי קעסטל א קאפיע פון דער אריגינעלער תגובה, מיט א קורצע סיבה וואס דער אחראי האט פארצייכנט פארוואס דאס איז פארמעקט געווארן!

עס איז ווירקליך א פאקט! דער סיסטעם איז גרייט צום באנוץ.

-

אינו דומה שמיעה לראי'!

פאלגנד איז א סקרינשאט פון אן אישי דורך דעם נייעם פארגעשריטענעם פיטשער!

unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (71.46 KiB) געזען 4138 מאל
נעמט אבער אין אכט! פאר אייער טובה וועגן איז ראטזאם נישט צו שרייבן קיינע תגובות וואס איר ווייסט אז עס וועט פארמעקט ווערן, פשוט ווייל דאס וועט שנעל און גיך איבערפילן אייער אינבאקס, און איר וועט זיך דערזען מיט א קאמפליצירטן אישי פאלדער סיסטעם, וואס גרעסערע און קלוגערע האבן נישט באוויזן דערוויל אויסצופיגערן...

-

פארשטייט זיך אז ווען מען האלט דא דארף מען אויסדריקן א הערצליכן דאנק פאר @אשר ברא , וועלכער האט אריינגעלייגט אן א שיעור צייט, כח, און מח אהערצושטעלן פון סקרעטש (!) אט דעם לאנג געגארטן עקסלוסיוון אייוועלט פיטשער. ושותפו בדומה לו @ממה נפשך , וועלכער איז אינאיינעם מיט אשר ברא געשטאנען און אויסגעארבעט דעם פלאן מיט אלע דעטאלן, און זיכער געמאכט אז עס קומט צום לעבן.

און אודאי אז הער @וויכטיג מאכער קען מען נישט אויסלאזן, דער געטרייער מנכ"ל האט געשטופט מיט אלע זיינע כוחות (און ווי דער עולם ווייסט האט ער היבש אביסל), און האט נישט נאכגעלאזט און זיכער געמאכט אז דאס ווערט טאקע א פאקט...

מיר האפן אז דאס וועט זיין לתועלת פון די חשוב'ע אייוועלט באנוצער!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פיינעלי.

באקומען אזאנס אפאר שעה צוריק...
עס איז געווען נאכן פאראכטען א תגובה פאר פינטעל...
Screenshot_20231225_175603_Ivelt.jpg
Screenshot_20231225_175603_Ivelt.jpg (80.66 KiB) געזען 3859 מאל
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

מעכטיג פלוס!

זייער קלאר!
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

אויפרייס איט איז!!
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

סעד! איך גיי מיר פון דא.

וואס וועל איך מעקן פון יעצט און ווייטער?

וואו איז מאניש?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36774
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קנאקעדיגע נייעס!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13730
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

שכח אלע וואס האבען געארבעט שווער פאר דעם! און פאר אלעס וואס זיי טיען פאר די וועלטל
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33575
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:58 pm
יישר כח!!!

ביטע מעקן. איך וויל זעהן ווי אזוי עס ארבעט...

(איך האב שוין גראדע זיך געוואונדערט פריער פארוואס מען האט נאכנישט געמעקט פון מיך)
viewtopic.php?t=66539
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:58 pm
יישר כח!!!

ביטע מעקן. איך וויל זעהן ווי אזוי עס ארבעט...

(איך האב שוין גראדע זיך געוואונדערט פריער פארוואס מען האט נאכנישט געמעקט פון מיך)
טעסטינג דרייוו איז דא:
viewtopic.php?t=66539

האקט
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

Wow
איי געסס אז דאס איז די 100 אלפים פיעטשער?
א דאנק געטרייע עסקנים פארן פארבעסערן אונזער וועלטל
לעצט פארראכטן דורך אחשוורוש דער דריטער אום מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

פאר א נדבה פון בלויז 360$ אויף @וויכטיג מאכער 'ס פעידזש ביי די מהפיכה קאמפיין וועט מען אייך מעקן א תגובה אז איהר זאלט קענען זעהן וויאזוי די סיסטעם ארבעט....

אויב האט איהר שוין געגעבן שיקט איהם אן אישי....

ווער געדענקט נאך? #מענשאן אפציע.
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

מעכטיג!!

טענקס ממה נפשך און אשר ברא!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ש'כח @ממה נפשך , @אשר ברא , @ציגאנער , @וויכטיג מאכער , און אלע וואס האבן געארבעט דערויף.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
געגאנגען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5130
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

א גוטע געדאנק אז די צענזור אשכול זאל קענען בלייבן...

מיט די מעסעדזש זאל קומען די נאמען פון די מעקער.

אזוי וועלמיר אלע קענען אריינגיין אין צענזור אשכול פרעגן פארוואס האט מיך @יאנאש געמעקט און @לכאורה האט עס געלייקט...
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2023-12-25 at 6.02.42 PM.jpeg
WhatsApp Image 2023-12-25 at 6.02.42 PM.jpeg (29.81 KiB) געזען 3540 מאל
זאבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 7:40 pm
ווער ס’וויל קען דעיס נעמען פאר זיין אונטערשריפט..
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

Wow, נייס!
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

פיינעלי!!

האט מען שוין געפיגערט די ארויסלאגן אישו?
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:05 pm
א גוטע געדאנק אז די צענזור אשכול זאל קענען בלייבן...

מיט די מעסעדזש זאל קומען די נאמען פון די מעקער.

אזוי וועלמיר אלע קענען אריינגיין אין צענזור אשכול פרעגן פארוואס האט מיך @יאנאש געמעקט און @לכאורה האט עס געלייקט...
גייט דען נישט ערשיינען די נאמען פון די שיקער - נעמליך די מעקער?
אוועטאר
געגאנגען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5130
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

גראז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:07 pm

זעהט אויס אז עס גייט נישט שטיין... ביי מיר שטייט נישט.
זאבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 7:40 pm
ווער ס’וויל קען דעיס נעמען פאר זיין אונטערשריפט..
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:08 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:07 pm
געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:05 pm
א גוטע געדאנק אז די צענזור אשכול זאל קענען בלייבן...

מיט די מעסעדזש זאל קומען די נאמען פון די מעקער.

אזוי וועלמיר אלע קענען אריינגיין אין צענזור אשכול פרעגן פארוואס האט מיך @יאנאש געמעקט און @לכאורה האט עס געלייקט...
גייט דען נישט ערשיינען די נאמען פון די שיקער - נעמליך די מעקער?
זעהט אויס אז עס גייט נישט שטיין... ביי מיר שטייט נישט.
שטייטעך אחראי ?!
אוועטאר
געגאנגען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5130
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

גראז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:09 pm
געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:08 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:07 pm
געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:05 pm
א גוטע געדאנק אז די צענזור אשכול זאל קענען בלייבן...

מיט די מעסעדזש זאל קומען די נאמען פון די מעקער.

אזוי וועלמיר אלע קענען אריינגיין אין צענזור אשכול פרעגן פארוואס האט מיך @יאנאש געמעקט און @לכאורה האט עס געלייקט...
גייט דען נישט ערשיינען די נאמען פון די שיקער - נעמליך די מעקער?
זעהט אויס אז עס גייט נישט שטיין... ביי מיר שטייט נישט.
שטייטעך אחראי ?!
איך מיין ס'איז אויטאמאטיש...
זאבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 7:40 pm
ווער ס’וויל קען דעיס נעמען פאר זיין אונטערשריפט..
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קודם זעה איך אז ס'געדוירט נישט מער ווי 15 טעג פון ווען איך בעט עפעס ביז ס'ווערט דעליווערט, איך בין איבערגענומען....

צווייטנס, די סיבת המחיקה גייט עטץ יעדעס מאל טייפן אדער עטס האטס א דראפ-דאון מעניו מיט אפציעס צו סעלעקטירן פון?
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

גראז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:07 pm
געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:05 pm
א גוטע געדאנק אז די צענזור אשכול זאל קענען בלייבן...

מיט די מעסעדזש זאל קומען די נאמען פון די מעקער.

אזוי וועלמיר אלע קענען אריינגיין אין צענזור אשכול פרעגן פארוואס האט מיך @יאנאש געמעקט און @לכאורה האט עס געלייקט...
גייט דען נישט ערשיינען די נאמען פון די שיקער - נעמליך די מעקער?
אוודאי נישט, עס קומט פון @אחראי
אוועטאר
Excalon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 3:32 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excalon »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:10 pm
קודם זעה איך אז ס'געדוירט נישט מער ווי 15 טעג פון ווען איך בעט עפעס ביז ס'ווערט דעליווערט, איך בין איבערגענומען....

צווייטנס, די סיבת המחיקה גייט עטץ יעדעס מאל טייפן אדער עטס האטס א דראפ-דאון מעניו מיט אפציעס צו סעלעקטירן פון?
איך מיין אז יעצט שרייבן זיי פאר יעדן עקסטער...
אטעטשמענטס
ivelt.png
ivelt.png (26.48 KiB) געזען 3353 מאל
אוועטאר
זילבענע לייכטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 2:48 pm
לאקאציע:אין זילבער סטאר
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבענע לייכטער »

א ריזעגען שכ"ח פאר די הנהלה פארן צשטעלן אזא פיטשער,

שכ"ח @אחראי
סאיז געוואלדיג
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:10 pm
קודם זעה איך אז ס'געדוירט נישט מער ווי 15 טעג פון ווען איך בעט עפעס ביז ס'ווערט דעליווערט, איך בין איבערגענומען....

צווייטנס, די סיבת המחיקה גייט עטץ יעדעס מאל טייפן אדער עטס האטס א דראפ-דאון מעניו מיט אפציעס צו סעלעקטירן פון?
יעדער פארוואלטער האט זיין אייגענע דראפ-דאון, מיט סיבות וואס ער האט אליינס גענוצט אין די פארגאנגענהייט
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”