Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה
וואס איז געשטאנען דארט און פארוואס איז עס געמעקט?
די עולם זאל וויסן וואס?
עס איז נישט יושר צו נייגעריג מאכן א גאנצע עולם.
אחראי: אחראי
זייט מר. מאסק האט איבער גענימען Xאידישע וועלט האט געשריבן: ↑ מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:18 pmאייוועלט קומט, א פיטשער גייט, מען מאכט איבער פארומס, גרופעס ווערן אוועקגעשטעלט, אבער כולם מודים און הוא באחד ומי ישובני, די ווענט פון צענזור זענען שטייף געל געווארן פון די הייזעריגע געשרייען...
פארוואס האט מען מיך געמעקט?כ'מעג אפשר זען מיין תגובה?זאג מיר כאטש א נארמאלע סיבה.סעד! איך גיי מיר פון דא.ווייטער מיט די צענזור, וויפיל איז די שיעור?ס'פעלט די קאמיוניקעישאן מיט די מנהלים...איך האב נישט קיין טענות, אבער זאג מיר כאטש פארוואס!עס פעלט מיר תגובות, וואו איז עס אהינגעקומען???פארוואס קען מען נישט אייינמאל פאר אלעמאל מאכן א סיסטעם פאר דעם?
כולם פה אחד זכור לטוב האבן געבעטן און פארלאנגט אז עס איז עבאוט טיים אז מען זאל מאכן א סיסטעם אז ווען א תגובה ווערט נעבעך פארווארפן צו די היימלאזע שווארצע פעפער זאל דער שרייבער באקומען א מעלדונג!
א וואס, א פארוואס, א ווען, און געענדיגט מיט די אומאויפהערליכע קראקאדיל קאזאק הנגזל געוויינערייען...
וויסן זאלט איר אבער טייערע טאלאנטפולע שרייבער, עס איז גאר פשוט אויף פאפיר! אבער אין דער זעלבער צייט גאר שווער רעאליסטיש.
עס איז איבריג אויסצושמועסן וויפיל טעכנישע אספעקטן דאס נעמט אריין, אבער איבערהויפט איז מען געזיצן אויף איין זיצונג נאכ׳ן אנדערן איבער דער מיליאן דאלארדיגער פראגע, אז הלמאי, אויב שטעלט מען טאקע איין אזא פיטשער, וואס וועט בלייבן פונעם צענזור אשכול?...
די ווענט פון צענזור אשכול וואס האבן אין זייער לעבן שוין אזויפיל געזען, האבן געוויינט און געליארמעט אנע אטעם אז מען זאל דאס בשום אופן נישט טון, טא וואס וועט פון זיי בלייבן. אלטע פארקאלעכטע באטשיס וואס וועלן קענען זאגן פאר יעדן וואס איז נישט אינטערעסירט אז "מיר האבן נאך געזען אן אייוועלט..." אבער קיין פרישע סחורה וועלן זיי נישט האבן, זיי וועלן בלייבן מיט׳ן אויסגעוועפטן סעלצער טעם אין מויל אן עפעס צו ברענגען צום טיש. זאגאר א מצוה וועט עס ווערן זיי אויסצוהערן בכלל.
אבער, כידוע ליודעים, די געטרייע הנהלה פון אייוועלט האט אפגעמאכט, זאל זיין וואס זאל זיין! הימל און ערד זיך אויסקערן, א שאוול זאל מען ברענגען, גאר דעם בעזעם טראק אליינס, זאלן די צענזור ווענט היישעריק ווערן, דאס איז אבער א העכסטער פריאריטעט, אן קיין צעגערנישן!
געזאגט און געטון, די פראמינענטע געטרייע דעוועלאפער טיעם אין שפיץ פון @אשר ברא און @ממה נפשך, מיט די ראט און טאט פון דער געטרייער איבערגעגעבענער הנהלה, האבן אנגעהויבן ארבעטן רונדע דעם זייגער און באקסיג דער זון דאס אהערצושטעלן.
מען איז איינמאל דורכגעפאלן, א צווייטע מאל אראפגעפאלן, און א דריטע מאל זיך אויפגעשטעלט. מען האט זיך נישט אפגעשטעלט אדער אראפגעזעצט פאר גארנישט, געטעסט און געארבעט דערויף, געשוויצט און אויפגעווען אין די שפעטע נאכט שטונדן... והנה!
-
יאפ, מיר שטייען דא!
דער מאמענט איז אנגעקומען!
אט מיט גרויס כבוד און פראכט מעלדן מיר אייך היינט דא טייערע שרייבער, און מיר שטעלן אייך פאר מיט פאפמע און פאראד דעם העכסט סאפיסטיקירטן שפאגל נייעם
אישי נאטיפיקאציע סיסטעם!
אויב וועט אייער תגובה פארמעקט ווערן, וועלן די מנהלים מיט א טשעק אינעם באקסל קענען ערלעדיגן אז איר זאלט ערהאלטן אין אייער אישי קעסטל א קאפיע פון דער אריגינעלער תגובה, מיט א קורצע סיבה וואס דער אחראי האט פארצייכנט פארוואס דאס איז פארמעקט געווארן!
עס איז ווירקליך א פאקט! דער סיסטעם איז גרייט צום באנוץ.
-
אינו דומה שמיעה לראי'!
פאלגנד איז א סקרינשאט פון אן אישי דורך דעם נייעם פארגעשריטענעם פיטשער!
unnamed (4).jpg
נעמט אבער אין אכט! פאר אייער טובה וועגן איז ראטזאם נישט צו שרייבן קיינע תגובות וואס איר ווייסט אז עס וועט פארמעקט ווערן, פשוט ווייל דאס וועט שנעל און גיך איבערפילן אייער אינבאקס, און איר וועט זיך דערזען מיט א קאמפליצירטן אישי פאלדער סיסטעם, וואס גרעסערע און קלוגערע האבן נישט באוויזן דערוויל אויסצופיגערן...
-
פארשטייט זיך אז ווען מען האלט דא דארף מען אויסדריקן א הערצליכן דאנק פאר @אשר ברא, וועלכער האט אריינגעלייגט אן א שיעור צייט, כח, און מח אהערצושטעלן פון סקרעטש (!) אט דעם לאנג געגארטן עקסלוסיוון אייוועלט פיטשער. ושותפו בדומה לו @ממה נפשך, וועלכער איז אינאיינעם מיט אשר ברא געשטאנען און אויסגעארבעט דעם פלאן מיט אלע דעטאלן, און זיכער געמאכט אז עס קומט צום לעבן.
און אודאי אז הער @וויכטיג מאכער קען מען נישט אויסלאזן, דער געטרייער מנכ"ל האט געשטופט מיט אלע זיינע כוחות (און ווי דער עולם ווייסט האט ער היבש אביסל), און האט נישט נאכגעלאזט און זיכער געמאכט אז דאס ווערט טאקע א פאקט...
מיר האפן אז דאס וועט זיין לתועלת פון די חשוב'ע אייוועלט באנוצער!
א פינטעלע.. (נישט מיינע צוויי).אייער_קיכל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:42 pmפיין, ווייס מיר שוין די סיבה... אבער אן קיין רמז וואס מ'האט געמעקט. (א ריפליי צום אחראי האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן)
tgi.jpg
כ'האב פריער קלאר געזען איינעם איבערלייגן דעי געמעקטע תגובה..אייער_קיכל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:42 pmפיין, ווייס מיר שוין די סיבה... אבער אן קיין רמז וואס מ'האט געמעקט. (א ריפליי צום אחראי האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן)
דאן איז די סיבה בכל נקודה ונקודה... (געמיינט ס'געווען א בילד וואס מ'האט געמעקט)אוראייניקל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:48 pmא פינטעלע.. (נישט מיינע צוויי).אייער_קיכל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:42 pmפיין, ווייס מיר שוין די סיבה... אבער אן קיין רמז וואס מ'האט געמעקט. (א ריפליי צום אחראי האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן)
tgi.jpg
viewtopic.php?p=4826333#p4826333אייער_קיכל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:55 pmהאו אבאוט מ'לייגט אינעם אויטאמאטישע אישי לכה"פ די קעפל פונעם אשכול פון וואו די תגובה איז געמעקט? אז דער געמעקטער זאל זיך נישט דארפן ברעכן קאפ ווען מ'מקעט עם עפעס פון 7 חדשים צוריק
איך האב פארשטאנען אז דער איידי האט מען בכוונה נישט געלייגט, אבער דער קעפל איז זיכער א וויכטיגע זאךהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:28 pmviewtopic.php?p=4826333#p4826333אייער_קיכל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:55 pmהאו אבאוט מ'לייגט אינעם אויטאמאטישע אישי לכה"פ די קעפל פונעם אשכול פון וואו די תגובה איז געמעקט? אז דער געמעקטער זאל זיך נישט דארפן ברעכן קאפ ווען מ'מקעט עם עפעס פון 7 חדשים צוריק
פארוואס בכוונה? וואס איז דער מעלה? כ'מיין נישט אזוי.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:39 pmאיך האב פארשטאנען אז דער איידי האט מען בכוונה נישט געלייגט, אבער דער קעפל איז זיכער א וויכטיגע זאךהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:28 pmviewtopic.php?p=4826333#p4826333אייער_קיכל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:55 pmהאו אבאוט מ'לייגט אינעם אויטאמאטישע אישי לכה"פ די קעפל פונעם אשכול פון וואו די תגובה איז געמעקט? אז דער געמעקטער זאל זיך נישט דארפן ברעכן קאפ ווען מ'מקעט עם עפעס פון 7 חדשים צוריק
ווייל דער ציל פון די נייע פיעטשער איז צו פארמינערן די טענות, נישט פארמערן. אויב באקומט מען א לינק וועט מען אנהייבן שיקן אישיס און פרעגן אין צענזור פארוואס מען האט געמעקט די תגובה, בייגעלייגט א לינק, און די טענות וועט נאר ווערן מער. אבער יעצט אן קיין לינק סתם קומען שרייבן מען האט מיר געמעקט.. וועט זיכער נישט ווערן מער פון פריער (עס איז פשוט, איך ווייס נישט ווי גוט איך האב עס ארויסגעברענגט מיט מיינע ווערטער)קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:32 amפארוואס בכוונה? וואס איז דער מעלה? כ'מיין נישט אזוי.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:39 pmאיך האב פארשטאנען אז דער איידי האט מען בכוונה נישט געלייגט, אבער דער קעפל איז זיכער א וויכטיגע זאךהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:28 pmviewtopic.php?p=4826333#p4826333אייער_קיכל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:55 pmהאו אבאוט מ'לייגט אינעם אויטאמאטישע אישי לכה"פ די קעפל פונעם אשכול פון וואו די תגובה איז געמעקט? אז דער געמעקטער זאל זיך נישט דארפן ברעכן קאפ ווען מ'מקעט עם עפעס פון 7 חדשים צוריק
כ'הער דער סברא.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:30 amווייל דער ציל פון די נייע פיעטשער איז צו פארמינערן די טענות, נישט פארמערן. אויב באקומט מען א לינק וועט מען אנהייבן שיקן אישיס און פרעגן אין צענזור פארוואס מען האט געמעקט די תגובה, בייגעלייגט א לינק, און די טענות וועט נאר ווערן מער. אבער יעצט אן קיין לינק סתם קומען שרייבן מען האט מיר געמעקט.. וועט זיכער נישט ווערן מער פון פריער (עס איז פשוט, איך ווייס נישט ווי גוט איך האב עס ארויסגעברענגט מיט מיינע ווערטער)קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:32 amפארוואס בכוונה? וואס איז דער מעלה? כ'מיין נישט אזוי.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:39 pmאיך האב פארשטאנען אז דער איידי האט מען בכוונה נישט געלייגט, אבער דער קעפל איז זיכער א וויכטיגע זאךהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:28 pmviewtopic.php?p=4826333#p4826333אייער_קיכל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:55 pmהאו אבאוט מ'לייגט אינעם אויטאמאטישע אישי לכה"פ די קעפל פונעם אשכול פון וואו די תגובה איז געמעקט? אז דער געמעקטער זאל זיך נישט דארפן ברעכן קאפ ווען מ'מקעט עם עפעס פון 7 חדשים צוריק
מ'זעט פון וועלכע אשכול און בלאט עס קומט.קלאָצקאָפּ האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:53 pmוואס האט מען פון אן ID ווען מ'קען נישט ליינען די תגובה?
מען זעט פון וואו עס קומט, און דער אחראי קען דאך יא זעהן, קומט מען פרעגן פארוואס האט מען מיך געמעקט דעם תגובה????קלאָצקאָפּ האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:53 pmוואס האט מען פון אן ID ווען מ'קען נישט ליינען די תגובה?
סאיז דא פעלער וואס מ׳באקומט נישט קיין אישי?
וואס איז טאקע געווען די פראבלעם? מהאט דיסקוסירט א וועלטליכע נייעס מיטן פולסטן מאס איידלקייט...
ד"ה ויאמר וגו' צרור את המדיניםפאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 9:30 am
וואס איז טאקע געווען די פראבלעם? מהאט דיסקוסירט א וועלטליכע נייעס מיטן פולסטן מאס איידלקייט...
ס'איז אפציאנאל פאר'ן אחראי וואס מעקט די ספעציפישע תגובה.פוילער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:48 amסאיז דא פעלער וואס מ׳באקומט נישט קיין אישי?
הייסט נאר די מיוחסים באקומען?קלאָצקאָפּ האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:01 pm
ס'איז אפציאנאל פאר'ן אחראי וואס מעקט די ספעציפישע תגובה.