נייעס ארום חברה חביבים
*Join the WMSBG Status*
https://wa.me/message/JTGCHVB6VBKJN1
*Join the WMSBG Group #2*
https://chat.whatsapp.com/KNcplykknXsCV7Iz1lPNXI
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
Wow wow עס איז מארעדיגפומפדותא האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 12, 2024 7:29 pmק/פ
הארלעם ריווער דרייוו - מוצש״ק פר׳ ויקהל- שקלים
וועט געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט פאר רייזענדע וועלכע פארן אדורך די רעמפ אראפ פונעם דזשארדזש וואשינגטאן בריק פירנדיג אריין צום הארלעם ריווער דרייוו,
נאכן געשעעניש פארגאנגע מוצש״ק שקלים א צייט ווען די ראודס זענען איבערגעפילט מיט רייזענדע פארנדיג פון אפסטעיט צו די סיטי און אזוי אויך פארקערט,
זענען צענדליגע אפגעקומען מיט שאדן ווען צענדליגע קארס האבן געכאפט פלעט׳ס אויפן רעמפ צום הארלעם ריווער דרייוו צוליב א גרויסע פאטהאול וואס האט זיך געשלאפן צוליב די רעגן און צופלאצט די רעדלעך פון צענדליגע פארבייפארער.
איינע פון די צענדליגע קארס אויפן וועג אריין צום שטאט איז געווען א געטרייע בארא פארק חביבים מעמבער וועלכע איז געווען אויפן וועג אהיים פון מאנסי ווי ער האט פארוויילט פאר שבת צוליב א משפחה שמחה,
ארויף פארנדיג אויפן ברידזש זעיט ער אריינקומען א קאל אויפן חביבים עפפ וואו אלע הונדערטער חביבים וואלאנטירן באקומען די קאללס, און די דיספעטשער שרייבט אז א משפחה איז סטאק אויפן הארלעם ריווער מיט א פלעט,
די מעמבער זעיענדיג אז ער איז 5 מינוט אוועק פון די לאקעישאן, און זייענדיג באקאנטע מיט די פלאץ פון די צענדליגע רופן וואס חביבים באקומט נאך יעדע גרויסע רעגן, טראכט ער נישט קיין צוויי און נעמט די קאל,
אנקומענדיג אויפן רעמפ באמערקט ער ווי עס הייבן זיך אנפילן די שאולדערס אויפן זייט פונעם ראוד,
האט ער זיך אריינגעצויגן און די זייט און געזעין ווי עטליכע קארס מיט שטובער געבענטשע משפחות זענען פון די געשטראנדעטע האט ער אנגעהויבן אדורך גיין אלע קארס און געזעין ווער ס׳האט א ספעיר טייער וואס מ׳דארף נאר טוישן, און ווער ס׳האט א ספעיר אבער צוויי פון זיינע רעדלעך זענען צוריסן וואס דאס מיינט אז ער דארף נאך א ספעיר,
בשעת מעשה האט זיך אנגעהויבן צו אנזאמלען צענדליגע קארס וועלכע זענען אויך אריינגעפארן און גרויסן פאטהאול, האט די מעמבער אריינגערופן פאר בעקאפ פאר נאך מעמבערס צו צולייגן א האנט,
און ווי אויך מיט צוברענגען עקסטערע ספעיר טייערס פון די חביבים אפיס,
עטליכע מינוט שפעטער איז שוין די חביבים רעספאנס קאר פון וויליאמסבורג געווען אויפן וועג מיט עטליכע מעמבערס,
און עטליכע מעמבערס זענען אריבער צום אפיס און אריינגליייגט ספעירס פון די גרויסע קאלעקציע פון ספעיר טייערס וואס חביבים האט זיך אנגעזאמעלט און די לעצטע יארן,
און עטליכע מינוט שפעיטער איז עס שוין געווען אויפן וועג צום הארלעם ריווער דרייוו,
ווי אויך איז ארויסגעפארן עטליכע קארס פון בארא פארק מיט מעמבערס צו צולייגן א האנט,
אנגעקומענדיג צום סצענע אויפגעסעט און אויסשטאפירט ווי א מיליטער האבן די וואלאנטירן אנגעהויבן צו אדורך גיין קאר ביי קאר און פלינקערהייט געטוישט די רעדל און די קארס זענען געווען צוריק אויפן ראוד ביז עטליכע מינוט,
ביזדערווייל האט זיך אנגעזאמעלט איבער דרייסיג קארס וואס רוב זענען געווען היימישע אידן און ב״ה די צענדליגע געטרייע חביבים וואלאנטירן האבן זיך אפ געגעבן מיט יעדעם באזונדער און געמאכט זיכער אז יעדער זאל האבן גוטע פיר רעדער צו קענען רואיגערהייט ממשיך זיין אויפן וועג,
די מי כעמך ישראל האט זיך דארט אנגעזען מיט אלע קאלירן ווי צענדליגע חביבים וואלאנטירן פון דריי דעוויזשאן׳ס
•וויליאמסבורג•
•בארא פארק•
•ראקלענד•
זענען געשטאנען פאר אפאר שעה אונטער די שלאקס רעגן און געהאלפן צענדליגע אידן אנקומען צו זייער דעסטינאציע..
אזא סצענע האט ארויסגעשריגן פון זיך אליינס:
״חביבים ישראל שסיבבן במצוות…״
IMG_7003.jpg
https://drive.google.com/file/d/12w10iE ... p=drivesdk
https://drive.google.com/file/d/1nlVQ5N ... p=drivesdk
https://drive.google.com/file/d/17ssunN ... p=drivesdk