נייע פארם קאמיוניטי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

די_אמת
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די_אמת »

בעזהשי"ת

אל כבוד אחי ורעי

עס איז שוין געקומען די צייט צו ערפילן מיין-אונזער לעבן טרוים צו שאפן א נייער פארם ישוב וואו איך-איר וועט קענען לעבן אויף דעם נאטורליכע וועג וויאזוי אונזערע אבות האבן געלעבט און געדינט דעם אויבערשטען. עס איז העכסט-צייט אז אונז זאלן זיך צוזאמענעמען און זיך ארויסציען פון די געווענליכע שטעט און גרינדען א קליינע מושב וואו דער הויפט ארבעט און תשוקה – נאך עבודת השי"ת - זאל זיין צו זיך פארנעמען מיט לאנד ארבעט, א שטייגער ווי פלאנצען געוואוקסן און האדעווען בהמות אא"וו. ווער עס שפירט אז דער אידעאל, דער געדאנק רעדט צו זיין הארץ, איז געלאדענט צו לייענען ווייטער און עווענטועל קומען זיך אנשליסן אין אונזער גרופע פון פאמיליעס וועלכע שפירן אז דער וועג איז דער מערסט-געזונט און מערסט-געאייגענט פאר זיי און זייערע משפחות.

ביי מיר איז געקומען דער איבערצייגונג נאך יארן וואס איך האב געהאט קאנטאקט מיט געוויסע נישט-אידישע פארמער אין פענסילוועניע, ווען דערביי האב איך צוגעזען וויאזוי דער סדר החיים אין די פארעמס גייט צו. דער קאמיוניטי וואו איך פלעג אראפפארן אסאך אין יענע יארן איז געווען די "מענאנייטס", וועלכע זענען א געמיינדע ענליך צו די אמיש און זענען שטארק פארשפרייט אין פענסילוועניע. דער סדר אין יענע געמיינדע איז אז דער גאנצער פאמיליע פון גרויס ביז קליין ארבעט אינאיינעם אויף די פארם. דער עיקר ארבעט איז אויפן פעלד, אבער עס איז ביי זיי אויך דא א שטארקע פעלד פון טישלעריי, אין וועלכע זיי ארבעטן מיט וואודווארק. די פארם און אנדערע מלאכות ברענגט זיי שיין פרנסה, ווי עס איז צום זען פון דעם פאקט אז זיי קומען זיך אויס מיט זייער לעבן אן קיין הילף פון רעגירונג פראגראמען, און ווען זיי מאכן חתונה זייערע קינדער געבן זיי א ברייטע נדן אז זייערע קינדער זאלן אויך קענען מאכן אן אייגענע פרנסה פאר זיך. ענליך צו אונז, פארמאגן זיי אויך גרויסע פאמיליעס מיט אסאך קינדער, און אף על פי כן קומען זיי זיך אויס פינאנציעל זייער באקוועם.

וואס איז אבער זיכער איז אז אזא לעבנסשטייגער פארלאנגט אז דער וואס איז באשעפטיגט מיט דעם זאל האבן א שטארקע אינטערעסע אין פארמינג. מען דארף זיין גרייט צו דעם אלטמאדישן 'בזיעת אפיך תאכל לחם' ווי עס איז געווען אין די אלטע גוטע צייטן, און מען דארף האבן א הכרה און אן אפרישיעישאן פאר די אלע בענעפיטן וואס דער לעבנסשטייגער ברענגט פאר זיך און פאר אלע קינדער. עס מיינט נישט אז די איינציגע פרנסה קוואל דארף זיין דער פארם, מען קען פארדינען געלט פון סיי וועלכע קוואל, אבער מען דארף האבן עפעס א פארם אפארעישאן צו וועלן וואוינען אין אזא אטמאספערע. מען דארף האבן אן אינטערעסע אז די קינדער זאלן זיין אן אינטעגראלע טייל פון די פארם לעבן. "מיין ציגעלע" אדער "אונזער הינדעלע" וועט זיין א חלק פון אונזער וואקאבולאר. און פארשטייט זיך אז דאס וועט שניידן צו נול די געברויך פאר טעראפי אדער פסיכאלאגן פאר די קינדער. די קינדער וועלכע וואוינען אויף די פארם ווערן צוגעוואוינט צו זיין געשיקט אנשטאט פויל, פאראנטווארטליך אנשטאט נאכגעלאזט, זעלבסטזיכער אנשטאט דערשראקן, און קען זיך אויסגעבן זיין איבריגע ענערגיע אויף א העכסט כשר'ן און געזונטען אופן. איך האב געזען ווי א קליין קינד האט געמאלקן הונדערטער ציגן אויף איינמאל מיט א געשיקטקייט וואס איז נישט צום זען ביי שטאטישע קינדער.

עס איז דא עטליכע פלעצער וועלכע ליגט אויפ'ן טיש וואס וואלט געווען ממש פאסיג פאר א חרדי'שע ישוב פון דעם סארט. פון די פלעצער וועלכע ווערט גענומען אין באטראכט איז ערגעץ אין צפון-מערב ניו יארק, וועלכע האט גאר אסאך ביליגע לאנד און ברייטע שטחים, און איז אין די זעלבע צייט נישט צו ווייט פון געגענטער מיט עקזיסטירנדע אידישע געמיינדעס, ווי ראטשעסטער, באפעלאו אדער אלבאני. אויב וועלן די פאראינטערעסירטע זיין גענויגט צו געגענטער וועלכע האבן א נידריגערע שטייער ראטע ווי ניו יארק, קענען מיר אינאיינעם באשליסן צו גיין מער צו די דרום אדער מערב שטאטן וואו עס איז פיל ביליגער צו וואוינען אין אלגעמיין.

וויבאלד אונז צילן נישט צו אוועקשטעלן קיין גרויסע געמיינדע, בלויז צען אדער עטליכע צענדליג פאראינטערעסירטע משפחות, וועלן מיר נישט זיך דארפן ספראווען מיט דעם גרויסן פראבלעם וואס רוב נייע אידישע ישובים פלאגן זיך, וואס דאס איז "מוסדות". אונז וועלן נישט דארפן אוועקשטעלן קיין סיסטעמען, געביידעס און אדמיניסטראציעס, בלויז א מלמד און א לערערין וועלכע וועט זיך אפגעבן מיט די קינדער אויף א פריוואטע און אייגענארטיגע פארנעם. אין א פארם געמיינדע ווערן ממילא רוב עסן געמאכט צווישן די מושב'ניקעס, און די פרישע פראדוקטן אין די ווינטער מאנאטן קען מען קויפן אין די אלגעמיינע געשעפטן. דאס ביסל וואס פעלט אויס צו אימפארטירן קען מען ברענגען פון צייט צו צייט און אוועקלייגן. א מקוה וועט מען אי"ה בויען ווי נאר מען ציט זיך אהין.

אויסער די ערפארונג וואס כ'האב צוגעזען ביי די מענאנייט געמיינדע, האב איך אויך היבש אייגענע ערפארונג פון די קליינע פארם וואס כ'האב אפערירט אין לויף פון די פארלאפענע עטליכע יאר. איך האב באקומען אסאך עקספערטיז איבער וואס און וויאזוי מען קען מאכן געלט אין דעם פעלד (אין פיגוראטיוון און מונדליכן זין פון ווארט).

ווער ס'איז אינטערעסירט, און האט די פינאנציעלע מעגליכקייט צו קויפן א שטח און אפערירן א פארם ווירטשאפט אין אונזער צוקונפטיגע מושב זאל ער מיר קאנטאקטן אין אישי.

וחפץ ה' בידינו יצליח
תושב בלומינגבורג יצ"ו
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

עס איז דא אשכול מיט ענליכע געדאנקען, דארף מען עס אפירזוכן און אפשר אזוי צאמשטעלן עפעס א גרופע.
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

שמעקט פון עקסטרעמיזם
אפהאקן פון די וועלט און לעבן אין די אייגענע ד אמות נישט די געזונסטע זאך
קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי
די חברה וועלן באקומען א סטיגמע
זוי טראכט עך
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

יאפ Joe the Farmer it is

אונז אויפגעקלערטע שטאטס מענטשן ווינטשן אייך א גליקליכע רייזע און א דרך צלחה.
רק הרחק לא תרחיקו ללכת..
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

כ'טראכט ס'זאל זיין משולב ביידע צוזאמען א ישוב מיט פעלדער פאר פארמינג, מיר אידן דארפן א ציבור אידן פאר מנין וכו'

מ'קען עס לכתחילה אזוי אויסשטעלן אז יעדע הויז האט אין די בעק עטליכע עקער לאנד, אויב וויל עס דער איינוואוינער ניצן איז גוט, אז נישט וועט עס דער שכן באארבעטן, אזא קאאפ סיסטעם, ס'איז ספעציעל גוט פאר געגענטער וואס איז ליגאל בלויז פאר פארמינגט, ס'קען הייסן אז די אלע קומען זיך לערנען פארמינג, און ס'וועט זיין א סיסטעם פון א מוסד וואס לערנט דעם עולם אגריקולטור, ס'איז דא פראגראמען אויף דעם
אוועטאר
עפרון
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 7:31 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרון »

איך פאר מיר בין זייער אינטערעסירט צו וואוינען אין אזא ישוב, אבער איך האב א משפחה..
Sunflower האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:18 pm
Welcome back @עפרון
די_אמת
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די_אמת »

יא, א קא-אפ סיסטעם איז דער בעסטער וועג, ס'האט א לעגאלע מהלך.
מ'קען צוזאמען קויפן א גרויס שטיק פראפערטי אין עס סוב-דיוויידן. יעדער איז אן אייגענטומער פון זיין פראפערטי און אפערעישאן אבער מען ארבעט צוזאמען מיטן קא-אפ סיסטעם צו פארקויפן די פראדוקטן. פארשטייט זיך אז די אלע נכסי הקהל וועט געהערן צום קא-אפ.
תושב בלומינגבורג יצ"ו
די_אמת
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די_אמת »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:39 am
שמעקט פון עקסטרעמיזם
אפהאקן פון די וועלט און לעבן אין די אייגענע ד אמות נישט די געזונסטע זאך
קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי
די חברה וועלן באקומען א סטיגמע
זוי טראכט עך
גערעדט ווי א ריכטיגער שטאטישע אין די באקס מהלך המחשבה.
מ'וועט זיך א גאנץ לעבן פייניגען אין נישט טראכטן פון די אלע בענעפיטן וואס אונז האבן פריער אויסגערעכנט, ווייל... שידוכים! ווי באקאנט, די קשה כרכים אידן האבן אלע חתונה גאר גרינג און מ'טרעפט ממש נישט קיין גיטין בײ זײ...
תושב בלומינגבורג יצ"ו
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5197
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מיין חלום.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף, איך זאל זוכה זיין צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה. אומאן ראש השנה 🔥🔥
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4752
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

מיין חלום.
אִיר קָאנְט שׁוֹין אוֹיךְ פַארְשְׁטֵיין לִיבֶּע קִינְדֶּערְלִיךְ אַז סֶע אִיז מֶער קַיין תַּכְלִית נִיט נָאר דַאוִונֶין אוּן לֶערְנֶין אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים
אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

דער האט א פיינע שפראך און א טיעפע וויזיע... לייק!
ותן שכר טובגיב צדקה פאר אידן
ולירשלים עירך ברחמים תשובוועט מען זוכה זיין צו משיח בקרוב
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

די_אמת האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:53 am
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:39 am
שמעקט פון עקסטרעמיזם
אפהאקן פון די וועלט און לעבן אין די אייגענע ד אמות נישט די געזונסטע זאך
קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי
די חברה וועלן באקומען א סטיגמע
זוי טראכט עך
גערעדט ווי א ריכטיגער שטאטישע אין די באקס מהלך המחשבה.
מ'וועט זיך א גאנץ לעבן פייניגען אין נישט טראכטן פון די אלע בענעפיטן וואס אונז האבן פריער אויסגערעכנט, ווייל... שידוכים! ווי באקאנט, די קשה כרכים אידן האבן אלע חתונה גאר גרינג און מ'טרעפט ממש נישט קיין גיטין בײ זײ...
איר האט זיך ארויף געכאפט אויף מיינע ווערטער בנוגע שידוכים
דעס איז נישט די פואנט נאר א דוגמה אז מענטשען קוקען עס אן איקסטרעם
איך פארשטיי אז די אלגעמיינע כרכים האבן פראבלעמען
אבער מאכן א ויברח און לעבן אינעם אייגענעם פעלדיל אן קיין שייכת מיט מענטשהייט
וואס שייכת מיט מענשטהייט איז א קריטישע פאקטאר אינעם לעבן צו וואקסן א געזונטע נארמאלע מענטש
איז קיין מהלך
און איז אויסדריקליך איקסטרעם
און בכלל איז אונזער עולם נישט אינטערעסירט צו ארבייטען עבודת הפרך טאג איין טאג אויס אויפן פעלד
עס איז גוט פאר א חול המעוד וויזיט
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4752
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

"מענטשהייט" טייטשט "א שול מיט 20 מנינים א טאג"?

"מענטשהייט" איז א מערהייט פון איר עקזיסטענץ באשטאנען פון עטליכע הייזקעלעך מיט פעלדער און וועלדער.

עבודת הפרך טאג איין טאג אויס, ארבעט איך יעצט גייסטיש אויף א באקוועמען בענקל אין אפיס.
אִיר קָאנְט שׁוֹין אוֹיךְ פַארְשְׁטֵיין לִיבֶּע קִינְדֶּערְלִיךְ אַז סֶע אִיז מֶער קַיין תַּכְלִית נִיט נָאר דַאוִונֶין אוּן לֶערְנֶין אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א הערליכע געדאנק.

פראקטיש גערעדט איז לכאורה גרינגער זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל און איינע פון די מושבים אין גליל, אדער אפשר קוממיות.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
עקסטערמינעיטער
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 8:16 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקסטערמינעיטער »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:47 pm
די_אמת האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:53 am
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:39 am
שמעקט פון עקסטרעמיזם
אפהאקן פון די וועלט און לעבן אין די אייגענע ד אמות נישט די געזונסטע זאך
קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי
די חברה וועלן באקומען א סטיגמע
זוי טראכט עך
גערעדט ווי א ריכטיגער שטאטישע אין די באקס מהלך המחשבה.
מ'וועט זיך א גאנץ לעבן פייניגען אין נישט טראכטן פון די אלע בענעפיטן וואס אונז האבן פריער אויסגערעכנט, ווייל... שידוכים! ווי באקאנט, די קשה כרכים אידן האבן אלע חתונה גאר גרינג און מ'טרעפט ממש נישט קיין גיטין בײ זײ...
איר האט זיך ארויף געכאפט אויף מיינע ווערטער בנוגע שידוכים
דעס איז נישט די פואנט נאר א דוגמה אז מענטשען קוקען עס אן איקסטרעם
איך פארשטיי אז די אלגעמיינע כרכים האבן פראבלעמען
אבער מאכן א ויברח און לעבן אינעם אייגענעם פעלדיל אן קיין שייכת מיט מענטשהייט
וואס שייכת מיט מענשטהייט איז א קריטישע פאקטאר אינעם לעבן צו וואקסן א געזונטע נארמאלע מענטש
איז קיין מהלך
און איז אויסדריקליך איקסטרעם
און בכלל איז אונזער עולם נישט אינטערעסירט צו ארבייטען עבודת הפרך טאג איין טאג אויס אויפן פעלד
עס איז גוט פאר א חול המעוד וויזיט
די איינציגסטע אפהאלט וואלט איך געזאגט איז די שידוכים טעמע...

די וויזיע איז, א קליינע דערפל מיט 10-15 געזינדלען, וואס איז שווער זיך צו משדך זיין נאר איינער מיטן צווייטן געקניפט און געבינדן... און דרויסענדע וועלן קיינמאל טון שידוכים מיט פארמער פון פענסילוועניע.

אלזא מיר געפעלט גראדע אזא לייפסטייל גאר שטארק , אבער איך זעה דאס אלס גרעסטע קאנסערן.
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

הודו להשם האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:57 pm
"מענטשהייט" טייטשט "א שול מיט 20 מנינים א טאג"?

"מענטשהייט" איז א מערהייט פון איר עקזיסטענץ באשטאנען פון עטליכע הייזקעלעך מיט פעלדער און וועלדער.

עבודת הפרך טאג איין טאג אויס, ארבעט איך יעצט גייסטיש אויף א באקוועמען בענקל אין אפיס.
נישט ''יעדע'' שול האט 20 מנינים
עטליכע הייזער פארווארפען ערגעטץ און א געגענט ווייט פון נ''י אפגערוקט א שיינע עטליכע עיקיר פון איינעם צום צווייטען איז קיין מהלך
''רוב'' עולם פון אינזער סעסייעטי וויל נישט ארבייטען פיזיש און זיכער נישט אויפן פעלד
און די עיקר האט איר נישט גיענטפערט אויף מיין פואנט אז עס איז אויסדרוקליך ''איקסטרעם''
און יא מענטשען וואס טון עס פרייוועט אונעם אייגענע חצר נישט קאמיערשעל פאר גרויסע פירמעס זענען איקסטרעם
אמיש ppl יוכח
קדמא ואזלא
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמא ואזלא »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:47 pm
די_אמת האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:53 am
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:39 am
שמעקט פון עקסטרעמיזם
אפהאקן פון די וועלט און לעבן אין די אייגענע ד אמות נישט די געזונסטע זאך
קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי
די חברה וועלן באקומען א סטיגמע
זוי טראכט עך
גערעדט ווי א ריכטיגער שטאטישע אין די באקס מהלך המחשבה.
מ'וועט זיך א גאנץ לעבן פייניגען אין נישט טראכטן פון די אלע בענעפיטן וואס אונז האבן פריער אויסגערעכנט, ווייל... שידוכים! ווי באקאנט, די קשה כרכים אידן האבן אלע חתונה גאר גרינג און מ'טרעפט ממש נישט קיין גיטין בײ זײ...
איר האט זיך ארויף געכאפט אויף מיינע ווערטער בנוגע שידוכים
דעס איז נישט די פואנט נאר א דוגמה אז מענטשען קוקען עס אן איקסטרעם
איך פארשטיי אז די אלגעמיינע כרכים האבן פראבלעמען
אבער מאכן א ויברח און לעבן אינעם אייגענעם פעלדיל אן קיין שייכת מיט מענטשהייט
וואס שייכת מיט מענשטהייט איז א קריטישע פאקטאר אינעם לעבן צו וואקסן א געזונטע נארמאלע מענטש
איז קיין מהלך
און איז אויסדריקליך איקסטרעם
און בכלל איז אונזער עולם נישט אינטערעסירט צו ארבייטען עבודת הפרך טאג איין טאג אויס אויפן פעלד
עס איז גוט פאר א חול המעוד וויזיט
אזוי אקראוט האבן דיינע זיידעס געוואונט ביזן קריג.

זעמיר געווען דארט פאר א וויזיט, זיי זענען געווען עקסטרעם?

אז נישט היטלער וואלסטו לכאורה אויך אזוי ערצויגן געווארען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קדמא ואזלא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:16 pm

אזוי אקראוט האבן דיינע זיידעס געוואונט ביזן קריג.

זעמיר געווען דארט פאר א וויזיט, זיי זענען געווען עקסטרעם?

אז נישט היטלער וואלסטו לכאורה אויך אזוי ערצויגן געווארען.
ס'איז נישט וואר.

די דערפלעך אינדערהיים זענען געווען קאנצעטרירט ארום א אידיש שטעטל און געהאט שייכות אהין ברוחניות ובגשמיות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

קדמא ואזלא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:16 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:47 pm
די_אמת האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:53 am
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:39 am
שמעקט פון עקסטרעמיזם
אפהאקן פון די וועלט און לעבן אין די אייגענע ד אמות נישט די געזונסטע זאך
קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי
די חברה וועלן באקומען א סטיגמע
זוי טראכט עך
גערעדט ווי א ריכטיגער שטאטישע אין די באקס מהלך המחשבה.
מ'וועט זיך א גאנץ לעבן פייניגען אין נישט טראכטן פון די אלע בענעפיטן וואס אונז האבן פריער אויסגערעכנט, ווייל... שידוכים! ווי באקאנט, די קשה כרכים אידן האבן אלע חתונה גאר גרינג און מ'טרעפט ממש נישט קיין גיטין בײ זײ...
איר האט זיך ארויף געכאפט אויף מיינע ווערטער בנוגע שידוכים
דעס איז נישט די פואנט נאר א דוגמה אז מענטשען קוקען עס אן איקסטרעם
איך פארשטיי אז די אלגעמיינע כרכים האבן פראבלעמען
אבער מאכן א ויברח און לעבן אינעם אייגענעם פעלדיל אן קיין שייכת מיט מענטשהייט
וואס שייכת מיט מענשטהייט איז א קריטישע פאקטאר אינעם לעבן צו וואקסן א געזונטע נארמאלע מענטש
איז קיין מהלך
און איז אויסדריקליך איקסטרעם
און בכלל איז אונזער עולם נישט אינטערעסירט צו ארבייטען עבודת הפרך טאג איין טאג אויס אויפן פעלד
עס איז גוט פאר א חול המעוד וויזיט
אזוי אקראוט האבן דיינע זיידעס געוואונט ביזן קריג.

זעמיר געווען דארט פאר א וויזיט, זיי זענען געווען עקסטרעם?

אז נישט היטלער וואלסטו לכאורה אויך אזוי ערצויגן געווארען.
ביטע ברענג נישט קיין ראי' פון די פעדר און וואגען עפאכע
אין ווי מען פלעגט שעפען וואסער ביים ברינעם
יא דעמאלץ איז עס מיעגליך נישט געווען איקסטרעם אבער היינט יא
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:39 am
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:47 pm
פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:14 pm
שמעקט פון עקסטרעמיזם אפהאקן פון די וועלט און לעבן אין די אייגענע ד אמות נישט די געזונסטע זאך קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי די חברה וועלן באקומען א סטיגמע זוי טראכט עך
איר האט זיך ארויף געכאפט אויף מיינע ווערטער בנוגע שידוכים דעס איז נישט די פואנט נאר א דוגמה אז מענטשען קוקען עס אן איקסטרעם איך פארשטיי אז די אלגעמיינע כרכים האבן פראבלעמען אבער מאכן א ויברח און לעבן אינעם אייגענעם פעלדיל אן קיין שייכת מיט מענטשהייט וואס שייכת מיט מענשטהייט איז א קריטישע פאקטאר אינעם לעבן צו וואקסן א געזונטע נארמאלע מענטש איז קיין מהלך און איז אויסדריקליך איקסטרעםאון בכלל איז אונזער עולם נישט אינטערעסירט צו ארבייטען עבודת הפרך טאג איין טאג אויס אויפן פעלד עס איז גוט פאר א חול המעוד וויזיט
נישט ''יעדע'' שול האט 20 מנינים עטליכע הייזער פארווארפען ערגעטץ און א געגענט ווייט פון נ''י אפגערוקט א שיינע עטליכע עיקיר פון איינעם צום צווייטען איז קיין מהלך ''רוב'' עולם פון אינזער סעסייעטי וויל נישט ארבייטען פיזיש און זיכער נישט אויפן פעלד און די עיקר האט איר נישט גיענטפערט אויף מיין פואנט אז עס איז אויסדרוקליך ''איקסטרעם'' און יא מענטשען וואס טון עס פרייוועט אונעם אייגענע חצר נישט קאמיערשעל פאר גרויסע פירמעס זענען איקסטרעם אמיש ppl יוכח
מיר זענענן שוין קלאר אז איר זענט נישט פון די מענטשן וואס גלייכן די איידיע אדער לעבענס שטייגער.. פון יעצט און ווייטער לאמיר זעען ווער עס גלייכט עס יא.
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

קו ירוק האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:23 pm

אדרבה איך בין גרייט צו הערן דעם אנדערן צד
איך מיין איך האב גאנץ פיין אראפ געלייגט מיין צד
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

כ'ווייס נישט צו ס'איז נארמאל צו וואוינען אויף א פארעם, אבער וואוינען אין א שעלף איז זיכער נישט נארמאל.
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

ר' יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 3:07 pm
כ'ווייס נישט צו ס'איז נארמאל צו וואוינען אויף א פארעם, אבער וואוינען אין א שעלף איז זיכער נישט נארמאל.
כהער
אבער איינע פון די וועגן ווי אזוי צו מעסטען וואס איז איקסטרעם און וואס נישט
איז צו פרעגן :
וויפיל מענטשען טון אזוי ??
און וואס פאר א סארט מענטשען זענען זיי ??
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: נייע פארם קאמיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

Bissli האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:39 am
מיין חלום.
נעגל וואסער אלערט
גם אני בחלומי
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”