א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

בערך צוועלף יאר צירוק בין איך געווען אין כתה ט'. א פלעינע בר מצווה בחור...

איך בין געגאנגען אין א מוסד פון א גרויסע חסידות מיט ברענטשעס אין אפאר שטעט. איך האב מער וויניגער הנאה געהאט דארט. א מללמד איז געקומען, א מלמד איז געגאנגען, און איך האלט ביי כתה ט'.

איין נאכט ביי שיעור פשוט קלינגט די טעלעפאון אין די קלאס, די סערעטערי האט געבעטן מען זאל אראפשיקן 'געגאנגען' צו די אפיס. איך האב מיך געפרייט ווי א בונדל, איך לויף אראפ הערן וואס ס'גייט פאר.

ווען איך בין אנגעקומען, האב איך געזעהן אז מיינע צוויי אינגערע ברידערס זענען שוין דארט און זיי ווארטן אויף מיך. די סעקרעטערי זאגט מי מיט א קאלטקייט…

'רוף אהיים און זאג פאר דיין מאמע אז די קומסט אהיים מיט דיינע ברידערס - ווייל... דיין טאטע האט נישט באצאלט שכר לימוד'

איך בין געווארן פארלוירן און צומישט... וואס טוה איך...? וואס זאג איך פאר מיין מאמע...? וואס זאג איך פאר מיינע ברידערס (איינער איז 2 יאר אינגער און איינער איז 4 יאר אינגער פון מיר) וואס טוה איך דא????

ביז וואס, ווי, ווען, האט די סעקרעטאר גערופן מיין מאמע און מיך געהייסן אנהייבן צו רעדן.

איך זאג פאר מיין מאמע אז איך דארף אהיים קומען, און איך פרעג איר וויאזוי זאל איך קומען. זי זאגט אז זי גייט רופן טאטי.

איך ווארט דארט אפאר מינוט און איך ווארט מיין מאמע זאל צירוק רופן. נאך אפאר מינוט רופט זי צירוק פרעגן אויב אונז קענען אהיים קומען מיט די באס וואס פארט אין א האלכע שעה. איך זאג איר אז איך גיי נישט פארן מיט די קליינע קינדער - און די סעקרעטאר זאגט אז מען מיז שוין יעצט אהיים גיין און מען קען נישט ווארטן. ס'איז געבליבן אז מ'נעמט א קאר.

די נעקסע טאג איז געווען פרייטאג - מיינע ברידערס זענען געגאנגען אין חדר אבער איך האב נישט געוואלט און איך בין געבליבן אינדערהיים. זונטאג בין איך געגאנגען אין חדר.

ביז דא איז די מעשה…

יעצט אפאר פרטים וואס איז גוט צו וויסן.
  • מיין טאטע איז קיינמאל נישט געגאנגען אויף וואקאציע - און די משפחה איז קיינמאל געגאנגען אין קאנטרי.
  • מיין טאטע האט נישט געהאט א דזשאב יענע תקופה.
  • ביי אונז אינדערהיים - איז נישט געווען קיין לעקטער איין טאג יענע יאר - ווייל מיין טאטע האט נישט געהאט קיין געלט.
  • ב"ה א צייט שפעטער האט מיין טאטע געטראפן א דזשאב און זאכן זענען געווארן בעסער.
  • די אדמיניסטראטאר איז די איינציגסטע(!) מענטש וואס איך האב פיינט בתכלית השנאה ביז'ן הינטיגע טאג.
  • ווען איך דעמאן מיך פון די מעשה קומט מיר די בלוט אין קאפ אריין.
יעצט וויל איך הערן - איז ער א גוטע אדמיניסטראטאר וואס קאווערט? אדער א רשע מרושע וואס שפילט שאך מיט אומשילדיגע קינדער?
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

ווענדט זיך וויאזוי דיין טאטע האט געדיעלט מיט די אדמיניסטראטאר.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
טשאלמיקא
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:21 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך טשאלמיקא »

נישט אוועקנעמען פון די מעשה
אבער אין "רוב פעלער" ביי "רוב מוסדות" ווען איינער קומט אין רעדט נארמאל, אין זאגט וואס זיין מצב איז געשענט נישט אזאלעכע זאכן.
עס קען זיך מאכן ווען איינער פשוט מאכט זיך נישט וויסענדיג מכל וכל

איך ווייס נישט וואס איז געווען דארט די מעשה סא איך רעד נישט פון דיין פאל
---
איינער האקט מיט א קלארקייט
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:14 pm

די האסט שוין אמאל אנגעשריגן א אינגעל ווייל זיין טאטע האט גערעדט ביים דאווענען?

נאכאמאל מצד די קינדער איז עס זייער נישט קיין שיינע זאך צו טוען
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

טשאלמיקא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:15 pm
נישט אוועקנעמען פון די מעשה
אבער אין "רוב פעלער" ביי "רוב מוסדות" ווען איינער קומט אין רעדט נארמאל, אין זאגט וואס זיין מצב איז געשענט נישט אזאלעכע זאכן.
עס קען זיך מאכן ווען איינער פשוט מאכט זיך נישט וויסענדיג מכל וכל

איך ווייס נישט וואס איז געווען דארט די מעשה סא איך רעד נישט פון דיין פאל
---
איינער האקט מיט א קלארקייט
קען זיין - מיין טאטע איז געווען זייער קלאר וועגן זיין מצב.

בעיקר וואס איך וויל ארויסברענגען - עס איז דא א אינגעל וואס גייט דעיס פיהלן פאר אייביג!
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

ביי אונז האט מען קיינמאל נישט אהיים געשיקט א אינגל וועגן שכר לימוד,

נאר מיידלעך
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:15 pm
גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:14 pm
ווענדט זיך וויאזוי דיין טאטע האט געדיעלט מיט די אדמיניסטראטאר.
די האסט שוין אמאל אנגעשריגן א אינגעל ווייל זיין טאטע האט גערעדט ביים דאווענען?
ניין, אבער קען זיין ער איז ארויס פון די כלים פון די וועג וויאזוי דיין טאטע האט זיך אויפגעפירט.
עס בארעכטיגט נישט אבער עס געט צו פארשטיין.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:18 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:15 pm
גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:14 pm
ווענדט זיך וויאזוי דיין טאטע האט געדיעלט מיט די אדמיניסטראטאר.
די האסט שוין אמאל אנגעשריגן א אינגעל ווייל זיין טאטע האט גערעדט ביים דאווענען?
ניין, אבער קען זיין ער איז ארויס פון די כלים פון די וועג וויאזוי דיין טאטע האט זיך אויפגעפירט.
עס בארעכטיגט נישט אבער עס געט צו פארשטיין.
איך פארשטיי פארוואס ער האט עס געטוהן - ער איז געווען א שוחט פאר ער איז געווארן א אדמיניסטראטאר...
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

notification האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:18 pm
ביי אונז האט מען קיינמאל נישט אהיים געשיקט א אינגל וועגן שכר לימוד,

נאר מיידלעך
א מיידל האט א שוואכערע הארץ ווי א אינגעל...
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

notification האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:18 pm
ביי אונז האט מען קיינמאל נישט אהיים געשיקט א אינגל וועגן שכר לימוד,

נאר מיידלעך
איך ווייס נישט ווי אונז איז - אבער א מיידל מעג מען יא אנשרייען ווען איר מאמע איז גע'גט?

די מעשה דא איז נישט פון א גט - באט יו געט די פאוינט?
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:10 pm
  • די אדמיניסטראטאר איז די איינציגסטע(!) מענטש וואס איך האב פיינט בתכלית השנאה ביז'ן הינטיגע טאג.
  • ווען איך דעמאן מיך פון די מעשה קומט מיר די בלוט אין קאפ אריין.
יעצט וויל איך הערן - איז ער א גוטע אדמיניסטראטאר וואס קאווערט? אדער א רשע מרושע וואס שפילט שאך מיט אומשילדיגע קינדער?
מ’טאר נישט פיינט האבן א איד

דו האסט א חיוב אים צו קאנטעקטן און אפענערהייט זיך דורכשמועתן וואס דארט איז פארגעגאנגען מעגליך ער וועט מודה זיין אין זיין טעות און דיר מפייס זיין
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

די מגיד שיעור און מלמד וואס האקט נישט אראפ די טעלעפאן נאך אזא רעקוועסט איז אויך א שטיקל ר"מ... (זעה קעפל פאר די פולע ווארט)
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

ווען מ'רעדט אויף אזא נושא דארף מען געדענקען אז היינט איז אכשר דרא און מען פארשטייט מער וואס מיינט אז איינער קען נישט

אמאליגע צייטן איז מען זיך באגאנגען מער אגרעסיוו איבעראל. די מלמד אין חדר, די טאטע אינדערהיים, די שמש מיט די קינדער אין שול, און דער שכן וואס איז געשטערט געווארן פון שלאפן ביינאכט...

עס איז שווער צוריק צו קוקן פון א היינטיגע קוק ווינקל אויף איין פרט אין די אמאליגע לעבענסט שטייגער, מען דארף נעמען אין אכט אז בכללות די וועג ווי אזוי מען האט געהאנדעלט מיט מענטשן איז געווען זייער אגרעסיוו

ווער געדענקט נאך די ויכוחים וואס די עלטערע יודען האבן זיך גע'טענה'ט ציווישן זיך, אזש כדי להמית...
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:25 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:10 pm
  • די אדמיניסטראטאר איז די איינציגסטע(!) מענטש וואס איך האב פיינט בתכלית השנאה ביז'ן הינטיגע טאג.
  • ווען איך דעמאן מיך פון די מעשה קומט מיר די בלוט אין קאפ אריין.
יעצט וויל איך הערן - איז ער א גוטע אדמיניסטראטאר וואס קאווערט? אדער א רשע מרושע וואס שפילט שאך מיט אומשילדיגע קינדער?
מ’טאר נישט פיינט האבן א איד

דו האסט א חיוב אים צו קאנטעקטן און אפענערהייט זיך דורכשמועתן וואס דארט איז פארגעגאנגען מעגליך ער וועט מודה זיין אין זיין טעות און דיר מפייס זיין
ער ווייסט וואס ער האט געטוהן - און ער קען מיך קאללן. פיינט האבן א איד איז נאר א פראבלעם אויב ס'איז שנאת חינם...

איך מיין אז איך האב גאנץ קלאר ארויסגעברענגט פארוואס איך האב די רעכטן איהם פיינט צו האבן...

אגב: איך בין נאכנישט גרייט מוחל צו זיין.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16570
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נומערע אונא, מיין הארץ גייט אויס פאר די אומשולדיגע קינדערלעך וועלכע טארן קיינמאל גענוצט ווערן אלס פאנדלעך אין א שפיל פון פינאנץ.

איצטערט, איך קען נישט דעם סעטאפ פון דיין מוסד, אבער אין רוב מוסדות איז אזא באשלוס איינס וואס די הנהלה מאכט און מוז אויסגעפירט ווערן דורך די נידריגע ראנגן. סאו דער צארן ברויך ווארשיינלעך ווערן געצילט אינעם הנהלה’ס ריכטונג, און נישט אויפן אדמיניסטראטאר

איצט גיי הייב אן צוועלעוו יאר שפעטער פיינט האבן מענטשן פאר אלטע עבירות... ענדערש לאז די שנאה קעגן דעם אדמיניסטראטאר אויסוועפן ווייל עריז אומשולדיג און בלייב מיט א גרינגער הארץ...

מיידלעך ווס אינגלעך איז פשוט וועגן ביטול תורה און תקנת ריב”ג (רוף עס פי אר...), הארצוויי און בושה איז קיין חילוק.

נ.ב. נוצן קינדער ווען עס קומט צו ’תקנות’ פונעם מוסד, האט אנדערע ראציאנאלן און קען צומאל יא זיין פארשטענדליך.
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

הרים סביב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:28 pm
ווען מ'רעדט אויף אזא נושא דארף מען געדענקען אז היינט איז אכשר דרא און מען פארשטייט מער וואס מיינט אז איינער קען נישט

אמאליגע צייטן איז מען זיך באגאנגען מער אגרעסיוו איבעראל. די מלמד אין חדר, די טאטע אינדערהיים, די שמש מיט די קינדער אין שול, און דער שכן וואס איז געשטערט געווארן פון שלאפן ביינאכט...

עס איז שווער צוריק צו קוקן פון א היינטיגע קוק ווינקל אויף איין פרט אין די אמאליגע לעבענסט שטייגער, מען דארף נעמען אין אכט אז בכללות די וועג ווי אזוי מען האט געהאנדעלט מיט מענטשן איז געווען זייער אגרעסיוו

ווער געדענקט נאך די ויכוחים וואס די עלטערע יודען האבן זיך גע'טענה'ט ציווישן זיך, אזש כדי להמית...
ער איז געווען די ערשטע אדמיניסטראטאר אין ניו יארק וואס האט געטוהן אזא זאך!

ער האט געכאפט פון די רבי. און מען איז צירוק געגאנגען אין חדר די נעקסטע טאג.
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:30 pm
נומערע אונא, מיין הארץ גייט אויס פאר די אומשולדיגע קינדערלעך וועלכע טארן קיינמאל גענוצט ווערן אלס פאנדלעך אין א שפיל פון פינאנץ.

איצטערט, איך קען נישט דעם סעטאפ פון דיין מוסד, אבער אין רוב מוסדות איז אזא באשלוס איינס וואס די הנהלה מאכט און מוז אויסגעפירט ווערן דורך די נידריגע ראנגן. סאו דער צארן ברויך ווארשיינלעך ווערן געצילט אינעם הנהלה’ס ריכטונג, און נישט אויפן אדמיניסטראטאר

איצט גיי הייב אן צוועלעוו יאר שפעטער פיינט האבן מענטשן פאר אלטע עבירות... ענדערש לאז די שנאה קעגן דעם אדמיניסטראטאר אויסוועפן ווייל עריז אומשולדיג און בלייב מיט א גרינגער הארץ...

מיידלעך ווס אינגלעך איז פשוט וועגן ביטול תורה און תקנת ריב”ג (רוף עס פי אר...), הארצוויי און בושה איז קיין חילוק.

נ.ב. נוצן קינדער ווען עס קומט צו ’תקנות’ פונעם מוסד, האט אנדערע ראציאנאלן און קען צומאל יא זיין פארשטענדליך.
וועגן סעטאופ - עס איז געקומען דירעקט פון אויבן

פיינט האבן - איך האב איהם שוין פיינט פון דעמאלטס. פאר עפעס א סיבה (וואס איז מיר אומבאקאנט) האב איך די לעצטע פאר וואכן אפאר מאל דערמאנט דערפון. וועגן דעים האב איך עס יעצט געשריבן.

וועגן תקנות - האלט איך אז די מוסד איז גערעכט. אבער שכר לימוד... מיין טאטע האט אויך נישט געצאלט קיין עלעקטריק יענע תקופה...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16570
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סארי, אבער דיין ניו יארק איז טייני פיצי ווארשיינלעך.

אהיימשיקן קינדער אנע שכר לימוד אנטריט קארטלעך איז אן אור אלטער מאכינאציע אין שטעטלעך אינדערויסן פון ניו יארק, א שטייגער ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל וכדו’.
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

געמבלער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:27 pm
די מגיד שיעור און מלמד וואס האקט נישט אראפ די טעלעפאן נאך אזא רעקוועסט איז אויך א שטיקל ר"מ... (זעה קעפל פאר די פולע ווארט)
פון ווי זאל ער וויסן וואס מען וויל?

און פארוואס זאל ער זיך אריינמישן און פארלירן זיין דזשאב?
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:34 pm
סארי, אבער דיין ניו יארק איז טייני פיצי ווארשיינלעך.

אהיימשיקן קינדער אנע שכר לימוד אנטריט קארטלעך איז אן אור אלטער מאכינאציע אין שטעטלעך אינדערויסן פון ניו יארק, א שטייגער ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל וכדו’.
נישט וואס איך האב געהערט - געווען לאנג נאך די איינטריט קארטל צייט.

ס'איז אייביג געווען איינטריט קארטלעך, איך מיין אז קיינער האט עס נישט עכט אינפארסירט. די לעצטע צעהן יאר אינפארסירט מען עס מער.
זכריהו
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

איך זע דא עפעס אנדערש.

דו וואלסט געוואלט אז יעדער איינער זאל דיר געבן גערעכט דא, אז דער אדמיניסטראטאר איז באמת א רשע מרושע, און דו שטייסט קאמפסגרייט דאס צו באשטעטיגן.

דו מיינסט אז דאס גייט דיר העלפן? איך קען דיר צוזאגן אז אפילו כל יושבי תבל יעמדי לימינך, עס וועט ארויסקומען קול קורות וחרמות קעגן יענעם, מען וועט יענעם אריינזעצן אין חד-גדיא פאר לייוו, וועט עס דיר נישט העלפן, חוץ א זיסע געפיל פון נקמה. דו וועסט נישט ארויסקריכן פון דעם ווייטאג.

דאס וואס דו שלעפסט אריין דעם עולם דא זיך צו טענה׳ן מיט דיר מאכסטו זיך נאך מער חרוב, ווייל דו פאלסט אריין טיפער און טיפער אין דעם אילוזיע אז די מיינונג פונעם עולם וועט דיר עפעסס העלפן.

דו האסט א שטארקע ווייטאג, און דו דארפסט דיך העלפן. דו דארפסט זיך אויסלערנען וויאזוי צו דיעלן דערמיט. דער אדמיניסטראטאר קענסטו נישט טוישן, דיר קענסטו טוישן.

איך ווייס אז עס הערט זיך אביסל אומבע׳טעמט, אבער טייערער ידיד, גיי צו א לייסענסד געטרויבארע מומחה, און טרעף א נייע לעבן! עס איז צו שטארקע ווייטאג עס צו לאזן לויפן.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:25 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:10 pm
  • די אדמיניסטראטאר איז די איינציגסטע(!) מענטש וואס איך האב פיינט בתכלית השנאה ביז'ן הינטיגע טאג.
  • ווען איך דעמאן מיך פון די מעשה קומט מיר די בלוט אין קאפ אריין.
יעצט וויל איך הערן - איז ער א גוטע אדמיניסטראטאר וואס קאווערט? אדער א רשע מרושע וואס שפילט שאך מיט אומשילדיגע קינדער?
מ’טאר נישט פיינט האבן א איד

דו האסט א חיוב אים צו קאנטעקטן און אפענערהייט זיך דורכשמועתן וואס דארט איז פארגעגאנגען מעגליך ער וועט מודה זיין אין זיין טעות און דיר מפייס זיין
ווי איז דער חיוב.

אויב לאזט מען יענעם וויסען, אז מ'האט איהם פיינט, איז עס לכאורה קיין איסור פון לא תשנא.

דער חיוב איז אויף יענעם צו פארעכטן.

הרים סביב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:28 pm
ווען מ'רעדט אויף אזא נושא דארף מען געדענקען אז היינט איז אכשר דרא און מען פארשטייט מער וואס מיינט אז איינער קען נישט

אמאליגע צייטן איז מען זיך באגאנגען מער אגרעסיוו איבעראל. די מלמד אין חדר, די טאטע אינדערהיים, די שמש מיט די קינדער אין שול, און דער שכן וואס איז געשטערט געווארן פון שלאפן ביינאכט...

עס איז שווער צוריק צו קוקן פון א היינטיגע קוק ווינקל אויף איין פרט אין די אמאליגע לעבענסט שטייגער, מען דארף נעמען אין אכט אז בכללות די וועג ווי אזוי מען האט געהאנדעלט מיט מענטשן איז געווען זייער אגרעסיוו

ווער געדענקט נאך די ויכוחים וואס די עלטערע יודען האבן זיך גע'טענה'ט ציווישן זיך, אזש כדי להמית...
דער מעשה איז דאך היינטיגע צייטן.
עס איז נישט מער פון 12 יאהר צוריק.

די פארגאנגענע צוועלעף יאהר, איז אפשר זאכן געווארן ערגער, נישט בעסער.

און צום שאלה פון פותח האשכול.
מ'דארף געדענקען צוויי זאכן.

1. די נאצי'ס האבן אויך נאר געפאלאוט ארדער'ס.
2. זיי זענען אויך נאר פשוט נעבעך געווען פונקטליכער מענטשען.

און דאס דער פשוט'ער תשובה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36527
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צ"ק:

נישט קיין גרויסער חכם.

א בר מצוה בחור גייט אין 7/8 יאר ארום זיין אויף דיין נדבנים ליסטע, לוינט זיך אים אזוי וויי צו טאן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2431
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

מיין טאטע צאלט שכר לימוד אויף אוטא פעי - לויפט יעדע חודש ס'קארטל, אפאר יאר צוריק האט ער געהאט א מעשה מיט א שווינדל און געסטאפט דעם קארטל, אפאר טאג דערויף איז געקומען די דעדליין פון שכ"ל און די קארטל האט נישט געארבעט, אן א ווארט פרעגן, קאולן, זאגן, אנגעכאפט מיינע שוועסטער'ס און אריינגעזעצט אין א טעקסי...

נעבעך די אידישע טעקסי דרייווער, מיין מאמע האט אים נישט געהאלטן ביים צאלן, ער איז געבליבן ווארטן היבש לאנג ( זי האט געטענה'ט אז איך האב דיר נישט גערופן..)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”