א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

קרייסלער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:23 pm
א טאטע וואס לאכט זיך אויס פון באצאלן שכר לימוד און פזר'ט נאך געלט אינדערצווישן פאר שוואוילטאג און לוקסוס (יא עס איז ליידער אזעלכע) און נאכנאנדע בקשות פון די הנהלה צאלט ער נישט שכר לימוד און ער שיקט נאך די קינדער אין חדר, איז נישטא קיין גרעסער אכזר און שופך דם ווי אים. דער יעניגער ווארפט זיינע קינדער אויפן דראנג און שטעלט זיי אויס ללעג ולחרפה

איך באציה זיך נישט צום פותח האשכול וואס לדבריו רעדט מען נישט פון דעים
👍

די אדמיניסטראטערס האבן אסססאך אזאנע מעשיות. זיי זענען די שוחדיגע פארוואס די ארמיניסטראטערס באגייען אוולות אויף אימשילדיגע.
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שפילקעס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:33 pm
נישט צו גלייבן וואס איך ליין אלטס דא..

איך מיין די לענדלארס זאלן אויך אנהייבן ארויסווארפן אין די מאסן די עולם וואס צאלט נישט אין צייט..

אויב פאסירט איינמאל אזא מעשה שטורמט די גאנצע וועלט..
טאקע דא אן אשכול איבער דעם לענדלארד וואס ליידט נעבעך פון זיים טענענט.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:48 pm
די ריכטיגע עצה לכאורה איז, אז עלטערן וואס שיקן קינדער אין א מוסד, און הערן אז עס האט פאסירט אזא מעשה נבלה, זאלן זיך צוזאמנעמען אפאר עלטערן, און רופן אן אסיפה מיטן אדמיניסטראטאר, און זאגן זייער קלאר און שארף:

אזאנס גייט מער נישט פאסירן אין אונזער מוסד! פינטל.

פון היינט און ווייטער, אויב האסטו סיי וועלכן פראבלעם מיט דעקן דעם בודזשעט, רעד צו אונז, מיר וועלן מאכן זיכער אז דאס פאסירט מער נישט. מיר וועלן שאפן נדבות, מיר וועלן שאפן הלוואות, אא"וו. מיר זענען דא גרייט הונדערט פראצענט צו מאכן זיכער אז קיין איין קינד ווערט נישט פארשעמט!

א טאטע א בעל יכולת וואס שיקט אין א מוסד און קומט נישט זאגן אזעלכע ווערטער, 'ער איז דער רשע'! ער איז דער וואס לאזט פארשעמען קינדער. דער וואס הערט אזא מעשה ביי זיין מוסד, און קומט אטאקירן אלע אדמיניסטראטארן, ער איז דער קאלטבלוטיגער פארשוין וואס גייט אים נישט אן נישט קיין קינדער און נישט קיין מוסד.

דו האלטסט אז עס איז געפערליך? שארץ ארויף די ארבל און מאך זיכער אז די רציחה ווערט אפגעשטעלט.

אטאקירן דעם אדמיניסטראטאר אין קאווע שטיבל, מיט א צוגאנג אז איך גיי ווייטער מיין וועג, דער מוסד זאל קראכן, דער אדמיניסטראטאר זאל גנב'ען געלט פון א באנק, און די מעשה האט גארנישט מיט דיר. דאס איז א קאלובלוטיגקייט.

מ'קען דא מיינען, אז אדמיניסטראטארן האבן געלט ווי מיסט, און זענען געזיצן און געטראכט, וויאזוי קען איך איינעם גוט מסדר זיין. אה, דא קען איך איינעם מצער זיין אזוי ער וועט עס געדענקען זיין גאנצן לעבן.

דאס איז נישט די קעיס. דער אדמיניסטראטאר טראפט בלוט פון הארץ און טוט דאס די לעצטע אפציע, נאכן טוהן אזויפיל סארט פעולות פון אלע זייטן.

וויכטיגע דיסקלעימער. אויב טרעפט איר מיר אן אדמיניסטראטאר וואס טוט דאס מיט הנאה אלס ערשטע אפציע זענען אלע טענות גערעכט. אבער אויב נישט, דאן קאלט שוין אייער אדמיניסטראטאר, און פרעגט אים וויאזוי איר קענט אים העלפן אז אזאנס זאל חלילה נישט פאסירן 'אויף אייער אחריות'. ווייל אלס א טאטע אין א מוסד, זענט איר א שותף מיט די רציחות.
קיין איין אדמיניסטראטאר האט נאכנישט געטוהן אזאנס ווייל ער איז געווען פארלוירן און נישט געטראפן קיין אנדערע וועג אראפצוברענגען דעם טאטע׳ן. קיין איין מוסד איז נאכנישט רייכער געווארן פון נעמען עטליכע יחידים און אזוי שעכטן די קינדער! קיין איין מוסד האט נאכנישט באוויזן אריינצוברענגען קעש מיט אזאנע טעראר מיטלען! קיין איינס!!! דו הערסט @זבולון ווייס ? איך געב דיר א טויזענטער אויב דו ברענגסט מיר א נאמען פון איין ראש המוסד וואס קען דיר איבערצייגן אנדערש.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

קלוגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:31 am
פון איין זייט קען מען נישט דן זיין די אדמיניסטרעיטארס און הנהלה וואס גייען אסאך מאל אראפ פון זינען צו פרובירען דעקען די פעיראל אדער די דעפיציט, דאס איז א מציאות, ספעציעל ווען אסאך מאל מאכט זיך די טאטע נישט וויסענדיג, און מאכט די חברה ארויסגיין פון די כלים, אבער

פון די אנדערע זייט, ווי קען א יודיש הארץ אזוי וויי טוהן, דערנידערען און פארשעמען אומשולדיגע קינדער??

איך האב מיטגעהאלטען אמאל, א יונגערמאן וואס עטליכע חברים האבען זיך מטפל געוועזען מיט זיין מצב ווען ער איז דורך די מחלה ל"ע אויף קיין שום יוד געדאכט, איך בין געוועזען פון די עסקנים, איין טאג באקום איך א קול יללה פון זיין ווייב, זי וויינט און וויינט און קען נישט קומען צום ווארט, באדעם ליין, איר מאן איז יעצט אויפען וועג צו טריעטמענט, זי איז מיט איר מאן אויפען וועג צו שפיטאל, און איר טאכטער רופט איר אן מיט בכיות פון דערהיים, אז די עסיסטענט פרינציפעל איז אריינגעקומען אין קלאס, און איר אהיימגעשיקט אין נאמען פון די מנהל המוסד, ווייל איר טאטע האט שוין נישט באצאלט אפאר חדשים, זי איז פארשעמט און דערנידערט, און איז אליינס אינדעהיים, ווייל אירע עלטערען זענען אויפען וועג צו .... איך שעם מיך נישט צו זאגען אז איך האב מיטגעוויינט,

דער מנהל המוסד - אדמיניסטרעיטאר און די פרינציפעל האבען טאקע נישט געדארפט וויסען אז די עלטערען זענען אויפען וועג צו באהאנדלונגען, זיי האבען אויכעט נישט געדארפט וויסען אז ווען ער האט געקאלט דעם טאטען 3 מאל אין א צי, צו מאנען דאס געלט, איז די טאטע געוועזען אין ריקאווערי רום נאך אן אפאראציע, ער האט בכלל נישט געדארפט וויסען אז די טאטע איז נישט געזונט, אבער ווען ער לייגט ווען אריין אביסעל קאפ אדער געפיל וואלט ער געוויסט אז עפעס איז נישט בסדר דארטען, און ער מעג ווען זיכער מאכען בעפארען אהיימשיקען א 11 יעריג קינד אליינס אינמיטען טאג צי עמיצער איז בכלל אינדערהיים

ס'איז מיר זייער שווער געוועזען צו מאכען דעם קאל, אבער איך האב עס געטון, ס'איז געוועזען זייער דיסעפוינטינג וויאזוי מ'האט עס געהענדעלט, און האב איך געלאזט הערען פאר דעם שטייפען אדמיניסטרעיטער, אז ער האט טאקע נישט געדארפט אלעס וויסען פונקטליך, אבער עפעס גרויסע רשעות האט ער שוין געמוזט טון אין די עבר, אז מ'האט אים צוגעפירט מיט אזא דורעכפאל, אזוי וויי צו טון א משפחה אין אזא ווייטאגליכע צייט, מגלגלין זכות ע"י......
א נייגעריגע שאלה, איז די מנהל כללי פון דעי מעשה נאך דארט אין דיע מוסד? האט עמיצער געטרייט צו רעדען צו איינער וואס איז העכער פון איהם?
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:34 am
מיר האט א איד העכער פופציג געזאגט אז איהם האט מען געווארפן פון חדר פאר די זעלבע סיבה, און די טראמע לויפט איהם נאכאלץ נאך!

דער זעלבע איד איז געווען אן אדמיניסטראטאר אין א ישיבה פאר אפאר יאר...און ער האט קיינמאל אזאנס געטוהן! ווייל ער האט עס געשפירט אויף זיינע ביינער!

כ'מיין אז אין די רעזעמעי פון א אדמינסטראטאר דארף ווערן געפרעגט, האט מען אייך געווארפן פון חדר פאר אזאנא סיבות? אויב איז די ענפער ניין, איז ער נישט פעהיג פאר זיין דזשאב!

אידיש בלוט אלערט!!
גוט!

איך האב אמאל געזאגט ענליכס פאר א מנהל. נאכן אים דרוקען צו די וואנט וועגן געוויסע עוולות פון מלמדים, האט ער מיר געפרעגט נא וואס זאל איך טוהן? האב איך אים געזאגט נעם נישט קיין מלמדים און מגי"ש וואס האבן געהאט הונדרעט'ס אויף יעדע בחינה מיט א גוט קעפל און אין חדר איז זיי מער ווייניגער אלעס געפארן ווי א פידל, נעם מלמדים וואס האבן זיך אביסל געמוטשעט און יעצט זענען זיי אויסגעארבעטע יוגעלייט, זיי וועלן בעסער פארשטיין צו א קינד אין זייער קלאס.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:53 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:48 pm
די ריכטיגע עצה לכאורה איז, אז עלטערן וואס שיקן קינדער אין א מוסד, און הערן אז עס האט פאסירט אזא מעשה נבלה, זאלן זיך צוזאמנעמען אפאר עלטערן, און רופן אן אסיפה מיטן אדמיניסטראטאר, און זאגן זייער קלאר און שארף:

אזאנס גייט מער נישט פאסירן אין אונזער מוסד! פינטל.

פון היינט און ווייטער, אויב האסטו סיי וועלכן פראבלעם מיט דעקן דעם בודזשעט, רעד צו אונז, מיר וועלן מאכן זיכער אז דאס פאסירט מער נישט. מיר וועלן שאפן נדבות, מיר וועלן שאפן הלוואות, אא"וו. מיר זענען דא גרייט הונדערט פראצענט צו מאכן זיכער אז קיין איין קינד ווערט נישט פארשעמט!

א טאטע א בעל יכולת וואס שיקט אין א מוסד און קומט נישט זאגן אזעלכע ווערטער, 'ער איז דער רשע'! ער איז דער וואס לאזט פארשעמען קינדער. דער וואס הערט אזא מעשה ביי זיין מוסד, און קומט אטאקירן אלע אדמיניסטראטארן, ער איז דער קאלטבלוטיגער פארשוין וואס גייט אים נישט אן נישט קיין קינדער און נישט קיין מוסד.

דו האלטסט אז עס איז געפערליך? שארץ ארויף די ארבל און מאך זיכער אז די רציחה ווערט אפגעשטעלט.

אטאקירן דעם אדמיניסטראטאר אין קאווע שטיבל, מיט א צוגאנג אז איך גיי ווייטער מיין וועג, דער מוסד זאל קראכן, דער אדמיניסטראטאר זאל גנב'ען געלט פון א באנק, און די מעשה האט גארנישט מיט דיר. דאס איז א קאלובלוטיגקייט.

מ'קען דא מיינען, אז אדמיניסטראטארן האבן געלט ווי מיסט, און זענען געזיצן און געטראכט, וויאזוי קען איך איינעם גוט מסדר זיין. אה, דא קען איך איינעם מצער זיין אזוי ער וועט עס געדענקען זיין גאנצן לעבן.

דאס איז נישט די קעיס. דער אדמיניסטראטאר טראפט בלוט פון הארץ און טוט דאס די לעצטע אפציע, נאכן טוהן אזויפיל סארט פעולות פון אלע זייטן.

וויכטיגע דיסקלעימער. אויב טרעפט איר מיר אן אדמיניסטראטאר וואס טוט דאס מיט הנאה אלס ערשטע אפציע זענען אלע טענות גערעכט. אבער אויב נישט, דאן קאלט שוין אייער אדמיניסטראטאר, און פרעגט אים וויאזוי איר קענט אים העלפן אז אזאנס זאל חלילה נישט פאסירן 'אויף אייער אחריות'. ווייל אלס א טאטע אין א מוסד, זענט איר א שותף מיט די רציחות.
קיין איין אדמיניסטראטאר האט נאכנישט געטוהן אזאנס ווייל ער איז געווען פארלוירן און נישט געטראפן קיין אנדערע וועג אראפצוברענגען דעם טאטע׳ן. קיין איין מוסד איז נאכנישט רייכער געווארן פון נעמען עטליכע יחידים און אזוי שעכטן די קינדער! קיין איין מוסד האט נאכנישט באוויזן אריינצוברענגען קעש מיט אזאנע טעראר מיטלען! קיין איינס!!! דו הערסט @זבולון ווייס? איך געב דיר א טויזענטער אויב דו ברענגסט מיר א נאמען פון איין ראש המוסד וואס קען דיר איבערצייגן אנדערש.
דו זאגסט מורא'דיג. ווען דו גייסט ארויף צום אדמיניסטראטאר אנבאטן דיין הילף פארן מוסד, זאלסטו אים פארשטייט זיך אויך דאס זאגן.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

מחנך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:07 pm
קלוגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:31 am
פון איין זייט קען מען נישט דן זיין די אדמיניסטרעיטארס און הנהלה וואס גייען אסאך מאל אראפ פון זינען צו פרובירען דעקען די פעיראל אדער די דעפיציט, דאס איז א מציאות, ספעציעל ווען אסאך מאל מאכט זיך די טאטע נישט וויסענדיג, און מאכט די חברה ארויסגיין פון די כלים, אבער

פון די אנדערע זייט, ווי קען א יודיש הארץ אזוי וויי טוהן, דערנידערען און פארשעמען אומשולדיגע קינדער??

איך האב מיטגעהאלטען אמאל, א יונגערמאן וואס עטליכע חברים האבען זיך מטפל געוועזען מיט זיין מצב ווען ער איז דורך די מחלה ל"ע אויף קיין שום יוד געדאכט, איך בין געוועזען פון די עסקנים, איין טאג באקום איך א קול יללה פון זיין ווייב, זי וויינט און וויינט און קען נישט קומען צום ווארט, באדעם ליין, איר מאן איז יעצט אויפען וועג צו טריעטמענט, זי איז מיט איר מאן אויפען וועג צו שפיטאל, און איר טאכטער רופט איר אן מיט בכיות פון דערהיים, אז די עסיסטענט פרינציפעל איז אריינגעקומען אין קלאס, און איר אהיימגעשיקט אין נאמען פון די מנהל המוסד, ווייל איר טאטע האט שוין נישט באצאלט אפאר חדשים, זי איז פארשעמט און דערנידערט, און איז אליינס אינדעהיים, ווייל אירע עלטערען זענען אויפען וועג צו .... איך שעם מיך נישט צו זאגען אז איך האב מיטגעוויינט,

דער מנהל המוסד - אדמיניסטרעיטאר און די פרינציפעל האבען טאקע נישט געדארפט וויסען אז די עלטערען זענען אויפען וועג צו באהאנדלונגען, זיי האבען אויכעט נישט געדארפט וויסען אז ווען ער האט געקאלט דעם טאטען 3 מאל אין א צי, צו מאנען דאס געלט, איז די טאטע געוועזען אין ריקאווערי רום נאך אן אפאראציע, ער האט בכלל נישט געדארפט וויסען אז די טאטע איז נישט געזונט, אבער ווען ער לייגט ווען אריין אביסעל קאפ אדער געפיל וואלט ער געוויסט אז עפעס איז נישט בסדר דארטען, און ער מעג ווען זיכער מאכען בעפארען אהיימשיקען א 11 יעריג קינד אליינס אינמיטען טאג צי עמיצער איז בכלל אינדערהיים

ס'איז מיר זייער שווער געוועזען צו מאכען דעם קאל, אבער איך האב עס געטון, ס'איז געוועזען זייער דיסעפוינטינג וויאזוי מ'האט עס געהענדעלט, און האב איך געלאזט הערען פאר דעם שטייפען אדמיניסטרעיטער, אז ער האט טאקע נישט געדארפט אלעס וויסען פונקטליך, אבער עפעס גרויסע רשעות האט ער שוין געמוזט טון אין די עבר, אז מ'האט אים צוגעפירט מיט אזא דורעכפאל, אזוי וויי צו טון א משפחה אין אזא ווייטאגליכע צייט, מגלגלין זכות ע"י......
א נייגעריגע שאלה, איז די מנהל כללי פון דעי מעשה נאך דארט אין דיע מוסד? האט עמיצער געטרייט צו רעדען צו איינער וואס איז העכער פון איהם?
פערצופעליג איז ער א קורצע צייט נאכדעם געפלויגען פון דארטען, איך ווייס נישט קיין פונקטליכע פרטים, ווען איך האב עס געהערט האט עס מיך דערמאנט פון עפעס א משנה אין אבות,

איך האב נישט גערעדט צו קיין אנדערע קעפ אין די מוסד, איך האב נאר געדארפט זען די קינד זאל זיין צוריק אין מוסד תיכף, ווייס איך נישט אויב איינער אנדערש האט גערעדט
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

אויף די מעשה פין די פותח האשכול איז דער אדמיניסטראטער א הארצלאזער גענגסטער. דעטס איט.
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

סאיז די וואך ארויף אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרה"ח ר' שלום ראזענבערג זייער א אינטעטרסאנטע אינטערוויו סתם אזוי
ביי 19:45 זאגט ער אז ער האט אויך געהאט אזא מעשה און סשאט אים נאך אלץ...

https://www.yiddish24.com/interviews/38/97624
אוועטאר
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

קלוגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:31 am
פון איין זייט קען מען נישט דן זיין די אדמיניסטרעיטארס און הנהלה וואס גייען אסאך מאל אראפ פון זינען צו פרובירען דעקען די פעיראל אדער די דעפיציט, דאס איז א מציאות, ספעציעל ווען אסאך מאל מאכט זיך די טאטע נישט וויסענדיג, און מאכט די חברה ארויסגיין פון די כלים, אבער

פון די אנדערע זייט, ווי קען א יודיש הארץ אזוי וויי טוהן, דערנידערען און פארשעמען אומשולדיגע קינדער??

איך האב מיטגעהאלטען אמאל, א יונגערמאן וואס עטליכע חברים האבען זיך מטפל געוועזען מיט זיין מצב ווען ער איז דורך די מחלה ל"ע אויף קיין שום יוד געדאכט, איך בין געוועזען פון די עסקנים, איין טאג באקום איך א קול יללה פון זיין ווייב, זי וויינט און וויינט און קען נישט קומען צום ווארט, באדעם ליין, איר מאן איז יעצט אויפען וועג צו טריעטמענט, זי איז מיט איר מאן אויפען וועג צו שפיטאל, און איר טאכטער רופט איר אן מיט בכיות פון דערהיים, אז די עסיסטענט פרינציפעל איז אריינגעקומען אין קלאס, און איר אהיימגעשיקט אין נאמען פון די מנהל המוסד, ווייל איר טאטע האט שוין נישט באצאלט אפאר חדשים, זי איז פארשעמט און דערנידערט, און איז אליינס אינדעהיים, ווייל אירע עלטערען זענען אויפען וועג צו .... איך שעם מיך נישט צו זאגען אז איך האב מיטגעוויינט,

דער מנהל המוסד - אדמיניסטרעיטאר און די פרינציפעל האבען טאקע נישט געדארפט וויסען אז די עלטערען זענען אויפען וועג צו באהאנדלונגען, זיי האבען אויכעט נישט געדארפט וויסען אז ווען ער האט געקאלט דעם טאטען 3 מאל אין א צי, צו מאנען דאס געלט, איז די טאטע געוועזען אין ריקאווערי רום נאך אן אפאראציע, ער האט בכלל נישט געדארפט וויסען אז די טאטע איז נישט געזונט, אבער ווען ער לייגט ווען אריין אביסעל קאפ אדער געפיל וואלט ער געוויסט אז עפעס איז נישט בסדר דארטען, און ער מעג ווען זיכער מאכען בעפארען אהיימשיקען א 11 יעריג קינד אליינס אינמיטען טאג צי עמיצער איז בכלל אינדערהיים

ס'איז מיר זייער שווער געוועזען צו מאכען דעם קאל, אבער איך האב עס געטון, ס'איז געוועזען זייער דיסעפוינטינג וויאזוי מ'האט עס געהענדעלט, און האב איך געלאזט הערען פאר דעם שטייפען אדמיניסטרעיטער, אז ער האט טאקע נישט געדארפט אלעס וויסען פונקטליך, אבער עפעס גרויסע רשעות האט ער שוין געמוזט טון אין די עבר, אז מ'האט אים צוגעפירט מיט אזא דורעכפאל, אזוי וויי צו טון א משפחה אין אזא ווייטאגליכע צייט, מגלגלין זכות ע"י......
אן טרינקען יענעמס בלוט, וואס איז די טענה אויפן אדמיניסטראטאר היתכן די טאטע האט זיך נישט פארשטענדיגט מיט אים, וואס פינקטליך ווילסטו פון אים, נישט אויפהייבן קיין טעלעפאון קאלס מיינט ביי דיפאולט זיך ארויסדרייען,
איך בין מודה אז עס איז א טרויעריגע מעשה אזויווי ווען איינער פרעגט א גרוש אין פאבליק ביי וועם ער איז א איידעם אין יענער איז נישט קיין גוטע אקטיאר.......
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
אוועטאר
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:53 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:48 pm
די ריכטיגע עצה לכאורה איז, אז עלטערן וואס שיקן קינדער אין א מוסד, און הערן אז עס האט פאסירט אזא מעשה נבלה, זאלן זיך צוזאמנעמען אפאר עלטערן, און רופן אן אסיפה מיטן אדמיניסטראטאר, און זאגן זייער קלאר און שארף:

אזאנס גייט מער נישט פאסירן אין אונזער מוסד! פינטל.

פון היינט און ווייטער, אויב האסטו סיי וועלכן פראבלעם מיט דעקן דעם בודזשעט, רעד צו אונז, מיר וועלן מאכן זיכער אז דאס פאסירט מער נישט. מיר וועלן שאפן נדבות, מיר וועלן שאפן הלוואות, אא"וו. מיר זענען דא גרייט הונדערט פראצענט צו מאכן זיכער אז קיין איין קינד ווערט נישט פארשעמט!

א טאטע א בעל יכולת וואס שיקט אין א מוסד און קומט נישט זאגן אזעלכע ווערטער, 'ער איז דער רשע'! ער איז דער וואס לאזט פארשעמען קינדער. דער וואס הערט אזא מעשה ביי זיין מוסד, און קומט אטאקירן אלע אדמיניסטראטארן, ער איז דער קאלטבלוטיגער פארשוין וואס גייט אים נישט אן נישט קיין קינדער און נישט קיין מוסד.

דו האלטסט אז עס איז געפערליך? שארץ ארויף די ארבל און מאך זיכער אז די רציחה ווערט אפגעשטעלט.

אטאקירן דעם אדמיניסטראטאר אין קאווע שטיבל, מיט א צוגאנג אז איך גיי ווייטער מיין וועג, דער מוסד זאל קראכן, דער אדמיניסטראטאר זאל גנב'ען געלט פון א באנק, און די מעשה האט גארנישט מיט דיר. דאס איז א קאלובלוטיגקייט.

מ'קען דא מיינען, אז אדמיניסטראטארן האבן געלט ווי מיסט, און זענען געזיצן און געטראכט, וויאזוי קען איך איינעם גוט מסדר זיין. אה, דא קען איך איינעם מצער זיין אזוי ער וועט עס געדענקען זיין גאנצן לעבן.

דאס איז נישט די קעיס. דער אדמיניסטראטאר טראפט בלוט פון הארץ און טוט דאס די לעצטע אפציע, נאכן טוהן אזויפיל סארט פעולות פון אלע זייטן.

וויכטיגע דיסקלעימער. אויב טרעפט איר מיר אן אדמיניסטראטאר וואס טוט דאס מיט הנאה אלס ערשטע אפציע זענען אלע טענות גערעכט. אבער אויב נישט, דאן קאלט שוין אייער אדמיניסטראטאר, און פרעגט אים וויאזוי איר קענט אים העלפן אז אזאנס זאל חלילה נישט פאסירן 'אויף אייער אחריות'. ווייל אלס א טאטע אין א מוסד, זענט איר א שותף מיט די רציחות.
קיין איין אדמיניסטראטאר האט נאכנישט געטוהן אזאנס ווייל ער איז געווען פארלוירן און נישט געטראפן קיין אנדערע וועג אראפצוברענגען דעם טאטע׳ן. קיין איין מוסד איז נאכנישט רייכער געווארן פון נעמען עטליכע יחידים און אזוי שעכטן די קינדער! קיין איין מוסד האט נאכנישט באוויזן אריינצוברענגען קעש מיט אזאנע טעראר מיטלען! קיין איינס!!! דו הערסט @זבולון ווייס? איך געב דיר א טויזענטער אויב דו ברענגסט מיר א נאמען פון איין ראש המוסד וואס קען דיר איבערצייגן אנדערש.
שקר . (פינטל)
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:48 pm
קלוגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:31 am
פון איין זייט קען מען נישט דן זיין די אדמיניסטרעיטארס און הנהלה וואס גייען אסאך מאל אראפ פון זינען צו פרובירען דעקען די פעיראל אדער די דעפיציט, דאס איז א מציאות, ספעציעל ווען אסאך מאל מאכט זיך די טאטע נישט וויסענדיג, און מאכט די חברה ארויסגיין פון די כלים, אבער

פון די אנדערע זייט, ווי קען א יודיש הארץ אזוי וויי טוהן, דערנידערען און פארשעמען אומשולדיגע קינדער??

איך האב מיטגעהאלטען אמאל, א יונגערמאן וואס עטליכע חברים האבען זיך מטפל געוועזען מיט זיין מצב ווען ער איז דורך די מחלה ל"ע אויף קיין שום יוד געדאכט, איך בין געוועזען פון די עסקנים, איין טאג באקום איך א קול יללה פון זיין ווייב, זי וויינט און וויינט און קען נישט קומען צום ווארט, באדעם ליין, איר מאן איז יעצט אויפען וועג צו טריעטמענט, זי איז מיט איר מאן אויפען וועג צו שפיטאל, און איר טאכטער רופט איר אן מיט בכיות פון דערהיים, אז די עסיסטענט פרינציפעל איז אריינגעקומען אין קלאס, און איר אהיימגעשיקט אין נאמען פון די מנהל המוסד, ווייל איר טאטע האט שוין נישט באצאלט אפאר חדשים, זי איז פארשעמט און דערנידערט, און איז אליינס אינדעהיים, ווייל אירע עלטערען זענען אויפען וועג צו .... איך שעם מיך נישט צו זאגען אז איך האב מיטגעוויינט,

דער מנהל המוסד - אדמיניסטרעיטאר און די פרינציפעל האבען טאקע נישט געדארפט וויסען אז די עלטערען זענען אויפען וועג צו באהאנדלונגען, זיי האבען אויכעט נישט געדארפט וויסען אז ווען ער האט געקאלט דעם טאטען 3 מאל אין א צי, צו מאנען דאס געלט, איז די טאטע געוועזען אין ריקאווערי רום נאך אן אפאראציע, ער האט בכלל נישט געדארפט וויסען אז די טאטע איז נישט געזונט, אבער ווען ער לייגט ווען אריין אביסעל קאפ אדער געפיל וואלט ער געוויסט אז עפעס איז נישט בסדר דארטען, און ער מעג ווען זיכער מאכען בעפארען אהיימשיקען א 11 יעריג קינד אליינס אינמיטען טאג צי עמיצער איז בכלל אינדערהיים

ס'איז מיר זייער שווער געוועזען צו מאכען דעם קאל, אבער איך האב עס געטון, ס'איז געוועזען זייער דיסעפוינטינג וויאזוי מ'האט עס געהענדעלט, און האב איך געלאזט הערען פאר דעם שטייפען אדמיניסטרעיטער, אז ער האט טאקע נישט געדארפט אלעס וויסען פונקטליך, אבער עפעס גרויסע רשעות האט ער שוין געמוזט טון אין די עבר, אז מ'האט אים צוגעפירט מיט אזא דורעכפאל, אזוי וויי צו טון א משפחה אין אזא ווייטאגליכע צייט, מגלגלין זכות ע"י......
אן טרינקען יענעמס בלוט, וואס איז די טענה אויפן אדמיניסטראטאר היתכן די טאטע האט זיך נישט פארשטענדיגט מיט אים, וואס פינקטליך ווילסטו פון אים, נישט אויפהייבן קיין טעלעפאון קאלס מיינט ביי דיפאולט זיך ארויסדרייען,
איך בין מודה אז עס איז א טרויעריגע מעשה אזויווי ווען איינער פרעגט א גרוש אין פאבליק ביי וועם ער איז א איידעם אין יענער איז נישט קיין גוטע אקטיאר.......
פארוואס נישט נעמען א מעסער און פשוט דערשטעכן דאס קינד? ווייל אויף יענס קען מען איינזעצן און פאר דאס נישט?
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

קרייסלער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:18 pm



ובזה סיימתי, א גוטע נאכט
טייטש:

איך זאג מיר אפ מיין הייליגער דעה.

ווער עס האט וואס צו צולייגן, איי דאנט קעיר.

כ'האב ענק אלע טיף טייער, אבער מיין דעת קדשי זאלט עטץ אלע הערן.

האט'ס מיר און זייט'ס מיר.
י. שפיטצר
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 4:41 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. שפיטצר »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:36 pm
אויף די מעשה פין די פותח האשכול איז דער אדמיניסטראטער א הארצלאזער גענגסטער. דעטס איט.
אדער א איד וואס איז דורך א שווערע מינוט און געמאכט א גרויסע טעות וואס ס'איז מעגליך אז ס'טוט אים וויי אז ער האט געטוהן
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4551
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

י. שפיטצר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:04 pm
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:36 pm
אויף די מעשה פין די פותח האשכול איז דער אדמיניסטראטער א הארצלאזער גענגסטער. דעטס איט.
אדער א איד וואס איז דורך א שווערע מינוט און געמאכט א גרויסע טעות וואס ס'איז מעגליך אז ס'טוט אים וויי אז ער האט געטוהן
ווען ס'טוט אים וויי וואלט ער עס נישט איגנארירט

ס'איז איין זאך צו מאכן א טעות, אבער נישט אפווישן אן אויסגעגאסענע מעסס איז א פשע
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10002
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

נישט געליינט די גאנצע ביז אהער...

מיינע מלמדים פלעגן באקומען יעדן חודש א ליסטע פון קינדער וואס האבן נאכנישט געברענגט א רעגיסטרעישאן קארד, און צומאל פלעגט דער מנהל געבן א פאנטש אויף די טיר פון קלאס, און געבן א שריי אריין, יענקל ווייס און משה שווארץ דארפן ברענגען א רעגיסטרעישן קארד. עפ"י רוב די זעלבע צוויי קינדער...

איין מלמד האב איך געהאט וואס פלעגט רופן די קינדער פריוואט, און זיי זאגן שטילערהיייט זיי זאלן זאגן פאר זייער טאטע אז זיי דארפן ברענגען א קארטל. די אנדערע האבן עס אדער איגנארירט אדער אויסגערופן ברבים.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

בלייב געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:00 am
פערפלוואל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:22 am
התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:02 am
דער פאליס וואס שטעלט דיך אפ, פאר׳ן ספידן 10 העכער די לימיט, איז א רשע מרושע!
- אבער נאר אזוי איז זיין זשאב סעקיורד.

א דזשאדזש איז א רשע פארן איינשפארן מענטשן אין תפיסה, פאר קלייניקייטן.
- אבער נאר אזוי איז זיין זשאב סעקיורד.

דער אדמיניסטראטאר איז א רשע מרושע דאס צו טאן!
- אבער נאר אזוי איז זיין דזשאב סעקיורד.
גוט געזאגט!





נאר א רוצח נעמט א דזשאב ווי מען קען נאר מצליח זיין מיט יענעם אוועגלייגן.
ח''ו צו אראפמאלן א נאראטיוו אז די כלל אדמיניסטראטארן זענען רשעים, דא פיינע וואוילע אידן, וועלכע זיצן אויף דעם אמט און האנדלן מיט אן אחריות פאר די קינדער'ס וואוילזיין און 'פיגערן אויס' וויאזוי צו קאווערן די בודזשעט אנע שחט'ן נפשות.

דעי ספעציפישער אדמיניסטראטאר איז א הורג נפשות.
דער אדמיניסטראטאר איז א רשע.

דער טאטע, ווענד זיך די מעשה. יעדער מאל אנדערש.
אלע אנדערע אדמיניסטראטאר'ס, ווער רעדט דא פון זיי?
זיי טוהן דאך נישט אזעלכע זאכן חלילה.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בלייב געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:00 am
פערפלוואל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:22 am
התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:02 am
דער פאליס וואס שטעלט דיך אפ, פאר׳ן ספידן 10 העכער די לימיט, איז א רשע מרושע!
- אבער נאר אזוי איז זיין זשאב סעקיורד.

א דזשאדזש איז א רשע פארן איינשפארן מענטשן אין תפיסה, פאר קלייניקייטן.
- אבער נאר אזוי איז זיין זשאב סעקיורד.

דער אדמיניסטראטאר איז א רשע מרושע דאס צו טאן!
- אבער נאר אזוי איז זיין דזשאב סעקיורד.
גוט געזאגט!





נאר א רוצח נעמט א דזשאב ווי מען קען נאר מצליח זיין מיט יענעם אוועגלייגן.
ח''ו צו אראפמאלן א נאראטיוו אז די כלל אדמיניסטראטארן זענען רשעים, דא פיינע וואוילע אידן, וועלכע זיצן אויף דעם אמט און האנדלן מיט אן אחריות פאר די קינדער'ס וואוילזיין און 'פיגערן אויס' וויאזוי צו קאווערן די בודזשעט אנע שחט'ן נפשות.

דעי ספעציפישער אדמיניסטראטאר איז א הורג נפשות.
חס ושלום! אבער ממעג און מדארף וויסן אז די תכלית פון תאוות הממון איז פאוער און אז די פאזיציע פון אדמיניסטרעיטער איז א גראבע תאווה, די תאוות השררה (כמובן נישט ביי די גאר קליינע מוסדות’ער, כרעד פון די גרויסע קאמפעניס)

דזשאסט עס צו וויסן און געדענקען, ביטע אראפ מיט די סעלף’לעסנעס קארטל.. כלל ישראל העט נישט אינטערגיין אן דיר און עקט נישט ווי דו טוסט עמיצן א טובה מיט מיט דיין שררה פאזיציע, סאיז גוט.. יא סאיז אמת, מקען איבעראל זיין א צדיק און אויפטון א געוואלד.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בנציון
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 7:21 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון »

די ערשטע תגובה האט מיר אויפגעברענגט זכרונות פון ווען כ'בין געווען אין כתה ג' אין די נ' יארן.

נישט אלעס פון חדר געדענק איך, אבער דעם מאמענט ליגט מיר גוט אין קאפ, ווען דער אדמיניסטראטער האט זיך באוויזן ביים טיר און מיר ארויסגערופן פון קלאס און אהיימגעשיקט. כ'געדענק נישט וויאזוי כ'בין אהיים און ווילאנג כ'בין געווען אינדערהיים, אבער די געפיל פון א כתה ג' יונגעל וואס ווערט אהיימגעשיקט ווייל זיין טאטע האט נישט געצאלט שכר לימוד געדענק איך נאך גוט. אין כתה ג' איז מען נאך אביסל קליין צו פארשטיין אינגאנצן די מציאות ארום, אבער כ'האב גוט פארשטאנען פארוואס כ'גיי אהיים.

אויך האט עס מיר דערמאנט ווי כ'בין אין כתה ה' געזעסן צוויי וואכן אינדערהיים פאר די זעלבע סיבה (כ'געדענק נישט אז מען זאל מיר דעמאלטס אהיימשיקן פון חדר), פאר די קינדער אין קלאס האט מען געזאגט אז כ'פיל נישט גוט...

כ'ווייס נישט וויאזוי מיין טאטע האט געהאנדעלט מיט'ן אדמיניסטראטער, אבער געלט האט ער נישט געהאט, נישט געהאט קיין שיינע קאר, אויף וואקאציע איז מען נישט געפארן, נישט אוועקגעפארן זומער, און נאך אסאך זאכן יא/נישט געטון ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט.

כ'געדענק איינמאל אלס יונגע בחור ווען כ'בין אהיימגעקומען פון ישיבה איז געווען טונקל אינדערהיים, כ'פרעג מיין מאמע צי מען האט געטשעקט דעם פיוס, זאגט מיר מיין מאמע מיט פארוואלקענטע אויגן, "מ'האט עס אפגעשפארט". אזא אומוטיגע מצב...
קלאוו וואוד
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 11:17 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאוו וואוד »

בנציון האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:28 pm
כ'געדענק איינמאל אלס יונגע בחור ווען כ'בין אהיימגעקומען פון ישיבה איז געווען טונקל אינדערהיים, כ'פרעג מיין מאמע צי מען האט געטשעקט דעם פיוס, זאגט מיר מיין מאמע מיט פארוואלקענטע אויגן, "מ'האט עס אפגעשפארט". אזא אומוטיגע מצב...
יישר כח פארן דערמאנען אז היינט איז די דו דעיט פונעם רויטן ביל, באלד וועט נאך מיין אינגעלע פארציילן אזא מעשה
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:40 pm
סאיז די וואך ארויף אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרה"ח ר' שלום ראזענבערג זייער א אינטעטרסאנטע אינטערוויו סתם אזוי
ביי 19:45 זאגט ער אז ער האט אויך געהאט אזא מעשה און סשאט אים נאך אלץ...

https://www.yiddish24.com/interviews/38/97624
געהערט יארן צוריק אין א וואויס נאוט ווי ער שילדערט די געשיכטע..
Break
יואל ווערצבערגער
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:38 am

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווערצבערגער »

געהערט אמאל פון אן אדמיניסטראטער ווען ער האט געהויבן דעם שכר לימוד פון די מוסד און עלטערן זענען אים באפאלן אין ביהמ''ד אז היתכן מ'רייסט געלטער וואס עלטערן האבן נישט, האט ער געזאגט אז זיך צו קאווערן אן דעם ברויך איך מיין שטיקלעך און דריידעלעך מיט פראגרעמס, און אויב מען וועט מיר כאפן וועל איך האבן פיל קאפוויי און דארפן גיין אין חד גדיא, ווייסעך אז דא אין שול וועלן די זעלבע מענטשן וואס שרייען יעצט זאגן אז איך בין געווען א מעשיגענעם פארן שווינדלן, אשע''כ איז אים ניחא צו כאפן יעצט און מ'זאל אים בארעדן ווי ער זאל האבן פראבלעמען און די מענטשן צוליב וועם ער וועט האבן די פראבלעמען וועלן זיין די וואס בארעדן אים וד''ל
דיסאנטוס 2024
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2022 10:54 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיסאנטוס 2024 »

טייערע חברים לאמיר אייך דערציילן א פאקערטע מעשה.

איך ארבייט אין א געוויסע מוסד, וואס ברוך השם ביי נאו פרובירט מען שוין צו זיין צייטליך מיטן צאהלן. אבער עס זענען פארהאן יעצטיגע און געוועזענער איינגעשטעלטע, וואס די מוסד איז זיי שולדיג איבער 10,000$.

ויהי היום זיץ איך מיטן אדמיניסטראטאר און איך זעה די שכר לימוד ביל. און בלי שום בושה זענען פארהאן א שיינע % פון עלטערן וואס זענען שולדיג 10,000$+. קיין איינס פון זייערע קינדער זענען נישט געפלויגן פון די מוסד, און קיין איינס פון זיי דרייווד נישט קיין יו-קאן. אבער געוואלד עניים דרייען זיך ארום מיט שווערע געלטער וואס מען האט זיי נישט באצאהלט, ווייל? דער טאטע האלט נישט ביים באצאהלן שכר לימוד און די אדמיניסטראטאר/טאטע פילען וואו ער קען גאהרנישט טוהן דערצו.

יעצט צו אונזער באליבטער @געגאנגען דיין מעשה הערט זיך טאקע זייער ווייטאגליך. אבער ליידער איז די פאקט אז מיין מעשה איז א סאך מער א נחלת הכלל וואו דיין.
אוועטאר
געגאנגען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5130
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דיסאנטוס 2024 האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:19 am
טייערע חברים לאמיר אייך דערציילן א פאקערטע מעשה.

איך ארבייט אין א געוויסע מוסד, וואס ברוך השם ביי נאו פרובירט מען שוין צו זיין צייטליך מיטן צאהלן. אבער עס זענען פארהאן יעצטיגע און געוועזענער איינגעשטעלטע, וואס די מוסד איז זיי שולדיג איבער 10,000$.

ויהי היום זיץ איך מיטן אדמיניסטראטאר און איך זעה די שכר לימוד ביל. און בלי שום בושה זענען פארהאן א שיינע % פון עלטערן וואס זענען שולדיג 10,000$+. קיין איינס פון זייערע קינדער זענען נישט געפלויגן פון די מוסד, און קיין איינס פון זיי דרייווד נישט קיין יו-קאן. אבער געוואלד עניים דרייען זיך ארום מיט שווערע געלטער וואס מען האט זיי נישט באצאהלט, ווייל? דער טאטע האלט נישט ביים באצאהלן שכר לימוד און די אדמיניסטראטאר/טאטע פילען וואו ער קען גאהרנישט טוהן דערצו.

יעצט צו אונזער באליבטער @געגאנגען דיין מעשה הערט זיך טאקע זייער ווייטאגליך. אבער ליידער איז די פאקט אז מיין מעשה איז א סאך מער א נחלת הכלל וואו דיין.
איך ווייס נישט וואס נחלת הכלל מיינט...

איך האב געשריבן א מעשה וואס איז געשעהן מיט מיך.

און אויף דעים איז נישטא קיין תירוץ!
זאבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 7:40 pm
ווער ס’וויל קען דעיס נעמען פאר זיין אונטערשריפט..
פרייליךשטענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:10 pm
בערך צוועלף יאר צירוק בין איך געווען אין כתה ט'. א פלעינע בר מצווה בחור...

איך בין געגאנגען אין א מוסד פון א גרויסע חסידות מיט ברענטשעס אין אפאר שטעט. איך האב מער וויניגער הנאה געהאט דארט. א מללמד איז געקומען, א מלמד איז געגאנגען, און איך האלט ביי כתה ט'.

איין נאכט ביי שיעור פשוט קלינגט די טעלעפאון אין די קלאס, די סערעטערי האט געבעטן מען זאל אראפשיקן 'געגאנגען' צו די אפיס. איך האב מיך געפרייט ווי א בונדל, איך לויף אראפ הערן וואס ס'גייט פאר.

ווען איך בין אנגעקומען, האב איך געזעהן אז מיינע צוויי אינגערע ברידערס זענען שוין דארט און זיי ווארטן אויף מיך. די סעקרעטערי זאגט מי מיט א קאלטקייט…

'רוף אהיים און זאג פאר דיין מאמע אז די קומסט אהיים מיט דיינע ברידערס - ווייל... דיין טאטע האט נישט באצאלט שכר לימוד'

איך בין געווארן פארלוירן און צומישט... וואס טוה איך...? וואס זאג איך פאר מיין מאמע...? וואס זאג איך פאר מיינע ברידערס (איינער איז 2 יאר אינגער און איינער איז 4 יאר אינגער פון מיר) וואס טוה איך דא????

ביז וואס, ווי, ווען, האט די סעקרעטאר גערופן מיין מאמע און מיך געהייסן אנהייבן צו רעדן.

איך זאג פאר מיין מאמע אז איך דארף אהיים קומען, און איך פרעג איר וויאזוי זאל איך קומען. זי זאגט אז זי גייט רופן טאטי.

איך ווארט דארט אפאר מינוט און איך ווארט מיין מאמע זאל צירוק רופן. נאך אפאר מינוט רופט זי צירוק פרעגן אויב אונז קענען אהיים קומען מיט די באס וואס פארט אין א האלכע שעה. איך זאג איר אז איך גיי נישט פארן מיט די קליינע קינדער - און די סעקרעטאר זאגט אז מען מיז שוין יעצט אהיים גיין און מען קען נישט ווארטן. ס'איז געבליבן אז מ'נעמט א קאר.

די נעקסע טאג איז געווען פרייטאג - מיינע ברידערס זענען געגאנגען אין חדר אבער איך האב נישט געוואלט און איך בין געבליבן אינדערהיים. זונטאג בין איך געגאנגען אין חדר.

ביז דא איז די מעשה…

יעצט אפאר פרטים וואס איז גוט צו וויסן.
  • מיין טאטע איז קיינמאל נישט געגאנגען אויף וואקאציע - און די משפחה איז קיינמאל געגאנגען אין קאנטרי.
  • מיין טאטע האט נישט געהאט א דזשאב יענע תקופה.
  • ביי אונז אינדערהיים - איז נישט געווען קיין לעקטער איין טאג יענע יאר - ווייל מיין טאטע האט נישט געהאט קיין געלט.
  • ב"ה א צייט שפעטער האט מיין טאטע געטראפן א דזשאב און זאכן זענען געווארן בעסער.
  • די אדמיניסטראטאר איז די איינציגסטע(!) מענטש וואס איך האב פיינט בתכלית השנאה ביז'ן הינטיגע טאג.
  • ווען איך דעמאן מיך פון די מעשה קומט מיר די בלוט אין קאפ אריין.
יעצט וויל איך הערן - איז ער א גוטע אדמיניסטראטאר וואס קאווערט? אדער א רשע מרושע וואס שפילט שאך מיט אומשילדיגע קינדער?
עס פילט זיך ווי די ווילסט שטיפען א אגענדע מער ווי די ווילסט ארויפברענגן א נושע צו פארעכטן
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”