קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין
עס איז דא א ריהעב אין פלארידע וואס זאגט אז זיי קענען איהם ראטעווען אין צירוק ברענגען געזונט און שטארק, די אינשורענס באצאלט עס נישט און מען דארף האבן א האלב מיליאן דאללער
לאמיר ארויס העלפן די משפחה וואס פלאגט זיך נעבעך די לעצטע צוויי חדשים
צו געבן אייער נדבה רופט 845.286.9133
https://www.dryveup.com/sl
https://drive.google.com/file/d/12MJHyi ... sp=sharingטראגעדיע - סוכות אינדערפרי - מאנסי נ"י
עס איז געווען יו"ט סוכות פארמיטאג, ווען מאנסי האט מיטאמאל געהערט סירענעס פון אמבולאנסן וועלכע האבן זיך געיאגט איבער די יום טוב׳דיגע גאסן. קיינער האט נישט געוואוסט וואס עס האט פאסירט ווען מען האט געזען ווי די הצלה טראקס יאגן זיך אין ריכטונג פון סוזען לעיק.
א קינד ראנגעלט זיך פאר זיין לעבן
די שאקירנדע נייעס האט זיך צושפרייט מוצאי יו״ט, אז א קינד האט זיך ליידער דערטרונקען אינעם וואסער נאכן ווערן אריינגעשלעפט דערין. ב״ה אז הצלה איז אנגעקומען צייטליך אויפן סצענע, און נאך איבער צוואנציג מינוט(!) פון שווערע אנשטרענגונג, ווען מען האט שוין געמיינט אז עס איז מער נישטא וועם צו ראטעווען, האט מען בחסדי ה' מיט נסים ונפלאות באוויזן ארויסצושלעפן דאס קינד, ליידער אין גאר א שווערע מצב - אבער לעבעדיג! דער נאמען פונעם קינד איז געהאנגען געווארן אין אלע בתי מדרשים, און אנשים נשים וטף האבן איינגעריסן לרפואת הילד החשוב אלעזר בן חי' הינדא, אז ער זאל זיך גענצליך ערהוילן פון דעם טראגעדיע.
א נס דאס קינד דערוועקט זיך
תפילות ישראל עושה רושם, און ב״ה אז דאס קינד האט זיך ערוועקט און איז צוריקגעקומען צום באוואוסטזיין, אנדערש ווי דאס וואס איז אנגענומען אז דער מח פון א מענטש קען נישט איבערלעבן אונטערן וואסער מער ווי אפאר מינוט. עס זעט אויס אז וויבאלד די וואסער אין טייך איז געווען גאר קאלט האט דאס טיילווייז פארפרוירן דעם קערפער, פארמיידנדיג א פאטאלער מח שאדן ה״י בחסדי שמים גלוים.
א לאנגע וועג ביזן גאנצן רפואה
אבער טראצדעם וואס דער קינד איז ביי זיך, איז נאך דא א לאנגע וועג ביזן גאנצן רפואה, דאס קינד געפינט זיך ב"ה אין א סטאבילן צושטאנד, אבער ער קען נישט רעדן, און ער קען נישט עסן געהעריג, זיין גאנצע קערפער איז אפגעשוואכט, און די וועג וויאזוי ער רעאגירט צו מענטשן ארום איז בלויז מיט די אויגן, שוואכע קלאנגען מיט די מויל, און האנט באוועגונגען, די לאקאלע שפיטעלער האבן בכלל נישט קיין מהלך וויאזוי צו העלפן אזעלכע פעלער, און דאס קינד געפונט זיך דערווייל אין א ריהעב וואו מען מאכט מיט אים טעראפי מיט שוואכע פארשריט, און נאך שוואכע האפענונגען אויפן עתיד.
שטראלן פון האפענונג אין פלארידע
די גוטע נייעס איז אבער, אז עס איז דא א באקאנטע גרויסע דאקטאר אין פלארידע וועלכער האט א ניינציג פראצענט סוקסעס ראטע אין אזעלכע פעלער, ער האט שוין אפגעשאצט דאס קינד, און ער גיט גרויסע האפענונגען צוריקצוברענגען דאס קינד בעז"ה. אבער דאס אריבערטרענספערן דאס קינד קיין פלארידע צום ספעציעלן סענטער, און דאס אנגאזשירן די גרויסע דאקטורים וואס וועלן האפנטליך זיין די גוטע שלוחים צו צושטעלן די הילף וואס ער דארף זיך צו קענען פולקאם ערהוילן, און די אלע דעטאלן ארום, ציט אריין אין גאר שווערע הוצאות וועלכע די חשוב׳ע עלטערן פונעם קינד קענען זיך ניטאמאל חלומ'ן פון צו אונטערנעמען, און דא קומען מיר אריין אין בילד.
כלל ישראל'ס אחריות
די רעדע איז פון א קינד א בנש״ק, פון די חשוב׳סטע משפחות וואס מאנסי באזיצט, אן אייניקל פון איינער פון די חשובי האדמורי״ם וואס מאנסי האט געהאט, און אן אייניקל פון הרה"ק ר' יהודה צבי פון סטרעטין זצ"ל, וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט העלפן זיינע קינדער ביז צען דורות, וועט ער לויפן אין אלע עולמות יענעם א טובה צו טון. עס איז אונזער אחריות צו זיכער מאכן אז דאס קינד זאל קענען באקומען די נויטיגע באהאנדלונגען, וועלכע וועלן אים בעז"ה צוריקברענגען צו די כוחות, אז ער זאל קענען צוריקגיין אין חדר מיט זיינע חברים און שטייגן מעלה מעלה אזוי ווי עס פאדערט זיך פון א געהעריג קינד אין זיין עלטער.
מיר דארפן אייער הילף
די ישועה איז נאנט בעז"ה, און עס פעלט זיך נאר אויס אפאר דאלאר צו ערמעגליכן א פולקאמער רפואה, כלל ישראל זאגט נישט ניין! יעדעס יודיש קינד מיט א יודיש הארץ שליסט זיך אן אינעם קאמפיין וועלכע וועט דעקן די אומגעהויערע הוצאות, און וועט פארזיכערן א גאנצע רפואה מיטן אויבערשטנס הילף.
Pampers: Spend $80 get 20% off
https://amzn.to/3xNWPW1
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases