איך מיין דער עולם פארשטייט אליינס אז די משפחה און עסקנים דארפן נישט ארויסקומען אין פאבליק און פונקטליך פראקלימירן וואס מען גייט טון, פון עפעס פריוואטקייט מעגן זיי געניסן
דער אמת איז ס'מוז בכלל נישט זיין מען רעדט פון בכלל אדער בלויז פון הייפער בעריק טערעפי, וואס מען האט פריער דערמאנט
איינמאל די געווענדליכע טערעפי ווייזן נישט קיין רעזולטאטן פאנגט מען אן מיט פארשידענע אלטערנאטיווע מיטלען, וואס ווערן געניצט ארום די וועלט, אסאך מאל מיט גרויס סוקסעס, און די זאכן ווערן נישט באצאלט מיט די אינשורענס, במילא קאסט עס אסאך געלט
איינע פון די זאכן איז ווי אויך לדוגמא די מער אדווענסד עלעקטרוי אקופאנטשער (אויב דארף איינער א גוטער דר' בפרט פאר מח קען מען פרעגן אין אישי),
און מיינטס נישט אז בלויז די טערעפי קאסט אפ שווערע אלפים, די גאנצע ארום... די משפחה דארף מען פריש פלאצירן, די ריהעב קאסט אפ, און די גאנצע ארום ווי טרעוועל, און די עקספענסעס פון יום יום ספעציעל ווען מען וואינט נישט דארט קאסט א געוואלד....
און כדי צו קענען עוסק זיין מיט א רוהיגקייט בלויז צו ראטעווען דאס קינד דארף מען אמאל אויך אפווישן אלע חובות פון ביז יעצט, וואס דער מצב ביז יעצט האט מן הסתם אויך געשאפן א גרויסער לאך
כ'שרייב סתם פון עקספיריענס (מיט די אייגענע...) צו געבן א מקום למחשבה, און פרעג'טס ווייניגער, און עפענטס גרעסערע קעשענעס
גערעכט. איך בין פשוט זייער עקסיידעט צו הערן עפעס א אפדעיט און אז ס׳איז דא האפענונג. ווען איך פרעג, איזעס נישט פון א פלאץ פון judgement חלילה, נאר ענדערש פון האפענונג.
איך מיין דער עולם פארשטייט אליינס אז די משפחה און עסקנים דארפן נישט ארויסקומען אין פאבליק און פונקטליך פראקלימירן וואס מען גייט טון, פון עפעס פריוואטקייט מעגן זיי געניסן
דער אמת איז ס'מוז בכלל נישט זיין מען רעדט פון בכלל אדער בלויז פון הייפער בעריק טערעפי, וואס מען האט פריער דערמאנט
איינמאל די געווענדליכע טערעפי ווייזן נישט קיין רעזולטאטן פאנגט מען אן מיט פארשידענע אלטערנאטיווע מיטלען, וואס ווערן געניצט ארום די וועלט, אסאך מאל מיט גרויס סוקסעס, און די זאכן ווערן נישט באצאלט מיט די אינשורענס, במילא קאסט עס אסאך געלט
איינע פון די זאכן איז ווי אויך לדוגמא די מער אדווענסד עלעקטרוי אקופאנטשער (אויב דארף איינער א גוטער דר' בפרט פאר מח קען מען פרעגן אין אישי),
און מיינטס נישט אז בלויז די טערעפי קאסט אפ שווערע אלפים, די גאנצע ארום... די משפחה דארף מען פריש פלאצירן, די ריהעב קאסט אפ, און די גאנצע ארום ווי טרעוועל, און די עקספענסעס פון יום יום ספעציעל ווען מען וואינט נישט דארט קאסט א געוואלד....
און כדי צו קענען עוסק זיין מיט א רוהיגקייט בלויז צו ראטעווען דאס קינד דארף מען אמאל אויך אפווישן אלע חובות פון ביז יעצט, וואס דער מצב ביז יעצט האט מן הסתם אויך געשאפן א גרויסער לאך
כ'שרייב סתם פון עקספיריענס (מיט די אייגענע...) צו געבן א מקום למחשבה, און פרעג'טס ווייניגער, און עפענטס גרעסערע קעשענעס
לאו דוקא, אז מ'קומט ארויס צום ציבור און מ'וויל געניסן פון ציבור'ס געלט, מעג דער ציבור פרעגן שאלות צי מ'רעדט נישט דא פון כינעזער באבסקע רפואות בבחינת זיך אנכאפן אויף א שטרוי, נאר עפעס א ווייעבל אפציע וואס האט כאטש מינימאלע שאנסן בדרך הטבע, אז די געלט וועט נישט זיין קיין מניח מעותיו על קרן הצבי.
אנטשולדיגט אלע טייערע חברים ! איך פיל אז קיינער איז נישט אינטרעסירט זיך אריינמושען אין יענעמס קושקעס - נאר ליידער צרכי עמך מרובים און אויב עס איז דא האפענונג פאר די אומגעהאלפענע - אדרבה לאזט וויסען אולי יחוס ואולי ירחם - ומבשרי אחזה - וואס איך האב ליידער פארלוירן א יונג קינד נאך זייענדיג צוויי מיט האלב יאר אין COMA און ליידער .... עס איז נישטדא קיין גרעסער צער אויף די וועלט צוצוקוקען ווען א יונג קינד איז אין אזא מצב - עס איז ערגער ווי ...... השם ירחם, קיינער זאל דאס נישט אדורך גיין אבל אנו מאמינים בני מאמינים שטוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו
ליידער איז די מח געווארען געשעדיגט, די שפיטעלער און ריהעבס האבן אויפגעגעבן עס איז דא א ריהעב אין פלארידע וואס זאגט אז זיי קענען איהם ראטעווען אין צירוק ברענגען געזונט און שטארק, די אינשורענס באצאלט עס נישט און מען דארף האבן א האלב מיליאן דאללער לאמיר ארויס העלפן די משפחה וואס פלאגט זיך נעבעך די לעצטע צוויי חדשים צו געבן אייער נדבה רופט 845.286.9133