איך האב געוואלט מעורר זיין אויף א געוויסע נקודה אבער איין זאך זעט מען אז די פרייז איז געבליבן די זעלבע... דאס איז געבן בלויז איין דאלאר פארן ארץ ישראל'דיגן איד. [/quote]
אויב גדענק איר ווער די חברה האבן געקלאבט פאר קוואדערס? היינט געט שוין יעדער א דאלער זיי נעמען שומן נישט וואס מען פלעקט געבן צוויי יאר צריק
איך געב מער פון 2 דאלער פאר יעדע ארץ ישראל'דיגן איד,נישט אױף אײן מאל,צוביסלעך יעדע פאר טעג װען ער קומט נאכאמאל באקומט ער נאך א דאלער
וכן אני נוהג איך דאווען איך א גרויסן ביהמ"ד, לא מבעיא ווען דער משולח האלט נישט חשבון אויף די מנינים, און גייט איבער נאכאמאל ביים זעלבן מנין, פרוביר איך בדרך כלל נישט צו זאגן/ווייזן ביסט שוין געווען ביי דעם מנין, נאר איך געב נאך א דאלער, לקיים מה שנאמר ויתן ויחזור ויתן, אפגערעדט ווען מ'גייט ביי מנחה נאכאמאל. אבער לעצטענס איז געווארן א סטייל, א משולח זעצט זיך אריין אין שטאט, און במשך די וואך דעקט ער די שטאט, די שטאט? דעם זעלבן ביהמ"ד, יעדן טאג איז ער דא מיט א פרישקייט, מ'פרובירט צו געבן יעדעס מאל לפי כבודו א דאלער. און יעצט לאמיר נאכאמאל טראכטן ווי אזוי מ'קען הייבן די עווריזש נדבה אז יעדע נתינה זאל זיין 2 דאלער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודעהאט געשריבן:↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:50 pm
לקיים מה שנאמר ויתן ויחזור ויתן
װײסעך נישט װאס די פסוק איז
די חיוב פון נתון תתן לו אפילו מאה פעמים מײנט אױב ער גײט פאר עפעס א נײע זאך,נישט אױב ער גײט פאר די זעלבע חתונה מאכן דעמאלטס איז מען מחיוב צו געבן נאר אײן מאל

די "חיוב" פון נתון תתן ווערט נישט דאכט זיך גע'פסק'נט אין שו"ע. ווי אויך פאר די זעלבע צוועק איז מען נישט מחויב ווי לאנג ער איז נישט ארומגעגאנגען איבעראל כאטש איין מאל, אויב האט ער נאכנישט גענוג קען ער גיין נאכאמאל (שווער צו וויסען ווער איז שוין ארום און ווער נישט, אבער אין די זעלבע וואך צוויי איז מען נאך זיכער נישט ארום איבעראל)
איך פלאפעל נאך. עס פלאפעל באל'ס. געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
מי יודעהאט געשריבן:↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:50 pm
לקיים מה שנאמר ויתן ויחזור ויתן
װײסעך נישט װאס די פסוק איז
די חיוב פון נתון תתן לו אפילו מאה פעמים מײנט אױב ער גײט פאר עפעס א נײע זאך,נישט אױב ער גײט פאר די זעלבע חתונה מאכן דעמאלטס איז מען מחיוב צו געבן נאר אײן מאל
מהיכן דנתני? ועוד היות איך בין א חסיד'ישער איד, טוה איך א באנטש זאכן מער ווי די חיוב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
האב איך געוויסט נישט יעדער וועט מסכים זיין. אבער אפילו בלויז 50 אידן וועלן אנהייבן געבן 2 דאלאר והי' זה שכרי. און ביטע אריינלייגן זיך אין דער מצב פונעם ארץ ישראל איד פאר עטליכע מינוט בעפאר איר שרייבט און קילט אפ אנדערע מענטשן וועלכע זענען נתעורר געווארן.
גא"מ. דער קאמפיין איז א וויכטיגער. איך האב שוין אויך געטראכט א שטיק צייט אז מען געוואלט געדארפט הייבן דעם "סטאנדארט פרייז" פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד, האב איך הנאה אז אידן טוען שוין דערין.
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
מי יודעהאט געשריבן:↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:50 pm
לקיים מה שנאמר ויתן ויחזור ויתן
װײסעך נישט װאס די פסוק איז
די חיוב פון נתון תתן לו אפילו מאה פעמים מײנט אױב ער גײט פאר עפעס א נײע זאך,נישט אױב ער גײט פאר די זעלבע חתונה מאכן דעמאלטס איז מען מחיוב צו געבן נאר אײן מאל
די "חיוב" פון נתון תתן ווערט נישט דאכט זיך גע'פסק'נט אין שו"ע. ווי אויך פאר די זעלבע צוועק איז מען נישט מחויב ווי לאנג ער איז נישט ארומגעגאנגען איבעראל כאטש איין מאל, אויב האט ער נאכנישט גענוג קען ער גיין נאכאמאל (שווער צו וויסען ווער איז שוין ארום און ווער נישט, אבער אין די זעלבע וואך צוויי איז מען נאך זיכער נישט ארום איבעראל)
איך וויל אויסשמעוסן א ניסיון וואס איך האב לגבי די משולחים
איך פראביר ציגעבען מער ווי א דאלער פאר די משולחים מיין ניסיון איז לגבי די סטעדיס עס איז דא אידן וואס מען זעהט א יעדע פאר יאר מען וויסט זיי קומען ווייל זיי זענען נעבעך אין א מצב וואס זיי קענען שוין נישט קומען זיי ארויס נאך געלט. אבער די סטעדיס וואס זענען דא איעדע פאר חדשים פאר פרנסה האב איך א ניסיון צי גיבן אפילו די דאלער עקסטער איז לגבי די מוסדות וואס זייט מען האט געשניטן די תמוכה פין די מדינה אין זענען געווארן קנאים אין קומען אויף סאטמער טרעטן אויף די פילינגס