Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2
Building האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 21, 2024 8:42 amאיך וויל אויסשמעוסן א ניסיון וואס איך האב לגבי די משולחים
איך פראביר ציגעבען מער ווי א דאלער פאר די משולחים מיין ניסיון איז לגבי די סטעדיס עס איז דא אידן וואס מען זעהט א יעדע פאר יאר מען וויסט זיי קומען ווייל זיי זענען נעבעך אין א מצב וואס זיי קענען שוין נישט קומען זיי ארויס נאך געלט. אבער די סטעדיס וואס זענען דא איעדע פאר חדשים פאר פרנסה האב איך א ניסיון צי גיבן אפילו די דאלער
עקסטער איז לגבי די מוסדות וואס זייט מען האט געשניטן די תמוכה פין די מדינה אין זענען געווארן קנאים אין קומען אויף סאטמער טרעטן אויף די פילינגס
נתן תתן אפי מאה פעמים
קיינער האט דיר נישט געהייסן מאכן ריסערדש אויפן צוועק. די מצוה איז גיבן.
געבן און געבן און נאכאמאל געבן.
נאכדערצו ווען דער רעדע דא איז נאר פון א דאלער וואס האט ממש נישט קיין שוויות היינט.
און אן איזרעילי וואס זיצט דא אפאר חדשים מאכט געווענליך נישט קיין סאך, אויב איז דאס זיין עיקר פרנסה קען ער זיכער ניצן נאך א שטופ..נאר א ווערטל.
אבער למען האמת, זיין נא ונד חדשים אוועק פון משפחה פאר דיין דאלער איז נישט קיין לעבן. פארגין אים דעם טולער.