אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

א קלארע מוח
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:06 pm

אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קלארע מוח »

געזען אזא בריוו אין יעזורו די וואך און איך קלער אז עס וואלט געווען כדאי צו מאכן אן אויפוואכונג דערוועגן:
איך האב געוואלט מעורר זיין אויף א געוויסע נקודה וועגן די ענין פון געבן געלט פאר משולחים.

ווי יעדער האלט מיט זעט מען אז די לעצטע פאר יאר איז אלעס ארויף. אלעס מיינט אלעס. איך מיין אז מען קען ציילן מיט די פינגער וויפיל זאכן זענען געבליבן די זעלבע פרייז פון 3-4 יאר צוריק.

אבער איין זאך זעט מען אז די פרייז איז געבליבן די זעלבע... דאס איז געבן בלויז איין דאלאר פארן ארץ ישראל'דיגן איד. דא רעדט מען שוין פונעם איד וואס געבט א גאנצע דאלער דאס מיינט אז ער פארשטייט אז עס פאסט נישט צו געבן ווייניגער פון א דאלאר ווייל עס איז נישט בכבוד'יג און ער פרובירט זיך אריינצולייגן אין די שיך פונעם צובראכענעם איד וואס מוז נעבעך אהערקומען קלעטערן פאר נדבות צו קענען שפייזן זיך מיט זיין געזונדל.

צו אט די אידן וויל איך אפעלירן: אז איר שפירט שוין יא מיט יענעם'ס צער טוט עס שוין בשלימות.

יעדער פארשטייט אז וואס מען האט אמאל געקענט טון מיט א דאלאר קען מען היינט קוים טון מיט צוויי דאלער. און לאמיר זאגן מיט א משל אז דער ארץ ישראל'דיגער איד וועט שוין יא זיין מזל'דיג און צוזאמשטעלן גאנצע 20 טויזנט דאלאר קען ער נאכאלץ נישט חתונה מאכן מיט דעם ווייל היינט ברויך ער שוין האבן 40 טויזנט דאלאר! דערפאר טייערע אידן, מיין איך אז עס איז געקומען די צייט ארויפצוגיין מיט די "אפעיציעלע מכובד'יגע נתינה" און פון היינט און ווייטער זאל ווערן די נארמע צו געבן פארן ארץ ישראל'דיגן איד לכה"פ צוויי דאלאר.

וכל המוסיף יוסיפין לו מן השמים.
ביזט צומישט? זוכסט קלארקיייט? לייג פאר א מינוט אוועק אלע חשבונות און טראכט כאילו דו ביזט יעצט אליין אויף דער וועלט און יעצט טראכט נאכאמאל איבער דיינע צדדים.
אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

איך גיב שוין לאנג א פינעווער פאר יעדן משולח.
ותן שכר טובגיב צדקה פאר אידן
ולירשלים עירך ברחמים תשובוועט מען זוכה זיין צו משיח בקרוב
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

איר דאוונט ביחודית אדער וותיקין?
אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

אדמדם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:32 pm
איר דאוונט ביחודית אדער וותיקין?
ביי שיינער
ותן שכר טובגיב צדקה פאר אידן
ולירשלים עירך ברחמים תשובוועט מען זוכה זיין צו משיח בקרוב
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

אדרבה, דאס איז א מורא׳דיגע זאך. די שאלה איז נאר צו דער עולם איז ביכולת צו געבן אזויפיל און צו דאס וועט נישט צוברענגען אז מענטשען וועלן געבן פאר ווייניגער נצרכים. איר בעהט דא פאר א 100% העכערונג אין נתינות און איך בין זיכער אז דער ונתנו וועט דא חל זיין. איר באציעט זיך אבער צום פאקט אז אלעס איז געהעכערט געווארן. א געוויסע צדקה ארגענעזאציע מיט א פישקע פראיעקט האט לעצטענס אדווערטייזט אז דער עולם זאל אנהייבן צו געבן דאללערס פארן פישקע. עס איז א מורא׳דיגע געדאנק אבער דאס איז א פיר פאכיגען העכערונג פונעם ביז איצט אנגענומענעם קוואדער (ווער געדענקט נאך וואס מען האט געכאפט טאמער מען האט נישט געגעבען טשענדש פון א דיים….) .
זענען דען אנדערע פראדוקטען ארויף מיט 100% אדער גאר 400% ? קענט איר איינעם וואס זיין געהאלט איז געהעכערט געווארן זייט קאוויד מיט פראצענטען אפילו נאנט צו דעם? איך וויל ח״ו נישט אינטערהאקן, דו שאלה איז נאר אויף וועמענס חשבון דאס גייט קומען. צו וועט מען לכבוד דעם געבן פאר ווייניגער נצרכים וכדומה
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

איך געב מער פון 2 דאלער פאר יעדע ארץ ישראל'דיגן איד,נישט אױף אײן מאל,צוביסלעך יעדע פאר טעג װען ער קומט נאכאמאל באקומט ער נאך א דאלער
Yeaandno
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:58 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yeaandno »

[quote="א קלארע מוח"

איך האב געוואלט מעורר זיין אויף א געוויסע
נקודה
אבער איין זאך זעט מען אז די פרייז איז געבליבן
די זעלבע... דאס איז געבן בלויז איין דאלאר פארן
ארץ ישראל'דיגן איד.
[/quote]

אויב גדענק איר ווער די חברה האבן געקלאבט פאר קוואדערס?
היינט געט שוין יעדער א דאלער זיי נעמען שומן נישט וואס מען פלעקט געבן צוויי יאר צריק
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

yoel2124441100 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:39 pm
איך געב מער פון 2 דאלער פאר יעדע ארץ ישראל'דיגן איד,נישט אױף אײן מאל,צוביסלעך יעדע פאר טעג װען ער קומט נאכאמאל באקומט ער נאך א דאלער
וכן אני נוהג
איך דאווען איך א גרויסן ביהמ"ד, לא מבעיא ווען דער משולח האלט נישט חשבון אויף די מנינים, און גייט איבער נאכאמאל ביים זעלבן מנין, פרוביר איך בדרך כלל נישט צו זאגן/ווייזן ביסט שוין געווען ביי דעם מנין, נאר איך געב נאך א דאלער, לקיים מה שנאמר ויתן ויחזור ויתן, אפגערעדט ווען מ'גייט ביי מנחה נאכאמאל.
אבער לעצטענס איז געווארן א סטייל, א משולח זעצט זיך אריין אין שטאט, און במשך די וואך דעקט ער די שטאט, די שטאט? דעם זעלבן ביהמ"ד, יעדן טאג איז ער דא מיט א פרישקייט, מ'פרובירט צו געבן יעדעס מאל לפי כבודו א דאלער.
און יעצט לאמיר נאכאמאל טראכטן ווי אזוי מ'קען הייבן די עווריזש נדבה אז יעדע נתינה זאל זיין 2 דאלער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

מי יודע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:50 pm
לקיים מה שנאמר ויתן ויחזור ויתן
װײסעך נישט װאס די פסוק איז

די חיוב פון נתון תתן לו אפילו מאה פעמים מײנט אױב ער גײט פאר עפעס א נײע זאך,נישט אױב ער גײט פאר די זעלבע חתונה מאכן דעמאלטס איז מען מחיוב צו געבן נאר אײן מאל
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע:בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

yoel2124441100 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:03 pm

די "חיוב" פון נתון תתן ווערט נישט דאכט זיך גע'פסק'נט אין שו"ע. ווי אויך פאר די זעלבע צוועק איז מען נישט מחויב ווי לאנג ער איז נישט ארומגעגאנגען איבעראל כאטש איין מאל, אויב האט ער נאכנישט גענוג קען ער גיין נאכאמאל (שווער צו וויסען ווער איז שוין ארום און ווער נישט, אבער אין די זעלבע וואך צוויי איז מען נאך זיכער נישט ארום איבעראל)
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
רוב כוס
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:15 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוב כוס »

וואס איז לגבי געבען נאכאמאל ווען ער קומט אינדערהיים ?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

yoel2124441100 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:03 pm
מי יודע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:50 pm
לקיים מה שנאמר ויתן ויחזור ויתן
װײסעך נישט װאס די פסוק איז

די חיוב פון נתון תתן לו אפילו מאה פעמים מײנט אױב ער גײט פאר עפעס א נײע זאך,נישט אױב ער גײט פאר די זעלבע חתונה מאכן דעמאלטס איז מען מחיוב צו געבן נאר אײן מאל
מהיכן דנתני?
ועוד היות איך בין א חסיד'ישער איד, טוה איך א באנטש זאכן מער ווי די חיוב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

רוב כוס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:11 pm
וואס איז לגבי געבען נאכאמאל ווען ער קומט אינדערהיים ?
נישטא קיין איסור....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
א קלארע מוח
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:06 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קלארע מוח »

האב איך געוויסט נישט יעדער וועט מסכים זיין. אבער אפילו בלויז 50 אידן וועלן אנהייבן געבן 2 דאלאר והי' זה שכרי.
און ביטע אריינלייגן זיך אין דער מצב פונעם ארץ ישראל איד פאר עטליכע מינוט בעפאר איר שרייבט און קילט אפ אנדערע מענטשן וועלכע זענען נתעורר געווארן.
ביזט צומישט? זוכסט קלארקיייט? לייג פאר א מינוט אוועק אלע חשבונות און טראכט כאילו דו ביזט יעצט אליין אויף דער וועלט און יעצט טראכט נאכאמאל איבער דיינע צדדים.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

yoel2124441100 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:39 pm
איך געב מער פון 2 דאלער פאר יעדע ארץ ישראל'דיגן איד,נישט אױף אײן מאל,צוביסלעך יעדע פאר טעג װען ער קומט נאכאמאל באקומט ער נאך א דאלער
מיר בעטן אויך אסאך מאל פון אונזער גרויסן טאטן אין הימל עטליכע מאל די זעלבע זאך.. און אונז ווילן מיר ער זאלן אונז יעדע מאל געבן דאס מערסטע!

(נאר א נקודה'לע למחשבה)
ווייכע ברויט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:14 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייכע ברויט »

א קלארע מוח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:28 pm
האב איך געוויסט נישט יעדער וועט מסכים זיין. אבער אפילו בלויז 50 אידן וועלן אנהייבן געבן 2 דאלאר והי' זה שכרי.
און ביטע אריינלייגן זיך אין דער מצב פונעם ארץ ישראל איד פאר עטליכע מינוט בעפאר איר שרייבט און קילט אפ אנדערע מענטשן וועלכע זענען נתעורר געווארן.
גא"מ. דער קאמפיין איז א וויכטיגער. איך האב שוין אויך געטראכט א שטיק צייט אז מען געוואלט געדארפט הייבן דעם "סטאנדארט פרייז" פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד, האב איך הנאה אז אידן טוען שוין דערין.
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
הויז גרין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:10 am
לאקאציע:גרינע הויז

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז גרין »

א קלארע מוח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:28 pm
האב איך געוויסט נישט יעדער וועט מסכים זיין. אבער אפילו בלויז 50 אידן וועלן אנהייבן געבן 2 דאלאר והי' זה שכרי.
און ביטע אריינלייגן זיך אין דער מצב פונעם ארץ ישראל איד פאר עטליכע מינוט בעפאר איר שרייבט און קילט אפ אנדערע מענטשן וועלכע זענען נתעורר געווארן.
ווייס איך נישט וואס טוט זיך ביי אנדערע. אבער ביי מיר האסטו זיכער אויפגעטון. מיר געבן היינט צוטאגס $2 ב"ה פאר א יעדע ארץ ישראל'דיגן איד. חזקו ואמצו! גייט אן מיט אייער אויפוואכונג!
פאר'ן מחליט זיין אז דו מוזט גיין צו גייסטישע הילף. מאך זיכער אז דו ביסט זאט (אבער נישט אנגעגעסן און אראפגעשלעפט) אויסגעשלאפן און אויסגערוהט מיט א קלארע מוח. אפשר וועגן דעם ביסטו געווען נערוועז?
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע:בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

אמאל פלעגן אין עווריזש מער מענטשן געבן צדקה אין שוהל, אסאך האבן אויפגעהערט, מעגליך ווייל די סטאנדארט האט זיך געהויבן, און ס'פאסט נישט צו געבן א קלענער סכום?

וויפיל אידן ביי אייער מנין ווייזען מיט די הענט מיט די 'איך האב נישט' צייכן?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

תקנות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:31 pm
איך גיב שוין לאנג א פינעווער פאר יעדן משולח.
האט ער געמיינט די זאלסט געבן 10
דזאסט קידינג איך בין דיר מקנא צווי מאל אז די קענסט און אז די טוסט עס
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

פאפיגיי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:07 pm
yoel2124441100 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:03 pm
מי יודע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:50 pm
לקיים מה שנאמר ויתן ויחזור ויתן
װײסעך נישט װאס די פסוק איז

די חיוב פון נתון תתן לו אפילו מאה פעמים מײנט אױב ער גײט פאר עפעס א נײע זאך,נישט אױב ער גײט פאר די זעלבע חתונה מאכן דעמאלטס איז מען מחיוב צו געבן נאר אײן מאל
די "חיוב" פון נתון תתן ווערט נישט דאכט זיך גע'פסק'נט אין שו"ע. ווי אויך פאר די זעלבע צוועק איז מען נישט מחויב ווי לאנג ער איז נישט ארומגעגאנגען איבעראל כאטש איין מאל, אויב האט ער נאכנישט גענוג קען ער גיין נאכאמאל (שווער צו וויסען ווער איז שוין ארום און ווער נישט, אבער אין די זעלבע וואך צוויי איז מען נאך זיכער נישט ארום איבעראל)
בילד
דאס איז פון ספר משנת שלום חלק ג' סימן ט'
אטעטשמענטס
603584_90.jpg
603584_90.jpg (41.38 KiB) געזען 562 מאל
לעצט פארראכטן דורך שייף עייל אום דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25071
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך גיי ווייטער געבן אזוי ווי איך האב געגעבן ביזט יעצט...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

מומחה יוחס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:17 pm
איך גיי ווייטער געבן אזוי ווי איך האב געגעבן ביזט יעצט...
דו דארפסט העכערן צו 4
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25071
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:12 am
מומחה יוחס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:17 pm
איך גיי ווייטער געבן אזוי ווי איך האב געגעבן ביזט יעצט...
דו דארפסט העכערן צו 4
חחחחחחח איך טוה וואס איך וויל ממילא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
פינקע פאטעטאס
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:35 pm
לאקאציע:ווענדט זיך ווען

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקע פאטעטאס »

פאפיגיי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:53 pm
אמאל פלעגן אין עווריזש מער מענטשן געבן צדקה אין שוהל, אסאך האבן אויפגעהערט, מעגליך ווייל די סטאנדארט האט זיך געהויבן, און ס'פאסט נישט צו געבן א קלענער סכום?

וויפיל אידן ביי אייער מנין ווייזען מיט די הענט מיט די 'איך האב נישט' צייכן?
וואס עפעס? ישראל נתבעים ונותנים. אפשר פלעגט מען ווייזן מיט די הענט ווייל מ'האט באמת נישט געהאט קיין קעש, אבער היינט האבן שוין רוב געלט גייער'ס די קליינע קרעדיט קארד מאשינדלעך, סאו עס איז עכט נישט דא קיין תירוץ נישט צו געבן.
א גאלדענע קו, אפילו ער איז גאלד, איז ער נאכאלץ א קו
Building
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 2:02 pm

Re: אויפוואכונג! מיר גייען הייבן אונזער עוורידזש נדבה פאר'ן ארץ ישראל'דיגן איד צו $2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Building »

איך וויל אויסשמעוסן א ניסיון וואס איך האב לגבי די משולחים

איך פראביר ציגעבען מער ווי א דאלער פאר די משולחים מיין ניסיון איז לגבי די סטעדיס עס איז דא אידן וואס מען זעהט א יעדע פאר יאר מען וויסט זיי קומען ווייל זיי זענען נעבעך אין א מצב וואס זיי קענען שוין נישט קומען זיי ארויס נאך געלט. אבער די סטעדיס וואס זענען דא איעדע פאר חדשים פאר פרנסה האב איך א ניסיון צי גיבן אפילו די דאלער
עקסטער איז לגבי די מוסדות וואס זייט מען האט געשניטן די תמוכה פין די מדינה אין זענען געווארן קנאים אין קומען אויף סאטמער טרעטן אויף די פילינגס
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”