ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף: ויאמר אל עמו הנה עם בני ישראל רב ועצום ממנו: הבה נתחכמה לו פן ירבה והיה כי תקראנה מלחמה ונוסף גם הוא על שנאינו ונלחם בנו ועלה מן הארץ: וישימו עליו שרי מסים למען ענתו בסבלתם ויבן ערי מסכנות לפרעה את פתם ואת רעמסס:
מ'קען מפרש זיין פארוואס שטייטאשר לא ידע את יוסףאון וואס וואלט געווען אויב וואלט ער נישט געקענט דעם יוסף? נאר מ'קען זאגן אז די רמב"ן זאגט אז פרעה מיט זיינע חכמים האבן נישט געוואלט הרג'נען די אידן מיט א שווערד וויבאלד דאס וועט זיך נישט גוט אויסנעמען ביי די מצרישע בירגער,אין עס וועט נישט זיין קיין כבוד פאר די מלוכה. האט ער זיך איבערגעקלוגט צו נוצן די מהלך פוןלמען ענתו בסבלתםאז ער וועט זיי מאכן גאר שווער ארבעטן און דאס וועט זיי שוין פארטיליגן במשך הזמן. ביז דא פון רמב"ן. ענליך צו דעם זאגט די הייליגע חת"ס אז ווען פרעה וואלט ווען געזאגט פאר'ן פאלק אז מ'מוז פארטיליגן די אידן וויבאלד זיי דינען נישט קיין עבודה זרה וואלטן זיך לכאורה די בירגער נישט אנטקעגן געשטעלט ווייל "אין שנאה כשנאת הדת", נאר פרעה האט געטראכט אז אויב וועט ער גוזר זיין אז ווער ס'דינט נישט קיין עבודה זרה גייט מען הרג'ענען כאטשיג די בירגער וועלן דאס פארשטיין וועלן אבער אלע אידן (ר"ל) זיך פשוט שמד'ן צום מצרישע גלויבן און זיי וועלן אלע בלייבן לעבן, ווייל פרעה האט נישט געגלייבט אז די אידן וועלן זיך מוסר נפש זיין, און דאס איז וואס די פסוק זאגטאשר לא ידע את יוסףוואס דאס באציט זיך צו די מעשה פון פוטיפרע, ווי יוסף האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן דת, און פון די מסירות נפש פון די אבות, און טאקע וועגן דעם האט ער געמוזט נוצן די מהלך פון די פאלגענדע פסוקיםלמען ענתו בסבלותםזיי צו פייניגן און פארטיליגן דורך זיי מאכן שווער ארבעטן.
(ח"ס דברים פ' ד"ה כי)
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת ~מעלות