עיר ארשיווא
אינעם היינטיגן דבר יום ביומו איז געווען אזא אנאנס
די שטאט ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געדינט די ערשטע פון זיינע רייע רבנות פאסטענעס פון בערך תרע"א ביז ער איז געווארן רב אין שטאט קראלי בשנת תרפ"ו (מיט א הפסק אינדערמיט פון עטליכע יאר בשעת די ערשטע וועלט קריג וואס די רבי האט געוואינט אין שטאט סאטמאר און האט אנגעפירט די שטאט פון דערווייטענס)
במשך די 15 יאר וואס די רבי זי"ע האט געדינט דארט אלץ רב האט עס אלץ געווירבלט מיט פילע חסידים ואנשי מעשה וואס זענען געקומן וויילן בצל הקודש וואס טראץ זיין יונגע עלטער איז ער געווארן באוואוסט מיט זיין גדלות וקדושה איבעראל שוין אין יענע יארן זייענדיג אין די בלויזע צוואנציגער יארן און במשך די אלע יארן האט די שטאט געדינט אלץ א לייכט טורעם פאר פילע בפרט חסידים ותלמידים מבית סיגוט וואס זענען זיך געקומען וווארעמען לאורו הטהור
די רבי אין די יארן דינענדיג דארט אלץ שטאטס רב האט אויפגעטון גדולות ונצורות און האט איבערגעדרייט די שטאט מקצה אל קצה מיט זיין גרויסער כח
די שטאט איז טאקע נישט קיין גרויסע שטאט אבער די רב פון דעם שטאט האט געדונט אלץ רב פונעם גאנצן גלילות ארום פון פילע קליינע שטעט און דערפער ממילא האט די רבי מיט זיין פאסטן אויפגעטון פאר די גאנצע סביבה גאר אסאך
אינטערסאנט צי צוצייכענען א תשובה אין דברי יואל ווי די רבי רעדט פון די מקוואות פון די דערפלעך ארום ארשיווע היינט איז ארשיווע אויף די מאפע דא
טראץ וואס די רבי האט שוין פארלאזט די שטאט בשנת תרפ"ד האט ער אבער כסדר זיך געזארגט פארן שטאט און איר וואילזיין און איז כסדר אהינגעקומען אויף שבתים וכדו'
איז מיר אינטערסאנט צי וויסן אויב איינער ווייסט מער איבער די היסטאריע פון דעם שטאט בעפאר די רבי האט געדינט דארט אלץ רב און אזוי אויך נאכדעם וואס די רבי האט פארלאזט די שטאט און בעיקר וואס איז די מצב היהדות היינט צוטאגס דארטן אויב מ'רעדט דארטן פון א מקוה טהרה