Re: נייע כאר - תנועה
משה יצחקי האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 09, 2024 9:31 amער האט נישט געמיינט צו זאגן אז ס׳איז ממש פארמאכט!האלצשטיין האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 4:02 pmדאס איז אלעס על צד ס'גייט שלאפן. די ווארהייט איז אז עס גייט נישט שלאפן. עס איז וואך און לעבעדיג.משה אבא האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 3:58 pm1) קודם אלעס איז ארויף עס איז אסאך טייערער ווי א יאר צווי צירוק......
2) וועגען מענטשן האבן שוין נישט אזויפיל געלט די לעצטע שטיק צייט.....
3) אין מענטשן האבן זיך אויסגעלערנט אז סאיז א שאד די געלט פאר די איבריגע זאכן, עס איז די זעלבע לעבעדיג נאר א שפילער אין א זינגער......
ס׳איז אבער זיכער שוואכער ווי די לעצטע צוויי דריי יאר.
די קווייער בוקינגס זענען געשניטן געווארן אין האלב! פער איינער וואס טוט די בוקינגס פאר איינס פון די גרויסע קווייערס.
מיט וואס דאס האט?
וועלכע אינדאסטרי איז נישט שוואכער ווי צוויי יאר צוריק? כמעט אלעס האט געכאפט א ריק
נעכטן געווען אין וויין געעפט און געפרעגט אויף א געוויסע וויין אויב עס גייט, זיין ענטפער, "יעצט? יעצט גייט גארנישט.."
דאס איז די מצב און שוין.
(ווען מזאגט אז קווייערס האבן האלב בוקינגס איז עס נישט קיין חסרון אינעם קווייער, נאר אינעם עקאנעמי..)