Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אייך הילף!!
דאס איז גבורה צו נעמען די דרייסטקייט און טון וואס איז ריכטיג. בעטן הילף ווען מען דארף איז נישט קיין שוואכקייט.Ny-17 האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:45 pmא גוטן טייערע יודישע ברידערס איך בין שוין א גוטע פאר יאר א גרוש, אין אויך געווען א עלטערע בחור ליידער, איך בין אויך געווארן געסקיפט, איך האב עכטע נישט קיין חברים, ווייל איך האב געלערנט אין א שוואכע ישיבה, ווייל איך האב געהאט א שוואכע קאפ אלס קינד, אין איך בין שוין גיין ארבעטן פון די 18 יאר אלט, יעצט קלאפט עס אויס ווייל מיינע אינגערע ברודער אין געשוויסטער קומען נישט מער צו מיינע עלטערן, ווייל זיי האבן שוין קינדער אין איך בין נאך אלץ אויף ווייסער, איך האב צו אסאך פרייע צייט, איך ווער שוין מושגע מיט מיך!!!
וועל איך שרייבן עטליכע קורצע שורות און יעדער קען אננעמען וואס עס איז ריכטיג לפי מצבו, און איגנארירן די איבעריגע.
* אידענטיפיצירן דעם געפיל, ווען מען האט געפילן וואס שטערט פון גיין ווייטער, רוף עס אן מיטן ריכטיגן נאמען.
* וואס איז די שורש? פון וואו נעמט זיך דער געפיל?
* איז די הנחה וואס איך האב אפגעמאכט אויף מיר ריכטיג?
*יעדער געפיל אין הארץ הייבט זיך אן מיט א מחשבה אין מוח- לאו דווקא א ריכטיגע...
* א ווארט פונעם קאצקער, איך בין נישט ווער איך בין, און אויך נישט וואס יעדער האלט אז איך בין, נאר וואס איך האלט אז יעדער האלט אז איך בין...
* לענינינו לאמיר זיך אריינזעצן אין די דרייווערס סיט און איבער נעמען קאנטראל אויף "אלעס" ארום זיך.
* זיין באקוועם צו זיין זיך אליין, נישט פרובירן צו זיין ווי יענער אדער יעדער.
* איך בין א חלק אלוקי ממעל, וואס איז געווארן אראפגעשיקט אויף דער וועלט, דער בוכ"ע האט מיר באשאנקען מיט די כלים און מעלות וואס איך פארמאג, און מיר געגעבן די געלעגנהייט אליינס צו אויסוועלן יעדן שריט.
* איך האב אלעמאהל די מעגלעכקייט זיך צו טוישן אויב איך וויל באמת.
* דער איינציגסטער וואס קען ארבעטן אויף מיר איז איך אליין, אנדערע מענטשן קענען נאר פראבירן צו העלפן.
* עס קען זיך שפירן אומבאקוועם צו מאכן א שינוי לטובה, אבער איך בין נאכאלס גרייט צו טון וואס איז ריכטיג.
איבעריגע צייט ברענגט נישט קיין גוטס, ובפרט אז מיט מיינע מעגלעכקייטן קען איך אנקומען גאר ווייט. לאמיר עפעס אויפטוען דערמיט, און אינאיינוועגס מאכן געלט אדער זיך לערנען עפעס.
ווען איך דרייוו א טראק בין איך נאכנישט געווארן א טראק דרייווער, דאס וועל איך אפמאכן נישט יענער.