סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אן עפל ביים באס
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 11, 2022 1:22 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן עפל ביים באס »

ישראל גאלדשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 12:09 pm
יענץ פויגל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 12:04 pm
האלצשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 11:59 am
זייער זיס צו זען די וואס שרייבן "סך הכל האט ער איבערגעלעבט"...

נעקסטע מאל מאכטס נישט דעם טעות מיט'ן אראפשטעלן א 'פאקט' אז ביידען קאלעכט וועט זיין 'איבערלעבן' נישט ווערן אויפגענומען מיט אזא WOW.

יעצט עסט מען דאס מען האט אליינס איינגעפלאנצט.

...Too Bad
ס'גוט צו קוקען אויף די גרעסערע בילד

מ'קען צוגרייטן אן אלטען מאן אז איין נאכט זאל אריבערגיין בשלום אן קאלעכן בכלל

ווארט נאר ווארט פאר די האט ספאט פון די עלעקשאן סיזען ס'גייט קומען העווי בושות

מ'וועט נאך צוריק קוקען אויף די דרשה און לאכן אין גרויסען
ווארט נאר ווארט סגייט קומען נאך איין טאג איך זאגט דיר געבס נישט אויף
ס'האלט אין איין קומען, יעדע מאל דער זיידע עפענט זיין מויל קומט עס אין קוואנטומען, ס"ה האבן זיינע סטעפער'ס אים גאר גוט צוגעגרייט פאר דעם נאכט.
He is crooked, He is sleepy, He is Joe Biden!
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

אבער נאכווי האט מען אים געגרייט צום דרשה

דער האט אזוי געשריגען אז ס'האט אויסגעזעהן ווי די הינדעלע ערב יום הקדוש וואס ווארפט זיך פארן לעבן

גוד דזשאב....איך האף נאר אז ביים דעבאטע וועט מען אים נאך בעסער צוגרייטן אזוי ס'זאל נישט בלייבן קיין טרוקענע אויג
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9212
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קנאקעדיגע ספיעטש!

מעלות:
געפרופט ער איז פולי אין קאנטראל (אלטקייט אישו דורעכפאל נאמבער צוויי)
ענערזשייזד זיין בעיס (העיט ארויף העיט אראפ - גאנץ פאליטיק באשטייט היינט פון העיט)

חסרונות:
קאנטענט פון די דרשה איז זיראו - עס איז ניטאמאל דא א פלאן פאר עני פון די צוגעזאגעכצער (אלל טאלק נאו עקשאן)
די רעפובליקאנע בלאק איז לאקד אין צו פייטען (נאו מאור ריינאוס אין די האוז אינטער צוברענגען די פארטיי און אים געבן א געוואונס)

———
צום סיכום פרעזידענט ביידען איז א גוטע פאליטישען און א געלונגענע פאליטישען, א געווענליך שלעכטע רעדנער וואס איז אים געלונגען צו געבן א מאסיווע דרשה אין די ריכטיגע צייט!

א דיזעסטער פון א פרעזידענט אויף יעדע הינזיכט נאציאנאל און אינטערנציאנאל און אויב געוואונט ער נאך א טערמין דאן וועט זיין געלונגענקייט בלייבען ביי דעם אז ער איז א מער געלונגענע פאליטישען, דאס לאנד גייט אבער צוגרינד.

זיין וואוילע זיידע פארט פון זיין שאו א זאך וואס ער האט געהאט אין די פאריגע עלעקשאן האלט איך האט ער פארלוירען ביים פראסעקיוטען טראמפ, די מין וואוטער וואס האט ליב געהאט די טייל פון אים דאס איז שוין מער נישט דא.
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום פרייטאג מארטש 08, 2024 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

האלצשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 11:59 am
זייער זיס צו זען די וואס שרייבן "סך הכל האט ער איבערגעלעבט"...

נעקסטע מאל מאכטס נישט דעם טעות מיט'ן אראפשטעלן א 'פאקט' אז ביידען קאלעכט וועט זיין 'איבערלעבן' נישט ווערן אויפגענומען מיט אזא WOW.

יעצט עסט מען דאס מען האט אליינס איינגעפלאנצט.

...Too Bad
רבי לעבן, ביידען קאלעכט. פינטל. דאס איז שוין נישט תלוי במחלוקות. ס'קומט ארויס יעדן טאג פרישע ווידיאוס קליפס און רעקארדירונגען. מען דארף ניטאמאל ניצן עי איי פאר דעם...

ניין, טאקע נישט יעדער רגע און יעדער מינוט. אבער דער איז שוין נישט מיט אונז. סאו וואט אז ער האט דערליווערט א גוטע רעדע, דאס מינט נאכנישט אז ווען ער גייט זיך טרעפן מיט פרעזידענט שי פון כינע וועט ער רעדן צום זאך. דאס מיינט נאך נישט אז דער זיידע האט א בלאסן אהנונג איבער ווי זיין זאקן ליגט.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29474
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

געשריבן פאר די דרשה:
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:52 pm
זעט אויס אז דער פרעזידענט פלאנט זיך ערנסט אויפצורייסן אויף אסאך ריכטונגען, אבער ווי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט זאגן שוין,עס איז וויכטיגער ווי אזוי ער וועט דאס זאגן, ווי וואס ער זאגט.
און דער "ווי אזוי ער האט עס געזאגט" איז געווען א מאסיווע סוקסעס.

וואס ער האט געזאגט איז גראדע אויך געווען גוט, אבער דאס איז בכלל נישט געווען דער עיקר נושא.

עס איז געווען זייער א פארטייאישע דרשה, לייק איט שולדוו בין, און לכאורה טאקע אויך לייק נעווער, הגם דעמאקראטן ווייזן אן אז טראמפ האט געגעבן א מעדאל פאר דעם דיווייסיוו שוין היינט גע'פגר'טער ראש לימבא, קומט עס אבער ווייט נישט צו צו וואס דער פרעזידענט האט געזאגט אז טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקראטיע, טראמפ'ס ליגענטס וועגן אבאמע'ס עקאנאמיע וואס ער האט פון אים גע'ירש'עט קומט אויך נישט צו.

א קאמפיין ראלי, דאס וואס מיר האבן געדארפט.

פון זעהן אויף וואס די רעפאבליקאנער האקן, זעהט מען אויף וואס זיי האקן נישט, דאס אויף וואס זיי וואלטן געוואלט האקן, זיין בוירטדעי צו לאנג צוריק.
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

ווער איז לינקלין ריילי? עפּעס מיט לעקין ריילי וואס איז געהארגעט געווארן דורך א אומיגראנט?

און דאס איז שוין נאכן עס ארויסליינען פון די פין

#סאליד דרשה
לעצט פארראכטן דורך גיבור אום פרייטאג מארטש 08, 2024 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7895
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ביידן קאלעכט נעבעך (ער איז א יומען ביאינג כ׳האב רחמנות, אבער אמעריקאנער זענען א גרעסערע רחמנות). ער ווייסט בערך דעם קאנטעקסט וואס גייט פאר. ער געדענקט גוט פון גירסא דינקוסא אז מלחמה איז א גוטע זאך (ספעציעלע אינטערעסע אלערט). ער גלייכט בעצם די יזריילים ווייל דאס זענען שרשים.

אבער ער איז בהחלט נישט מאסגעבנד צו מאכן ערענסטע קאנסעקווענסיאנאלע באשלוסן.

א דרשה? פארדעם איז פארהאן אן אפטייק מיט א פסיכיאטר.

און ווי צל עובר שרייבט שוין איז עס געווען כפי ערך א סאליד דרשה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

ווען ער רעדט פון די בארדער איז די טעלעפראנטער געגאַנגען צו שנעל
ער זאָגט :איי רעספּעקטפולי סעד טא סאדזשעסט מיי --ריפענדס- רובפליקען פרענדס : דא הייבט ער פליען מיט די אויגן צוגעשמידט צום סקרין : געיט דיס ביל דאהן

אוי איז דאס גוט..
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:02 pm
געשריבן פאר די דרשה:
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:52 pm
זעט אויס אז דער פרעזידענט פלאנט זיך ערנסט אויפצורייסן אויף אסאך ריכטונגען, אבער ווי דעמאקראטישע קאנגרעסלייט זאגן שוין,עס איז וויכטיגער ווי אזוי ער וועט דאס זאגן, ווי וואס ער זאגט.
און דער "ווי אזוי ער האט עס געזאגט" איז געווען א מאסיווע סוקסעס.

וואס ער האט געזאגט איז גראדע אויך געווען גוט, אבער דאס איז בכלל נישט געווען דער עיקר נושא.

עס איז געווען זייער א פארטייאישע דרשה, לייק איט שולדוו בין, און לכאורה טאקע אויך לייק נעווער, הגם דעמאקראטן ווייזן אן אז טראמפ האט געגעבן א מעדאל פאר דעם דיווייסיוו שוין היינט גע'פגר'טער ראש לימבא, קומט עס אבער ווייט נישט צו צו וואס דער פרעזידענט האט געזאגט אז טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקראטיע, טראמפ'ס ליגענטס וועגן אבאמע'ס עקאנאמיע וואס ער האט פון אים גע'ירש'עט קומט אויך נישט צו.

א קאמפיין ראלי, דאס וואס מיר האבן געדארפט.

פון זעהן אויף וואס די רעפאבליקאנער האקן, זעהט מען אויף וואס זיי האקן נישט, דאס אויף וואס זיי וואלטן געוואלט האקן, זיין בוירטדעי צו לאנג צוריק.
ביידען איז געלאפן אז ער איז נישט טראמפ

דא איז ער געגאנגען 100 טריט מער ווי טראמפ
ישראל גאלדשטיין
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:29 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל גאלדשטיין »

רבותי וואס איז נייעס ווער האט געגלייבט אז סגייט קומען איין טאג וואס די פרא טראמפסטון וועלן האבן א פארבלעם מיט העצע...
סירסלי ווען ביידן קימט ארויף ער רעד שטיל אריין און די מייק אז לאמער זיין פאראיינגט לאער ציזאמען מיר קענען.. וואלטן רוב טראמפיסטן ארויס און גזאגט דער זיידע איז גרעכט ער האט דעלווירט א אחדות דרשה אינז גיימער וואטען פאר ביידן.. וועמען רעדן ענק איין ענק קענען נישט אןויס האלטן אז ביידן האט זיך פארקאכט ער האט געגעבן פעטש און פנים אריין ער האט אויסגעטון זיינע אייזנע הענטשיך און סטוט וייי.... ביידן האט געדארפט צריק געווינען זיינען מענטשען פאר ער פיקט אויף נייע און ער איז ארויס א געוונער
די פרעזידענט זאל גזונט זיין און אלע שונאים זאלן פלאצן לןאלאלאלאלחאלאלאללאלא
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

ישראל גאלדשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:31 pm

משרייט אז די העצט אויף טראמפ אז ער העצט בשעת די העצט
@שיעור עיון
ריברענדיג.....
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

יענץ פויגל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 12:04 pm
האלצשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 11:59 am
זייער זיס צו זען די וואס שרייבן "סך הכל האט ער איבערגעלעבט"...

נעקסטע מאל מאכטס נישט דעם טעות מיט'ן אראפשטעלן א 'פאקט' אז ביידען קאלעכט וועט זיין 'איבערלעבן' נישט ווערן אויפגענומען מיט אזא WOW.

יעצט עסט מען דאס מען האט אליינס איינגעפלאנצט.

...Too Bad
ס'גוט צו קוקען אויף די גרעסערע בילד

מ'קען צוגרייטן אן אלטען מאן אז איין נאכט זאל אריבערגיין בשלום אן קאלעכן בכלל

ווארט נאר ווארט פאר די האט ספאט פון די עלעקשאן סיזען ס'גייט קומען העווי בושות

מ'וועט נאך צוריק קוקען אויף די דרשה און לאכן אין גרויסען
נישט ריכטיג.
איך מיין אז בײ די דעבאטע 2020 האט ער אויך זייער גוט אויפגענומען אפילו מ'האט געהאפט אז ס'גייט געשען וואס מ'האט געמיינט אז ס'גייט נעכטן געשען
ישראל גאלדשטיין
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:29 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל גאלדשטיין »

BTW.
ווי אזוי איז געווען די ריספאנט?
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

האלצשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 11:59 am
זייער זיס צו זען די וואס שרייבן "סך הכל האט ער איבערגעלעבט"...

נעקסטע מאל מאכטס נישט דעם טעות מיט'ן אראפשטעלן א 'פאקט' אז ביידען קאלעכט וועט זיין 'איבערלעבן' נישט ווערן אויפגענומען מיט אזא WOW.

יעצט עסט מען דאס מען האט אליינס איינגעפלאנצט.

...Too Bad
גוט געזאגט, אריינגעפאלן אין די לאך וואס מ'האט אליין געגראבן.

שוין צייט צוריקצוגיין רעדן פון פאליסיס און נושאים וואס קוועטש אמעריקאנער ווי איידער טראולן איבער ביידענ'ס קאלעכן.

( מ'קען שוין אויך סטאפן צו רעדן צו מ'שטייט אויף א קעסטל אדער מ'גייט מיט הויכע שיך ביי דעבאטעס..)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אויף למעשה, ס”ה קען עמיצער אריינקומען קלאר מיט א קורצע סיכום וואס די סטאטוס פון יוניאן איז?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

ישראל גאלדשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 2:05 pm
BTW.
ווי אזוי איז געווען די ריספאנט?
American Dream האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 10:16 am
קיינער רעד נישט פון דעם אבער סאנאטאר'שע קעטי בריט האט געגעבן א נארישע שוואכע ריספאנד
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 2:32 pm
אויף למעשה, ס”ה קען עמיצער אריינקומען קלאר מיט א קורצע סיכום וואס די סטאטוס פון יוניאן איז?
אםםםםם......ווא.......??

סטראנג סטראנג סטראנג, די הערסט וואס מרעדט צו דיר סטראנג האביך געזאגט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ישראל גאלדשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 2:05 pm
BTW.
ווי אזוי איז געווען די ריספאנט?
שרקליך. יענע האט געוויינט און געלאכט ביינאנזאם.

ווי א שיכור אויף דרייצנטע עוועניו פורים נאכמיטאג.
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

American Dream האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 10:16 am
קיינער רעד נישט פון דעם אבער סאנאטאר'שע קעטי בריט האט געגעבן א נארישע שוואכע ריספאנד
געווען די טשערי אן טאפ פון די רעפובליקאנע דורכפעלער נעכטן.....

אנגעהויבן פון טרוט סאושל און געענדיגט ביי דזשאנסאן'ס קינדערישע פאקסן וואס האט נאר געוויזן ווי טיף אין די בלאטע די רעפובליקאנער זענען מיטן פארטרייבן זייערע אלטע שטאַטס לייט און רעספעקטירטע פאליטיקאנטן.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

מטעמים האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 12:41 pm

זיין וואוילע זיידע פארט פון זיין שאו א זאך וואס ער האט געהאט אין די פאריגע עלעקשאן האלט איך האט ער פארלוירען ביים פראסעקיוטען טראמפ, די מין וואוטער וואס האט ליב געהאט די טייל פון אים דאס איז שוין מער נישט דא.
כ'האלט אויך אזוי, די וואס האבן געוואוט פאר אים אין 2020 ווייל ער איז רואיג און נישט צוטיילענט איז שוין פארפאלן געגאנגען פאר די 2022 עלעקשאנס מיט די שארפע רעטאריק קעגן טראמפ און אויך מיט די אלע פראסעקיושענס.

פראבירט יעצט ביידן צו געווינען נאר און נאר צוליב שנאה צו טראמפ און טאקע אט די מעסעדזש האט ער ארויסגעשיקט די נאכט נאך סופער טוסדעי.
די ווארט יונייטען און נאו מאאר העיט אונטער זיין אדמעניסטראציע ווערט מער נישט גענוצט אזויווי ביים 2020 עלעקשאן.
אוועטאר
מה נשמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

איינער קען דא ברענגן ''בען-שפירא'ס'' רעספאנס צו די סטעיט-אף-די-יונאון.
זאגט פיין קורץ און שארף!!
#BidenBorderBloodbath
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

פרעזידענט ביידען האט זיך אנטשאלדיגט פארן ניצען די ווארט איליגעל אויף די ניי אנגעקימענע
ריברענדיג.....
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

אויב גייט די מדינה אריין און רפיח איז עס א רויטע ליין?
ביידען: ניין! אונז גיימיר נישט זיי פארלאזען
ריברענדיג.....
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13673
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איבער צוויי און דרייסיג מיליאן בירגער האבן מיטגעהאלטן ביידענ'ס סטעיט אוו די יוניאן רעדע לעצטע דאנערשטאג, דאס איז א שפרינג פון כמעט צוואנציג פראצענט פון 27.3 מיליאן פארגאנגענע סטעיט אוו די יוניאן, די ערשטע מאל וואס די צאל קוקער שטייגט פון די דריטע צו די פערטע יאר.
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: סטעיט אוו די יוניאן - ביידען - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 8:04 pm
איבער צוויי און דרייסיג מיליאן בירגער האבן מיטגעהאלטן ביידענ'ס סטעיט אוו די יוניאן רעדע לעצטע דאנערשטאג, דאס איז א שפרינג פון כמעט צוואנציג פראצענט פון 27.3 מיליאן פארגאנגענע סטעיט אוו די יוניאן, די ערשטע מאל וואס די צאל קוקער שטייגט פון די דריטע צו די פערטע יאר.
און דאס איז מיט א פינעף מיליאָן ווייניגער פון וויפול האָבן מיט געהאלטן דאנלד טראמפס סטעיט אוו די יוניאן אין 2020
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”