רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג
ר' ישעי'לע איז ווי דערמאנט געווען דער אינגסטער זוהן פונעם צאנזער רב, ווערנדיג געבארן אויף דער עלטער פונעם פערטן זווג בת ר' מרדכי דוד אונגאר מדומבראווע, ווען ר' ישעי'לע האט חתונה געהאט מיט הרבנית בת ר' יחיאל מקריליוויץ חתן הרה"ק ר' יהושע'לע מבעלז האט שוין דער צאנזער רב נישט געלעבט און די גרויסע ברודער די קינדער פונעם דברי חיים האבן זיך אפגעגעבן מיט די חתונה.
ר' ישעי'לע איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין טשחויב ווי ער איז למעשה קיינמאל נישט אריבערגעגאנגען וואונען און אויף זיין פלאץ האט מען אויפגענומען ר' יעקב שמשון קאנער ממשפחת אחיו הרדברי יחזקאל משינאווא, ר' ישעי'לע האט געוואונט אין קראקא ביז צום דעפארטירונג ווי ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ עקד"ה הי"ד.
דער הייליגער ר' ישעי'לע איז געווען באוואוסט אלס א בעל מופת ואיש פלא, א קדוש וטהור און זייענדיג דער זוהן פונעם גרויסן פאטער דער צאנזער רב איז ער געווען מפורסם אין אונגארן און אין גאליציע.
בייגעלייגט זענען עטליכע בילדער וואס איך האב צאמגענומען פון אונזער פארום ותשוח"ח לכל החברים המתנדבים בעם.
דער ערשטער בילד איז מיט זיין שוואגער הרה"צ ר' אלעזר הלוי ראזענפעלד זצ"ל-הי"ד מאושפיצין חדב"ן מרן הדברי חיים.